אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גרשון גראדסקי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ײ" ב־"יי")
ק (החלפת טקסט – "װ" ב־"וו")
שורה 1: שורה 1:
{{יתום}}
{{יתום}}


'''גרשון גראָדסקי''' ([[ענגליש]]: ''Gerold M. Grodsky'', געב' [[ט"ו שבט]] [[ה'תרפ"ז|תרפ"ז]] [לערך] /18טן [[יאנואר]] [[1927]] ,[[סאנט לואיס]], [[מיזורי]]) איז אַן אַמעריקאַנער פּראָפעסאָר פון [[ביאכעמיע|ביאָכעמיע]], ביאָפיזיק, און מעדיצין אין [[קאַליפאָרניער אוניװערסיטעט, סאַן פראַנציסקא]], װי אױך אַ [[דיאַבעט]]־פאָרשער און אַן ערפינדער. ער איז מערסטנס באַקאַנט פאַר זיינע בייטראָגן אױף דער היינטצייטיקער [[Artificial pancreas|קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז]].
'''גרשון גראָדסקי''' ([[ענגליש]]: ''Gerold M. Grodsky'', געב' [[ט"ו שבט]] [[ה'תרפ"ז|תרפ"ז]] [לערך] /18טן [[יאנואר]] [[1927]] ,[[סאנט לואיס]], [[מיזורי]]) איז אַן אַמעריקאַנער פּראָפעסאָר פון [[ביאכעמיע|ביאָכעמיע]], ביאָפיזיק, און מעדיצין אין [[קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא]], ווי אױך אַ [[דיאַבעט]]־פאָרשער און אַן ערפינדער. ער איז מערסטנס באַקאַנט פאַר זיינע בייטראָגן אױף דער היינטצייטיקער [[Artificial pancreas|קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז]].


== ביאגראפיע ==
== ביאגראפיע ==


גרשון גראָדסקי איז געבױרן געװאָרן דעם 18טן יאנואר 1927 אין [[סאנט לואיס|סנט לואיס]], [[מיזורי]]. זיין פאָטער, לואיס (לייב) גראָדסקי, איז אױך געבױרן געװאָרן אין מיזורי, װי אױך זיין מוטער, גאלדי (פעלדאַקער) גראָדסקי. אינעם פריִערדיקן דור זענען די עלטערן געקומען קיין אַמעריקע פון [[באָראָמעל]], [[אוקראינע|אוקראַיִנע]], און אַנדערע שטעטלעך אין רוסלאַנד און פּױלן.  
גרשון גראָדסקי איז געבױרן געוואָרן דעם 18טן יאנואר 1927 אין [[סאנט לואיס|סנט לואיס]], [[מיזורי]]. זיין פאָטער, לואיס (לייב) גראָדסקי, איז אױך געבױרן געוואָרן אין מיזורי, ווי אױך זיין מוטער, גאלדי (פעלדאַקער) גראָדסקי. אינעם פריִערדיקן דור זענען די עלטערן געקומען קיין אַמעריקע פון [[באָראָמעל]], [[אוקראינע|אוקראַיִנע]], און אַנדערע שטעטלעך אין רוסלאַנד און פּױלן.  


לואיס גראָדסקי, האָבנדיק געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי אַלס יונגער בחור בשעת דער [[ערשטע וועלט-מלחמה|ערשטער וועלט מלחמה]], האָט װייטער געפירט מיטן טאַטנס סאָדע־איינפלעשלענען קאָמפּאַניע אין סאנט לואיס.<ref>[https://www.ancestry.com/family-tree/person/tree/57253764/person/38047826228/facts ליב ב"ר דוב הלוי]</ref>
לואיס גראָדסקי, האָבנדיק געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי אַלס יונגער בחור בשעת דער [[ערשטע וועלט-מלחמה|ערשטער וועלט מלחמה]], האָט ווייטער געפירט מיטן טאַטנס סאָדע־איינפלעשלענען קאָמפּאַניע אין סאנט לואיס.<ref>[https://www.ancestry.com/family-tree/person/tree/57253764/person/38047826228/facts ליב ב"ר דוב הלוי]</ref>




גרשון אַליין האט אַלס בחור אױך מיטגעהאָלפן אין דער אָנפירונג דער משפּחהס האַנדלשאַפט, און דערנאָך האָט אױך געדינט אינעם אַמעריקאַנישן מיליטער, אַלס אָפיציר אין [[אמעריקאנישער פלאט|אַמעריקאַנישן ים־פלאָט]] אין די 40-ער יאָרן. ער האָט געשטיגן אין ראנג אַזש צום [[הױפּט־לייטענאנט]].  
גרשון אַליין האט אַלס בחור אױך מיטגעהאָלפן אין דער אָנפירונג דער משפּחהס האַנדלשאַפט, און דערנאָך האָט אױך געדינט אינעם אַמעריקאַנישן מיליטער, אַלס אָפיציר אין [[אמעריקאנישער פלאט|אַמעריקאַנישן ים־פלאָט]] אין די 40-ער יאָרן. ער האָט געשטיגן אין ראנג אַזש צום [[הױפּט־לייטענאנט]].  


