אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לעוו בערינסקי"
ק (החלפת טקסט – "ײַ" ב־"יי") |
ק (החלפת טקסט – "איצט" ב־"יעצט") |
||
שורה 3: | שורה 3: | ||
==לעבנסגעשיכטע== | ==לעבנסגעשיכטע== | ||
לעוו בערינסקי איז געבוירן געוואָרן אין 1939 צו זיין פאטער, שמואל בערינסקי, א צושניידער, אינעם בעסאַראַבער שטעטל קאשאני (דעמאלט אין באַשטאַנד פון [[רומעניע]], | לעוו בערינסקי איז געבוירן געוואָרן אין 1939 צו זיין פאטער, שמואל בערינסקי, א צושניידער, אינעם בעסאַראַבער שטעטל קאשאני (דעמאלט אין באַשטאַנד פון [[רומעניע]], יעצט – אין באַשטאַנד פון מאָלדאָווע). מיט אַ יאָר שפּעטער איז בעסאַראַביע אַנעקסירט געוואָרן דורכן [[ראַטנפאַרבאַנד]]. בעת דער סאָוועטיש-דייטשישער מלחמה איז די משפּחה בערינסקי געווען אין עוואַקואַציע אין [[טאַדזשיקיסטאַן]] און אויפן אוראַל און נאָך דער מלחמה זיך אומגעקערט קיין [[מאָלדאָווע]]. לעוו בערינסקי איז אויסגעוואַקסן אין [[קעשענעוו]]. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אויף רוסיש מיט אַ ליד אין דער קעשענעווער צייטונג "יוני לענינעץ" אין 1953. לעוו בערינסקי האָט זיך געלערנט אינעם סמאָלענסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און אינעם מאָסקווער ליטעראַטור אינסטיטוט אויף גאָרקיס נאָמען. אויף ייִדיש האָט ער דעביוטירט מיט לידער אינעם מאָסקווער זשורנאַל "[[סאָוועטיש היימלאַנד]]" אין 1981. | ||
אין 1991 איז לעוו בערינסקי עולה געווען קיין [[ישראל]]. ער וווינט אין [[עכו]]. חוץ זיין אָריגינעלער פּאָעטישער שאַפונג אויף ייִדיש און אויף רוסיש, זעצט לעוו בערינסקי איבער דיכטונג פון דייטש, רומעניש, שפּאַניש, העברעיִש און אַנדערע שפּראַכן אין ייִדיש און אין רוסיש, ווי אויך דיכטונג און פּראָזע פון ייִדיש אין רוסיש. צווישן אַנדערס האָט לעוו בערינסקי איבערגעזעצט אין רוסיש ווערק פון [[מאַרק שאַגאַל]], דאָרע טייטלבוים, [[יצחק באשעוויס זינגער|יצחק באַשעוויס-זינגער]], [[מרדכי צאַנין]], [[חיים נחמן ביאַליק]], שלמה וואָרזאָגער, מאָטל גרוביִאַן, [[אהרן ווערגעליס]] און [[חיים ביידער]]. | אין 1991 איז לעוו בערינסקי עולה געווען קיין [[ישראל]]. ער וווינט אין [[עכו]]. חוץ זיין אָריגינעלער פּאָעטישער שאַפונג אויף ייִדיש און אויף רוסיש, זעצט לעוו בערינסקי איבער דיכטונג פון דייטש, רומעניש, שפּאַניש, העברעיִש און אַנדערע שפּראַכן אין ייִדיש און אין רוסיש, ווי אויך דיכטונג און פּראָזע פון ייִדיש אין רוסיש. צווישן אַנדערס האָט לעוו בערינסקי איבערגעזעצט אין רוסיש ווערק פון [[מאַרק שאַגאַל]], דאָרע טייטלבוים, [[יצחק באשעוויס זינגער|יצחק באַשעוויס-זינגער]], [[מרדכי צאַנין]], [[חיים נחמן ביאַליק]], שלמה וואָרזאָגער, מאָטל גרוביִאַן, [[אהרן ווערגעליס]] און [[חיים ביידער]]. |
רעוויזיע פון 10:06, 2 יאנואר 2023
לעוו בערינסקי (רוסיש – Лев Беринский, געב. דעם 6טן אַפּריל 1939 אין קאשאַני,[1] בעסאַראַביע) איז אַ ישראלדיקער דיכטער, וועלכער שרייבט אויף אידיש און אויף רוסיש.
