אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:חנוכה ליכט"
(←זעט אויך: פארברייטערט) |
(פארברייטערט) |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
די פּרטים פון דער מצוה און אירע תנאים זענען אויף דעם ציל, די אָנצינדן פון א ליכט וואָס שיינט צו די גאס, אין צייט ווען עס זענען נאך פארהאן מענטשן אויף דער גאס, און כאטש פֿאר זיין הויזגעזינד. | די פּרטים פון דער מצוה און אירע תנאים זענען אויף דעם ציל, די אָנצינדן פון א ליכט וואָס שיינט צו די גאס, אין צייט ווען עס זענען נאך פארהאן מענטשן אויף דער גאס, און כאטש פֿאר זיין הויזגעזינד. | ||
== | == ווער דארף צינדן == | ||
אין גמרא | אין [[גמרא]] ווערט ערקלערט אז סיי [[מענער]] און סיי [[ווייבער]] זענען מחויב צו צינדן די ליכט, טראץ וואס סאיז א [[מצות עשה]] שהזמן גרמא, אבער אויך די ווייבער זענען געווען א טייל פון די [נס]]{{הערה|שם=שבת כג א|{{בבלי|שבת|כג|א}}.}}. | ||
== די ברכות == | == די ברכות == | ||
שורה 32: | שורה 30: | ||
סאיז פארהאן א [[מחלוקת]] צווישן די [[ראשונים]] ווען בענטשט דערויף ווער סזעט די ליכט. | סאיז פארהאן א [[מחלוקת]] צווישן די [[ראשונים]] ווען בענטשט דערויף ווער סזעט די ליכט. | ||
*דער [[רמב"ם]]{{הערה|{{היברובוקס||תשובות הרמב"ם – סימן רכב|1731|עמוד=119}}.}} האלט אז יעדער וואס זעט חנוכה ליכט, אפילו אויב ער האט שוין אליינס אנגעצינדן, בענטשט ער דערויף{{ביאור|טראץ וואס אין די באקאנטע געדרוקטע נוסחאות פון רמב"ם{{הערה|{{רמב"ם|מגילה וחנוכה|ג|ד|ספר=זמנים}}.}} קומט אויס אז נאר אויב ער האט נאכנישט אליינס געצינדן בענטשט ער, אבער אין די אויסגוועלטע פונקטליכע דרוקן{{הערה|ווי צום ביישפיל [https://www.mechon-mamre.org/i/3a03.htm דא].}} שטייט נישט "ולא בירך", און ס'קומט אויס ווי ער שרייבט אין די תשובות.}}. | *דער [[רמב"ם]]{{הערה|{{היברובוקס||תשובות הרמב"ם – סימן רכב|1731|עמוד=119}}.}} האלט אז יעדער וואס זעט חנוכה ליכט, אפילו אויב ער האט שוין אליינס אנגעצינדן, בענטשט ער דערויף{{ביאור|טראץ וואס אין די באקאנטע געדרוקטע נוסחאות פון רמב"ם{{הערה|{{רמב"ם|מגילה וחנוכה|ג|ד|ספר=זמנים}}.}} קומט אויס אז נאר אויב ער האט נאכנישט אליינס געצינדן בענטשט ער, אבער אין די אויסגוועלטע פונקטליכע דרוקן{{הערה|ווי צום ביישפיל [https://www.mechon-mamre.org/i/3a03.htm דא].}} שטייט נישט "ולא בירך", און ס'קומט אויס ווי ער שרייבט אין די תשובות.}}. | ||
*[[רש"י]]{{הערה|{{בבלי|שבת|כג|א|מפרש=רש"י}} דיבור המתחיל הרואה.} האלט אז נאר ווער סהאט נאכנישט געצינדן אליינס בענטשט אויפן זעהן {{ביאור|צו באמערקן אז דער [[בית יוסף]]{{הערה|{{ויקיטקסט|טור אורח חיים תרעו#בית יוסף|בסימן תרע"ו}} דיבור המתחיל ודווקא שאינו עתיד להדליק.}} לערנט אין רש"י אז נאר אויב ער גייט אויך נישט צינדן שפעטער אליינס.}}. | *[[רש"י]]{{הערה|{{בבלי|שבת|כג|א|מפרש=רש"י}} דיבור המתחיל הרואה.}} האלט אז נאר ווער סהאט נאכנישט געצינדן אליינס בענטשט אויפן זעהן {{ביאור|צו באמערקן אז דער [[בית יוסף]]{{הערה|{{ויקיטקסט|טור אורח חיים תרעו#בית יוסף|בסימן תרע"ו}} דיבור המתחיל ודווקא שאינו עתיד להדליק.}} לערנט אין רש"י אז נאר אויב ער גייט אויך נישט צינדן שפעטער אליינס.}}. | ||