ער איז אַריינגעגאַנגען אין [[אילינויסער אוניװערסיטעט]] אין שטאָט [[אורבאַנאַ]], און האָט דאָרט געקראָגן זיין באַקאַלאַװער אין ביאָכעמיע אין 1947, און װייטער זיין מאַגיסטער אין ביאָכעמיע אין 1948. דערנאָך איז ער געגאַנגען אין [[קאַליפאָרנישער אוניװערסיטעט, ברקלי|קאַליפאָרניער אוניװערסיטעט, בערקלי]], וואוּ ער האָט געקראָגן זיין דאָקטאָראַנט אין ביאָכעמיע אין 1955, און האָט געאַרבעט אַלס נאָך־דאָקטאָראַנט אין [[קעמברידזשער אוניװערסיטעט|קיימברידזשער אוניװערסיטעט]].  
ער איז אַריינגעגאַנגען אין [[אילינויסער אוניווערסיטעט]] אין שטאָט [[אורבאַנאַ]], און האָט דאָרט געקראָגן זיין באַקאַלאַווער אין ביאָכעמיע אין 1947, און ווייטער זיין מאַגיסטער אין ביאָכעמיע אין 1948. דערנאָך איז ער געגאַנגען אין [[קאַליפאָרנישער אוניווערסיטעט, ברקלי|קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, בערקלי]], וואוּ ער האָט געקראָגן זיין דאָקטאָראַנט אין ביאָכעמיע אין 1955, און האָט געאַרבעט אַלס נאָך־דאָקטאָראַנט אין [[קעמברידזשער אוניווערסיטעט|קיימברידזשער אוניווערסיטעט]].  


גראָדסקי האָט חתונה געהאַט מיט קיילא דין װאָלף און געהאַט צװיי טעכטער, אנדריא (דבורה) און דזשיימי.
גראָדסקי האָט חתונה געהאַט מיט קיילא דין וואָלף און געהאַט צוויי טעכטער, אנדריא (דבורה) און דזשיימי.


== קאריערע ==
== קאריערע ==


אין 1955, נאָך זיין נאָך־דאָקטאָראַנטישער אַרבעט, איז גראָדסקי געװאָרן אַ טייל פונעם פאַקולטעט פון ביאָכימיע אין קאַליפאָרניער אוניװערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, און איז געװאָרן דער אַסאָציאירטער פאָרשונג־פירער פון דער אוניװערסיטעטס אָפּטייל פון מעטאַבאָלישער אױספאָרשונג, װאָס דער פירער דערפון איז געװען [[Peter Forsham|פּיטער פאָרשאַם]]. מיט דער גרופּע פון דער לאַבאָראַטאָריע האָט גראָדסקי איבער צענדליקע יאָרן אױסגעפאָרשט קריטישע פראַגעס װעגן די פּראָדוקציע, איינזאַמלונג, און אַרױסלאָז פון [[אינסולין]] ביי דער [[Pancreas|אונטערמאָגן־דריז]].
אין 1955, נאָך זיין נאָך־דאָקטאָראַנטישער אַרבעט, איז גראָדסקי געוואָרן אַ טייל פונעם פאַקולטעט פון ביאָכימיע אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, און איז געוואָרן דער אַסאָציאירטער פאָרשונג־פירער פון דער אוניווערסיטעטס אָפּטייל פון מעטאַבאָלישער אױספאָרשונג, וואָס דער פירער דערפון איז געווען [[Peter Forsham|פּיטער פאָרשאַם]]. מיט דער גרופּע פון דער לאַבאָראַטאָריע האָט גראָדסקי איבער צענדליקע יאָרן אױסגעפאָרשט קריטישע פראַגעס וועגן די פּראָדוקציע, איינזאַמלונג, און אַרױסלאָז פון [[אינסולין]] ביי דער [[Pancreas|אונטערמאָגן־דריז]].


