אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי ברוך מרדכי אזרחי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(רעדאגירונג, רעדאגירונג)
שורה 82: שורה 82:


== דרויסנדע לינקס ==
== דרויסנדע לינקס ==
{{ויקישיתוף בשורה|Category:Baruch Mordechai Ezrachi}}
* {{אייוועלט|65570|ברוך דיין האמת! הגאון זקן ראשי ישיבות רבי ברוך מרדכי אזרחי זצוק״ל - י”א חשון תשפ”ד}}
* {{אייוועלט|65570|ברוך דיין האמת! הגאון זקן ראשי ישיבות רבי ברוך מרדכי אזרחי זצוק״ל - י”א חשון תשפ”ד}}
* {{רמבי"ש|1773}}
* ישראל אוחיון, [http://www.93fm.co.il/radio/128268/ מיוחד: יובל ל'בני תורה' • "הרב אזרחי"] אויף קול חי זייטל
* {{וידאו}} [http://www.beinenu.com/faceted_search/results/ברוך%20מרדכי א שיעור פון רבי ברוך מרדכי אזרחי], אויף "[http://www.beinenu.com בינינו]" זייטל.
* שמועס פאר פרויען, "[https://5f19b153e964d.site123.me/ארכיון/23-רבי-ברוך-מרדכי-אזרחי די געוואלדיגע כח פון א אידישע פרוי]", אויף "כולנה" זייטל
* ישראל אוחיון, [http://www.93fm.co.il/radio/128268/ מיוחד: יובל ל'בני תורה' • "הרב אזרחי"] אויף קול חי זייטל.
* {{קישור כללי|שרייבער=|קעפל=הגרב"מ אזרחי: "גם 'זום' לטובה" • צפו|זייטל=המחדש|דאטום=נאוועמבער 19, 2020|אדרעס=https://hm-news.co.il/105829/}}
* {{בחדרי חרדים|משה וייסברג|צפו בגרב"מ אזרחי ממרר בבכי: "יצחק אלחנן שמאלה"|72350}}
* שמועס פאר פרויען '''[https://5f19b153e964d.site123.me/ארכיון/23-רבי-ברוך-מרדכי-אזרחי די געוואלדיגע כח פון א אידישע פרוי],''' אויף "כולנה" זייטל.
*[https://hm-news.co.il/105829/ '''גם 'זום' לטובה'''], אויף [[המחדש]] זייטל.
* {{דף שער בספרייה הלאומית|987007311744105171|ברוך מרדכי בן ישראל אזרחי (1929-)}}
* {{דף שער בספרייה הלאומית|987007311744105171|ברוך מרדכי בן ישראל אזרחי (1929-)}}
* {{יוטיוב|V4pm-7TxUpk|שם=על ידידות של למעלה משבעים שנה עם הגרב"מ אזרחי זצ"ל - מאת המרצה הרב מאיר צבי גרוזמן שליט"א|אורך=56:46|ערוץ=naftali gruzman}}


== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==

רעוויזיע פון 02:39, 1 נאוועמבער 2023

רבי ברוך מרדכי אזרחי
רבי ברוך מרדכי אזרחי אין תשע"ט
רבי ברוך מרדכי אזרחי אין תשע"ט
געבורט יאנואר 1 1929
י"ט טבת ה'תרפ"ט
ירושלים, בריטישער מאנדאט ארץ ישראל
פטירה אקטאבער 26 2023 (אלט: 94)
י"א חשון ה'תשפ"ד
הדסה עין כרם שפיטאל, ירושלים
כינוי זקן ראשי הישיבות
מקום קבורה הר הזיתים, ירושלים
טעטיגקייט אָרט ארץ ישראל
השתייכות ליטוואקעס
תחומי עיסוק ראש ישיבה
תפקידים נוספים מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה
רבי'ס רבי מאיר חדש, רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק
בני דורו רבי חיים קאניעווסקי, רבי גרשון עדלשטיין, רבי דוב לאנדא
ספרים ברכת מרדכי אויף תורה, ש"ס און ימים טובים
ווייב שולמית אזרחי
קינדער רבי בן ציון אזרחי
חותנים רבי מאיר חדש
אין תשע"א
אין תשע"ב
טעקע:92e38e97f9b96b435704.jpg
רבי ברוך מרדכי אזרחי ביי א שמועס
הרב אזרחי מיט תלמידים אין בית וגן, אויפ'ן טיש זענען עטליכע פון די פילע ספרים וואס ער האט ארויסגעגעבן
הרב אזרחי טרעט אויף ביי א דינער
ביים לערנען, אונטער א בילד פון רבי מאיר חדש

רבי ברוך מרדכי אזרחי (י"ט טבת ה'תרפ"ט, יאנואר 1 1929 - י"א חשון ה'תשפ"ד, אקטאבער 26 2023) איז געווען דער ראש ישיבה פון ישיבת עטרת ישראל אין מודיעין עילית, פון די מנהיגים פון ליטווישן ציבור, א מיטגליד אין מועצת גדולי התורה פון דגל התורה און אין די נשיאות פון ועד הישיבות און פון מפעל הש"ס און פון די פירער פון חרדי'שן ציבור.

