אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תנ"ך פערזענליכקייט"
ק (הגהה אנהייב, הבהרה פארלאנגט) |
ק (הגהה המשך) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
א '''תנ"ך פערזענליכקייט''' (צומאל אויך אנגערופן '''תנ"ך שישקע'''{{דרושה הבהרה|ווער רופט דאס אן אזוי, און וואו?}}) איז א פערזאן וואס ווערט דערמאנט אין [[תנ"ך]]. צווישן די פערזענליכקייטן דערמאנט אין תנ"ך זענען פארהאן אזעלכע וואס זייער לעבנס געשיכטע ווערט געשילדערט | א '''תנ"ך פערזענליכקייט''' (צומאל אויך אנגערופן '''תנ"ך שישקע'''{{דרושה הבהרה|ווער רופט דאס אן אזוי, און וואו?}}) איז א פערזאן וואס ווערט דערמאנט אין [[תנ"ך]]. צווישן די פערזענליכקייטן דערמאנט אין תנ"ך זענען פארהאן אזעלכע וואס זייער לעבנס געשיכטע ווערט געשילדערט גאר דעטאלירט, קעגן אנדערע וואס באקומען אן איינצעלנע דערמאנונג, צומאל ווערט דערביי אויך געשילדערט זייער ראלע אדער וואוינארט, און צומאל איז זייער נאמען די איינציגסטע אינפארמאציע וואס ערשיינט וועגן זיי אין תנ"ך. | ||
טייל פון די פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך ערשיינען ווי אנאנימע כאראקטערן, ווי דער [[מקושש]]. טייל פון זיי ווערן | טייל פון די פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך ערשיינען ווי אנאנימע כאראקטערן, ווי דער [[מקושש]]. טייל פון זיי ווערן דערמאנט נאר דורך זייער ראלע ווי [[פרעה]] אדער זייער וואוינארט ווי [[האשה השונמית]] אדער [[האשה הצרפית]], און אנדערע ווערן דערמאנט צוזאמען מיט א לאנגע משפּחה געשיכטע ווי [[בן האשה הישראלית]]{{הערה|{{תנ"ך|ויקרא|כד|י|כג}}}}. אויף טייל פערזענליכקייטן וועלכע זענען געבליבן אנאנים אין תנ"ך האבן [[חז"ל]] איבערגעגעבן זייער נאמען, און אויף טייל פון זיי האבן חז"ל איבערגעגעבן נאך אידענטיפיקאציע דעטאלן אדער נאך שילדערונגען פון זייער לעבן וואס ערשיינען נישט אין תנ"ך. נאך דעטאלן אויף פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך ערשיינען צומאל אויך אין אנדערע דרויסנדע קוועלער, ווי אין די ביכער פון [[יוסף בן מתתיהו]] אדער אנדערע שרייבער פון די צייטן פון צווייטן בית המקדש. | ||
אין תנ"ך, וואס איז געשריבן געווארן | אין תנ"ך, וואס איז געשריבן געווארן דורכאויס א א צייט אפשניט פון ארום טויזנט יאר, (צווישן {{לינק צו אידיש יאר|2448}} ביז נאך די תקופה פון די [[אנשי כנסת הגדולה]] צווישן {{לינק צו אידיש יאר|3400}} און {{לינק צו אידיש יאר|3500}}) ווערן געשילדערט פערזענליכקייטן פון [[אדם הראשון]], [[חוה]] און זייערע אפשטאמיגע ביז צו די צייט פון [[שיבת ציון]] נאך גלות בבל. טייל פון די שילדערונגען זענען געשריבן געווארן דורך נביאים פון די צייט וואס אין זיי איז געשען די אפגעשריבענע געשעענישן, און טייל זענען געשריבן געווארן אסאך יארן נאך די געשעענישן. | ||
טייל פון די פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך האבן געלעבט אויך נאכן ענדיגן שרייבן דעם תנ"ך, לויט געוויסע מיינונגען האט [[מרדכי היהודי]] געלעבט הונדערטער יארן נאכן ענדיגן שרייבן דעם תנ"ך. אנדערע פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך זענען נישט געשטארבן. | טייל פון די פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך האבן געלעבט אויך נאכן ענדיגן שרייבן דעם תנ"ך, לויט געוויסע מיינונגען האט [[מרדכי היהודי]] געלעבט הונדערטער יארן נאכן ענדיגן שרייבן דעם תנ"ך. אנדערע פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך זענען נישט געשטארבן. |
רעוויזיע פון 12:14, 22 אקטאבער 2023
א תנ"ך פערזענליכקייט (צומאל אויך אנגערופן תנ"ך שישקע[אויסקלארונג פארלאנגט]) איז א פערזאן וואס ווערט דערמאנט אין תנ"ך. צווישן די פערזענליכקייטן דערמאנט אין תנ"ך זענען פארהאן אזעלכע וואס זייער לעבנס געשיכטע ווערט געשילדערט גאר דעטאלירט, קעגן אנדערע וואס באקומען אן איינצעלנע דערמאנונג, צומאל ווערט דערביי אויך געשילדערט זייער ראלע אדער וואוינארט, און צומאל איז זייער נאמען די איינציגסטע אינפארמאציע וואס ערשיינט וועגן זיי אין תנ"ך.
טייל פון די פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך ערשיינען ווי אנאנימע כאראקטערן, ווי דער מקושש. טייל פון זיי ווערן דערמאנט נאר דורך זייער ראלע ווי פרעה אדער זייער וואוינארט ווי האשה השונמית אדער האשה הצרפית, און אנדערע ווערן דערמאנט צוזאמען מיט א לאנגע משפּחה געשיכטע ווי בן האשה הישראלית[1]. אויף טייל פערזענליכקייטן וועלכע זענען געבליבן אנאנים אין תנ"ך האבן חז"ל איבערגעגעבן זייער נאמען, און אויף טייל פון זיי האבן חז"ל איבערגעגעבן נאך אידענטיפיקאציע דעטאלן אדער נאך שילדערונגען פון זייער לעבן וואס ערשיינען נישט אין תנ"ך. נאך דעטאלן אויף פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך ערשיינען צומאל אויך אין אנדערע דרויסנדע קוועלער, ווי אין די ביכער פון יוסף בן מתתיהו אדער אנדערע שרייבער פון די צייטן פון צווייטן בית המקדש.
אין תנ"ך, וואס איז געשריבן געווארן דורכאויס א א צייט אפשניט פון ארום טויזנט יאר, (צווישן ב'תמ"ח ביז נאך די תקופה פון די אנשי כנסת הגדולה צווישן ג'ת' און ג'ת"ק) ווערן געשילדערט פערזענליכקייטן פון אדם הראשון, חוה און זייערע אפשטאמיגע ביז צו די צייט פון שיבת ציון נאך גלות בבל. טייל פון די שילדערונגען זענען געשריבן געווארן דורך נביאים פון די צייט וואס אין זיי איז געשען די אפגעשריבענע געשעענישן, און טייל זענען געשריבן געווארן אסאך יארן נאך די געשעענישן.
טייל פון די פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך האבן געלעבט אויך נאכן ענדיגן שרייבן דעם תנ"ך, לויט געוויסע מיינונגען האט מרדכי היהודי געלעבט הונדערטער יארן נאכן ענדיגן שרייבן דעם תנ"ך. אנדערע פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך זענען נישט געשטארבן.
לויט א דעה וואס ווערט דערמאנט אין תלמוד[2] ערשיינט אין תנ"ך אויך א פערזענליכקייט וואס איז נישט מער ווי א ליטערארישע כאראקטער - איוב. אין תנ"ך ווערן אויך דערמאנט מלאכים ווי מיכאל און גבריאל, זייער נאמען ווערט דערמאנט נאר אין ספר דניאל, אבער לויט חז"ל ווערן זיי שוין דערמאנט אנאנימיש אפאר מאל אין תורה[3] און אין אנדערע ספרים פון נביאים [4].
טייל פון די פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך זענען געווען נביאים, וואס צו זיי זענען געזאגט געווארן דורך גאט די נבואות וואס זענען געשריבן געווארן אין תנ"ך, צווישן זיי פראמינענט משה רבינו דער גרעסטער נביא, וואס האט אויך געשריבן די שילדערונג פון זיין לעבן פון גאטס מױל.