אין אָנהייב פון די 60-ער יאָרן האָבן גראָדסקי מיט זיין לאַבאָראַטאָריע צום ערשטן מאָל אָפּגעשיידט די אונטערמאָגן־דריז פון אַ בעל־חי כּדי חוקר צו זיין דערביי די אַרױסלאָז פון אינסולין. כּדי נאָך װייטער צו פאַרשטיין די פאָרעמס פון דעם אַרױסלאָז האָבן גראָדסקי מיט דער לאַבאָראַטאָריע־מאַנשאַפט אין 1960 אינזשענירט די ערשטע אָפּגעזעצטע אימונאָ־פּראָבע ("precipitated immunoassay") אױף אינסולין. אין די 60-ער יאָרן האָט גראָדסקי אָנגעפירט װייטערדיקע פאָרשונגען אין זיין שפּראָצנדיקער טעאָריע װעגן דעם אַרױסלאָז פון אינסולין ביי דער אונטערמאָגן דריז–אַז דאָס קומט אַרױס נישט אַלץ מיט איין מאָל, נאָר מיט צװיי באַזונדערע סטאַדיעס–דורך עקספּערימענטן מיט אַ דורכגעטריפנער אונטערמאָגן-דריז ("perfused pancreas"), און אױסגעגעבן מערערע אַרטיקלען דעריבער.  
אין אָנהייב פון די 60-ער יאָרן האָבן גראָדסקי מיט זיין לאַבאָראַטאָריע צום ערשטן מאָל אָפּגעשיידט די אונטערמאָגן־דריז פון אַ בעל־חי כּדי חוקר צו זיין דערביי די אַרױסלאָז פון אינסולין. כּדי נאָך ווייטער צו פאַרשטיין די פאָרעמס פון דעם אַרױסלאָז האָבן גראָדסקי מיט דער לאַבאָראַטאָריע־מאַנשאַפט אין 1960 אינזשענירט די ערשטע אָפּגעזעצטע אימונאָ־פּראָבע ("precipitated immunoassay") אױף אינסולין. אין די 60-ער יאָרן האָט גראָדסקי אָנגעפירט ווייטערדיקע פאָרשונגען אין זיין שפּראָצנדיקער טעאָריע וועגן דעם אַרױסלאָז פון אינסולין ביי דער אונטערמאָגן דריז–אַז דאָס קומט אַרױס נישט אַלץ מיט איין מאָל, נאָר מיט צוויי באַזונדערע סטאַדיעס–דורך עקספּערימענטן מיט אַ דורכגעטריפנער אונטערמאָגן-דריז ("perfused pancreas"), און אױסגעגעבן מערערע אַרטיקלען דעריבער.  


אין 1970 האָט גראָדסקי אָנגעפירט מיט עטליכע פון די ערשטע פאָרשונגען װעגן דעם אַרױסלאָז פון אינסולין פון געמאַכטע אונטערמאָגן־דריז קעמערלעך, גערופענע װיספּעס ("islets"). ער האָט אױך ביי זיי שטודירט די אױפפירונג פון אינסולין־אַרױסלאָז אין אָנבליק פון דער דאָזיקער טעאָריע.  
אין 1970 האָט גראָדסקי אָנגעפירט מיט עטליכע פון די ערשטע פאָרשונגען וועגן דעם אַרױסלאָז פון אינסולין פון געמאַכטע אונטערמאָגן־דריז קעמערלעך, גערופענע וויספּעס ("islets"). ער האָט אױך ביי זיי שטודירט די אױפפירונג פון אינסולין־אַרױסלאָז אין אָנבליק פון דער דאָזיקער טעאָריע.  


=== השפּעה אױף דער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז ===
=== השפּעה אױף דער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז ===


