אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אלעזר הקליר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(היבש איבערגעארבעט און פאר'אידיש'ט, ועוד חזון אי"ה)
צייכן: רויע רעדאגירונג
ק (←‏דער נאמען "קליר": אינערליכע לינקס, הגהה)
שורה 42: שורה 42:


==דער נאמען "קליר"==
==דער נאמען "קליר"==
די משמעות פון די נאמען קליר איז נישט קלאר (צומאל ערשיינט ער אויך מיט '''קלר''' און '''קיליר'''). לויט [[ רבי נתן מרומי|רבי נתן]] בעל '[[הערוך]]', איז די מקור פונעם נאמען פון די [[גריכיש]]ע ווארט, {{משמאל לימין|κολλύρα}}{{הערה|שם=האנציקלופדיה היהודית|1={{cite web|url=http://jewishencyclopedia.com/articles/9148-kalir-eleazar|title=ḲALIR, ELEAZAR|accessdate=30 September 2013|year=1906|work=[[האנציקלופדיה היהודית]]|language=en}}}} וואס איר טייטש איז א [[קוכן]], און דאס איז וויבאלד די קלוגשאפט פון ר' אלעזר איז אים אנגעקומען פון עסן א קוכן וואס דערין איז געווען [[קמיע]]{{הערה|1=[http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?sits=1&req=42538&st=%u05E7%u05DC%u05E8 ערוך ערך קלר]. געבן צו עסן פאר קינדער קוכן מיט פסוקים איז נישט פרעמד צו אידישקייט. [[רבי אלעזר פון ווירמייזא|רבי אלעזר בעל הרוקח]] ברענגט א מנהג צו פיטערן די קינדערן מיט קוכן און דערויף פסוקים פון [[ספר ישעיהו|ישעיהו]] [[S:ישעיהו נ|נ', ד-ה]] און [[ספר יחזקאל|יחזקאל]] [[S:יחזקאל ג|ג, ג]] ביים אריינגיין צו לערנען תורה [[שבועות]] ביינאכט.}}. [[שד"ל]] האט פארגעשלאגן אז מעגליך איז די מקור פון איבערדרייען די אותיות פון די ביזאנטישע נאמען קיריל, און מען דארף עס ליינען קיליר{{הערה|1=שד"ל ציטירט די געדאנק פון רבי משה לנדאו, אייניקל פון [[נודע ביהודה]], אין זיין פירוש אויף הערוך "מערכי לשון".}}.
די משמעות פון די נאמען קליר איז נישט קלאר (צומאל ערשיינט ער אויך מיט '''קלר''' און '''קיליר'''). לויט [[ רבי נתן מרומי|רבי נתן]] בעל '[[הערוך]]', איז די מקור פונעם נאמען פון די [[גריכיש]]ע ווארט, {{משמאל לימין|κολλύρα}}{{הערה|שם=האנציקלופדיה היהודית|1={{cite web|url=http://jewishencyclopedia.com/articles/9148-kalir-eleazar|title=ḲALIR, ELEAZAR|accessdate=30 September 2013|year=1906|work=[[האנציקלופדיה היהודית]]|language=en}}}} וואס איר טייטש איז א [[קוכן]], און דאס איז וויבאלד די קלוגשאפט פון ר' אלעזר איז אים אנגעקומען פון עסן א קוכן וואס דערין איז געווען [[קמיע]]{{הערה|1=[http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?sits=1&req=42538&st=%u05E7%u05DC%u05E8 ערוך ערך קלר]. געבן צו עסן פאר קינדער קוכן מיט פסוקים איז נישט פרעמד צו אידישקייט. [[רבי אלעזר פון ווירמייזא|רבי אלעזר בעל הרוקח]] ברענגט א מנהג צו פיטערן די קינדערן מיט קוכן און דערויף פסוקים פון [[ספר ישעיהו|ישעיהו]] [[S:ישעיהו נ|נ', ד-ה]] און [[ספר יחזקאל|יחזקאל]] [[S:יחזקאל ג|ג, ג]] ביים אריינגיין צו לערנען תורה [[שבועות]] ביינאכט.}}. אנדערע האבן פארגעשלאגן אז מעגליך איז די מקור פון איבערדרייען די אותיות פון די ביזאנטישע נאמען קיריל, און מען דארף עס ליינען קיליר{{הערה|1=[[שלמה יהודה ראפאפארט|שד"ל]] ציטירט דעם געדאנק פון רבי משה לנדאו, אייניקל פון [[נודע ביהודה]], אין זיין פירוש אויפ'ן ספר הערוך "מערכי לשון".}}.


