אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אבימלך מלך גרר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הגהה)
ק (צו ליינען מער)
שורה 43: שורה 43:
* אבי-מלך - '''שאביו היה מלך''' - זיין טאטע איז געווען קעניג. דאס מיינט, א קעניג וואס ציט א קעניגליכע קייט, און האט דאס נישט אנגעהויבן אליין.
* אבי-מלך - '''שאביו היה מלך''' - זיין טאטע איז געווען קעניג. דאס מיינט, א קעניג וואס ציט א קעניגליכע קייט, און האט דאס נישט אנגעהויבן אליין.
* נאך די נאמען פונעם געץ [[מולך]] (מלך, מילכום), וואס אים האבן לכאורה די פלשתים געדינט. נעמען פון מענטשן באזירט אויף דער געצס נאמען, איז געווען אנגענומען אין יענע צייטן (די אידישע פאראלעל צו דעם איז געווען "אביה" אדער "אביאל"). דאס איז כדי צו שאפן א נאנטשאפט צווישן דעם מענטש מיט זיין גאט, צומאל צו ווייזן אויף אן עקסטערע געטליכע ציל וואס דער מענטש איז געבענטשט געווארן דערמיט. אין פאל פון קעניגן ווי אבימלך קומט דאס מרמז זיין אז זיין קעניגרייך איז נישט נאר מענטשליך נאר געטליך, און אז דער קעניג האט א געטליכע סטאטוס.
* נאך די נאמען פונעם געץ [[מולך]] (מלך, מילכום), וואס אים האבן לכאורה די פלשתים געדינט. נעמען פון מענטשן באזירט אויף דער געצס נאמען, איז געווען אנגענומען אין יענע צייטן (די אידישע פאראלעל צו דעם איז געווען "אביה" אדער "אביאל"). דאס איז כדי צו שאפן א נאנטשאפט צווישן דעם מענטש מיט זיין גאט, צומאל צו ווייזן אויף אן עקסטערע געטליכע ציל וואס דער מענטש איז געבענטשט געווארן דערמיט. אין פאל פון קעניגן ווי אבימלך קומט דאס מרמז זיין אז זיין קעניגרייך איז נישט נאר מענטשליך נאר געטליך, און אז דער קעניג האט א געטליכע סטאטוס.
==צו ליינען מער==
* {{צ-ספר|מחבר=רוזנפלד יקותיאל|שם=על פרשת השבוע|מקום הוצאה=בני ברק|שנת הוצאה=2018}}


== דרויסנדע לינקס ==
== דרויסנדע לינקס ==

רעוויזיע פון 00:49, 30 אקטאבער 2023

אֲבִימֶלֶךְ מֶלֶךְ גְּרָר, קעניג פון פלשתים, איז א תנ"ך פערזענליכקייט וואס ווערט דעמאנט אין ספר בראשית, איבער זיינע פארבינדונגען מיט אברהם און יצחק. אבימלך האט געגלוסט סיי שרה און סיי רבקה, אבער האט זיי למעשה נישט צוגערירט, נאך וואס גאט האט זיך ביידע מאל באוויזן צו אים אין חלום ביינאכט, אים לאזן וויסן אז זיי זענען אן אשת איש. ער האט געשלאסן א פרידנס-בונד מיט אברהם און מיט יצחק. די שטאט וואו ער האט געקעניגט, גרר, איז אין נגב צווישם קדש און שור. אין תרגום ירושלמי ווערט אבימלך אידענטיפיצירט אלס מלך ערד[1].

לויט טייל מפרשים איז "אבימלך" דער טיטל מיט וואס מען האט גערופן אלע קעניגן אין פלשתים, א שטייגער ווי פרעה אין מצרים.

