אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אדר א'"
(המשך) |
(המשך) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|חודש צוגעלייגט אין אן עיבור יאר}} | {{דעסקריפציע|חודש צוגעלייגט אין אן עיבור יאר}} | ||
{{לוח חודשי עברי בחמש שנים|6}} | {{לוח חודשי עברי בחמש שנים|6}} | ||
'''אדר א'''' | '''אדר א'''' איז א [[חודש]] פון [[30 (נומער)|דרייסיג]] טעג, וואס ווערט צוגעלייגט אין [[עיבור יאר]]ן פון [[אידישער לוח|אידישן לוח]]{{הערה|{{ירושלמי|מגילה|א|ה}}; {{בבלי|ראש השנה|יט|ב|מפרש=רש"י|ד"ה=כמה}}.}}. דער חודש ווערט צוגעלייגט צווישן [[שבט (חודש)|שבט]] און דער "געווענליכער" חודש [[אדר]], וואס הייסט אין דעם יאר [[אדר ב']]. | ||
געשעענישן וועלכע קומען פאר אין א געווענליכע יאר אין חודש אדר ווערן אין אן עיבור יאר באצייכנט אין אדר ב', חוץ פון [[יארצייט]]ן וועלכע ווערן געהאלטן - לויט מנהג אשכנז - אין אדר א'. | געשעענישן וועלכע קומען פאר אין א געווענליכע יאר אין חודש אדר ווערן אין אן עיבור יאר באצייכנט אין אדר ב', חוץ פון [[יארצייט]]ן וועלכע ווערן געהאלטן - לויט מנהג אשכנז - אין אדר א'. | ||
שורה 12: | שורה 12: | ||
דער צוגעלייגטער חודש דארף זיין דווקא פון אדר{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|יב|א}}}}. | דער צוגעלייגטער חודש דארף זיין דווקא פון אדר{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|יב|א}}}}. | ||
==נעמען== | |||
אין הלכה ווערט דער חודש אנגערופן "אדר ראשון" אדער "אדר הראשון", און אין גמרא הייסט עס "אדר הסמוך לשבט"{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב}}}}. וויבאלד דאס איז דער חודש וועלכער ווערט צוגעלייגט אין עיבור יארן, הייסט עס אויך דער "חודש העיבור"{{הערה|שו"ת רדב"ז, חלק א' סימן ק"נ}}. | |||
==רעפערענצן== | |||
{{רעפערענצן}} | |||
{{חדשים}} | |||
[[קאַטעגאָריע:אדר|*]] | |||
[[he:אדר א']] |
רעוויזיע פון 16:31, 5 פעברואר 2024
אדר א' איז א חודש פון דרייסיג טעג, וואס ווערט צוגעלייגט אין עיבור יארן פון אידישן לוח[1]. דער חודש ווערט צוגעלייגט צווישן שבט און דער "געווענליכער" חודש אדר, וואס הייסט אין דעם יאר אדר ב'.
געשעענישן וועלכע קומען פאר אין א געווענליכע יאר אין חודש אדר ווערן אין אן עיבור יאר באצייכנט אין אדר ב', חוץ פון יארצייטן וועלכע ווערן געהאלטן - לויט מנהג אשכנז - אין אדר א'.
דער ערשטער טאג פון אדר א' קען אויספאלן אין מאנטאג, מיטוואך, דאנערשטאג אדער שבת.
עיבור השנה
דער אידישער יאר איז בעיקר באזירט אויף צוועלף חדשים פון די לבנה באנייאונג, וואס קומט אויס ארום 354 טעג[2]. דער פסוק זאגט אבער "שמור את חודש האביב ועשית פסח לה' אלוקיך"[3], וואס באדייט אז דער קאלענדאר דארף שטימען אויך מיט'ן זון יאר פון ארום 365 טעג, כדי פסח זאל אלעמאל אויספאלן אין פרילינג צייט. דער אונטערשייד צווישן די לבנה יאר און זון יאר, וואס קומט אויס ארום עלף טעג[4], זאמלט זיך אן פון יאר צו יאר און דארף ווערן 'פארראכטן' דורך צולייגן א חודש יעדע פאר יאר - אן אקט וואס ווערט אנגערופן "עיבור השנה". אין דער באשטימטער אידישער לוח לויפן די יארן אין א ציקל פון ניינצן יאר, אין וועלכע די עיבור יארן זענען דריי (און צומאל צוויי) יאר אפגערוקט איין פון אנדערן[5].
דער צוגעלייגטער חודש דארף זיין דווקא פון אדר[6].
נעמען
אין הלכה ווערט דער חודש אנגערופן "אדר ראשון" אדער "אדר הראשון", און אין גמרא הייסט עס "אדר הסמוך לשבט"[7]. וויבאלד דאס איז דער חודש וועלכער ווערט צוגעלייגט אין עיבור יארן, הייסט עס אויך דער "חודש העיבור"[8].
רעפערענצן
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ה'; רש"י, ראש השנה יט, ב, ד"ה כמה.
- ↑ ערכין ט, ב
- ↑ דברים טז, א
- ↑ פינקטליכער: ארום צען טעג און 21 שעות (365.242-354.367).
- ↑ פינקטליכער: די יארן 3, 6, 8, 11, 14, 17, און 19 זענען באשטימט אלס עיבור יארן.
- ↑ סנהדרין יב, א
- ↑ מגילה ו, ב
- ↑ שו"ת רדב"ז, חלק א' סימן ק"נ
חדשים פון יאר | ||
---|---|---|
|