אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מרדכי שעכטער"
ק (החלפת טקסט – "יִיִ" ב־"יאי") |
ק (החלפת טקסט – "זײַנען" ב־"זענען") |
||
שורה 6: | שורה 6: | ||
ער איז געװען דער הױפּט־[[אינטערוויוירער|אינטערװיויִרער]] און [[מיטרעדאקטאר|מיטרעדאַקטאָר]] פון דעם ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־[[אטלאס|אַטלאַס]] (קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט) פון 1961 ביז 1970, װי אױך מיטרעדאַקטאָר פון דעם גרױסן [[ווערטערבוך|װערטערבוך]] פון דער ייִדישער שפּראַך אין די 1980ער. | ער איז געװען דער הױפּט־[[אינטערוויוירער|אינטערװיויִרער]] און [[מיטרעדאקטאר|מיטרעדאַקטאָר]] פון דעם ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־[[אטלאס|אַטלאַס]] (קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט) פון 1961 ביז 1970, װי אױך מיטרעדאַקטאָר פון דעם גרױסן [[ווערטערבוך|װערטערבוך]] פון דער ייִדישער שפּראַך אין די 1980ער. | ||
ד"ר שעכטער האָט באַקומען די [[איציק מאנגער|איציק מאַנגער]]־[[פּרעמיע]], די סאַמע חשובֿסטע ליטעראַרישע פּרעמיע אין דער װעלט פון ייִדיש, אין 1994; די [[חיים זשיטלאווסקי|חײם זשיטלאָװסקי]]־פּרעמיע אין 1984; און די [[עושר שטשוטשינסקי]]־פּרעמיע פון דעם אַלװעלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין 1986. זײַנע געזעלשאַפטלעכע אױפטוען | ד"ר שעכטער האָט באַקומען די [[איציק מאנגער|איציק מאַנגער]]־[[פּרעמיע]], די סאַמע חשובֿסטע ליטעראַרישע פּרעמיע אין דער װעלט פון ייִדיש, אין 1994; די [[חיים זשיטלאווסקי|חײם זשיטלאָװסקי]]־פּרעמיע אין 1984; און די [[עושר שטשוטשינסקי]]־פּרעמיע פון דעם אַלװעלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין 1986. זײַנע געזעלשאַפטלעכע אױפטוען זענען נישט װײניקער װיכטיק װי זײַנע ליטעראַרישע און [[אקאדעמיע|אַקאַדעמישע]]. | ||
ער איז דער פאַרלײגער פון דער [[ייִדיש־ליגע]] און האָט געדינט װי איר אױספיר־סעקרעטאַר פון איר סאַמע אָנהײב אין 1979 ביז 2004; אין 1964 — אין אײנעם מיט עטלעכע תּלמידים זײַנע — האָט ער פאַרלײגט ,,[[יוגנטרוף]] — ייִדישע יוגנט פאַר ייִדיש" און איז געװען זײַן אָפיציעלער בעל־יועץ ביז 1974. | ער איז דער פאַרלײגער פון דער [[ייִדיש־ליגע]] און האָט געדינט װי איר אױספיר־סעקרעטאַר פון איר סאַמע אָנהײב אין 1979 ביז 2004; אין 1964 — אין אײנעם מיט עטלעכע תּלמידים זײַנע — האָט ער פאַרלײגט ,,[[יוגנטרוף]] — ייִדישע יוגנט פאַר ייִדיש" און איז געװען זײַן אָפיציעלער בעל־יועץ ביז 1974. |
רעוויזיע פון 02:19, 8 דעצעמבער 2022
ד"ר מרדכי שעכטער (1927–2007), דער דריטער רעדאַקטאָר פון אױפן שװעל (1957–2004), איז געװען אַ באַװוּסטער ייִדיש־לינגװיסט, ־שרײַבער, און ־לערער. ער איז געבױרן געװאָרן אין טשערנעװיץ (דעמאָלט רומעניע) אין 1927 און האָט געקראָגן זײַן דאָקטאָראַט אין לינגװיסטיק פון װינער אוניװערסיטעט אין 1951. פון דעמאָלט אָן װױנט ער אין אַמעריקע. ער האָט פון 1972 געלערנט ייִדיש אין קאָלומביע־אוניװערסיטעט אין ניו־יאָרק און, פון 1981 ביז ער איז אַרױס אױף פּענסיע אין די סוף 80ער יאָרן, איז ער דאָרט געװען דער עלטערער לעקטאָר אין ייִדיש־לימודים. ער האָט געלערנט שפּראַך אין דער אוריאל װײַנרײַך־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור בײַם ייִדישן װיסנשאַפטלעכן אינסטיטוט — ייִװאָ און קאָלומביע־אוניװערסיטעט פון איר אָנהײב אין 1968 ביז 2002. ער האָט אױך געלײענט ייִדיש־קורסן אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (1960–1962), אין ייִדישן לערער סעמינאַר/הרצליה (1962–1978), און אין ישיבֿה־אוניװערסיטעט (1968–1973). ער איז געװען דער לערער פון אַ סך אָנגעזעענע װיסנשאַפטלערס און פּראָפעסאָרן פון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און געשיכטע איבער דער גאָרער װעלט. (ס'איז ניט קײן גוזמא צו זאָגן אַז) כּמעט יעדער באַקאַנטער ייִדיש־לערער אָדער ־געלערנטער אין צפון־אַמעריקע אין די לעצטע פערציק יאָר, און אַ סך פון אַנדערע קאָנטינענטן אױך, האָבן זיך געלערנט בײַ מרדכי שעכטערן.
