|
|
| שורה 15: |
שורה 15: |
|
| |
|
| נאכן "חתם סופר'ס" פּטירה האט זיין זון [[רבי אברהם שמואל בנימין סופר|רבי אברהם שמואל בנימין]] איבערגענומען זיין פאטער'ס רבנות אין פּרעסבורג. ער איז דער מחבר פון א פּירוש אויף תורה מיטן נאמען "כתב סופר", און ער איז באקאנט אונטער דעם דאזיגן נאמען. | | נאכן "חתם סופר'ס" פּטירה האט זיין זון [[רבי אברהם שמואל בנימין סופר|רבי אברהם שמואל בנימין]] איבערגענומען זיין פאטער'ס רבנות אין פּרעסבורג. ער איז דער מחבר פון א פּירוש אויף תורה מיטן נאמען "כתב סופר", און ער איז באקאנט אונטער דעם דאזיגן נאמען. |
|
| |
| דעם "חתם סופר'ס" זון [[רבי שמעון סופר|רבי שמעון]] איז געבוירן געווארן אין פּרעסבורג אין דעם יאר 1821, און ער איז נפטר געווארן אין [[קראקא]] זעכצן טעג אין אדר ב', תרמ"ג, 1883. אין דעם יאר 1842 איז ער געווארן רב אין מאטערסדארף. אינעם יאר 1860 איז ער געווארן רב און אב בית דין אין קראקא. ער איז געווען גוט באקאנט אין דער הלכה וועלט. ער איז געווען גוט באהאוונט אין וועלטליכע ענינים. אין 1879 איז ער געווארן ערוויילט אלס מיטגליד אין דעם [[פארלאמענט|פּאַרלאַמענט]] אין [[וויען]], עסטרייך. ער איז געווען זייער אקטיוו און טיכטיג אין קהל'שע אַנגעלעגנהייטן. און ער האָט פיל בייגעטראגן צום פארשטארקן רעליגיעז אידישקייט און אידנטום. אין דעם יאָר 1840 האָט ער געגרינדעט אַ וואכן [[צייטונג]] מיטן נאמען "מחזיקי הדת", א פּלאטפארמע פאר דעם רעליגיעזן אידנטום אין [[גאליציע]]. אין 1912 איז די צייטונג נאך ערשינען אין [[לעמבערג]].
| |
|
| |
| אגב'דיגס: פאַר זיין פּטירה האט ר' שמעון געזאגט צו די ראשי הקהל: יעדער פּאַסטוך איז זיכער געטריי זיינע שאָף, און ער גיט גוט אכטונג אויף זיי. אבער מיר ווייסן דאך אז מיט זיין געטריישאפט איז ער אויסן בלויז זיך. ער מיינט עס נישט לטובת די שאף, נאר זיין אייגענער טובה, ווייל עס איז דאך זיין פארמעגן.
| |
|
| |
| ווען דער פּאסטוך איז א געדונגענער, גיט אויך ער גוט אכטונג אויף דער {{טערמין|טשערעדע|סטאדע}}, כדי ער זאל נישט פארלירן זיין שטעלע. אנדערש, אבער, דארף זיין דער פּאסטוך פון דער אידישער קהילה. ער מוז אין זינען האבן בלויז דעם וואוילזיין פון זיין געמיינדע, און קיין שום אייגן־נוצן.
| |
|
| |
| און אט דאס מיינט דער פּסוק "ולא תהיה עדת ה' כצאן אשר אין להם רועה"{{הערה|במדבר כז, יז.}}. די קהילה זאל נישט זיין געגליכן צו שאף וואס דער פּאסטוך איז "אין להם" נישט פאר זייער וועגן, נאר ער איז פאר זיך. ער האט נישט אין זינען דעם וואוילזיין און דאס גליק פון דער געמיינדע, נאר ער איז אויסן בלויז זיין אייגענע פּרנסה און זיין אייגענעם כבוד.
| |
|
| |
| ווען מען האט אים געפרעגט, ווי קומט עס וואס ער האט געוואלט ווערן א מיטגליד אין פּארלאמענט, האט ער געענטפערט: נישט ווייל איך האב געוואלט זיין א מיטגליד, נאר ווייל איך האב געוואלט אז יענער צד זאל האבן איין מיטגליד ווייניגער.
| |
|
| |
|
| ==רעפערענצן== | | ==רעפערענצן== |
| {{ביאורים}} | | {{ביאורים}} |
| {{רעפערענצן}} | | {{רעפערענצן}} |