דורך אַלע די פאָרשונגען איז מען דערגאַנגען–װי גראָדסקי האָט דאָס משער געװען–אַז אינסולין װערט טאַקע אַרױסגעלאָזט מיט צװיי באַזונדערע כװאַליעס<ref>[https://academic.oup.com/endo/article-abstract/83/3/572/2695778 ארטיקל אין 'Endocrinology']</ref>. האָט מען פונאַנדערגעשיידט "שנעלע" און "פּאַמעלעכע" כװאַליעס פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין. דער באַדייט פון יענער אַנטדעקונג האָט געשטעקט אין דעם, אַז מען קען נישט פאַרבייטן דער אונטערמאָגן־דריזס אַרױסלאָז פון אינסולין סתּם מיט איינשרפּיצונגען, װייל אַן איינשפּריצונג גיט איין דעם גאַנצן אינסולין אױף איין שלאָג. האָט מען דערביי דערזען דאָס באַדערפעניש פאַר אַ מין קינסטלעכע אונטערמאָגן-דריז װאָס קען פּאָמפּעװען אינסולין אין גוף אַריין מיט אָפּגעזונדערטע שלעג. האָט גראָדסקיס אַנטדעקונג גרױס השפּעה געהאַט אױף דער אַנטװיקלונג פון דער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז, װאָס גרגאָדסקי האָט אױך װייטער געאַרבעט אױף דער פּעולה דערפון<ref>University Bulletin: A Weekly Bulletin for the Staff of the University of California, Volume 32, University of California (System) Office of Official Publications, University of California, 1983: 134</ref>.
דורך אַלע די פאָרשונגען איז מען דערגאַנגען–ווי גראָדסקי האָט דאָס משער געווען–אַז אינסולין ווערט טאַקע אַרױסגעלאָזט מיט צוויי באַזונדערע כוואַליעס<ref>[https://academic.oup.com/endo/article-abstract/83/3/572/2695778 ארטיקל אין 'Endocrinology']</ref>. האָט מען פונאַנדערגעשיידט "שנעלע" און "פּאַמעלעכע" כוואַליעס פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין. דער באַדייט פון יענער אַנטדעקונג האָט געשטעקט אין דעם, אַז מען קען נישט פאַרבייטן דער אונטערמאָגן־דריזס אַרױסלאָז פון אינסולין סתּם מיט איינשרפּיצונגען, ווייל אַן איינשפּריצונג גיט איין דעם גאַנצן אינסולין אױף איין שלאָג. האָט מען דערביי דערזען דאָס באַדערפעניש פאַר אַ מין קינסטלעכע אונטערמאָגן-דריז וואָס קען פּאָמפּעווען אינסולין אין גוף אַריין מיט אָפּגעזונדערטע שלעג. האָט גראָדסקיס אַנטדעקונג גרױס השפּעה געהאַט אױף דער אַנטוויקלונג פון דער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז, וואָס גרגאָדסקי האָט אױך ווייטער געאַרבעט אױף דער פּעולה דערפון<ref>University Bulletin: A Weekly Bulletin for the Staff of the University of California, Volume 32, University of California (System) Office of Official Publications, University of California, 1983: 134</ref>.


=== אַנדערע פאָרשונגען ===
=== אַנדערע פאָרשונגען ===


גראָדסקי האָט װייטער געפאָרשט און אַרױסגעגעבן רעפעראַטן װעגן צאָלרייכע טעמעס, פאַרבונדן מיט די גאָרמים, װירקנדיק אױף דעם אַרױסלאָז פון אינסולין, און מיט דער אייגנער װירקונג פון אינסולין אױף דער אַנטװיקלונג פון דיאַבעט. צװישן אַנדערע ענינים האָט גראָדסקי באַשריבן די ראָלע פונעם מעטאַבאָליזם פון [[Glucose|גלוקאָזע]] אין דער אינדוקציע פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין, אַריינגערעכנט דעם אױסשפּרירעװען פון בעטא־קעמערלעך אין דער אונטערמאָגן־דריז דורך גלוקאָזע ("beta cell glucose desensitization"); דער װירקונג פון [[Reactive Oxygen Species|רעאַקטיװע זױערשטאָף־זגאַלן]] ("reactive oxygen species") אין דיאַבעט; דער אָפּהענגיקייט פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין אױף [[קאלציום|קאַלציום]], און דער װירקונג פון [[אַספּאַרטיש־זייערס]] און [[גלוטאַמיש־זייערס]] אױף דער איינזאַמלונג פון אינסולין. אין 2002 האָט גראָדסקי אױסגעגעבן, מיט [[Ira Goldfine|עירא גאָלדפיין]] כו', אַ פאַרייניקטן היפּאָטעז פון דיאַבעט מסוג 2 <ref>[https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pubmed/12372842 Oxidative stress and stress-activated signaling pathways: a unifying hypothesis of type 2 diabetes]</ref>.
גראָדסקי האָט ווייטער געפאָרשט און אַרױסגעגעבן רעפעראַטן וועגן צאָלרייכע טעמעס, פאַרבונדן מיט די גאָרמים, ווירקנדיק אױף דעם אַרױסלאָז פון אינסולין, און מיט דער אייגנער ווירקונג פון אינסולין אױף דער אַנטוויקלונג פון דיאַבעט. צווישן אַנדערע ענינים האָט גראָדסקי באַשריבן די ראָלע פונעם מעטאַבאָליזם פון [[Glucose|גלוקאָזע]] אין דער אינדוקציע פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין, אַריינגערעכנט דעם אױסשפּרירעווען פון בעטא־קעמערלעך אין דער אונטערמאָגן־דריז דורך גלוקאָזע ("beta cell glucose desensitization"); דער ווירקונג פון [[Reactive Oxygen Species|רעאַקטיווע זױערשטאָף־זגאַלן]] ("reactive oxygen species") אין דיאַבעט; דער אָפּהענגיקייט פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין אױף [[קאלציום|קאַלציום]], און דער ווירקונג פון [[אַספּאַרטיש־זייערס]] און [[גלוטאַמיש־זייערס]] אױף דער איינזאַמלונג פון אינסולין. אין 2002 האָט גראָדסקי אױסגעגעבן, מיט [[Ira Goldfine|עירא גאָלדפיין]] כו', אַ פאַרייניקטן היפּאָטעז פון דיאַבעט מסוג 2 <ref>[https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pubmed/12372842 Oxidative stress and stress-activated signaling pathways: a unifying hypothesis of type 2 diabetes]</ref>.


