רוי:וויסנשאפט

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:וויסענשאפט)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

וויסנשאַפט איז די שטודיע און וויסן פון נאטור, דעם אוניווערס און דעם מענטשליכן קערפער דורך אן אנגענומענעם וועג פון לערנען.

אין אלגעמיין האט וויסנשאפט צו טאן מיט פארשן, ווייל דורכן פארשן דערוווסט מען זיך זאכן. דער וואס פארנעמט זיך מיט וויסנשאפט הייסט א וויסנשאפטלער, און דער וואס פארשט הייסט א "פארשער".

עס איז דא צוויי ערליי סיבות פארוואס א מענטש פארשט, איינע קומט פון א נאטירליכע נייגעריקייט וואס א מענטש אינטערעסירט זיך צו פארשטיין און ארויס האבן ווי יעדע זאך איז צוזאמגעשטעלט, און נאך א סיבה, איז כדי צו אנטוויקלען און אויפצוטאן פאר דער וועלט אין אלערליי ענינים וו.צ.ב.ש. באשאפן נייע מעדיצינען א.א.וו..

עס איז א כסדר'דיגע טוישענדע וועלט און אלעס גייט קודם אויף טעאריעס געבויט אויף פאקטן, ביז עס ווערט אפגעוואנדען פון נייערע פאקטן.

געביטן פון וויסנשאפט

מאדערנע וויסנשאפט ווערט געווענליך צעטיילט אין דריי געביטן: נאטור-וויסנשאפטן, סאציאלע וויסנשאפטו און גייסט וויסנשאפטן.

פארשידענע צוגאנגען אין איינשליסן געביטן אין "וויסנשאפט"

  • טייל באגרעניצן דעם באדייט פונעם באגריף "וויסנשאפט" נאר צו נאטור-וויסנשאפטן. אנדערע אבער שליסן איין אין וויסנשאפט אויך טעטיקייטן פון דעם געביט פון סאציאל וויסנשאפט וואס זענען באזירט אויף אבזערוואציע און עקספערימענט, אויך ווען די מעסטונגען זענען נישט אזוי שטארק מדויק, אדער אפילו די וואס שליסן איין אבזערוואיציעס אבער נישט קיין עקספערימענטן. אנדערע ווילן איינשליסן אויך גייסט וויסנשאפטן.
  • טייל האלטן מאטעמאטיק פאר א וויסנשאפט, כאטש זי איז נישט באזירט אויף אבזערוואציע און עקספערימענט, ווייל די מערהייט פון וויסנשאפטן פארלאזן זיך אויף בארעכטיגונג פון דעם געביט פון מאטעמאטיק. אנדערע האלטן אבער אז מאטעמאטיק איז א צווייג פון לאגיק.

קאטעגאריעס פון וויסנשאפט

ביאלאגישע וויסנשאפטן

ביאלאגיע

פיזישע וויסנשאפטן

סאציאלע וויסנשאפטן

צווייגן פון וויסנשאפט

מאדערנע וויסנשאפט ווערט אפט צעטיילט אין דריי הויפט צווייגן, וואס זענען די נאטור-וויסנשאפטן, סאציאל-וויסנשאפט און פארמאל-וויסנשאפט. יעדער איינער פון די דאזיגע צווייגן באשטיין פון פארשידענע ספעציאליזירטע וויסנשאפטליכע דיסציפלינען וואס אפמאל האבן זייער אייגענעם נאמענקלאטור.[1] די נאטור- און סאציאל-וויסנשאפטן זענען ביידע עמפירישע וויסנשאפטן[2] אזוי ווי זייער וויסן איז באזירט אויף עמפירישע אבזערוואציעס און מען קאנטראלירן דורך אנדערע פארשער וואס ארבעטן מיט די זעלבע באדינגען.[3]

עס זענען פאראן אויך אנדערע דיסציפלינען וואס ניצן וויסנשאפט, ווי למשל אינזשעניריע און מעדיצין.