*דער [[שולחן ערוך]]{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תרעו|ג}}.}} האלט אז נאר ווער סהאט נאכנישט אנגעצינדן, און גייט שפעטער אויך נישט צינדן, און איז נישט יוצא פון א צווייטן, בענטשט דערויף.{{ש}}צוליב די [[כלל]] אז [[ספק ברכות להקל]], פירט מען זיך אין אזא פאל ווי דער שולחן ערוך{{הערה|{{ויקיטקסט|משנה ברורה על אורח חיים תרעו#סעיף ג|משנה ברורה סימן תרעו סעיף קטן ה}}.}}. | *דער [[שולחן ערוך]]{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תרעו|ג}}.}} האלט אז נאר ווער סהאט נאכנישט אנגעצינדן, און גייט שפעטער אויך נישט צינדן, און איז נישט יוצא פון א צווייטן, בענטשט דערויף.{{ש}}צוליב די [[כלל]] אז [[ספק ברכות להקל]], פירט מען זיך אין אזא פאל ווי דער שולחן ערוך{{הערה|{{ויקיטקסט|משנה ברורה על אורח חיים תרעו#סעיף ג|משנה ברורה סימן תרעו סעיף קטן ה}}.}}. | ||
== חשיבות == | |||
אין גמרא שטייט: {{ציטוטון|{{מונחון|אמר [[רב הונא]]: הרגיל בנר חנוכה, הויין ליה בנים [[תלמיד חכם|תלמידי חכמים]].|ווער סאיז מהדר אין חנוכה ליכט איז זוכה צו קינדער תלמידי חכמים}}}}{{הערה|{{בבלי|שבת|כג|ב}}.}} | |||
דער [[רמב"ם]] דריקט זיך אויס איבער דעם מצוה: {{ציטוטון|מצוות נר חנוכה מצווה חביבה היא עד מאד, וצריך אדם להזהר בה כדי להודיע הנס ולהוסיף בשבח הא-ל והודיה לו על הניסים שעשה לנו.}}{{הערה|{{רמב"ם|מגילה וחנוכה|ד|יב|ספר=זמנים}}.}}. | |||
== זעט אויך == | == זעט אויך == |
רעוויזיע פון 17:05, 6 נאוועמבער 2023
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
שבע מצוות דרבנן | |
הלל • מגילת אסתר • חנוכה ליכט • נרות שבת • נטילת ידיים • ברכה • עירובין |
די חנוכה ליכט צינדן איז איינע פון די זיבן מצוות דרבנן, צו מפרסם זיין די גרויסע ניסים אז די חשמונאים האבן געזיגט די יוונים, און אזוי אויך די נס מיט די קריג פון אויל[1]. די מצוה סימבאליזירט די יום טוב חנוכה. די מצוה ווערט דערמאנט אומדייטליך אין משנה[2], און אירע הלכות ווערן ווערט אויסגערעכנט נאר אין ברייתא[3].
די הלכה פאדערט איז אז אין יעדן אידישן הויז דארף ווערן אנגעצינדן א ליכט יעדן טאג[4], אבער היינט איז איינגעפירט צו צינדן יעדן טאג איין ליט מער ווי פארגאנגענעם טאג[5]. מפירט זיך צו צינדן אין אן עקסטערן חנוכה לאמפ אבער דאס איז נישט אויסגעפאדערט אין הלכה. מדארף צינדן אין שטוב ביי א פלאץ ווי סוועט געזען ווערן אינדרויסן אין גאס, ווי צום ביישפיל ביי א פענסטער אדער א טיר אד"ג[6].