=== פּראָפעסיאָנעלע טעטיקייטן ===
=== פּראָפעסיאָנעלע טעטיקייטן ===


גראָדסקי האָט געדינט אַלס גאַסט־פּראָפעסאָר אין [[Paris 7|פּאַריזער אוניװערסיטעט "דידעראָט"]] ("Paris 7") און אין [[גענפער אוניװערסיטעט]] ("University of Geneva"), און אַלס פאָרזיצער פון פאָרשונגען פון דער אַװיזיע־פאַרװאַלטונג פון דיאַבעט פאַר דער [[סעקרעטאַר פון געזונט]] אין די [[פאַראייניקטע שטאַטן|פאַרייניקטע שטאַטן]].  
גראָדסקי האָט געדינט אַלס גאַסט־פּראָפעסאָר אין [[Paris 7|פּאַריזער אוניווערסיטעט "דידעראָט"]] ("Paris 7") און אין [[גענפער אוניווערסיטעט]] ("University of Geneva"), און אַלס פאָרזיצער פון פאָרשונגען פון דער אַוויזיע־פאַרוואַלטונג פון דיאַבעט פאַר דער [[סעקרעטאַר פון געזונט]] אין די [[פאַראייניקטע שטאַטן|פאַרייניקטע שטאַטן]].  


גראָדסקי האָט אױסגעגעבן אַן ערך 225 װישנשאַפטלעכע אַטריקלען.<ref>http://diabetes.ucsf.edu/news/and-winner-ucsf-diabetes-pioneer-receives-eponymous-award</ref> ער האָט אױך געגרינדעט דעם [[Diabetes Technology and Therapeutics (journal)|זשורנאַל פון טעכנאָלאָגיע און טעראַפּעװטישן פון דיאַבעט]] ("Diabetes Technology and Therapeutics") און איז אַ רעדאַקטאָר אױך פונעם [[Journal of Diabetes Science and Technology|זשורנאַל פון װיסנשאַפט און טעכנאָלאָגיע שייך צו דיאַבעט]] ("(The Journal of Diabetes Science and Technology (JDST").  
גראָדסקי האָט אױסגעגעבן אַן ערך 225 ווישנשאַפטלעכע אַטריקלען.<ref>http://diabetes.ucsf.edu/news/and-winner-ucsf-diabetes-pioneer-receives-eponymous-award</ref> ער האָט אױך געגרינדעט דעם [[Diabetes Technology and Therapeutics (journal)|זשורנאַל פון טעכנאָלאָגיע און טעראַפּעווטישן פון דיאַבעט]] ("Diabetes Technology and Therapeutics") און איז אַ רעדאַקטאָר אױך פונעם [[Journal of Diabetes Science and Technology|זשורנאַל פון וויסנשאַפט און טעכנאָלאָגיע שייך צו דיאַבעט]] ("(The Journal of Diabetes Science and Technology (JDST").  


