אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמשון רפאל הירש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "יידנטום" ב־"אידנטום")
ק (נייטראלער האט באוועגט בלאט שמשון רפאל הירש צו רבי שמשון רפאל הירש)

רעוויזיע פון 21:27, 19 דעצעמבער 2022

רבי שמשון רפאל הירש
א געמאלן בילד אלס אינגערמאן

הרב שמשון בן רפאל הירש (כ"ה סיון ה'תקס"ח - כ"ז טבת ה'תרמ"ט), געבוירן אין האמבורג, איז געווען דער פירנדער תורה פערזענלעכקייט פון דער ארטאדאקסישער געמיינדע אין דייטשלאנד.

ער איז געווען א זון פון רפאל הירש, א גרויסער עושר אין האמבורג, וואס איז געווען א זון פון מענדל פראנקפורטער, דער מייסד פון דער תלמוד תורה אין האמבורג.

ער האט געלערנט תורה ביי הרב יצחק בערנייס, אב"ד האמבורג און א גרויסער קעמפער קעגן אסימיליזאציע.

ווען ער איז געווען אלט 23 יאר האט מען אים באשטימט רב פון אלדנבורג. דארט האט ער אבגעשאפט "כל נדרי" אין דער תפילה פון יום כיפור.[1] אין תר"ו איז ער געווארן הויפט רב פון מעהרן, און ער האט זיך באזעצט אין ניקאלשבורג. דארט האט ער פארזוכט מאכן רעפארם אין די שולן און אויפבויען א סעמינאר אנשטאט די ישיבות. הירש איז געווען נאמינירט פאר דעם וואס די רעפארמער און שומרי התורה אין דער געגנט האבן געקעמפט אזוי, וואס איר לעצטע ברירה איז געווען צו נעמען א רב פון ארויס.[2] הגאון שלמה קוועטש האט גערופן הירש "עם הארץ", "סידור למדן" און "א משורר, נישט א רב." די למדנים אין ניקאלשבורג האט פון איהם געלאכט: "אמאל פלעגט מען דא לערנען גמרא און זאגן תהלים, היינט מ'לערנט תהלים און מ'זאגט גמרא."[3] מען האט אנערקענט זיין אויפטו און האט אים באשטימט א מיטגליד אין דעם פארלאמענט פון דער עסטרייכער אימפעריע.

ער האט איינגעפעדעמט אין זיך פייערדיגע קנאות צו קעמפן קעגן דער רעפארם באוועגונג וואס האט דאמינירט די אידן אין דייטשלאנד, מיט גאר שטארקער השכלה רעלאטיוו צו די אנדערע פרומע אידן אין מזרח אייראפע, מיט זיין שטאלץ און עהרע אז א איד מוז קענען די גויאישע שפראך (דייטש) און וויסנשאפט מיט זיין תורה עם דרך ארץ שיטה.

ער ווערט פאררעכענט אלס דער אויספארעמער גרינדער און פאטער פון ארטאדאקסיע און איבערהויפט מאדערן ארטאדאקסיע און אויך דער עקזעמפלאר פון קנאות.

ער האט געארבעט אין א ספרים געשעפט פאר פרנסה אלס גאר אינגערמאן.

רעפערענצן

  1. המעין תשכ"ד, ז. 9.
  2. Michael Miller, Rabbis and Revolution: The Jews of Moravia in the Age of Emancipation, Stanford University Press, 2010. ז. 170-177.
  3. יקותיאל יהודה גרינוואלד, לתולדות הריפורמציאן הדתית בגרמניא ובאונגריא, ז. 55-58.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!