נאטור-וויסנשאפטן

פאלשע-קאליר קאמפאזיציע פון גלאבאלע אקעאנישער און ערדישער פאטאאויטאטראף שפע דורך דעם SeaWiFS פראיעקט, NASA/Goddard Space Flight Center, און ORBIMAGE.

נאטור-וויסנשאפטן באהאנדלען די באשרייבונג, פאראויסזאָג און פארשטאנד פון נאטירליכע פענאמענען באזירט אויף עמפירישע באווייזן פון אבזערוואציע און עקספערימענטאציע. מען קען דאס צעטיילן אין צוויי הויפט צווייגן: ביא-וויסנשאפטן און פיזישע וויסנשאפט. פיזישע וויסנשאפט ווערט צעטיילט ווייטער אין צווייגן, וואס שליסן איין פיזיק, כעמיע, אסטראנאמיע און ערד-וויסנשאפט. די צוויי הויפט צווייגן קען מען צעטיילן ווייטער אין מער ספעזיאליזירטע דיסציפלינען. מאדערנע נאטור-וויסנשאפטן זענען דער נאכפאלגער פון דער נאטור-פילאזאפיע וואס האט אנגעהויבן אין אוראלט גריכנלאנד. גאלילעא, דעקארט, באקאן און ניוטאן האבן דעבאטירט די מעלות פון ניצן צוגאנגען וואס זענען מער מאטעמאטיש און מער עקספערימענטאליש אויף א מעטאדישן אופן. דאך, פילאזאפישע פערספעקטיוון און השערות, אפטמאל פאַרזען, בלייבן נייטיד אין נאטור-וויסנשאפטן.[4] סיסטעמאטישע דאטן זאמלונג האט נאכגעפאלגט נאטור-געשיכטע, וואס איז ארויסגעקומען אינעם 16טן יארהונדערט, באשילדערן און קלאסיפיצירן פלאנצן, בעלי חיים, מינעראלן אא"וו.[5] היינט טוט דער טערמין "נאטור-געשיכטע" פארלייגן אבזערוואצייע-באשרייבונגען פארן ברייטערן עולם.[6]

סאציאלע וויסנשאפטן

סאציאל וויסנשאפט באהאנדלט די געזעלשאפט און די באציאונגען צווישן יחידים אינערהאלב א געזעלשאפט. זי האט פיל צווייגן וואס שליסן איין (אבער זענען נישט באגרעניצט צו) אנטראפאלאגיע, ארכעאלאגיע, קאמוניקאציע-וויסנשאפט, עקאנאמיק, היסטאריע, מענטשליכע געאגראפיע, יוריספרודענץ, לינגוויסטיק, פאליטיק-וויסנשאפט, פובליק-געזונט און סאציאלאגיע.

אין עקאנאמיק, באשרייבט דער פארזארג און נאכפרעג מאדעל וויאזוי פרייזן ענדערן זיך אלס תוצאה פון א באלאנס צווישן פראדוקט פאראנענקייט און נאכפרעג.

רעפערענצן

  1. "Scientific Method: Relationships Among Scientific Paradigms". Seed Magazine. ‏7טן מערץ, 2007. Archived from the original on 1טן נאוועמבער, 2016. Retrieved 4טן נאוועמבער, 2016. {{cite web}}: Check date values in: |access-date=, |date=, and |archivedate= (help); Unknown parameter |deadurl= ignored (|url-status= suggested) (help)
  2. Bunge, Mario Augusto (1998). Philosophy of Science: From Problem to Theory. Transaction Publishers. p. 24. ISBN 978-0-7658-0413-6.
  3. Popper 2002, p. 20.
  4. Hugh G. Gauch Jr, Scientific Method in Practice (Cambridge: Cambridge University Press, 2003), pp. 71–73 ארכיווירט 2015-09-06 ביי דער Wayback Machine
  5. Oglivie 2008, pp. 1–2.
  6. "Natural History". Princeton University WordNet. Archived from the original on 3טן מערץ, 2012. Retrieved 21סטן אקטאבער, 2012. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |archivedate= (help); Unknown parameter |deadurl= ignored (|url-status= suggested) (help)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!