ער זיצט אױף די װיסנשאַפטלעכע אַװיזיע־פאַרװאַלטונגען פון דער [[Juvenile Diabetes Foundation|פונדאַציע פון יוגנט־דיאַבעט]] ("Juvenile Diabetes Foundation") און דער פאַרמאַצעװטישער פירמע "[[BioMarker Pharmaceuticals]]", צװישן אַנדערע, און אַרבעט נאָך אַלץ אין קאַליפאָרניער אוניװערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, וואוּ ער גיט עצות מכּוח דער טעכנאָלאָגיע פון [[שטאַם־קעמערלעך]] צום שאַפן אינסולין. ער איז דער איינציקער טראָגער (און שאַפער) פון דער אוניװערסיטעטס אַ טיטל  "פּראָפעסאָר עמעריטירט – אַקטיװ."
ער זיצט אױף די וויסנשאַפטלעכע אַוויזיע־פאַרוואַלטונגען פון דער [[Juvenile Diabetes Foundation|פונדאַציע פון יוגנט־דיאַבעט]] ("Juvenile Diabetes Foundation") און דער פאַרמאַצעווטישער פירמע "[[BioMarker Pharmaceuticals]]", צווישן אַנדערע, און אַרבעט נאָך אַלץ אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, וואוּ ער גיט עצות מכּוח דער טעכנאָלאָגיע פון [[שטאַם־קעמערלעך]] צום שאַפן אינסולין. ער איז דער איינציקער טראָגער (און שאַפער) פון דער אוניווערסיטעטס אַ טיטל  "פּראָפעסאָר עמעריטירט – אַקטיוו."


== פּרעמיעס ==  
== פּרעמיעס ==  


* דוד רומבאו װיסנשאַפטלעכער פּריז, [[פונדאַציע פון יוגנט־דיאַבעט פאָרשונג]], 1984
* דוד רומבאו וויסנשאַפטלעכער פּריז, [[פונדאַציע פון יוגנט־דיאַבעט פאָרשונג]], 1984
* פאַרדינסט פּריז, [[נאַציאָנאַלע אינסטיטוטן פון געזונט]], 1986
* פאַרדינסט פּריז, [[נאַציאָנאַלע אינסטיטוטן פון געזונט]], 1986
* לעבנס־דערגרייכונג פּרייז, [[Diabetes Center (University of California - San Francisco)|דיאַבעט צענטער]] פון קאַליפאָרניער אוניװערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, 2009
* לעבנס־דערגרייכונג פּרייז, [[Diabetes Center (University of California - San Francisco)|דיאַבעט צענטער]] פון קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, 2009
* פּאול לייסי פּרייז, [[US Midwestern Islet Group|חצי־מערבדיקע װיספּע־גרופּע פון די פ־ש]], 2013  
* פּאול לייסי פּרייז, [[US Midwestern Islet Group|חצי־מערבדיקע וויספּע־גרופּע פון די פ־ש]], 2013  
* אין 1994 האָט די פונדאַציע פון יוגנט־דיאַבעט באַשענקט אַ יערלעכן פּריז, דעם Gerold & Kayla Grodsky Basic Research Scientist Award, אין זיין כּבוד.
* אין 1994 האָט די פונדאַציע פון יוגנט־דיאַבעט באַשענקט אַ יערלעכן פּריז, דעם Gerold & Kayla Grodsky Basic Research Scientist Award, אין זיין כּבוד.
* אין דער 1984 אױסגאַבע פון "[[Current Contents]]" איז גראָדסקי גערעכנט צװישן די 1,000 ציטירטסטע װיסנשאַפטלערס אױף דער וועלט.
* אין דער 1984 אױסגאַבע פון "[[Current Contents]]" איז גראָדסקי גערעכנט צווישן די 1,000 ציטירטסטע וויסנשאַפטלערס אױף דער וועלט.


== מראה מקומות ==
== מראה מקומות ==

רעוויזיע פון 18:29, 1 יאנואר 2023

 

גרשון גראָדסקי (ענגליש: Gerold M. Grodsky, געב' ט"ו שבט תרפ"ז [לערך] /18טן יאנואר 1927 ,סאנט לואיס, מיזורי) איז אַן אַמעריקאַנער פּראָפעסאָר פון ביאָכעמיע, ביאָפיזיק, און מעדיצין אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, ווי אױך אַ דיאַבעט־פאָרשער און אַן ערפינדער. ער איז מערסטנס באַקאַנט פאַר זיינע בייטראָגן אױף דער היינטצייטיקער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז.

ביאגראפיע

גרשון גראָדסקי איז געבױרן געוואָרן דעם 18טן יאנואר 1927 אין סנט לואיס, מיזורי. זיין פאָטער, לואיס (לייב) גראָדסקי, איז אױך געבױרן געוואָרן אין מיזורי, ווי אױך זיין מוטער, גאלדי (פעלדאַקער) גראָדסקי. אינעם פריִערדיקן דור זענען די עלטערן געקומען קיין אַמעריקע פון באָראָמעל, אוקראַיִנע, און אַנדערע שטעטלעך אין רוסלאַנד און פּױלן.

