אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אברהם סוצקעווער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "„" ב־""")
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: בֿ ← ב (72), ױ ← וי, וווּ ← וואוּ, במלאות ← במלאת)
שורה 1: שורה 1:
[[טעקע:Abraham Sutzkever 1950.jpg|קליין|200px|אַבֿרהם סוצקעווער אין תּש"י]]
[[טעקע:Abraham Sutzkever 1950.jpg|קליין|200px|אַברהם סוצקעווער אין תּש"י]]
[[טעקע:Sutskever Valdiks 1940.jpg|קליין|200px|די הילע פונעם לידער באַנד "וואַלדיקס", 1940]]
[[טעקע:Sutskever Valdiks 1940.jpg|קליין|200px|די הילע פונעם לידער באַנד "וואַלדיקס", 1940]]
'''אַבֿרהם סוצקעווער''' ([[15טן יולי]], [[1913]] - [[20סטן יאנואר|20סטן יאַנואַר]], [[2010]]), איז געװען אַ ייִדישער [[דיכטער]] און [[פּאַרטיזאַן]] פון דער [[צװײטער װעלט מלחמה]].
'''אַברהם סוצקעווער''' ([[15טן יולי]], [[1913]] - [[20סטן יאנואר|20סטן יאַנואַר]], [[2010]]), איז געװען אַ ייִדישער [[דיכטער]] און [[פּאַרטיזאַן]] פון דער [[צװײטער װעלט מלחמה]].


== ביאָגראַפיע ==  
== ביאָגראַפיע ==  


אַבֿרהם סוצקעווער איז געבױרן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 (י' תמוז תרע"ג) אין [[סמאָרגאָן]], דאן [[ליטע]] היינט [[בעלאַרוס]], אַ שטעטל אַרום זיבעציג ק“מ פון [[װילנע]]. זיין זיידע פון דער מאַמעס צד איז געווען דער רבֿ [[שבתי פיינבערג]], מחבר פון ספר "אפיקי מגינים“ אויפן [[שלחן ערוך|שלחן־ערוך]]. אין סעפּטעמבער 1915 האָבן קאָזאַקן פּאָגראָמירט און אונטערגעצונדן סמאָרגאָן. די ייִדן האָט מען פאַרטריבן פון שטאָט. ווי אַנדערע משפּחות, האָבן די סוצקעווערס געפונען אַ מקום־מיקלט אין [[סיביר]], אין דער געגנט פון אָמסק, ביים טייך אירטיש. דאָרטן איז ער צו זיבן יאָר פאַריתומט געוואָרן פון זיין פאָטער.
אַברהם סוצקעווער איז געבוירן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 (י' תמוז תרע"ג) אין [[סמאָרגאָן]], דאן [[ליטע]] היינט [[בעלאַרוס]], אַ שטעטל אַרום זיבעציג ק“מ פון [[װילנע]]. זיין זיידע פון דער מאַמעס צד איז געווען דער רב [[שבתי פיינבערג]], מחבר פון ספר "אפיקי מגינים“ אויפן [[שלחן ערוך|שלחן־ערוך]]. אין סעפּטעמבער 1915 האָבן קאָזאַקן פּאָגראָמירט און אונטערגעצונדן סמאָרגאָן. די ייִדן האָט מען פאַרטריבן פון שטאָט. ווי אַנדערע משפּחות, האָבן די סוצקעווערס געפונען אַ מקום־מיקלט אין [[סיביר]], אין דער געגנט פון אָמסק, ביים טייך אירטיש. דאָרטן איז ער צו זיבן יאָר פאַריתומט געוואָרן פון זיין פאָטער.