ביאגראפיע

רבי ברוך מרדכי איז געבוירן געווארן אין ביקור חולים שפיטאל אין ירושלים צו רבי ישראל אזרחי (געטוישט פון "בירגער"), תלמיד פון סלאבאדקער ישיבה, און הינדא מלכה, טאכטער פון רבי ברוך שלאָם וועלכער האט געדינט אלס רב אין דרום אפריקע[1].

אלס קינד האט ער געלערנט אין תלמוד תורה יבנה און אין ישיבת תפארת צבי. בעפאר די בר מצוה איז ער אריין לערנען אין ישיבת חברון, וואו ער איז נאנט געווארן מיט רבי יצחק אייזיק שעהר און צו די ראשי ישיבות פון חברון, רבי אהרן כהן און רבי משה חברוני מיט וועמען ער האט געלערנט בחברותא.

אין חברון ישיבה איז ער אויך נתקרב געווארן צו רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק און זיך באטייליגט ביי זיינע שיעורים, און לויט זיין בקשה האט רבי ברוך מרדכי געלערנט אין סדר קדשים בחברותא מיט זיין זון רבי משולם דוד סאלאווייטשיק, און זיך אויך באטייליגט ביי חבורות וואס רבי משולם דוד האט געגעבן. רבי ברוך מרדכי האט אנגעהאלטן א נאנטן ידידות מיט רבי משולם דוד אלע יארן, אנרופנדיג אים "מורי ורבי", און פלעגט אים גיין באזוכן דורכאויס פופציג יאר יעדן יום טוב[2].

רבי ברוך מרדכי איז אויך געווען זייער מקורב מיטן משגיח פון ישיבת חברון, רבי מאיר חדש, און אין עלטער פון 24 יאר האט ער געהייראט זיין טאכטער שולמית. א קורצע צייט נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן איבערגעבן שיעורים אין ישיבה. אין פאראלעל, האט ער דורכאויס צוועלף יאר איבערגעגעבן א וועכנטליכע שיעור פאר די עלטערע בחורים אין ישיבת כנסת חזקיהו אין כפר חסידים.

אין יאר תשכ"ד האט ער אוועקגעשטעלט די תנועת בני תורה אסאָסיאַציע, מיטן ציל צו דערנענטערן תלמידים פון תיכון ישיבות און זיי אריינברענגען אין חרדישע ישיבות און אין חרדישן ציבור. צווישן אנדערע איז אויפגעשטעלט געווארן דער "מחנה בני תורה", א זומער קעמפ וואס ברענגט צוזאמען תלמידים פון ביידע סארטן ישיבות, און אנדערע אקטיוויטעטן[3].

באלד נאך זיין טאטן'ס פטירה, אין יאר ה'תשל"ו, האט ער פארלאזט ישיבת חברון און געגרינדעט ישיבת עטרת ישראל, אויפן נאמען פון זיין טאטן, אין די בית וגן געגנט אין ירושלים. זיין שווער האט געדינט אלס משגיח אויך אין די נייע ישיבה, און זיין ברודער רבי אורי דוד אזרחי האט געדינט אלס מנהל. דארט האט זיך רבי ברוך מרדכי געפירט צו געבן וועכנטליכע שיעורים אין סדר קדשים, ווי אויך פלעגט ער געבן א "חבורה" יעדן פרייטאג צונאכטס, א מעמד וואס איז בארימט געווארן און האט געצויגן אסאך צוהערער.

אין תשע"ט האט ער אריבערגעפירט די ישיבה צום קרית ספר געגנט אין מודיעין עילית.

רבי ברוך מרדכי איז געווען באקאנט פאר זיין רעדנערישע טאלאנט און אייגנארטיגע הומאר[4]. זיין צוגאנג אין חינוך איז געווען מיט די שיטה פון גדלות האדם פון סלאבאדקע.

כ"ו אב תשע"ב איז ער אריינגענומען געווארן אלס מיטגליד אין מועצת גדולי התורה פון דגל התורה, צוזאם מיט נאך אכט אנדערע. נאך די פטירה פון רבי גרשון עדלשטיין איז ער פאררעכנט געווארן אלס איינער פון די הויפט מנהיגים פון די ליטווישע ציבור[5].

נאך עטליכע יאר פון אפגעשוואכטע געזונט מיט ערגערע און בעסערע צייטן[6], איז ער אוועק אום י"א חשון ה'תשפ"ד אין עלטער פון 94[7]. די לוויה איז פארגעקומען אויפצומארגנס צוליב זיין זונ'ס וויילן אין מעקסיקא ביים פטירה. צענדליגער טויזנטער האבן זיך באטייליגט[8], און עס האבן מספיד געווען רבי דוב לאנדא און רבי בערל פאווארסקי, זיינע חברים פון ישיבת חברון, ווי אויך זיין ברודער רבי יצחק, זיין זון רבי בן ציון, און זיינע איידעמער. צוליב דעם דעמאלטסדיגן קריגס צושטאנד אין ארץ ישראל זענען די מאסן נאר געווען ביי די הספדים, און אים נישט ארויסבאגלייט צום בית הקברות[9]. ער איז באערדיגט געווארן אין הר הזיתים, אין חלקת ישיבת חברון.