מאנכע קלערן אז די מקור פון זיין נאמען איז פון די באגריף '''קלירוס''' ([[גריכיש]]: κλήρος, איינציגער מאן), א קירכעריש באגריף וואס באצייכנט א מענטש פון קירכע קעגן די געווענליכע קריסטן{{הערה|די גריכישע ווארט κλήρος און איר פשוטע טייטש מיינט א טייל פון א באדן, א גורל, א קארטע אדער אן אסימון וואס נוצט פאר א הגרלה, א פארמעגן אדער א זאך וואס מען באקומט ביי א הגרלה, און דאס גלייכן. א פארבינדענע באגריף צו די ווארט אין גריכיש איז ירושה, ווען κληρονομος איז א ווארט פארן יורש - ווער עס באקומט פארמעגן ביי די הגרלה אדער ביי די ירושה.}}. מעגליך אז די ווארט האט באנוצט אויך מענטשן פון אנדערע רעליגיעס ווי רבנים. א ענליכע ערשיינונג איז געפונען געווארן אויך אין אנדערע שפראכן; אזוי צום ביישפיל, די אידישע פאמיליע נאמען "קאפלאן" קומט פון א באגריף אויף א רעליגע מענטש אין [[איטעליעניש]].
מאנכע קלערן אז די מקור פון זיין נאמען איז פון די באגריף '''קלירוס''' ([[גריכיש]]: κλήρος, איינציגער מאן), א קירכעריש באגריף וואס באצייכנט א מענטש פון קירכע קעגן די געווענליכע קריסטן{{הערה|די גריכישע ווארט κλήρος און איר פשוטע טייטש מיינט א טייל פון א באדן, א גורל, א קארטע אדער אן אסימון וואס נוצט פאר א הגרלה, א פארמעגן אדער א זאך וואס מען באקומט ביי א הגרלה, און דאס גלייכן. א פארבינדענע באגריף צו די ווארט אין גריכיש איז ירושה, ווען κληρονομος איז א ווארט פארן יורש - ווער עס באקומט פארמעגן ביי די הגרלה אדער ביי די ירושה.}}. מעגליך אז די ווארט האט באנוצט אויך מענטשן פון אנדערע רעליגיעס ווי רבנים. א ענליכע ערשיינונג איז געפונען געווארן אויך אין אנדערע שפראכן; אזוי צום ביישפיל, די אידישע פאמיליע נאמען "קאפלאן" קומט פון א באגריף אויף א רעליגע מענטש אין [[איטעליעניש]].

רעוויזיע פון 14:31, 15 אויגוסט 2024

רבי אלעזר בירבי קליר (אויך קיליר), אדער רבי אלעזר הקליר איז געווען פון די סאמע גרעסטע פייטנים ביי כלל ישראל. פון ארץ ישראל.

ער איז געווען א תלמיד פון דעם פייטן יניי, און האט פארפאסט א ריזן צאל פיוטים צו זאגן ביים דאווענען און אנדערע געלעגנהייטן. א גרויס טייל פון זיי זענען אריין אין די נוסח התפילה אין די מחזורים פון נוסח אשכנז, צרפת, איטאליע אן רומעניע. אין די קאיר גניזה האט מען געפונען נאך א ריזן צאל פיוטים פון אים וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז דאן.