נאָך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] האָט זיך זיין משפּחה איבערגעקליבן קיין [[װילנע]], דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפט, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ תּלמוד־תּורה און שפּעטער אין אַ פּויליש־שפּראַכיקער ייִדישער גימנאַזיע. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרייבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פון דער ייִדישיסטישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע "בין“, געגרינדט דורכן לינגוויסט [[מאקס וויינרייך|מאַקס וויינרייך]]. זיין ערשט ליד איז דערשינען אין 1932 אין אַן אויסגאַבע פון דער "בין“.
נאָך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] האָט זיך זיין משפּחה איבערגעקליבן קיין [[װילנע]], דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפט, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ תּלמוד־תּורה און שפּעטער אין אַ פּויליש־שפּראַכיקער ייִדישער גימנאַזיע. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרייבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פון דער ייִדישיסטישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע "בין“, געגרינדט דורכן לינגוויסט [[מאקס וויינרייך|מאַקס וויינרייך]]. זיין ערשט ליד איז דערשינען אין 1932 אין אַן אויסגאַבע פון דער "בין“.
שורה 14: שורה 14:
אין געטאָ און אין וואַלד האט ער כּסדר געשריבן. זיינע אַ פּאָעמע איז דערגאַנגען ביז [[מאסקווע|מאָסקווע]] און געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ייִדיש־רוסישע שרייבער ווי [[באָריס פּאַסטערנאַק]], [[איליאַ ערענבורג]] און [[וואַסילי גראָסמאַן]]. רעכענענדיק אַז ער קען צוניץ קומען אין מאָסקווע פאַר דער אַרבעט פון [[יידישער אנטי פאשיסטישער קאמיטעט|ייִדישן אַנטיפאַשיסטישן קאָמיטעט]], האָט די סאָוועטישע מאַכט געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים אַהינצוברענגען. במשך דער [[מלחמה]] האָט סוצקעווער אָנגעשריבן איבער אכציג לידער.  
אין געטאָ און אין וואַלד האט ער כּסדר געשריבן. זיינע אַ פּאָעמע איז דערגאַנגען ביז [[מאסקווע|מאָסקווע]] און געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ייִדיש־רוסישע שרייבער ווי [[באָריס פּאַסטערנאַק]], [[איליאַ ערענבורג]] און [[וואַסילי גראָסמאַן]]. רעכענענדיק אַז ער קען צוניץ קומען אין מאָסקווע פאַר דער אַרבעט פון [[יידישער אנטי פאשיסטישער קאמיטעט|ייִדישן אַנטיפאַשיסטישן קאָמיטעט]], האָט די סאָוועטישע מאַכט געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים אַהינצוברענגען. במשך דער [[מלחמה]] האָט סוצקעווער אָנגעשריבן איבער אכציג לידער.  


נאָך דער באַפרייונג האט ער פאר א קורצע צייט געוווינט אין מאָסקווע, אין [[לאדזש|לאָדזש]] און אין [[פּאַריז]]. דעם 12טן פעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער ערשטער ייִדישער עדות אויפן [[נירנבערג פראצעס|נירנבערגער פּראָצעס]] קעגן די נאַצישע קריגס־פאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין [[ארץ ישראל|ארץ־ישׂראל]]. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל [[די גאָלדענע קייט]] (תּל־אָבֿיבֿ 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף [[אידיש]].
נאָך דער באַפרייונג האט ער פאר א קורצע צייט געוווינט אין מאָסקווע, אין [[לאדזש|לאָדזש]] און אין [[פּאַריז]]. דעם 12טן פעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער ערשטער ייִדישער עדות אויפן [[נירנבערג פראצעס|נירנבערגער פּראָצעס]] קעגן די נאַצישע קריגס־פאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין [[ארץ ישראל|ארץ־ישׂראל]]. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל [[די גאָלדענע קייט]] (תּל־אָביב 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף [[אידיש]].


צווישן 1948 און 1996 זענען אַרויס אין ישׂראל קרובֿ צו דרייסיג ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זיינע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרייבער ווי [[טשעסלאַוו מילאָש]] און [[ערי דע לוקאַ]] האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פון די וויכטיקסטע פּאָעטן פון 20סטן יאָרהונדערט. זיינע װערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין [[העברעיִש]], [[ענגליש]], [[דייטש]], [[פראנצויזיש|פראַנצייזיש]] און פאַרשיידענע אַנדערע לשונות.  
צווישן 1948 און 1996 זענען אַרויס אין ישׂראל קרוב צו דרייסיג ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זיינע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרייבער ווי [[טשעסלאַוו מילאָש]] און [[ערי דע לוקאַ]] האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פון די וויכטיקסטע פּאָעטן פון 20סטן יאָרהונדערט. זיינע װערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין [[העברעיִש]], [[ענגליש]], [[דייטש]], [[פראנצויזיש|פראַנצייזיש]] און פאַרשיידענע אַנדערע לשונות.  


