דרעפט:רבי משה סופר
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ר' משה ב"ר שמואל סופר (שרייבער) באקאנט אלס "חתם סופר" (ראשי תיבות פון זיין ספר חדושי תורת משה סופר), וועמענס פארגענגער האבן געהייסן צערביס[אויסקלארונג פארלאנגט], איז געבוירן געווארן אין פראַנקפורט אַם מיין, דייטשלאנד, זיבן טעג אין תשרי, תקכ"ג, 1762, און ער איז נפטר געווארן פינף און צוואנציג טעג אין תשרי, אינעם יאר ת"ר, אקטאבער 3, 1839, אינעם עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר. זיין מוטער האט געהייסן רייזל. ער האט געשטאמט פונעם מחבר פונעם "ילקוט שמעוני" וועלכער האט אפּגעשטאמט פון רש"י. ער איז געווען א תלמיד פון רבי נתן אדלער און פון ר' פּנחס הורביץ, דער בעל "הפלאה". ער איז געווען ראש הישיבה אין פּרוסניץ. ווען ער האט געגעסן קעסט ביי זיין שוואגער, האט ער איין שבת באמערקט אז זיין שוועגערין טראגט נישט די גאלדענע קייט. ווי נאר ער איז געוואר געווארן אז מען האט עס "פאַרזעצט", האט ער באשלאסן צו לערנען א מלאכה. ער איז אבער געצוואונגען געווארן צו ווערן רב, צוערשט אין דרעזניץ, דערנאך אין מאטערסדארף און שפּעטער אין פּרעסבורג, וואו ער האט אנגעהאלטן דעם כסא הרבנות דריי און דרייסיג יאר.
ער האט געגרינדעט די בארימטע פּרעסבורגער ישיבה וועלכע איז געווען פאַרן מערב-אייראפעאיש אידנטום דאס וואס די וואלאזשינער ישיבה, וועלכע ר' חיים וואלאזשינער, דעם ווילנער גאון'ס תלמיד, האט געגרינדעט, איז געווען פאר דעם מזרח-אייראפעאיש אידנטום.
ער איז געווען א געוואלדיגער חובב ציון, און ער האט ממש געלעכצט זיך צו באזעצן אינעם הייליגן לאנד. ער האט עס אבער נישט געקענט פארווירקליכן צוליב דער ישיבה. ער האט באוואויגן מאנכע פון זיינע תלמידים זיך צו באזעצן דארט, און די אנדערע האבן געארבעט אין גלות לטובת אונזער לאנד.
אינעם יאר 1813 איז ער געווארן רבי עקיבא אייגער'ס איידעם, די צווייטע פרוי. ווען די רעפארם באוועגונג האט זיך אנגעהויבן אין דעם יאר 1819 אין האמבורג, האט דער "חתם סופר" געקעמפט זיין גאנץ לעבן מיט אלע כוחות קעגן יעדער ענדערונג און נייע זאך וועלכע די רעפארמער האבן געוואלט איינפירן אין דעם רעליגיעזן לעבן. ער האט געזאגט "חדש אסור מן התורה בכל מקום". פון אומעטום האט מען זיך געווענדעט צו אים מיט שאלות, און מען האט אים געהאלטן פאר א פּוסק אחרון.
דער "חתם סופר" איז דער מחבר פון מערערע וויכטיגע ספרים:
תורת משה[א] אויף חומש, חידושים אויף ש"ס, שאלות ותשובות, "שירת משה", שירים און פּיוטים, "ספר זכרון", די צרות וועלכע ער האט דורך-געמאכט, א פּירוש אויף דער פּסח הגדה, און נאך.
אגב'דיגס, ער האט געזאגט: עס איז גאר קיין חידוש וואס משה רבינו איז געווען משה רבינו. ווען איך וואלט האבן אזא רבי'ן (דעם אויבערשטן) ווי ער האט געהאט, וואלט אויך איך אזוי געווען. איי, פארוואס'זשע טאקע האב איך נישט אזא רבי'ן ווי ער האט געהאט? ווייל איך בין נישט משה רבינו.
נאכן "חתם סופר'ס" פּטירה האט זיין זון רבי אברהם שמואל בנימין איבערגענומען זיין פאטער'ס רבנות אין פּרעסבורג. ער איז דער מחבר פון א פּירוש אויף תורה מיטן נאמען "כתב סופר", און ער איז באקאנט אונטער דעם דאזיגן נאמען.
רעפערענצן
- ↑ עס זענען פארהאן פיר ספרים וועלכע מען רופט נישט ביי די נעמען וועלכע די מחברים האבן זיי געגעבן: "משנה תורה", "שני לוחות הברית", און "תורת משה". נאר מען רופט זיי : "דער רמב"ם", "דער של"ה", "דער אלשיך", "דער חתם סופר". דאס נעמט זיך מסתמא דערפון וואס אידן האלטן נישט פון א צווייטער תורה, פון צווייטע לוחות. מיר אידן זענען גאנץ צופרידן מיט דער תורה וואס משה רבינו האט אונז געגעבן. אפילו דעם חומש דברים, וועלכער ווערט באצייכנט אויך מיט "משנה תורה", רופט מען נישט ביי דעם דאזיגן נאמען, נאר פּשוט ספר דברים, אדער "חומש דברים".