לואיס גראָדסקי, האָבנדיק געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי אַלס יונגער בחור בשעת דער ערשטער וועלט מלחמה, האָט ווייטער געפירט מיטן טאַטנס סאָדע־איינפלעשלענען קאָמפּאַניע אין סאנט לואיס.[1]


גרשון אַליין האט אַלס בחור אױך מיטגעהאָלפן אין דער אָנפירונג דער משפּחהס האַנדלשאַפט, און דערנאָך האָט אױך געדינט אינעם אַמעריקאַנישן מיליטער, אַלס אָפיציר אין אַמעריקאַנישן ים־פלאָט אין די 40-ער יאָרן. ער האָט געשטיגן אין ראנג אַזש צום הױפּט־לייטענאנט.

ער איז אַריינגעגאַנגען אין אילינויסער אוניווערסיטעט אין שטאָט אורבאַנאַ, און האָט דאָרט געקראָגן זיין באַקאַלאַווער אין ביאָכעמיע אין 1947, און ווייטער זיין מאַגיסטער אין ביאָכעמיע אין 1948. דערנאָך איז ער געגאַנגען אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, בערקלי, וואוּ ער האָט געקראָגן זיין דאָקטאָראַנט אין ביאָכעמיע אין 1955, און האָט געאַרבעט אַלס נאָך־דאָקטאָראַנט אין קיימברידזשער אוניווערסיטעט.

גראָדסקי האָט חתונה געהאַט מיט קיילא דין וואָלף און געהאַט צוויי טעכטער, אנדריא (דבורה) און דזשיימי.

קאריערע

אין 1955, נאָך זיין נאָך־דאָקטאָראַנטישער אַרבעט, איז גראָדסקי געוואָרן אַ טייל פונעם פאַקולטעט פון ביאָכימיע אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, און איז געוואָרן דער אַסאָציאירטער פאָרשונג־פירער פון דער אוניווערסיטעטס אָפּטייל פון מעטאַבאָלישער אױספאָרשונג, וואָס דער פירער דערפון איז געווען פּיטער פאָרשאַם. מיט דער גרופּע פון דער לאַבאָראַטאָריע האָט גראָדסקי איבער צענדליקע יאָרן אױסגעפאָרשט קריטישע פראַגעס וועגן די פּראָדוקציע, איינזאַמלונג, און אַרױסלאָז פון אינסולין ביי דער אונטערמאָגן־דריז.

אין אָנהייב פון די 60-ער יאָרן האָבן גראָדסקי מיט זיין לאַבאָראַטאָריע צום ערשטן מאָל אָפּגעשיידט די אונטערמאָגן־דריז פון אַ בעל־חי כּדי חוקר צו זיין דערביי די אַרױסלאָז פון אינסולין. כּדי נאָך ווייטער צו פאַרשטיין די פאָרעמס פון דעם אַרױסלאָז האָבן גראָדסקי מיט דער לאַבאָראַטאָריע־מאַנשאַפט אין 1960 אינזשענירט די ערשטע אָפּגעזעצטע אימונאָ־פּראָבע ("precipitated immunoassay") אױף אינסולין. אין די 60-ער יאָרן האָט גראָדסקי אָנגעפירט ווייטערדיקע פאָרשונגען אין זיין שפּראָצנדיקער טעאָריע וועגן דעם אַרױסלאָז פון אינסולין ביי דער אונטערמאָגן דריז–אַז דאָס קומט אַרױס נישט אַלץ מיט איין מאָל, נאָר מיט צוויי באַזונדערע סטאַדיעס–דורך עקספּערימענטן מיט אַ דורכגעטריפנער אונטערמאָגן-דריז ("perfused pancreas"), און אױסגעגעבן מערערע אַרטיקלען דעריבער.

אין 1970 האָט גראָדסקי אָנגעפירט מיט עטליכע פון די ערשטע פאָרשונגען וועגן דעם אַרױסלאָז פון אינסולין פון געמאַכטע אונטערמאָגן־דריז קעמערלעך, גערופענע וויספּעס ("islets"). ער האָט אױך ביי זיי שטודירט די אױפפירונג פון אינסולין־אַרױסלאָז אין אָנבליק פון דער דאָזיקער טעאָריע.