ער איז ניפטר געוואָרן ד' שבֿט תּש"ע (דעם 20סטן יאַנואַר 2010) אין תּל־אָבֿיבֿ, אין עלטער פון 96 יאָר.
ער איז ניפטר געוואָרן ד' שבט תּש"ע (דעם 20סטן יאַנואַר 2010) אין תּל־אָביב, אין עלטער פון 96 יאָר.


==ביכער==
==ביכער==
שורה 30: שורה 30:
* [http://archive.org/details/nybc208864 ווילנער געטאָ 1944-1941] (בוענאָס־איירעס, איקוף, 1947)
* [http://archive.org/details/nybc208864 ווילנער געטאָ 1944-1941] (בוענאָס־איירעס, איקוף, 1947)
* [http://archive.org/details/nybc201129 ייִדישע גאַס] (ניו־יאָרק, פאַרלאַג מתּנות, 1948)
* [http://archive.org/details/nybc201129 ייִדישע גאַס] (ניו־יאָרק, פאַרלאַג מתּנות, 1948)
* [http://archive.org/details/nybc208861 געהיימשטאָט] (תּל־אָבֿיבֿ, פריינד פונעם מחבר, 1948)
* [http://archive.org/details/nybc208861 געהיימשטאָט] (תּל־אָביב, פריינד פונעם מחבר, 1948)
* [http://archive.org/details/nybc208862 אין פייער־וואָגן] (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1952)
* [http://archive.org/details/nybc208862 אין פייער־וואָגן] (תּל־אָביב, די גאָלדענע קייט, 1952)
* [http://archive.org/details/nybc207152 סיביר] (צייכענונגען פון [[מאַרק שאַגאַל]], ירושלים, 1953)
* [http://archive.org/details/nybc207152 סיביר] (צייכענונגען פון [[מאַרק שאַגאַל]], ירושלים, 1953)
* [http://archive.org/details/nybc208865 פון דריי וועלטן] (בוענאָס־איירעס, ליטעראַטן און זשורנאַליסטן־פאַראיין, 1953)
* [http://archive.org/details/nybc208865 פון דריי וועלטן] (בוענאָס־איירעס, ליטעראַטן און זשורנאַליסטן־פאַראיין, 1953)
* [http://archive.org/details/nybc208860 אָדע צו דער טויב] ( (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1953)
* [http://archive.org/details/nybc208860 אָדע צו דער טויב] ( (תּל־אָביב, די גאָלדענע קייט, 1953)
* [http://archive.org/details/nybc201130 אין מידבר סיני] ( (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג פּרץ־ביבליאָטעק, 1957)
* [http://archive.org/details/nybc201130 אין מידבר סיני] ( (תּל־אָביב, פאַרלאַג פּרץ־ביבליאָטעק, 1957)
* [http://archive.org/details/nybc214533 אָאַזיס] ( (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1960)
* [http://archive.org/details/nybc214533 אָאַזיס] ( (תּל־אָביב, פאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1960)
* [http://archive.org/details/nybc208863 גייסטיקע ערד] (האָלצשניטן פון [[ארטור קאלניק|אַרטור קאָלניק]], ניו־יאָרק, פאַרלאַג דער קוואַל, 1961)
* [http://archive.org/details/nybc208863 גייסטיקע ערד] (האָלצשניטן פון [[ארטור קאלניק|אַרטור קאָלניק]], ניו־יאָרק, פאַרלאַג דער קוואַל, 1961)
* [[iarchive:nybc208866|פּאָעטישע ווערק באַנד 1]] און [[iarchive:nybc208867|2]] (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1963)
* [[iarchive:nybc208866|פּאָעטישע ווערק באַנד 1]] און [[iarchive:nybc208867|2]] (תּל־אָביב, יובל־קאָמיטעט, 1963)