לעבנסגעשיכטע
לעוו בערינסקי איז געבוירן געוואָרן אין 1939 צו זיין פאטער, שמואל בערינסקי, א צושניידער, אינעם בעסאַראַבער שטעטל קאשאני (דעמאלט אין באַשטאַנד פון רומעניע, יעצט – אין באַשטאַנד פון מאָלדאָווע). מיט אַ יאָר שפּעטער איז בעסאַראַביע אַנעקסירט געוואָרן דורכן ראַטנפאַרבאַנד. בעת דער סאָוועטיש-דייטשישער מלחמה איז די משפּחה בערינסקי געווען אין עוואַקואַציע אין טאַדזשיקיסטאַן און אויפן אוראַל און נאָך דער מלחמה זיך אומגעקערט קיין מאָלדאָווע. לעוו בערינסקי איז אויסגעוואַקסן אין קעשענעוו. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אויף רוסיש מיט אַ ליד אין דער קעשענעווער צייטונג "יוני לענינעץ" אין 1953. לעוו בערינסקי האָט זיך געלערנט אינעם סמאָלענסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און אינעם מאָסקווער ליטעראַטור אינסטיטוט אויף גאָרקיס נאָמען. אויף ייִדיש האָט ער דעביוטירט מיט לידער אינעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" אין 1981.
אין 1991 איז לעוו בערינסקי עולה געווען קיין ישראל. ער וווינט אין עכו. חוץ זיין אָריגינעלער פּאָעטישער שאַפונג אויף ייִדיש און אויף רוסיש, זעצט לעוו בערינסקי איבער דיכטונג פון דייטש, רומעניש, שפּאַניש, העברעיִש און אַנדערע שפּראַכן אין ייִדיש און אין רוסיש, ווי אויך דיכטונג און פּראָזע פון ייִדיש אין רוסיש. צווישן אַנדערס האָט לעוו בערינסקי איבערגעזעצט אין רוסיש ווערק פון מאַרק שאַגאַל, דאָרע טייטלבוים, יצחק באַשעוויס-זינגער, מרדכי צאַנין, חיים נחמן ביאַליק, שלמה וואָרזאָגער, מאָטל גרוביִאַן, אהרן ווערגעליס און חיים ביידער.
ווערק
זיינע לידער-זאַמלונגען אויף ייִדיש
- דער זוניקער וועלטבוי, מאָסקווע, 1988
- רעדנסבורגער מקווה, רעדנסבורג, 1994
- Calystegia Sepium : ליבע-לידער, תל-אָביב, 1995
- פישפאַנג אין ווענעציע, תל-אָביב, 1996
- לופטבלומען, תל-אָביב, 2001
זיינע ביכער אויף רוסיש
- Собаки на улицах Тель-Авива. Мория: Тель-Авив, 1992.
- Смерть ветряной мельницы (сонеты). Библиотека Матвея Чорного: Тель-Авив, 1996.
- На путях вавилонских: Избранные стихи и поэмы (стихотворения и поэмы на русском языке и переводы с идиша) Донецк, 2009.
- На стропилах эйнсофа (проза). Донецк: Точка опоры, 2011.
ביכער איבערגעזעצט פון ייִדיש אין רוסיש
Марк Шагал, Ангел над крышами: стихи, проза, статьи, выступления, письма, Москва, 1989.
Исаак Башевис Зингер, Шоша. Рассказы, Москва, 1991.
Дора Тейтельбойм, «Огненный куст» (стихи), Тель-Авив, 1992.
М. Цанин, По ту сторону времени: рассказы», Тель-Авив, 1993.
Арн Вергелис, Сталин и Михоэлс,Тель-Авив, 2011.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: לעוו בערינסקי |
- לעוו בערינסקי, "קורצע לידער, שמאָלע שורות"
- לעוו בערינסקיס ביאָגראַפיע (דייטש)
- לעוו בערינסקיס אַ פּאָעמע (רוסיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!