עס איז נישטא קיין קראנטע ידיעות איבער זיין ביאגראפיע; לויט די ראשונים איז ער געווען איינער פון די תנאים, שפעטערדיגע פארשער ווילן אראפרוקן זיין צייט ביז ענדע די תקופה וואס די ביזאנטישע אימפעריע האט געוועלטיגט אין ארץ ישראל און די ערשטע יארן פון די מוסלמענער קאנטראל אויף ארץ ישראל.


ביאגראפיע

די אפשטאם און די תקופה פון רבי אלעזר הקליר און זיין רבי יניי זענען נישט נאך ביז היינט פארנעפלט, עס נישט פארהאן קיין קראנטע באווייזן איבער זיין תקופה און ביאגראפיע, און עס איז פארהאן עטליכע מיינונגען און השארות ארום דעם, דורכאויס א גרויסער צייט-אפשניט פון תקופות.

תנא

אסאך ראשונים שרייבן אז ער האט געלעבט אין די תקופה פון די תנאים און איז געווען אליינס א תנא.

רבינו תם שרייבט אין א תשובה איז ער איז געווען דער תנא רבי אלעזר ברבי שמעון, וואס אויף אים איז געזאגט געווארן אין מדרש[1] אז ער איז געווען א דרשן און א פייטן, אויך די אנדערע ראשונים ברענגען עס אראפ[2]}}. אין רא"ש[3] ווערט עס געברענגט מיט די לשון "ויש אומרים שתנא הוא"[4].

לויט א צווייטע ווערסיע, רעדט דער מדרש וועגן רבי אלעזר בן ערך, און געוויסע ראשונים האבן אינדענטיפיצירט דער קליר מיט אים[5]. אויך די וואס ציטירן די סברה זעען דערין איינע פון די מעגליכקייטן, און לייגן צו נאך א מעגליכקייט אז ער האט געלעבט נאכן ענדיגן די תלמוד ירושלמי, און אזוי שיינט פון די ווערטער פון געציילטע ראשונים אז זיין צייט איז געווען אין תקופת הגאונים

די ראשונים ברענגען דאס אראפ אלס באווייז צו בארעכטיגן די מנהג פון זאגן פיוטים אינמיטן דאווענען, קעגן די הלכה'דיגע טענות וואס זענען ארויפגעברענגט געווארן קעגן דעם. זיי ברענגען דערצון א ראיה אז ער האט פארפאסט קרובות בלויז אויף די ערשטע טאג יום טוב, פון דעם זעט מען אז ער איז געווען אין די צייטן וואס מ'האט מקדש געווען דעם חודש עפ"י ראיה.

דער רדב"ז[6]ווענדט אפ דער ראיה וויבאלד מען זעט פון זיינע פיוטים אז ער איז געווען פון ארץ ישראל און ער נעמט אן ווי דעם ירושלמי, און אין ארץ ישראל האט מען שפעטער אויך געהאלטן נאר איין טאג יום טוב[7], אבער ער לייגט צו ער איז זיכער געווען גאר א גרויסער מענטש, פון די פריערדיגע, און זיינע ווערטער זענען מיוסד עפ"י קבלה. אויך אנדערע ראשונים ברענגען אראפ אלס איינער פון די פריערדיגע פייטנים און דערמאנען נישט אז ער איז געווען א תנא[8].}}.

רבי חיים וויטאל ברענגט אין זיין ספר שער הכוונות אין נאמען פון זיין רבי'ן דער אר"י: "איך האב געהערט אין נאמען פון מיין רבי ז"ל, אז דער קליר וואס האט מסדר געווען קרוב"ץ אין מחזור פון די אשכנזים איז רבי אלעזר בר' שמעון", אבער ער האט צוגעלייגט א צוריקגעצויגנקייט "אבער איך האב דאס נישט געהערט פון מיין רבי אליין"[9].

ראשונים

די חוקרים אין די ערשטע תקופה פון השכלה האבן שטארק גענייגט צו שפעטערן זיין צייט, און זיי האבן געוואלט זאגן אז ער איז פונעם 10'טע יארהונדערט אדער די 11'טע, און האט לויט זיי געוואוינט אין איטאליע, און עס זענען געווען וועלכע האבן אידענטיפיצירט זיין וואוינארט אין קליארי (Cagliari).

גאונים

מיט'ן ענטדעקן די קאיר גניזה, האט מען געפונען א גרויסע זאמלונג פון זיינע פיוטים, וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז היינט, און נאכ'ן אנאליזירן די פיוטים, זענען דא פארשער וואס באשטימען אז ער האט געלעבט אין ארץ ישראל, אין די זעלבע תקופה פון די גאונים אין בבל.

די ראיות צו דעם שיטה זענען אז אין מערבית אויף ראש השנה וואס פאלט אויס אום שבת האט ער צוגענדיגט ביי ברכת גאולה אזוי ווי די בבלי'שע חתימה 'גאל ישראל' (אנשטאט נוסח ארץ ישראל צו ענדיגן 'צור ישראל וגואלו'), וואס ווייזט ארויס אז לכאורה איז זיין צייט שפעטער[10]. זיי ווילן איינזעצן אז מ'האט יא געהאלטן צוויי טעג ראש השנה אין זיין תקופה[11]. און ווי עס זעט אויס האט ער באזירט זיינע פיוטים אויף די סדר פון קריאת התורה וואס מען ענדיגט די תורה איינמאל א יאר (אנשטאט איין מאל אין דריי יאר ווי עס איז געווען איינגעפירט אין ארץ ישראל)[12].

לויט וויאזוי זיי לערנען אפ זיינע פיוטים, ווערט אסאך מאל דערמאנט די פאקט אז קריסטן געוועלטיגן אין ארץ ישראל. דערפאר איז געווען אין פארגאנגענהייט פארשפרייט די דעה אז ער האט געלעבט פאר די צייטן ווען די אראבער האבן אקופירט ארץ ישראל אום 638, און די קאנסענזוס איז געווען אז עס ווערן נישט דערמאנט קיין אראבער אין זיינע פיוטים, אבער מיט די יארן זענען יא געפונען געווארן אייניגע דערמאנונגען פון אראבער אין די פיוטים[13], און לויט דעם איז אויסגעבויט געווארן דעם מיינונג אז אין זיינע לעצטע יארן האט ער מיטגעלעבט די אראבישע אקופאציע[14]. און פון דעם קומען זיי צו אז ער האט געלעבט אין 6'טע יארהונדערט אדער אנהייב די 7'טע, ענדע פון די ביזאנטישע תקופה.

עזרא פליישער האט אנגעוויזן אויף די פיוט פאר תשעה באב פון הקליר, אז לויט זיין מיינונג באציט זיך עס צו די ווידערשטאנד פון הערקאליוס און דעריבער איז עס געשריבן געווארן צווישן די יארן 629 און 634[15], פון דא האט ער געברענגט א ענדגילטיגע באווייז, לויט זיין מיינונג, אז הקליר איז געווען אקטיוו אין די ערשטע האלב פון די 7'טע יארהונדערט. אנדערע פארשער האבן נישט צוגעשטימט צו זיין אפטייטשן די באזייטיגונג און במילא אויך צו די באווייז וואס עס איז געברענגט דערפון[16].

זיין וואוינארט

אין טייל פון זיינע פיוטים האט ער אונטערגעריבן אנהייב פון די שורות (אקראסטיך) מיט די נאמען פון זיין שטאט "קרית ספר", אן אומבאקאנט שטאט, וואס לויט איין מיינונג איז דאס טבריה, וואס איז געווען א צענטער פאר חכמים און סופרים ביז די אראבישע אקופאציע. עס איז נישט באקאנט זיין וואוינארט נאכדעם.

דער נאמען "קליר"

די משמעות פון די נאמען קליר איז נישט קלאר (צומאל ערשיינט ער אויך מיט קלר און קיליר). לויט רבי נתן בעל 'הערוך', איז די מקור פונעם נאמען פון די גריכישע ווארט, κολλύρα[17] וואס איר טייטש איז א קוכן, און דאס איז וויבאלד די קלוגשאפט פון ר' אלעזר איז אים אנגעקומען פון עסן א קוכן וואס דערין איז געווען קמיע[18]. אנדערע האבן פארגעשלאגן אז מעגליך איז די מקור פון איבערדרייען די אותיות פון די ביזאנטישע נאמען קיריל, און מען דארף עס ליינען קיליר[19].

מאנכע קלערן אז די מקור פון זיין נאמען איז פון די באגריף קלירוס (גריכיש: κλήρος, איינציגער מאן), א קירכעריש באגריף וואס באצייכנט א מענטש פון קירכע קעגן די געווענליכע קריסטן[20]. מעגליך אז די ווארט האט באנוצט אויך מענטשן פון אנדערע רעליגיעס ווי רבנים. א ענליכע ערשיינונג איז געפונען געווארן אויך אין אנדערע שפראכן; אזוי צום ביישפיל, די אידישע פאמיליע נאמען "קאפלאן" קומט פון א באגריף אויף א רעליגע מענטש אין איטעליעניש.

זיינע פיוטים

רבי אלעזר הקליר איז געווען פון די ערשטע און גרעסטע פייטנים ביי כלל ישראל, ער האט מחבר געווען פיוטים פון אלע סארטן, יוצר, זולת, אופן כרוב, עמידה, קדושות און קרובות, אויף ימים טובים און פארשידענע געלעגנהייטן אינעם יאר. זיינע פיוטים זענען פון די ערשטע אין די אידישע היסטאריע וואס מען געפונט אויפ'ן גראם, און זענען אויסגעשטעלט מיט די אקריסטאך פון די אלף בית און אפטמאל אויך זיין נאמען.

דער אר"י הק' האט נישט געזאגט קיינע פיוטים בלויז פון קליר. תוספות שרייבט איבער א הגה פון איין ואו אין די נוסח פון א פיוט פון אים.

דער אבן עזרא איז ארויס קעגן אים.

רעפערענצן

  1. ויקרא רבה, פרשה ל'
  2. זעט תוספות, חגיגה יג, א, ד"ה ורגלי. ווערט אויך געברענגט אין מחזור ויטרי סימן שכה, אור זרוע הלכות ק"ש סימן יט און אין שבלי הלקט סימן כח
  3. מסכת ברכות פרק ה סימן כא
  4. זעט דארט אין מעדני יום טוב סק"ה
  5. שו"ת הרשב"א א' תס"ט
  6. שו"ת הרדב"ז חלק ג סימן תקל"ב
  7. עס ווערט געברענגט אין בעל המאור ראש השנה דף ג עמוד א. זעהט: מ"ד הר, 'על שני ימים של ראש השנה בארץ ישראל', תרביץ נ"ג (תשמ"ד), עמ' 124 ואילך; און זעהט אויך פליישער, 'הערה להארה: בדבר שני ימים של ראש השנה בארץ ישראל', שם עמ' 293 ואילך.
  8. שו"ת רבינו גרשום מאור הגולה סימן א', ספר הפרדס הגדול לרש"י סימן קעד, שו"ת רדב"ז חלק ג סימן קל"ב, רבי יוסף שטיינהארט בשו"ת זכרון יוסף סימן יג. אזוי אויך איז דא וואס צייגן אן אויפ'ן פאקט אז מען געפינט נישט זיינע פיוטים אין מנהג ספרד, און מען צייגט אן אויף דאטומס וואס ווערן דערמאנט אין זיינע פיוטים, און פון זיין ווערן דערמאנט אין ספר כבודה, פון רב האי גאון. זעט רבי וולף היידנהיים, מחזור <רעדלהיים, אשכנז>, שבועות
  9. דער יעב"ץ אין זיין ספר מור וקציעה [קיא] ברענגט אין נאמען פון אר"י, אז ער איז געווען א גלגול פון ר' אלעזר ברבי שמעון, און נישט ממש ער אליין, אבער דער חיד"א האט באמערקט אויף זיינע ווערטער אז דער אר"י האט נישט אזוי געשריבן נאר ער האט געשריבן אז עס איז יא ממש ער
  10. זעהט פליישער, 'פיוט על סדרי התקיעה', תרביץ שנה נ"ד חוברת א', הערה 14.
  11. זעט: פליישער, תרביץ נב, עמ' 237 ואילך, ועמ' 258 ואילך, אז זיין וועג איז צו דיכטן אויף קריאת התורה פונעם טאגמוסטער:דרוש מקור, און קריאת התורה (ביי מפטיר) פון די צוויי טעג פון ר"ה איז גלייך. זעט אויך די פיוטים אויף ראש השנה מיט די רעדאגירונג פון שולמית אליצור, ירושלים תשע"ד, עמ' 161.
  12. זעהט אויך: חיים סיימונס, "הבדלים בקריאת הפרשיות בין בני א"י ובין בני חו"ל", סיני קו (1990), עמ' לד
  13. זעהט צום ביישפיל: עזרא פליישער, "לוח מועדי השנה בפיוט לר' אלעזר בירבי קליר", תרביץ נב [ב] (טבת תשמ"ג), עמ' 254–257.
  14. שולמית אליצור, סוד משלשי קודש, האיגוד העולמי למדעי היהדות, ירושלים תשע"ט, עמ' 697–703.
  15. עזרא פליישר, "לפתרון שאלת זמנו ומקום פעילותו של ר' אלעזר בירבי קיליר", תרביץ נד [ג] (ניסן תשמ"ה), עמ' 383–427.
  16. Hillel I. Newman, "Apocalyptic Poems in Christian and Jewish Liturgy in Late Antiquity", in Brouria Bitton-Ashkelony and Derek Krueger (eds.), Prayer and Worship in Eastern Christianities, 5th to 11th Centuries, London 2016, pp. 244-248.
  17. "ḲALIR, ELEAZAR". האנציקלופדיה היהודית (in ענגליש). 1906. Retrieved 30 September 2013.
  18. ערוך ערך קלר. געבן צו עסן פאר קינדער קוכן מיט פסוקים איז נישט פרעמד צו אידישקייט. רבי אלעזר בעל הרוקח ברענגט א מנהג צו פיטערן די קינדערן מיט קוכן און דערויף פסוקים פון ישעיהו נ', ד-ה און יחזקאל ג, ג ביים אריינגיין צו לערנען תורה שבועות ביינאכט.
  19. שד"ל ציטירט דעם געדאנק פון רבי משה לנדאו, אייניקל פון נודע ביהודה, אין זיין פירוש אויפ'ן ספר הערוך "מערכי לשון".
  20. די גריכישע ווארט κλήρος און איר פשוטע טייטש מיינט א טייל פון א באדן, א גורל, א קארטע אדער אן אסימון וואס נוצט פאר א הגרלה, א פארמעגן אדער א זאך וואס מען באקומט ביי א הגרלה, און דאס גלייכן. א פארבינדענע באגריף צו די ווארט אין גריכיש איז ירושה, ווען κληρονομος איז א ווארט פארן יורש - ווער עס באקומט פארמעגן ביי די הגרלה אדער ביי די ירושה.