שילדערונג אין תורה

פארכאפונג פון שרה

צווישן זיינע וואנדערנישן איז אברהם אנגעקומען און זיך באזעצט אין גרר נעבן פלשתים. פאר די וואס האבן זיך נאכגעפרעגט איבער די שיינע פרוי - שרה, האט ער גענטפערט אז זי איז זיין שוועסטער. אבימלך האט געשיקט ברענגען שרה צו זיך, אבער נאך איידער ער האט געהאט א געלעגנהייט צו זינדיגן מיט איר[2], איז גאט געקומען צו אים אין חלום[3] און אים אינפארמירט אז די פרוי איז פארהייראט, און אז ער וועט שטארבן אויב ער וועט פארזעצן איר צו האלטן. אבימלך האט זיך פארענטפערט אז ער איז געווען אומוויסנד, נאך וואס זיי האבן זיך אנגעגעבן אלס געשוויסטער. גאט האט אים באפוילן איר צוריקצוגעבן, און דורכדעם וואס אברהם וועט מתפלל זיין פאר אים וועט ער בלייבן לעבן. צומארגנס, דערציילט אבימלך פאר זיינע מענטשן די מעשה, מוסר'ט אברהם פארן זאגן ליגנט און דאס אנברענגען אויף אים, גיבט אים צוריק זיין ווייב, און שענקט אים אויך א גרויס פארמעגן אלס פארגיטיגונג, אריינגערעכנט שאף און רינדער, קנעכט און דינסטן, און פארבעט אים אויך צו וואוינען אין זיין לאנד: "הִנֵּה אַרְצִי לְפָנֶיךָ בַּטּוֹב בְּעֵינֶיךָ שֵׁב." אברהם האט מתפלל געווען אויף אבימלך און זיינע דינסטן וועלכע זענען געשטראפט געווארן מיט'ן נישט קענען האבן קינדער, און גאט האט זיי געהיילט[4].

בונד מיט אברהם

נאכ'ן איינזען אז דער אויבערשטער איז מיט אברהם, איז אבימלך געקומען מיט זיין קריגס מיניטסער פִיכֹל שליסן א פרידנס-פּאקט מיט אברהם, אלס באלוינונג אויף דעם וואס ער האט געוואוינט ביי זיי[5]. אברהם גייט איין, אבער האלט פאר אבימלך אויף דעם וואס זיינע קנעכט האבן גע'גזל'ט זיינע וואסער ברונעמס, א לעבנס-וויכטיגע רעסורס אין יענע צייט. אבימלך שלאגט אפ די טענות זאגנדיג: "איך ווייס נישט ווער האט דאס געטון, און דו האסט מיר נישט דערציילט דערוועגן, און איך האב נישט געהערט דערפון ביז היינט." אבימלך קערט צוריק די ברונעמס און שווערט אז זיי געהערן צו אברהם, און זיי שליסן דעם בונד, און דעריבער איז די נאמען פון דעם פלאץ באשטימט געווארן אלס באר שבע. דער פסוק צייכנט אז די באציאונגען האבן פארגעזעצט פרידליך, און אברהם האט געוואוינט רואיגערהייט נאך א לאנגע צייט אין פלשתים, און דארטן אויפגעשטעלט א גאסט הויז וואו ער האט געגעבן צו עסן פאר מענטשן זאלן לויבן דעם אויבערשטן[6].

פארכאפונג פון רבקה

אן ענליכע געשעניש האט פאסירט צו יצחק[7]. ווען אין ארץ כנען האט אויסגעבראכן אן הונגער, האט יצחק געוואלט אראפגיין קיין מצרים, אבער גאט האט זיך אנטפלעקט צו יצחק און געהייסן ער זאל נישט פארלאזן דאס לאנד, נאר גיין וואוינען אין גרר. אויך אין דעם פאל זאגט יצחק אז זיין ווייב איז זיין שוועסטער פאר די היגע מענטשן וואס פרעגן זיך נאך די שיינע פרוי, אויס מורא אז מען וועט אים פרובירן צו ערמארדן און נעמען רבקה. אבימלך גיבט אכטונג אין די פאל פון זיך איילן איר צו נעמען, קען זיין אלס פריערידע ערפארונג, און דורכאויס די צייט זעט אדער פארשטייט ער אז רבקה און יצחק זענען געהייראט, וועגן ליבשאפט באווייזן צווישן זיי - "וְהִנֵּה יִצְחָק מְצַחֵק אֵת רִבְקָה אִשְׁתּוֹ". ער רופט יצחק, און מוסרט אים אויף דעם וואס ער האט געזאגט אז רבקה איז זיין שוועסטער, און דאס האט כמעט צוגעברענגט אז אבימלך זאל זינדיגן מיט רבקה. יצחק האט זיך בארעכטיגט אז ער האט ליגנט געזאגט אלס מורא אז מען וועט אים טויטן. אבימלך האט אנגענומען זיין אנטשולדיגונג מוסרנדיג: "מַה זֹּאת עָשִׂיתָ לָּנוּ? כִּמְעַט שָׁכַב אַחַד הָעָם אֶת אִשְׁתֶּךָ, וְהֵבֵאתָ עָלֵינוּ אָשָׁם."[א][8], און ער האט געלאזט וויסן אז יצחק האט א קעניגליכע שוץ, און ווער עס וועט טשעפען אים און זיין ווייב וועט באקומען טויט שטראף.

פון זיין שטורעמישע רעאקציע פארן אקט פון באהאלטן, און פון זיינע אקטן דערנאך, קען מען פארשטיין אז אזעלכע זאכן ווי נעמען אן אשת איש, זענען נישט געווען אנגענומען אונטער אבימלכ'ס הערשאפט. "וַיִּקְרָא אֲבִימֶלֶךְ לְאַבְרָהָם וַיֹּאמֶר לוֹ: מֶה עָשִׂיתָ לָּנוּ וּמֶה חָטָאתִי לָךְ, כִּי הֵבֵאתָ עָלַי וְעַל מַמְלַכְתִּי חֲטָאָה גְדֹלָה, מַעֲשִׂים אֲשֶׁר לֹא יֵעָשׂוּ עָשִׂיתָ עִמָּדִי."[ב][9].

בונד מיט יצחק

נאך וואס יצחק ווערט רייך און ברענגט צו אז די פלשתים זאלן מקנא זיין, בעט אים אבימלך אז ער זאל גיין פון דארט און פאקטיש פארטרייבט ער אים. יצחק גייט אריבער וואוינען נישט ווייט פון דארט אין נחל גרר. נאך א צאל קריגערייען ארום די ברונעמס צווישן יצחק און אבימלכ'ס מענטשן, ערשיינט אבימלך אין באגלייטונג פון פיכול זיין מיליטער מינסטער און זיינע גוטע פריינד ביי יצחק און בעט צו פאריכטן זייערע באציאונגען, און בינדט א בונד אויך מיט יצחק פונקט ווי מיט זיין טאטן אברהם, ווייל זיי האבן געזען אז גאט איז מיט אים. יצחק נעמט אים אויף בייזערהייט, אבער ענדע עסט ער מיט אים א סעודה. אבימלך און זיינע מענטשן נעכטיגן אפילו ביי אים, און צופרי שווערן זיי זיך איינער צום צווייטן, א זאך וואס קוקט אויס ווי א בונד.

זיין נאמען אין תהילים

א קעפל אין תהילים ל"ד פסוק א', ערוועקט א שווערקייט . "לְדָוִד - בְּשַׁנּוֹתוֹ אֶת-טַעְמוֹ, לִפְנֵי אֲבִימֶלֶךְ; וַיְגָרְשֵׁהוּ, וַיֵּלַךְ." אבימלך איז דאך באקאנט פון די אראפגאנג פון אברהם קיין גרר[10] און ער איז נישט פארבינדן מיט דוד'ס לעבנס געשעענישן. מפרשים אידענטיפיצירן אבימלך אלס אכיש. רש"י ערקלערט אז אזוי האט מען גערופן אלע קעניגן פון פלשתים, און אלע קעניגן פון מצרים - פרעה. און טראץ וואס זיין נאמען איז אכיש רופט מען אים אבימלך. אבן עזרא זאגט אז 'אכיש האט געהאט צוויי נעמען ווי אסאך אנדערע'[11].

געשטאלט פון אבימלך אין מפרשים

די מפרשים האבן געזען אבימלך אין א ווייניגער פאזיטיווע שיין פון ווי עס קוקט אויס ווען עס ווערט פארציילט אין תנ"ך. זיי שטרייכן אונטער דער פאקט אז שרה איז גענומען געווארן געצווינגענערהייט, און ווייזן אז דאס איז טאקע געטאן געווארן אומוויסנד, אבער נישט מיט זיידענע הענטשקעס[12]. א פראגע וואס דארף געפרעגט ווערן צו דען האט טאקע אבימלך נישט געמערקט אז זיינע מענטשן טשעפען אברהם און יצחק, פרובירן צו רויבן די ברונעמס און פארשטאפן זיי מיט ערד, ווי ער טענהט? און וואס איז פשט פון די דערנענטערונגס פרובן פון אבימלך צו יצחק, נאך וואס ער פארטרייבט אים פון גרר וועגן זיין רייכטום?

אבימלך און יצחק

אין צוגלייך צו אן ענליכע מעשה אין פארגאנגענהייט פון אברהם און שרה, דעמאלט האט פרעה קעניג פון מצרים גענומען שרה נאך וואס אברהם האט געזאגט אז זי איז זיין שוועסטער[13], אין קעגנזאץ צו אבימלך וואס שאפט א דיאלאג מיט אברהם, פרעה גיבט נישט פאר אברהם זיך צו פארענטפערן, נאר זאגט וואס ער האלט, און דערנאך, פארטרייבט ער אים פון זיין לאנד, אינדערצייט וואס אבימלך פארגיטיגט אים, און באווייזט אים א פריינטליכע באציאונג, און שלאגט אים פאר צו וואוינען אוואו עס געפעלט אים.

פארשער האבן זיך געשטעלט אויף דאס אז דאס וואס אבימלך האט געטאן האט געשטימט מיט וואס עס איז דעמאלט געווען איינגעפירט, ווי עס שיינט פון אשורישע געזעצן פון יענע צייטן: "אז א פרעמדער - נישט איר טאטע, ברודער אדער זון - וועט איינרעדן פאר א פרעמדע פרוי צו גיין מיט אים אין וועג, נישט וויסנדיג אז זי איז א אשת איש, זאל זיך דער מענטש שווערן און געבן צוויי שטיקער בליי פארן מאן פון די פרוי" (חוקי אשור התיכונה, A 22). אבימלך האט טאקע געשוואוירן וועגן זיין אומשולד ווי ערווענט און האט טאקע פארגיטיגט איר מאן ווי עס שטייט אין געזעץ און מער[14].

דער רמב"ן[15] קווענקלט אויב אבימלך פון די מעשה מיט אברהם איז דער זעלבער אבימלך פון די מעשה מיט יצחק, אדער קען זיין אז אלע קעניגן פון פלשתים האט מען גערופן אבימלך, פונקט ווי דער קעניג פון פלשתים אין דוד'ס צייטן האט מען גערופן אבימלך, און ברענגט די דעה פון אונקלוס אז אבימלך פון יצחק'ס צייט, איז געווען א זון פון אבימלך אברהם'ס[16]. אויך דער רד"ק האט געהאלטן[17] אז דאס איז נישט דער זעלבער אבימלך. דאקעגן, פאר רבינו בחיי שטערט נישט די כראנאלאגישע ריס און ער האלט אז מען רעדט פון דער זעלבער אבימלך ביי ביידע מעשיות.

מקור פון נאמען

די נאמען "אבימלך" פונקט ווי די נאמען פון זיין מיליטער מינסטער "פיכל" - איז א שעמישע נאמען און נישט א פלישתישע. טראץ וואס די פלשתים האבן אינוואדירט פון מערב זייט מיטל-לענדישער ים, וואס דערפאר זענען זיי גערופן געווארן "גויי הים", ווי עס זעט אויס, כדי זיך צו נאטוריליזירן אין געגנט האבן זיי אדאפטירט שעמישע נעמען וואס קומען דווקא פון מזרח.

די מקור פון נאמען "אבימלך" קען זיך טייטשן אין פארשידענע צורות:

  • אבי-מלך - שאביו היה מלך - זיין טאטע איז געווען קעניג. דאס מיינט, א קעניג וואס ציט א קעניגליכע קייט, און האט דאס נישט אנגעהויבן אליין.
  • נאך די נאמען פונעם געץ מולך (מלך, מילכום), וואס אים האבן לכאורה די פלשתים געדינט. נעמען פון מענטשן באזירט אויף דער געצס נאמען, איז געווען אנגענומען אין יענע צייטן (די אידישע פאראלעל צו דעם איז געווען "אביה" אדער "אביאל"). דאס איז כדי צו שאפן א נאנטשאפט צווישן דעם מענטש מיט זיין גאט, צומאל צו ווייזן אויף אן עקסטערע געטליכע ציל וואס דער מענטש איז געבענטשט געווארן דערמיט. אין פאל פון קעניגן ווי אבימלך קומט דאס מרמז זיין אז זיין קעניגרייך איז נישט נאר מענטשליך נאר געטליך, און אז דער קעניג האט א געטליכע סטאטוס.

צו ליינען מער

  • רוזנפלד יקותיאל, על פרשת השבוע, בני ברק, 2018

דרויסנדע לינקס


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ויקישיתוף בשורה

פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
* מידיע און בילדער איבער [[commons:Category:{{#property:P373}}|אבימלך מלך גרר]] אויף וויקיקאמאנס   המזהה לא מולא ולא נמצא בוויקינתונים, נא למלא את הפרמטר.

טייטש

  1. וואס האסטו אונז געטון? כמעט האט איינער פון פאלק גענומען דיין ווייב, און דו וואלסט געברענגט אויף אונז א שולד.
  2. און אבימלך האט גערופן אברהם און אים געזאגט: וואס האסטו געטאן צו אונז און וואס האב איך געזינדיגט, אז דו האסט געברענגט אויף מיר און מיין קעניגרייך א גרויסע זינד, זאכן וואס טארן נישט געשען האסטו געטאן מיט מיר.

רעפערענצן

  1. תרגום ירושלמי, בראשית כ, ב.
  2. זעט בראשית רבה, פרשה נ"ב, פסקה ז', געברענגט אין רש"י, כ, ו.
  3. מאיר שלו צייכנט אן אין זיין ספר ראשית (הוצאת עם עובד, 2008) אז דאס איז די ערשטע חלום וואס ווערט דערמאנט אין תנ"ך.
  4. ספר בראשית, קאַפּיטל כ', פסוקים א'–י"ח.
  5. בראשית כא, כב–לב
  6. סוטה י, א.
  7. בראשית כו, א–ל
  8. בראשית כו, י
  9. בראשית כ, ט
  10. בראשית כ
  11. מנחם נאור, מחקרים בנוסח תהלים ל"ד, בית מקרא: כתב עת לחקר המקרא ועולמו, חוברת ד', קכ"ז כרך ל"ו, ירושלים, מוסד ביאליק, תמוז-אלול, תשנ"א, עמ' 377
  12. רש"י, בראשית כ, ו - באזירט אויף די ענטפער פון גאט צו אבימלך.
  13. בראשית יב
  14. חגי משגב, למה הוא עשה את זה?, אין פראיעקט 929 - תנ"ך ביחד
  15. רמב"ן, בראשית כו, א
  16. וואס עס מוטשעט פארן רמב"ן איז די כראנאלאגישע ריס צווישן די צוויי מעשיות, וואס באשטייט פון פערציג יאר, אויב נישט מער, וויבאלד יצחק האט געהייראט רבקה זייענדיג אלט פערציג יאר, לויט ווי עס שטייט געשריבן אין בראשית כה, כ.
  17. ביי זיין פירוש אויף בראשית כו, א