אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המלאך הגואל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קידוד קישורים, תיקון קישור לפירושונים)
שורה 48: שורה 48:
* פארפאסט דורך [[יוסי גרין]]{{הערה|1=[https://www.youtube.com/watch?v=fossqzaOehY&t= לינק. אויסגעפירט דורך 'קינדערלעך' כאר].}}.
* פארפאסט דורך [[יוסי גרין]]{{הערה|1=[https://www.youtube.com/watch?v=fossqzaOehY&t= לינק. אויסגעפירט דורך 'קינדערלעך' כאר].}}.
* פארפאסט דורך יענקי הערשל רוטנברג{{הערה|[https://www.geula.fm/video/22163/ לינק. אויסגעפירט דורך [[יענקי לעמער]]].}}.
* פארפאסט דורך יענקי הערשל רוטנברג{{הערה|[https://www.geula.fm/video/22163/ לינק. אויסגעפירט דורך [[יענקי לעמער]]].}}.
* פארפאסט דורך שימעל'ה מלכה (קעניג) לרגל שבת [[פרשת ויחי]] [[ה'תשפ"א]]{{הערה|[https://hm-news.co.il/119361/#comments אויף [[המחדש]] וועבזייטל.}}.
* פארפאסט דורך שימעל'ה מלכה (קעניג) לרגל שבת [[פרשת ויחי]] [[ה'תשפ"א]]{{הערה|[https://hm-news.co.il/119361/#comments ליד] אויף [[המחדש]] וועבזייטל.}}.


אין [[אמעריקע]] פארהאן א שפיל פאר קינדער וואס טראגט די נאמען "המלאך הגואל", ווי צווישן אנדערע שפילט פאר די שפילער בה משחק השחקן [[יואל לעבאוויטש]].
אין [[אמעריקע]] פארהאן א שפיל פאר קינדער וואס טראגט די נאמען "המלאך הגואל", ווי צווישן אנדערע שפילט פאר די שפילער בה משחק השחקן [[יואל לעבאוויטש]].

רעוויזיע פון 19:51, 19 דעצעמבער 2023


די ווערטער פונעם פסוק

"הַמַּלְאָךְ הַגֹּאֵל אֹתִי מִכָּל רָע יְבָרֵךְ אֶת הַנְּעָרִים וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ".

בראשית מח, טז

המלאך הגואל איז א פסוק וואס שטייט אין צענטער פון די ברכות וואס יעקב אבינו האט אנגעוואונטשן פאר מנשה און אפרים. גאר אסאך סגולות זענען אנגעהאנגען אין די פסוק ווי די פסוק ווערט געזאגט ביי קריאת שמע שעל המיטה אדער מיט קינדער אין געוויסע אומשטענדן און נאך.

די ברכה און איר באדייט

דער פסוק פון המלאך הגואל איז דער צווייטע פסוק אין דער ברכה וואס יעקב האט געוואונטשן מנשה און אפרים.

הָאֱלֹהִים אֲשֶׁר הִתְהַלְּכוּ אֲבֹתַי לְפָנָיו אַבְרָהָם וְיִצְחָק, הָאֱלֹהִים הָרֹעֶה אֹתִי מֵעוֹדִי עַד הַיּוֹם הַזֶּה, הַמַּלְאָךְ הַגֹּאֵל אֹתִי מִכָּל רָע יְבָרֵךְ אֶת הַנְּעָרִים; וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק, וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ.

רש"י זאגט אז דער מלאך וואס יעקב דערמאנט איז דער וואס איז געווען געוואוינט געשיקט צו ווערן צו אים ביי זיינע צרות. אין מדרש ווערט געברענגט אז דאס איז א מלאך וואס איז ממונה צו היטן די אבות און די אידן אין אלע דורות[1], און די ראשונים זאגן אז דאס איז נעמליך דער מלאך מיכאל[2]. טייל לייגן צו אז ער איז אויך דער וועמען יעקב רופט "האלוקים הרועה אותי מעודי עד היום הזה"[3].

די מפרשים זענען דן ווי אזוי יעקב האט געקענט לכאורה דאוונען צו א מלאך. דער ספורנו שרייבט אז מיט די ווערטער האט יעקב געבעטן אז טאמער מנשה און אפרים זענען נישט ראוי געבענטשט צו ווערן דורכ'ן באשעפער אליין, זאל ער כאטש הייסן דער מלאך דאס טון. רבי שלמה אשתרוק איז מסביר באריכות די מהות פון א מלאך און זיין ראלע, און ערקלערט אז יעקב האט נישט געבעטן דעם מלאך צו וואונטשן, נאר אז די השפעה וואס ער באקומט פון גאט דורך די מלאך זאל גיין צו דער קינדער[4]. אין תשובות הגאונים שטייט אז מען קען אייגנטליך יא בעטן מלאכים טובות, ווייל עס זענען דא זאכן וואס קענען טון אליין[5].