מקור
די מצוה פון צינדן די חנוכה ליכט ווערט שוין דערמאנט אלס א מצוה אומדייטליך אין משנה[2], און אין גמרא ווערט אויסגעשמועסט אז דאס איז אלס זכר צו די נס ווען אין די טעג אום יאר ג'תקצ"ו האבן די חשמונאים געוואנען די יוונים, זיי האבן צוריק איבער גענומען די בית המקדש, מטהר געווען פון די טומאות און האבן אנגעצינדן די מנורה בדרך נס אכט טעג, פון א קליין קריגל אויל, ביז מהאט פאבליצירט פרישע איילבירטן אויל בטהרה[7], אויף צו דערמאנען און פארשפרייטן דעם נס צינדט מען ליכט[8].
די פּרטים פון דער מצוה און אירע תנאים זענען אויף דעם ציל, די אָנצינדן פון א ליכט וואָס שיינט צו די גאס, אין צייט ווען עס זענען נאך פארהאן מענטשן אויף דער גאס, און כאטש פֿאר זיין הויזגעזינד.
ווער דארף צינדן
אין גמרא ווערט ערקלערט אז סיי מענער און סיי ווייבער זענען מחויב צו צינדן די ליכט, טראץ וואס סאיז א מצות עשה שהזמן גרמא, אבער אויך די ווייבער זענען געווען א טייל פון די [נס]][9].
די ברכות
פארן צינדן די ליכט בענטשט מען צוויי ברכות ווי פאלגנד:
- אויף די מצוה פון צינדן די ליכט: ”בָּרוּך אַתָּה ה' אֱ-לֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר קִדְּשָׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו וְצִוָּנוּ לְהַדְלִיק נֵר שֶׁל חֲנוּכָּה[א] / נֵר חֲנוּכָּה[ב] / שֶׁלַּחֲנוּכָּה[ג]”.
- אויף די נס וואס איז געווען: ”בָּרוּך אַתָּה ה' אֱ-לֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, שֶׁעָשָׂה נִסִּים לַאֲבוֹתֵינוּ, בַּיָּמִים הָהֵם בַּזְּמָן / בִּזְּמַן[ד] / וּבַזְּמַן[מקור פארלאנגט] הַזֶּה”.
דער ערשטער נאכט[14] לייגט מען אויך צו דערויף: ”בָּרוּך אַתָּה ה' אֱ-לֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, שֶׁהֶחֱיָנוּ וְקִיְמָנוּ וְהִגִּעָנוּ לַזְּמָן[ה] / לִזְּמַן[ו] הַזֶּה”.
ברכות הרואה
נישט נאר ווער ס'צינדט ליכט בענטשט דערויף, נאר אויך ווער ס'זעט די ליכט בענטשט דערויף, ווי ס'שטייט אין גמרא:
אמר רב חייא בר אשי אמר רב: המדליק נר של חנוכה צריך לברך. ורב ירמיה אמר הרואה נר של חנוכה צריך לברך.
אמר רב יהודה יום ראשון הרואה מברך ב' ומדליק מברך ג', מכאן ואילך מדליק מברך שתים ורואה מברך אחת. מאי ממעט? ממעט זמן.
סאיז פארהאן א מחלוקת צווישן די ראשונים ווען בענטשט דערויף ווער סזעט די ליכט.
- דער רמב"ם[16] האלט אז יעדער וואס זעט חנוכה ליכט, אפילו אויב ער האט שוין אליינס אנגעצינדן, בענטשט ער דערויף[ז].
- רש"י[19] האלט אז נאר ווער סהאט נאכנישט געצינדן אליינס בענטשט אויפן זעהן [ח].
- דער שולחן ערוך[21] האלט אז נאר ווער סהאט נאכנישט אנגעצינדן, און גייט שפעטער אויך נישט צינדן, און איז נישט יוצא פון א צווייטן, בענטשט דערויף.
צוליב די כלל אז ספק ברכות להקל, פירט מען זיך אין אזא פאל ווי דער שולחן ערוך[22].
חשיבות
אין גמרא שטייט: ”אמר רב הונא: הרגיל בנר חנוכה, הויין ליה בנים תלמידי חכמים.”[23]
דער רמב"ם דריקט זיך אויס איבער דעם מצוה: ”מצוות נר חנוכה מצווה חביבה היא עד מאד, וצריך אדם להזהר בה כדי להודיע הנס ולהוסיף בשבח הא-ל והודיה לו על הניסים שעשה לנו.”[24].