* [[iarchive:nybc213587|לידער פון ים־המוות]] (תּל־אָבֿיבֿ — ניו־יאָרק, פאַרלאַג בערגען־בעלזען, 1968)
* [[iarchive:nybc213587|לידער פון ים־המוות]] (תּל־אָביב — ניו־יאָרק, פאַרלאַג בערגען־בעלזען, 1968)
* [[iarchive:nybc208870|פירקאַנטיקע אותיות און מופתים]] (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1968)
* [[iarchive:nybc208870|פירקאַנטיקע אותיות און מופתים]] (תּל־אָביב, די גאָלדענע קייט, 1968)
* [[iarchive:nybc208871|צייטיקע פּנימער]] (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1970)
* [[iarchive:nybc208871|צייטיקע פּנימער]] (תּל־אָביב, פאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1970)
* די פידלרויז (צייכענונגען פון מאַרק שאַגאַל, (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1974)
* די פידלרויז (צייכענונגען פון מאַרק שאַגאַל, (תּל־אָביב, די גאָלדענע קייט, 1974)
* גרינער אַקוואַריום (אַריינפיר פון רות ווייס, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1975)
* גרינער אַקוואַריום (אַריינפיר פון רות ווייס, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1975)
* [[iarchive:nybc202166|לידער פון טאָגבוך]] (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1977)
* [[iarchive:nybc202166|לידער פון טאָגבוך]] (תּל־אָביב, די גאָלדענע קייט, 1977)
* [[iarchive:nybc214532|דאָרטן וווּ עס נעכטיקן די שטערן]] (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1979)
* [[iarchive:nybc214532|דאָרטן וואוּ עס נעכטיקן די שטערן]] (תּל־אָביב, פאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1979)
* [[iarchive:nybc203216|די ערשטע נאַכט אין געטאָ]] (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1979)
* [[iarchive:nybc203216|די ערשטע נאַכט אין געטאָ]] (תּל־אָביב, די גאָלדענע קייט, 1979)
* פון אַלטע און יונגע כּתבֿ־ידן (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1982)
* פון אַלטע און יונגע כּתב־ידן (תּל־אָביב, פאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1982)
* צווילינג־ברודער (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1986)
* צווילינג־ברודער (תּל־אָביב, די גאָלדענע קייט, 1986)
* די נבֿואה פון שוואַרצאַפּלען (אַריינפיר פון רות ווייס, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1989)
* די נבואה פון שוואַרצאַפּלען (אַריינפיר פון רות ווייס, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1989)
* דער יורש פון רעגן (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1992)
* דער יורש פון רעגן (תּל־אָביב, די גאָלדענע קייט, 1992)
* ביים לייענען פּנימער (העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1993)
* ביים לייענען פּנימער (העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1993)
* צעוואַקלטע ווענט (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1996)
* צעוואַקלטע ווענט (תּל־אָביב, די גאָלדענע קייט, 1996)


==ביבליאָגראַפיע==
==ביבליאָגראַפיע==


* [[iarchive:nybc207990|יובֿל־בוך צום פופציקסטן געבוירן־טאָג פון אַבֿרהם סוצקעווער]] (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1963)
* [[iarchive:nybc207990|יובל־בוך צום פופציקסטן געבוירן־טאָג פון אַברהם סוצקעווער]] (תּל־אָביב, יובל־קאָמיטעט, 1963)
* שלמה ביקל. די ברכה פון שיינקייט: עסייען וועגן אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג המנורה, 1969)
* שלמה ביקל. די ברכה פון שיינקייט: עסייען וועגן אַברהם סוצקעווער (תּל־אָביב, פאַרלאַג המנורה, 1969)
* יודל מאַרק. אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעטישער וועג (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1974)
* יודל מאַרק. אַברהם סוצקעווערס פּאָעטישער וועג (תּל־אָביב, פאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1974)
* אַבֿרהם נאָווערשטערן. אַבֿרהם סוצקעווער־ביבליאָגראַפיע (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1976)
* אַברהם נאָווערשטערן. אַברהם סוצקעווער־ביבליאָגראַפיע (תּל־אָביב, פאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1976)
* ייִחוס פון ליד/יחוסו של שיר, לכּבֿוד אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1983)
* ייִחוס פון ליד/יחוסו של שיר, לכּבוד אַברהם סוצקעווער (תּל־אָביב, יובל־קאָמיטעט, 1983)
* אַבֿרהם סוצקעווער במלאות לו שבעים/צום ווערן אַ בן־שבֿעים (ירושלים, קאַטאַלאָג פון דער אויסשטעלונג אין דער נאַציאָנאַלער און אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק, נאָוועמבער 1983)
* אַברהם סוצקעווער במלאת לו שבעים/צום ווערן אַ בן־שבעים (ירושלים, קאַטאַלאָג פון דער אויסשטעלונג אין דער נאַציאָנאַלער און אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק, נאָוועמבער 1983)
* ''די גאָלדענע קייט'' נומער 136: אַבֿרהם־סוצקעווער־נומער (תּל־אָבֿיבֿ, 1993)
* ''די גאָלדענע קייט'' נומער 136: אַברהם־סוצקעווער־נומער (תּל־אָביב, 1993)


== וועבלינקען ==
== וועבלינקען ==
שורה 81: שורה 81:
[[קאַטעגאָריע:ישראלים]]
[[קאַטעגאָריע:ישראלים]]
[[קאַטעגאָריע:פארטיזאנער]]
[[קאַטעגאָריע:פארטיזאנער]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 21:44, 8 דעצעמבער 2022

אַברהם סוצקעווער אין תּש"י
טעקע:Sutskever Valdiks 1940.jpg
די הילע פונעם לידער באַנד "וואַלדיקס", 1940

אַברהם סוצקעווער (15טן יולי, 1913 - 20סטן יאַנואַר, 2010), איז געװען אַ ייִדישער דיכטער און פּאַרטיזאַן פון דער צװײטער װעלט מלחמה.

ביאָגראַפיע

אַברהם סוצקעווער איז געבוירן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 (י' תמוז תרע"ג) אין סמאָרגאָן, דאן ליטע היינט בעלאַרוס, אַ שטעטל אַרום זיבעציג ק“מ פון װילנע. זיין זיידע פון דער מאַמעס צד איז געווען דער רב שבתי פיינבערג, מחבר פון ספר "אפיקי מגינים“ אויפן שלחן־ערוך. אין סעפּטעמבער 1915 האָבן קאָזאַקן פּאָגראָמירט און אונטערגעצונדן סמאָרגאָן. די ייִדן האָט מען פאַרטריבן פון שטאָט. ווי אַנדערע משפּחות, האָבן די סוצקעווערס געפונען אַ מקום־מיקלט אין סיביר, אין דער געגנט פון אָמסק, ביים טייך אירטיש. דאָרטן איז ער צו זיבן יאָר פאַריתומט געוואָרן פון זיין פאָטער.

נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה האָט זיך זיין משפּחה איבערגעקליבן קיין װילנע, דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפט, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ תּלמוד־תּורה און שפּעטער אין אַ פּויליש־שפּראַכיקער ייִדישער גימנאַזיע. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרייבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פון דער ייִדישיסטישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע "בין“, געגרינדט דורכן לינגוויסט מאַקס וויינרייך. זיין ערשט ליד איז דערשינען אין 1932 אין אַן אויסגאַבע פון דער "בין“.