מרדכי שעכטער איז געקומען קײן אַמעריקע אין 1951 אָבער ער האָט געאַרבעט פאַרן ייִװאָ נאָך זינט 1947, צו ערשט װי אַ זאַמלער פאַר דעם ייִװאָ־אַרכיװ אין די פּליטים־לאַגערן אין עסטרײַך, דערנאָך אין ניו־יאָרק װי אַ ביבליאָגראַף און קאָרעקטאָר (1954–1956); צום סוף, פון 1971 ביז 1986, װי דער רעדאַקטאָר פון דער צײַטשריפט ייִדישע שפּראַך, אַ זשורנאַל אַרױסגעגעבן פון ייִװאָ איבערגעגעבן כּלל־ייִדיש — אַרױסרעד, גראַמאַטיק, װאָקאַבולאַר אאַז"ו.
ער איז געװען דער הױפּט־אינטערװיויִרער און מיטרעדאַקטאָר פון דעם ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס (קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט) פון 1961 ביז 1970, װי אױך מיטרעדאַקטאָר פון דעם גרױסן װערטערבוך פון דער ייִדישער שפּראַך אין די 1980ער.
ד"ר שעכטער האָט באַקומען די איציק מאַנגער־פּרעמיע, די סאַמע חשובֿסטע ליטעראַרישע פּרעמיע אין דער װעלט פון ייִדיש, אין 1994; די חײם זשיטלאָװסקי־פּרעמיע אין 1984; און די עושר שטשוטשינסקי־פּרעמיע פון דעם אַלװעלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין 1986. זײַנע געזעלשאַפטלעכע אױפטוען זענען נישט װײניקער װיכטיק װי זײַנע ליטעראַרישע און אַקאַדעמישע.
ער איז דער פאַרלײגער פון דער ייִדיש־ליגע און האָט געדינט װי איר אױספיר־סעקרעטאַר פון איר סאַמע אָנהײב אין 1979 ביז 2004; אין 1964 — אין אײנעם מיט עטלעכע תּלמידים זײַנע — האָט ער פאַרלײגט ,,יוגנטרוף — ייִדישע יוגנט פאַר ייִדיש" און איז געװען זײַן אָפיציעלער בעל־יועץ ביז 1974.
זײַנע פּובליקאַציעס (טײלװײַזע רשימה)
- די געװיקסן־װעלט אין ייִדיש. ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע/ייִװאָ, 2005.
- ייִדיש צװײ: אַ לערנבוך פאַר מיטנדיקע און װײַטהאַלטערס. ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע, 2002.
- פון פאָלקשפּראַך צו קולטורשפּראַך. ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע/ייִװאָ, 1999.
- טראָגן, האָבן און פריאיקע קינדער־יאָרן. ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע, 1991.
- לײַטיש מאַמע־לשון: אָבסערװאַציעס און רעקאָמענדאַציעס. ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע, 1991.
- אליקום צונזערס װערק: קריטישע אױסגאַבע [2 בענד]. ייִװאָ, 1964.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!