אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קראקעווער געטא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 24: שורה 24:
[[קאַטעגאָריע:געטאס]]
[[קאַטעגאָריע:געטאס]]
[[קאַטעגאָריע:יידישע פוילישע היסטאריע]]
[[קאַטעגאָריע:יידישע פוילישע היסטאריע]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 22:32, 27 נאוועמבער 2022

חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערג געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזיענשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לייזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געסטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן

די קראקעווער געטא איז געווען איינע פון די פינף הויפט געטאס וואס די נאציס האבן אויפגעשטעלט אין פוילן.

קראקע איז געווען די הויפטשאט, פון דער גענעראלגובערנאמאן, עס האבן געוווינט אין קראקע, איידער דער קריג 60,000 יידן, זייענדיג איינע פון די עלסטע יידישע קהילות אין פוילן.

אין סעפטעמבער 1939, ווען די נאציס האבן איינגענומען פוילן, זענען געווען 80,000 יידן אין קראקע, זיי האבן גלייך אנגעפאנגען מיט צרות, קעגן די יידן אין שטאט, רויבערייען, און טעראר, איז געווען אויף א מאסן שטייגער. ביז מערץ 1941, זענען 40,000 יידן, פארטריבן געווארן פון דער שטאט, און אסאך אנדערע זענען אריבער צום רוסישע זייט גרעניץ, צו שטעטלעך אין די אומגעגנט, נאכדעם האט מען אויפגעשטעלט די געטא, די געטא איז גרויס געווען, צוויי אין א האלב קיוביק קילאמעטער, 18,000 יידן זענען דארט געווען איינגעשפארט, געווען ארגאניזאציעס, וואס האבן געהאלפן לינדערן די פראבלעמען פונעם געטא.

טויזנטער יידן זענען געווען באשעפטיגט, אין די פאבריקן, אין דער געטא, און אין דרויסן פון דער געטא, אין מיי-יוני 1942, האבן די נאציס פארשיקט 6,000 יידן, קיין בעלזשעץ, אין אקטאבער נאך 7,000 זענען פארשיקט געווארן קיין בעלזשעץ, און אוישוויץ, זעקס הונדערט יידן זענען אומגעקומען אינעם אומשלאגפלאץ.

מערץ 1943, זענען 2,000 יידן פארשיקט געווארן אין דער פלאשיווער געטא, און 2,500 קיין אוישוויץ, און 700 אומגעקומען אין קראקע.

די יידישע קאמף ארגאניזאציע, איז געווען אקטיוו אין דער קראקעווער געטא, דורכפירנדיג צענדליגע אטאקעס אויף דייטשע צילן, אבער פארקערט ווי אין דער ווארשעווער געטא, האבן זיי דורכגעפירט זייערע אקטן, אויף דער ארישע זייט. א באוואוסטע אקציע וואס זיי האבן דורכגעפירט, א באמבע אינעם קאפע צינגעריא, ווי עלף זענען אומגעקומען.

באקאנטער מענטשן אין דער געטא

אסקאר שינדלער, א דייטשער סוחר, איז געקומען אין קראקע ווייל די געטא האט געהאט אסאך יידן וואס קענען ארבעטן. די יידן וואס האבן געארבעט אין זיינע פאבריקן, אלע זענען געראטעוועט געווארן. ער איז געגעבן געווארן דעם חסיד אומות העולם טיטל, פארן זיך איינשטעלן צו ראטעווען זיינע טויזנט ארבעטערס, אין 1974, דורך יד ושם.

מרדכי געבירטיג איז געווען איינער פון די פאפולערסטע שרייבער פון יידיש־שפראך לידער און דיכטונגען. ער איז נפטר געווארן אין דער געטא אין 1942. מרים עקביה, א ישראלדיקע שרייבערקע, האט איבערלעבט די קראקעווער געטא און קאצעטן. דער בארימטער הויט־דאקטער יעקב באראל איז אויך געווען אן איבערלעבער פון דער קראקעווער געטא.

בערנארד אפן איז געבוירן אין 1929 אין קראקע. ער האט איבערגעלעבט די קראקעווער געטא און פארשידענע נאצי קאצעטן.

Ghetto wall (preserved segment) with a memorial plaque, 27 Lwowska street, Podgórze, Krakow, Poland.jpg

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!