אין 1934 אַריינגעטראָטן אין דער גרופּע פּאָעטן "יונג ווילנע“ (שמערקע קאַטשערגינסקי, לייזער וואָלף, סיאָמקע קאַהאַן, חיים גראַדע א“אַ), און אָנגעהויבן זיך דרוקן אָפטער אין פאַרשיידענע ליטעראַרישע צייטשריפטן. כּסדר געלערנט ווי אַן אויטאָדידאַקט און געווען נאָענט צום ייִוואָ. אין 1937 איז אַרויס אין וואַרשע זיין ערשטער פּאָעזיע־באַנד לידער. נאָכן דייטשן אָנפאַל אויף ליטע אין יוני 1941, אין גאַנג פון דער צװײטער װעלט מלחמה, געבליבן פאַרשפּאַרט צוזאַמען מיט זיין פרוי פריידקע אין ווילנער געטאָ. באַטייליקט אין גייסטיקן ווידערשטאַנד : רעטונג פון זעלטענע ספרים און דאָקומענטן, אָרגאַניזאַציע פון אַ קולטור־לעבן אין געטאָ. אַקטיוו אין די רייען פון דער פאראייניגטער פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע (פ.פּ.אָ.). דעם 12טן סעפּטעמבער 1943 אַנטלאָפן פון געטאָ מיט אַ גרופּע קעמפער און זיך אָנגעשלאָסן אין אַ פּאַרטיזאַנער־אָפּטייל וואָס האָט באַקעמפט די דייטשן אונטער סאָוועטישער קאָמאַנדע אין די נאַראָטשער וועלדער.

אין געטאָ און אין וואַלד האט ער כּסדר געשריבן. זיינע אַ פּאָעמע איז דערגאַנגען ביז מאָסקווע און געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ייִדיש־רוסישע שרייבער ווי באָריס פּאַסטערנאַק, איליאַ ערענבורג און וואַסילי גראָסמאַן. רעכענענדיק אַז ער קען צוניץ קומען אין מאָסקווע פאַר דער אַרבעט פון ייִדישן אַנטיפאַשיסטישן קאָמיטעט, האָט די סאָוועטישע מאַכט געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים אַהינצוברענגען. במשך דער מלחמה האָט סוצקעווער אָנגעשריבן איבער אכציג לידער.

נאָך דער באַפרייונג האט ער פאר א קורצע צייט געוווינט אין מאָסקווע, אין לאָדזש און אין פּאַריז. דעם 12טן פעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער ערשטער ייִדישער עדות אויפן נירנבערגער פּראָצעס קעגן די נאַצישע קריגס־פאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל די גאָלדענע קייט (תּל־אָביב 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף אידיש.

צווישן 1948 און 1996 זענען אַרויס אין ישׂראל קרוב צו דרייסיג ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זיינע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרייבער ווי טשעסלאַוו מילאָש און ערי דע לוקאַ האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פון די וויכטיקסטע פּאָעטן פון 20סטן יאָרהונדערט. זיינע װערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעיִש, ענגליש, דייטש, פראַנצייזיש און פאַרשיידענע אַנדערע לשונות.

ער איז ניפטר געוואָרן ד' שבט תּש"ע (דעם 20סטן יאַנואַר 2010) אין תּל־אָביב, אין עלטער פון 96 יאָר.

ביכער

ביבליאָגראַפיע

  • יובל־בוך צום פופציקסטן געבוירן־טאָג פון אַברהם סוצקעווער (תּל־אָביב, יובל־קאָמיטעט, 1963)
  • שלמה ביקל. די ברכה פון שיינקייט: עסייען וועגן אַברהם סוצקעווער (תּל־אָביב, פאַרלאַג המנורה, 1969)
  • יודל מאַרק. אַברהם סוצקעווערס פּאָעטישער וועג (תּל־אָביב, פאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1974)
  • אַברהם נאָווערשטערן. אַברהם סוצקעווער־ביבליאָגראַפיע (תּל־אָביב, פאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1976)
  • ייִחוס פון ליד/יחוסו של שיר, לכּבוד אַברהם סוצקעווער (תּל־אָביב, יובל־קאָמיטעט, 1983)
  • אַברהם סוצקעווער במלאת לו שבעים/צום ווערן אַ בן־שבעים (ירושלים, קאַטאַלאָג פון דער אויסשטעלונג אין דער נאַציאָנאַלער און אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק, נאָוועמבער 1983)
  • די גאָלדענע קייט נומער 136: אַברהם־סוצקעווער־נומער (תּל־אָביב, 1993)

וועבלינקען

מוסטער:ביכער--

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!