פון זיינע תלמידים

משפחה

זיין ווייב, שולמית מחלה (חדש; נפטר געווארן ג' טבת ה'תשפ"ג) איז געווען א שרייבערין, און האט צווישן אנדערע אויך געשריבן דעם בוך 'המשגיח - הגביע שעלה על גדותיו' איבער איר פאטער, און 'זה האיש' איבער דער חפץ חיים, און 'אָשִירָה' - א ביאגראפיע פון דאס לעבן פון איר און איר מאן[10].

דאס פארפאלק האט געהאט איין זון און פיר טעכטער:

  • זיין זון הרב בן ציון, וואס האט איבער גענומען זיין פלאץ אלס הויפט פון ישיבה.
  • זיין איידעם חתנו הרב יהושע קאנאל, משגיח אין ישיבת עטרת ישראל לצעירים.
  • זיין איידעם הרב ישעיהו הדר גלאזמן, מגיד שיעור אין ישיבה גדולה עטרת ישראל.
  • זיין איידעם הרב אהרון וויינער, רב פון קרית היובל געגנט אין ירושלים.
  • זיין איידעם הרב אריאל ווילאנסקי, ראש ישיבת אש התלמוד אין הר נוף געגנט אין ירושלים.

זיין ברודער הרב יצחק אזרחי איז פון ראשי הישיבה אין מירער ישיבה. זיין שוועסטער, יוכבד, איז געווען פארהייראט צו רבי שמואל דיקמאן, וועלכער איז געווען אן אב בית דין אין חיפה.

זיינע ספרים

פון רבי ברוך מרדכי'ס שיעורים און שמועסן זענען ארויסגעקומען א סעריע ספרים "ברכת מרדכי", צווישן זיי:

אויך האט רבי ברוך מרדכי געשריבן א ספר והגית, ירושלים, תשנ"ה, אויף די וועג זיך צו פארטיפן אין תורה.

  • ברכת מרדכי, ירושלים, תשנ"ז, אויף סוגיות הש"ס און אויף קבא דקושייתא
  • ברכת מרדכי - ענטפערס אויף די שאלות אין "משמרת חיים" פון רבי חיים פנחס שיינבערג, וועלכע זענען געשטעלט זיך אויסצולערנען טראכטן אויף לומד'ישע וועג.

יחוס בוים

 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי נפתלי מנחם הוטנער
 
 
 
קריינע הוטנער
 
רבי משה מרדכי אפשטיין
ראש ישיבת חברון
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי דוד חדש
ר"מ בישיבת הישוב
 
רבי מאיר חדש
משגיח ישיבת חברון
 
 
 
צביה חדש
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי אהרן חדש
משגיח ישיבת מיר
 
רבי משה מרדכי חדש
ראש ישיבת אור אלחנן
 
הרב נפתלי חדש
משגיח ישיבת אור אלחנן
 
הרב יוסף חדש
 
שולמית אזרחי
 
רבי ברוך מרדכי אזרחי
ראש ישיבת עטרת ישראל
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי אפרים חדש
משגיח אין ישיבת מיר
 
רבי חיים אריה חדש
ראש ישיבת אור אלחנן


דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. אן אייניקל פון רבי אורי דוד אפריון, רב פון זאגער און מחבר פון "אפריון דוד"
  2. יעקב מלמד, ‏"הקבלת פני רבו": הגרב"מ אזרחי בביקור חג אצל ראש ישיבת בריסק • צפו, אויף JDN‏, אקטאבער 17, 2019 (העברעאיש)
  3. מחנה בני תורה, אויף כיכר השבת
  4. מילתא דבדיחותא במשנת הגרב"מ אזרחי מפיו ומפי השמועה, אויף פורום לתורה
  5. יוסי שטארק, ‏בצל היתמות: ההנהגה המשותפת בציבור הליטאי ו"אנשי הסוד" של גדולי ישראל, אויף JDN(העברעאיש)
  6. חנני ברייטקופף, ‏נס רפואי: 'זקן המועצת' יצא מניתוח בעמוד השדרה; "מצב הנשימה השתפר פלאים", אויף כיכר השבת, יולי 30, 2023
  7. בגיל 94: זקן חברי מועצת גדולי התורה הרב ברוך מרדכי אזרחי הלך לעולמו, אויף ערוץ 7, 26 באוקטובר 2023
  8. משה ויסברג, וכבוד גדול עשו לו במותו: רבבות בהלוויית מרן הגרב"מ אזרחי זצ"ל, אויף בחדרי חרדים, 27 באוקטובר 2023
  9. חזקי שטרן, ‏מבית וגן להר הזיתים: רבבות תלמידים בהלווית הגרב"מ אזרחי, אויף כיכר השבת, 27 באוקטובר 2023
  10. אשירה-קולמוס הוצאה לאור.


טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער