אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר עבד אברהם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (מכלוליזאציע)
שורה 38: שורה 38:
אין [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|פרשת חוקת, רמז תשסה}} ווערט געברענגט: {{ציטוטון|עוג הוא אליעזר, ופרסות רגליו ארבעים מיל, ואברהם היה טומנו בכף ידו. פעם אחת גער בו <small>(אברהם)</small>, ומיראתו נפל שינו ממנו, ונטלו אברהם ועשאו מיטת שן והיה ישן שם, ויש אומרים כסא עשאו וישב בו כל ימי חייו. ומי נתנו לאברהם, נמרוד}}.
אין [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|פרשת חוקת, רמז תשסה}} ווערט געברענגט: {{ציטוטון|עוג הוא אליעזר, ופרסות רגליו ארבעים מיל, ואברהם היה טומנו בכף ידו. פעם אחת גער בו <small>(אברהם)</small>, ומיראתו נפל שינו ממנו, ונטלו אברהם ועשאו מיטת שן והיה ישן שם, ויש אומרים כסא עשאו וישב בו כל ימי חייו. ומי נתנו לאברהם, נמרוד}}.


אין [[דעת זקנים מבעלי התוספות]]{{הערה|פרשת לך לך}} האבן זיי זיך געמוטשעט מיט די ווערטער, וויבאלד ווי ערווענט ווערט געבענגט אין חז"ל אז אליעזר איז אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן, דאקעגן עוג מלך הבשן איז געטויטעט געווארן דורך משה. זיי האבן פארענטפערט אז עוג איז א טיטל פאר די קעניגן פון בשן (אזוי ווי [[פרעה]] אין [[מצרים]]), און אליעזר עבד אברהם איז נישט דער עוג וואס משה האט געטויטעט.
אין [[דעת זקנים מבעלי התוספות]]{{הערה|פרשת לך לך}} האבן זיי זיך געמוטשעט מיט די ווערטער, וויבאלד ווי ערווענט ווערט געברענגט אין חז"ל אז אליעזר איז אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן, דאקעגן עוג מלך הבשן איז געטויטעט געווארן דורך משה. זיי האבן פארענטפערט אז עוג איז א טיטל פאר די קעניגן פון בשן (אזוי ווי [[פרעה]] אין [[מצרים]]), און אליעזר עבד אברהם איז נישט דער עוג וואס משה האט געטויטעט.


אין [[תרגום יונתן]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יד|יד}}}} שרייבט ער: '''אליעזר בר נמרוד''', דאס מיינט "אליעזר זון פון נמרוד". אויך דער [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|פרשת חיי שרה רמז קט}} שרייבט: "הוא אליעזר בן נמרוד".
אין [[תרגום יונתן]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יד|יד}}}} שרייבט ער: '''אליעזר בר נמרוד''', דאס מיינט "אליעזר זון פון נמרוד". אויך דער [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|פרשת חיי שרה רמז קט}} שרייבט: "הוא אליעזר בן נמרוד".

רעוויזיע פון 11:34, 23 אקטאבער 2023


אֱלִיעֶזֶר, אויך באקאנט ווי דַּמֶּשֶׂק אֱלִיעֶזֶר, איז געווען דער קנעכט פון אברהם אבינו. די נאמען פון אליעזר ווערט דערמאנט נאר איינמאל אין די תורה, פאר ברית בין הבתרים[1], אבער חז"ל צייכענען אן אז ער איז דער קנעכט וואס ווערט דערמאנט אין בראשית כד, וואס רעדט וועגן דאס זוכן א כלה פאר יצחק, דער זון פון אברהם. פארשידענע מדרשים פון חז"ל טוען אין די מעשה.

זיין פערזענליכקייט

זיין גרויסקייט לויט חז"ל

”אמר רבי שמואל בר נחמני אמר רבי יונתן שלשה שאלו שלא כהוגן לשנים השיבוהו כהוגן לאחד השיבוהו שלא כהוגן ואלו הן אליעזר עבד אברהם ושאול בן קיש ויפתח הגלעדי אליעזר עבד אברהם דכתיב והיה הנערה אשר אמר אליה הטי נא כדך וגו' יכול אפילו חיגרת אפילו סומא השיבו כהוגן ונזדמנה לו רבקה.”[2].

”אליעזר עבד אברהם זקן ויושב בישיבה היה שנאמר (בראשית כד, ב) ויאמר אברהם אל עבדו זקן ביתו המושל בכל אשר לו אר"א שמושל בתורת רבו (בראשית טו, ב) הוא דמשק אליעזר א"ר אלעזר שדולה ומשקה מתורתו של רבו לאחרים”[3].

זיין שורש נשמה

לויטן אר"י[4] איז מגולגל געווארן די נשמה פון אליעזר אין כלב בן יפונה.

זיין באטייליגונג אין די מלחמה פון די פיר קעניגן

ווען אברהם איז ארויס צו ראטעווען לוט ביי די מלחמה פון די פיר מלכים מיט די פינף, שטייט געשריבן ”"וַיָּרֶק אֶת חֲנִיכָיו יְלִידֵי בֵיתוֹ שְׁמֹנָה עָשָׂר וּשְׁלֹשׁ מֵאוֹת"”[5]. דער מדרש ברענגט די דיעה פון בר קפרא איז דאס מיינט אליעזר אליינס, וואס זיין נאמען איז בגימטריה: 318[7].

זיין באטייליגונג אין דער רייזע צו עקידת יצחק

ווען אברהם אבינו איז געגאנגען מיט יצחק זיין זון צו די עקידה, שטייט געשריבן ”"וַיִּקַּח אֶת שְׁנֵי נְעָרָיו אִתּוֹ"”[8], און חז"ל האבן ערקלערט אז [9] דאס מיינט מען אליעזר דער קנעכט פון אברהם, און ישמעאל זון פון אברהם.

ביים געפונען א כלה פאר יצחק

אליעזר און רבקה, מאלעריי פון גוסטב דורה

אליעזר, וואס ווערט נישט דערמאנט מיט זיין נאמען, נאר ווערט באטיטלט דורכאויס די גאנצע מעשה "עבד אברהם"-קנעכט פון אברהם, איז געשיקט געווארן דורך אברהם צו זיין פאמיליע אין חרן כדי צו געפונען א ווייב פאר יצחק, וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז זיין זון זאל הייראטן א כנענישע מויד.

אליעזר האט מיטגענומען אסאך מתנות, צירונגען און זילבערנע און גאלדנע כלים. ער איז ארויס קיין ארם נהריים און איז אנגעקומען צו חרן, דארט האט ער געזוכט א פלאץ איבער צו נעכטיגן, עסן און טרינקען. אליעזר האט באשלאסן צו ווארטן נעבן ברונעם אינדערויסן פון שטאט, ווייל ער האט געוואלט זען ווער וועט זיין די וואס וועט אנטרונקען אים און זיינע קעמלען, און זי וועט זיין א געלונגענע שידוך פאר יצחק. נאך וואס ער האט געווארט א וויילע נעבן ברונעם איז צוגעקומען א שיינע מיידל וואס האט צוגעשטימט צו אים העלפן מיטן שעפן וואסער און אנטרונקען די קעמלען, און אליעזר האט באשלאסן אז זי איז פאסיג צו זיין די ווייב פון יצחק. צו ארויס ווייזן זיין דאנק האט איר אליעזר געגעבן א ”נֶזֶם זָהָב, בֶּקַע מִשְׁקָלוֹ, וּשְׁנֵי צְמִידִים עַל יָדֶיהָ, עֲשָׂרָה זָהָב מִשְׁקָלָם”[10] רבקה האט אים באקענט געמאכט ווער זי און איר פאמיליע זענען און האט אים איינגעלאדנט צו נעכטיגן ביי זייער הויז.

רבקה האט זיך געאיילט זיך צוריק צוקערן צו איר הויז און אינפארמירן איר פאמיליע וועגן דעם גאסט. ווען איר ברידער לבן האט געזען די גאלד וואס זי האט געברענגט איז ער ארויס געפינען אליעזר און אים באגלייטן צו זייער הויז. אליעזר האט פארציילט פאר די הויזגעזונד פון רבקה וועגן די ציל פון זיין קומען און וועגן זיין האר און האט געבעטן צו נעמען רבקה פאר יצחק. די הויזגעזונד פון רבקה האבן איינגעשטימט איר צו געבן אלס ווייב פאר יצחק מיטן באדינג אז די מיידל זאל איינשטימען: ”וַיֹּאמְרוּ, נִקְרָא לַנַּעֲרָ, וְנִשְׁאֲלָה אֶת פִּיהָ. וַיִּקְרְאוּ לְרִבְקָה וַיֹאמְרוּ אֵלֶיהָ, הֲתֵלְכִי עִם-הָאִישׁ הַזֶּה? וַתֹּאמֶר, אֵלֵךְ”. אז רבקה האט איינגעשטימט צו הייראטן יצחק, איז זי ארויס אין וועג מיט אליעזר און איר זייגערינע. פאר איר גיין, האבן איר די הויזגעזונד געבענטשט: ”אֲחֹתֵנוּ, אַתְּ הֲיִי לְאַלְפֵי רְבָבָה, וְיִירַשׁ זַרְעֵךְ אֵת שַׁעַר שֹׂנְאָיו”.

ווען זיי זענען אנגעקומען צו די וואוינארט פון אברהם און זיין פאמיליע, האט יצחק באמערקט די שיירה זיך דערנענטערן. רבקה האט געקוקט אויף אים און איז אראפגעפאלן פונעם קעמל. אליעזר האט איר באוויזן אז דאס אז דער זון פון זיין האר, און פאר אים האט ער דערציילט אלעס וואס איז מיט זיי געווען, און יצחק האט געהייראט רבקה.

זיין געשטאלט אין די מדרשים

לויטן מדרש וואס ווייזט אז חסידי אומות העולם האבן א חלק אין גן עדן איז אליעזר געווען פון די איינציגסטע וואס זענען אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן[11] אזוי אויך איז געזאגט געווארן אויף אים אין מדרש אז זיין געוועלטיגן אויף זיין יצר איז געווען אזוי גרויס ווי ביי אברהם[12].

