אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אדר ב'"
(אנהייב) |
(←נעמען: פארברייטערט ("ואדר")) |
||
שורה 14: | שורה 14: | ||
==נעמען== | ==נעמען== | ||
אין הלכה ווערט דער חודש אנגערופן "אדר שני" (אדער "השני") אדער פשוט אדר, און אין גמרא הייסט עס "אדר הסמוך לשבט"{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב}}}}. | אין הלכה ווערט דער חודש אנגערופן "אדר שני" (אדער "השני") אדער פשוט אדר, און אין גמרא הייסט עס "אדר הסמוך לשבט"{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב}}}}. אין טייל קהילות איז געווען איינגעפירט עס צו רופן "ואדר", קומענדיג נאך אדר א' וואס מען פלעגט רופן אדר סתם{{הערה|שיירי כנסת הגדולה, הגהות בית יוסף, אורח חיים סימן רפ"ד. זעט אויך יוסף אומץ, סימן תרצ"א; עלי תמר, מגילה פרק א', אז אזוי איז געווען איינגעפירט אין פוילן און אנדערע תפוצות ישראל.}}. |
רעוויזיע פון 07:50, 7 פעברואר 2024
אדר ב' איז א חודש פון 29 טעג וואס קומט אויס אין עיבור יארן, נאכפאלגנדיג דער צוגעלייגטער חודש אדר א'.
געשעענישן וועלכע קומען פאר אין א געווענליכע יאר אין חודש אדר ווערן אין אן עיבור יאר באצייכנט אין אדר ב', חוץ פון יארצייטן וועלכע ווערן געהאלטן - לויט מנהג אשכנז - אין אדר א'.
אין דער לוח
דער אידישער יאר איז בעיקר באזירט אויף צוועלף חדשים פון די לבנה באנייאונג, וואס קומט אויס ארום 354 טעג[1]. דער פסוק זאגט אבער "שמור את חודש האביב ועשית פסח לה' אלוקיך"[2], וואס באדייט אז דער קאלענדאר דארף שטימען אויך מיט'ן זון יאר פון ארום 365 טעג, כדי פסח זאל אלעמאל אויספאלן אין פרילינג צייט. דער אונטערשייד צווישן די לבנה יאר און זון יאר, וואס קומט אויס ארום עלף טעג[3], זאמלט זיך אן פון יאר צו יאר און דארף ווערן 'פארראכטן' דורך צולייגן א חודש יעדע פאר יאר - אן אקט וואס ווערט אנגערופן "עיבור השנה". אין דער באשטימטער אידישער לוח לויפן די יארן אין א ציקל פון ניינצן יאר, אין וועלכע די עיבור יארן זענען דריי (און צומאל צוויי) יאר אפגערוקט איין פון אנדערן[4].
דער צוגעלייגטער חודש דארף זיין דווקא פון אדר[5].
אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז אדר ב' - ווי אדר בכלל - אלעמאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[6]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג, און ראש חודש אדר ב' באשטייט דעריבער פון צוויי טעג, ל' אדר א' און א' אדר ב'[6]. חודש אדר ב' קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, מיטוואך, פרייטאג אדער שבת[7].
נעמען
אין הלכה ווערט דער חודש אנגערופן "אדר שני" (אדער "השני") אדער פשוט אדר, און אין גמרא הייסט עס "אדר הסמוך לשבט"[8]. אין טייל קהילות איז געווען איינגעפירט עס צו רופן "ואדר", קומענדיג נאך אדר א' וואס מען פלעגט רופן אדר סתם[9].
- ↑ ערכין ט, ב
- ↑ דברים טז, א
- ↑ פינקטליכער: ארום צען טעג און 21 שעות (365.242-354.367).
- ↑ פינקטליכער: די יארן 3, 6, 8, 11, 14, 17, און 19 זענען באשטימט אלס עיבור יארן.
- ↑ סנהדרין יב, א
- ↑ 6.0 6.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
- ↑ מגילה ו, ב
- ↑ שיירי כנסת הגדולה, הגהות בית יוסף, אורח חיים סימן רפ"ד. זעט אויך יוסף אומץ, סימן תרצ"א; עלי תמר, מגילה פרק א', אז אזוי איז געווען איינגעפירט אין פוילן און אנדערע תפוצות ישראל.