השפּעה אױף דער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז

דורך אַלע די פאָרשונגען איז מען דערגאַנגען–ווי גראָדסקי האָט דאָס משער געווען–אַז אינסולין ווערט טאַקע אַרױסגעלאָזט מיט צוויי באַזונדערע כוואַליעס[2]. האָט מען פונאַנדערגעשיידט "שנעלע" און "פּאַמעלעכע" כוואַליעס פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין. דער באַדייט פון יענער אַנטדעקונג האָט געשטעקט אין דעם, אַז מען קען נישט פאַרבייטן דער אונטערמאָגן־דריזס אַרױסלאָז פון אינסולין סתּם מיט איינשרפּיצונגען, ווייל אַן איינשפּריצונג גיט איין דעם גאַנצן אינסולין אױף איין שלאָג. האָט מען דערביי דערזען דאָס באַדערפעניש פאַר אַ מין קינסטלעכע אונטערמאָגן-דריז וואָס קען פּאָמפּעווען אינסולין אין גוף אַריין מיט אָפּגעזונדערטע שלעג. האָט גראָדסקיס אַנטדעקונג גרױס השפּעה געהאַט אױף דער אַנטוויקלונג פון דער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז, וואָס גרגאָדסקי האָט אױך ווייטער געאַרבעט אױף דער פּעולה דערפון[3].

אַנדערע פאָרשונגען

גראָדסקי האָט ווייטער געפאָרשט און אַרױסגעגעבן רעפעראַטן וועגן צאָלרייכע טעמעס, פאַרבונדן מיט די גאָרמים, ווירקנדיק אױף דעם אַרױסלאָז פון אינסולין, און מיט דער אייגנער ווירקונג פון אינסולין אױף דער אַנטוויקלונג פון דיאַבעט. צווישן אַנדערע ענינים האָט גראָדסקי באַשריבן די ראָלע פונעם מעטאַבאָליזם פון גלוקאָזע אין דער אינדוקציע פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין, אַריינגערעכנט דעם אױסשפּרירעווען פון בעטא־קעמערלעך אין דער אונטערמאָגן־דריז דורך גלוקאָזע ("beta cell glucose desensitization"); דער ווירקונג פון רעאַקטיווע זױערשטאָף־זגאַלן ("reactive oxygen species") אין דיאַבעט; דער אָפּהענגיקייט פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין אױף קאַלציום, און דער ווירקונג פון אַספּאַרטיש־זייערס און גלוטאַמיש־זייערס אױף דער איינזאַמלונג פון אינסולין. אין 2002 האָט גראָדסקי אױסגעגעבן, מיט עירא גאָלדפיין כו', אַ פאַרייניקטן היפּאָטעז פון דיאַבעט מסוג 2 [4].

פּראָפעסיאָנעלע טעטיקייטן

גראָדסקי האָט געדינט אַלס גאַסט־פּראָפעסאָר אין פּאַריזער אוניווערסיטעט "דידעראָט" ("Paris 7") און אין גענפער אוניווערסיטעט ("University of Geneva"), און אַלס פאָרזיצער פון פאָרשונגען פון דער אַוויזיע־פאַרוואַלטונג פון דיאַבעט פאַר דער סעקרעטאַר פון געזונט אין די פאַרייניקטע שטאַטן.

גראָדסקי האָט אױסגעגעבן אַן ערך 225 ווישנשאַפטלעכע אַטריקלען.[5] ער האָט אױך געגרינדעט דעם זשורנאַל פון טעכנאָלאָגיע און טעראַפּעווטישן פון דיאַבעט ("Diabetes Technology and Therapeutics") און איז אַ רעדאַקטאָר אױך פונעם זשורנאַל פון וויסנשאַפט און טעכנאָלאָגיע שייך צו דיאַבעט ("(The Journal of Diabetes Science and Technology (JDST").

ער זיצט אױף די וויסנשאַפטלעכע אַוויזיע־פאַרוואַלטונגען פון דער פונדאַציע פון יוגנט־דיאַבעט ("Juvenile Diabetes Foundation") און דער פאַרמאַצעווטישער פירמע "BioMarker Pharmaceuticals", צווישן אַנדערע, און אַרבעט נאָך אַלץ אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, וואוּ ער גיט עצות מכּוח דער טעכנאָלאָגיע פון שטאַם־קעמערלעך צום שאַפן אינסולין. ער איז דער איינציקער טראָגער (און שאַפער) פון דער אוניווערסיטעטס אַ טיטל  "פּראָפעסאָר עמעריטירט – אַקטיוו."

פּרעמיעס

מראה מקומות

  1. ליב ב"ר דוב הלוי
  2. ארטיקל אין 'Endocrinology'
  3. University Bulletin: A Weekly Bulletin for the Staff of the University of California, Volume 32, University of California (System) Office of Official Publications, University of California, 1983: 134
  4. Oxidative stress and stress-activated signaling pathways: a unifying hypothesis of type 2 diabetes
  5. http://diabetes.ucsf.edu/news/and-winner-ucsf-diabetes-pioneer-receives-eponymous-award

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!