ווידעראום זענען דא וואס טייטשן אז די ווערטער "יברך את הנערים" באציט זיך צום באשעפער, דער שיקער פון דער מלאך[6]. אדער אז די ווערטער "המלאך הגואל" זענען א רעפערענץ צום באשעפער אליין[7] אדער צו זיין ווארט[8].

יעקב אבינו האט געניצט דאס ווארט "וידגו" זיי צו וואונטשן אז זאל זיך מערן, און נישט אנדערע ווערטער ווי "ויפרו" אדער "וירבו", כדי מרמז צו זיין אז עס זאל נישט שולט זיין אויף זיי קיין עין הרע[9].

קריאת התורה

שבת פרשת ויחי, זענען פארהאן מנהגים איבער דעם ליינען פון די פסוק. אין געוויסע מקורות ווערט די עליה צום תורה ביים ליינען שבת וואס מליינט די פסוק אריינגערעכנט אין די פרשיות הנדרים[10], צוליב וואס אידן שנדר'ן גרויס געלט פאר דער עליה[11][12].

אין ספר מנהגי ווארמייזע[מקור פארלאנגט: ווי פונקטליך?] ווערט געברענגט אז די מנהג איז אז מ'גיבט דעם עליה פאר די מערערער חשוב'ער לוי וואס פארהאן אין בית המדרש.
אזוי אויך ליינט דער בעל קורא די פסוק, מיט אן העכערן שטימע שטאפל.

אום שמחת תורה בבינאכט זענען פארהאן וואס פיהרן זיך צו ליינען צווישן אנדערע אויך די פרשה פון די פסוק[10][12]. אזוי אויך, ביי די עליה פון כל הנערים פיהרט מען זיך פארצוזאגן פאר די קינדער[א] די פסוק[14].

סגולות

אסאך סגולות זענען אנגעהאנגען אין זאגן די פסוק, פאלגנד טייל פון זיי.

  • פארטרייבן שלעכטע אויג - אין די פסוק ווערן די קינדער געוואונטשן און איבער הויפט צוזיין צוגעגליכן צו די פיש וואס הערשט נישט אין זיי קיין שלעכט אויג, און צוליב דעם איז אנגענומען אז צו שושקען די פסוק פאר א קינד איז אנטקעגן א שלעכט אויג. זענען דע וואס זאגן אז דאס איז אויך די סיבה פארוואס נאך די עליה פון כל הנערים זאגט מען די פסוק, אנטקעגן שלעכטע אויגן אויף אלע פארזאמלטע קינדער[15]. אזוי אויך פיהרט מען זיך פאר די טעם צו זאגן די פסוק ביי א ברית פון צווילינג צווישן די ברית פון דער ערשטער מיטן צוייטער[מקור פארלאנגט].
  • היטן ביים וואכנאכט - אין וואכנאכט פיהרט מען זיך צוזאם נעמען יונגוואר נאנט צום בעיבי, און נאכן ליינען נעבן אים די ערשטע פרשה פון קריאת שמע זאגט מען אויך די פסוק, אז סזאהל זיין א שמירה אויפן קינד דורכאויס די נאכט אין כח פון געבעט פון תינוקות של בית רבן.
  • ויתן לך - אין סדר פון ויתן לך וואס ווערט געזאגט יעדן מוצאי שבת, ווי מזאמלט זיך אהן מיט אלע גוטע געוואונטשן בעפאר די קומענדיגע וואך, זאגט מען אויך די פסוק[16].
  • היטן איבער נאכט - אסאך זאגן די פסוק צווישן אנדערע אינעם סדר פון קריאת שמע שעל המיטה, ווי סשטאמט פון די ראשונים[17]. אנדערע[18] צייכענען צו אז סאיז אזוי לויט די זוהר[19] מיינט מען מיט דעם צו פארטרייבן פון אלע מזיקי וואס קומען ארום דער מענטש.
  • אין שבט מוסר[20] שרייבט ער אז מדארף צו זעהן צו זאגן די פסוק יעדן נאכט מיט די יונגוואר. רבי חנוך ערנטרוי[21] איז מסביר די טעם דערפון: ”כי כאשר אנו אומרים פסוק זה עם ילדינו, הרי אמירה זו היא כעין תפילה ותקווה שגם בנינו הבאים אחרינו ימשיכו בדרכם של אברהם יצחק ויעקב, וכך ייקרא שמם של ההורים על בניהם. זו הייתה מהות בקשתו של יעקב אבינו, עליו השלום, כשביקש: ”וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק”, וזוהי השאיפה העזה שמבטאים אנו בקריאתנו ברגש פסוק זה עם ילדינו”.
  • זרע של קיימא - באקומען די עליה פון כל הנערים אין דערביי זיין אין צייט וואס מזאגט זיי פאר די פסוק, איז מסוגל אויף קינדער[22].

אין עולם הנגינה

אויף די ווערטער פונעם פסוק, זענען פארפאסט געווארן אפאר לידער, טיל פון זיי זייער פאפאלאר:

אין אמעריקע פארהאן א שפיל פאר קינדער וואס טראגט די נאמען "המלאך הגואל", ווי צווישן אנדערע שפילט פאר די שפילער בה משחק השחקן יואל לעבאוויטש.

ביאורים

  1. די לשון אין רמ"א איז אז מליינט דאס פאר די קינדער, אבער דער לבוש[13] שרייבט שוין אז סמיינט אז מזאגט זיי פאר.

רעפערענצן

  1. שמות רבה, פרשה לב אות ט
  2. רבי מנחם בן שלמה, שכל טוב בראשית, ברלין, תר"ס, זייט 309 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן); אבן עזרא אויף שמות כג, כ.
  3. אבן עזרא, פירוש הקצר אויף שמות ג, ז.

  4. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי שלמה אשתרוק, מדרשי התורה, ברלין, תרנ"ט, זייט 84.

  5. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אברהם אליהו הרכבי (רעדאקטאר), זכרון לראשונים וגם לאחרונים א - תשובות הגאונים, בערלין, תרמ"ז, זייט 188.
  6. רבי אברהם בן הרמב"ם, רבי שמואל בן חפני גאון, אברבנאל, חזקוני און רד"ק אויף בראשית מח, טו
  7. זוהר חלק א דף רל עמוד א ”המלאך הגואל אותי דא שכינתא”; רמב"ן, אויף בראשית מח, טו; משכיל לדוד אויף רש"י, בראשית מח, טו, ד"ה המלאך הגאל אותי
  8. אור החיים, אויף בראשית מח, טו.
  9. ברכות כ, א;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    תוספות השלם ה, ירושלים, תשמ"ו, זייט כו.
  10. 10.0 10.1 ביכורי יעקב, סימן תרס"ט, ס"ק י"ג.
  11. ספר נהג כצאן יוסף, פרשת ויחי; מנהגי פיורדא, פרשת ויחי.
  12. 12.0 12.1 זעהט פארברייטערט אין ספר שערי אפרים, שער ח, סעיף נז און אין די נו"כ אויפן פלאץ.
  13. ביכורי יעקב, סימן תרס"ט, ס"ק י"ב.
  14. רמ"א אין אורח חיים, סימן תרס"ט, סעיף א'.
  15. ליקוטי מהרי"ח ח"ג, סדר שחרית לשמחת תורה.
  16. סדר פון ויתן לך.
  17. ספר הרוקח הלכות ברכות סימן שמ"ה; תשב"ץ סימן ר"ס-ווערט געברענגט אין מטה משה, סימן שצ"ד.
  18. אזוי אין מטה משה, סימן שצ"ד.
  19. פרשת ויחי, רל ע"א.
  20. שבט מוסר פרק ל”א.
  21. חנוך ארנטרוי, קמץ המנחה, פרשת ויחי, זייט סה, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  22. קונטרס ותפקדנו - תשרי.
  23. ליסטע פון אלע ניגוני הרה"ח ר' משה גאלדמאן ז"ל אויף אייוועלט
  24. דורך 'דבקות' כאר; דורך 'שלהבת' ארקעסטער.
  25. לינק. אויסגעפירט דורך בריו כאקשור.
  26. לינק צום ניגון.
  27. לינק. אויסגעפירט דורך 'קינדערלעך' כאר.
  28. לינק. אויסגעפירט דורך יענקי לעמער.
  29. ליד אויף המחדש וועבזייטל.

קאַטעגאָריע:פרשת ויחי קאַטעגאָריע:יעקב אבינו