זעט אויך
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
טעקסט אויף וויקיביבליאטעק: סדר הדלקת נרות חנוכה |
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: הדלקת נרות חנוכה |
- קיצור שלחן ערוך הלכות חנוכה (מנוקד).
- זמן הדלקת נרות חנוכה - אויף ויקיסוגיה זייטל.
- הלכות הדלקת נרות חנוכה, הרב אליעזר מלמד אויף פניני הלכה זייטל.
- דער ארטיקל "נר חנוכה", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- סדר הדלקת נרות חנוכה שיין אויסגעשטעלט גרייט ארויסצודרוקן אשכנז'ישער נוסח / ספרד'ישן נוסח אויף ישיבה זייטל.
- וויפיל ליכט צינדט מען חנוכה? - איבער דעם חלאב'ער מנהג צינדן צוויי שמשים.
ווידיא
- וויאזוי צינדט מען חנוכה ליכט? אויף יוטיוב יהדותון קאנאל.
- לעקציע פון הרב יצחק פאנגער וויאזוי צינדט מען חנוכה ליכט? אויף הידברות זייטל.
נאטיצן
- ↑ די נוסח "שֶׁל חֲנוּכָּה" איז פון בני אשכנז און ווערט שוין געברענגט אזוי פון פריערדיגע[10].
- ↑ די נוסח נֵר חֲנוּכָּה איז פון בני ספרד, און ווערט שוין געברענגט פון אנדערע פוסקים[11].
- ↑ די נוסח שֶׁלַּחֲנוּכָּה איז תימנ'ער נוסח, לויט נוסח 'מכון ממרא' וואס איס אוועקגעשטעלט אויף די נוסח פון רוב כתבי יד פון תימנ'ער נוסחאות[12].
- ↑ דער ערוך השולחן[13] האלט אז מדארף צו זאגן בִּזְּמַן מיט א חירי"ק אונטערן ב'.
- ↑ ספרד'ישער און תימנ'ער נוסח.
- ↑ אשכנז'ישער נוסח[15].
- ↑ טראץ וואס אין די באקאנטע געדרוקטע נוסחאות פון רמב"ם[17] קומט אויס אז נאר אויב ער האט נאכנישט אליינס געצינדן בענטשט ער, אבער אין די אויסגוועלטע פונקטליכע דרוקן[18] שטייט נישט "ולא בירך", און ס'קומט אויס ווי ער שרייבט אין די תשובות.
- ↑ צו באמערקן אז דער בית יוסף[20] לערנט אין רש"י אז נאר אויב ער גייט אויך נישט צינדן שפעטער אליינס.
רעפערענצן
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה א'.
- ↑ 2.0 2.1 משנה, בבא קמא ו, ו.
- ↑ שבת כא, א.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה א'.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ב'.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ז'.
- ↑ שבת כא, ב; מגילת אנטיוכוס אות ס"ח.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה ב'.
- ↑ שבת כג, א.
- ↑ שבת כג, א, משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה ד', שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ו, סעיף א', סעיף קטן א'.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ו, סעיף א', פון ווילנער גאון אין ספר מעשה רב סימן רלט, בן איש חי שנה ראשונה, הלכות חנוכה, הלכה ב', קיצור שולחן ערוך ילקוט יוסף "נוסח הברכות השונות", סעיף קכג.
- ↑ זעט אין משנה תורה לרמב"ם, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג, הלכה ד, און שו"ת מהרש"ל, סימן פה.
- ↑ זעט ערוך השולחן אורח חיים תרעו סעיף ג.
- ↑ און אויב ער האט פארגעסן דער ערשטער נאכט קען ער בענטשן אין וועלכן טאג ער דערמאנט זיך.
- ↑ משנה ברורה סימן תרעו סעיף קטן א.
- ↑ תשובות הרמב"ם – סימן רכב.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה ד'.
- ↑ ווי צום ביישפיל דא.
- ↑ רש"י, שבת כג, א דיבור המתחיל הרואה.
- ↑ בסימן תרע"ו דיבור המתחיל ודווקא שאינו עתיד להדליק.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ו, סעיף ג'.
- ↑ משנה ברורה סימן תרעו סעיף קטן ה.
- ↑ שבת כג, ב.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה י"ב.