און מדרשים זענען דא פארשידענע מאמרים וועגן זיין אידענטיטעט. אין פרקי דרבי אליעזר[13] שטייט געשריבן אז אברהם האט אים באקומען אלס געשאנק פון נמרוד נאכן ווערן געראטעוועט פון אור כשדים, און נאך וואס ער האט געארבעט צו געפינען א כלה פאר יצחק האט אים אברהם באפרייט, ”ונתן לו הקדוש ברוך הוא שכרו בעולם הזה, בשביל שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא, והקימו למלך, והוא עוג מלך הבשן[14].

אין ילקוט שמעוני[15] ווערט געברענגט: ”עוג הוא אליעזר, ופרסות רגליו ארבעים מיל, ואברהם היה טומנו בכף ידו. פעם אחת גער בו (אברהם), ומיראתו נפל שינו ממנו, ונטלו אברהם ועשאו מיטת שן והיה ישן שם, ויש אומרים כסא עשאו וישב בו כל ימי חייו. ומי נתנו לאברהם, נמרוד”.

אין דעת זקנים מבעלי התוספות[16] האבן זיי זיך געמוטשעט מיט די ווערטער, וויבאלד ווי ערווענט ווערט געברענגט אין חז"ל אז אליעזר איז אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן, דאקעגן עוג מלך הבשן איז געטויטעט געווארן דורך משה. זיי האבן פארענטפערט אז עוג איז א טיטל פאר די קעניגן פון בשן (אזוי ווי פרעה אין מצרים), און אליעזר עבד אברהם איז נישט דער עוג וואס משה האט געטויטעט.

אין תרגום יונתן[17] שרייבט ער: אליעזר בר נמרוד, דאס מיינט "אליעזר זון פון נמרוד". אויך דער ילקוט שמעוני[18] שרייבט: "הוא אליעזר בן נמרוד".

אין מדרש רבה שטייט געשריבן אז ער איז כנען, וואס נח האט אים געשאלטן צו זיין א קנעכט[19]. דער מדרש לייגט צו אז דורכן זיין דער קנעכט פון אברהם, איז ער ארויס פון די קללה פון נח. לויט די מדרש, דורכאויס זיין שליחות צו געפינען א כלה פאר יצחק, האט ער געגלוסט אז יצחק זאל הייראטן זיין טאכטער און ער האט מרמז געווען פאר אברהם דערויף, אבער אברהם האט דאס אפגעווארפן וועגן די קללה פון נח[20].

אין תלמוד בבלי[21] ווערט דערציילט אז אליעזר האט באזוכט אין סדום און האט באוויזן מיט גרויס כיטערישקייט זיך צו ראטעווען פון זייערע פארדארבענע געזעצן, און דאס אפילו אויסנוצן פאר זיינעט וועגן.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. בראשית טו, ב
  2. תענית ד, א
  3. יומא כח, ב
  4. שער הפסוקים פרשת חיי שרה
  5. בראשית יד, יד.
  6. בראשית יד, יד
  7. בראשית רבה, פרשה מ"ג, פסקה ב'. אבער אין סוכה לא, א ווייזט אויס אז אברהם האט יא געהאט 318 קנעכט. זעט אויך אין רבנו בחיי[6] וואס טייטשט אז אברהם האט טאקע פארמאגט 318 קנעכט, נאר אלס די דין פון "איש הירא ורך הלבב" (דברים כ, ח) איז ער למעשה ארויס קעמפן נאר מיט אליעזר.
  8. בראשית כב, ג.
  9. מדרש זוטא קהלת, פרשה ט.
  10. בראשית כד, כב
  11. "תשעה נכנסו בחייהם בגן עדן, ואלו הן: חנוך בן ירד, ואליהו ומשיח, ואליעזר עבד אברהם, וחירם מלך צור, ועבד מלך הכושי, ויעבץ בנו של רבי יהודה הנשיא, ובתיה בת פרעה, וסרח בת אשר, ויש אומרים אף רבי יהושע בן לוי" מסכת דרך ארץ זוטא, אין וועבזייטל "דעת"
  12. בראשית רבה, פרשה נ"ט, פסקה ח'.
  13. פרק טז
  14. וראו תנא דבי אליהו זוטא, פרק כד
  15. פרשת חוקת, רמז תשסה
  16. פרשת לך לך
  17. בראשית יד, יד
  18. פרשת חיי שרה רמז קט
  19. בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ז', ויקרא רבה, פרשה י"ז, פסקה ה'.
  20. בראשית רבה, פרשה נ"ט, פסקה ט'.
  21. מסכת סנהדרין דף ק"ט, עמוד ב'.

קטגוריה:אישים בספר בראשית קטגוריה:אברהם קטגוריה:צדיקים שנכנסו בחייהם לגן עדן קטגוריה:עבדים קטגוריה:אישים בפרשת חיי שרה fr:Éliézer#Éliézer de Damas it:Eliezer#Ekuezer du Danasci pt:Eliezer#Eliezer de Damasco

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער