אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שערי תשובה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק ((diffedit))
אין תקציר עריכה
שורה 12: שורה 12:
<li>אין צווייטן שער רעכנט דער מחבר אויס זעקס פאקטארן וואס ברענגען דעם מענטש צו תשובה: צרות, [[אלטקייט]], [[מוסר]], עוסק זיין אין [[תורה]], [[עשרת ימי תשובה]] און זארג פאר א פלוצלינג'דיגע [[טויט]].</li>

<li>דער דריטער שער רעדט זיך כמעט נישט וועגן תשובה טון, נאר ער רעכנט אויס צענדליגע [[מצוות]] און עבירות, אויסגעשטעלט לויט זייער הארבקייט. דער מחבר האט דאס געטון כדי דער וואס טוט תשובה זאל וויסן "די גרויסקייט פון יעדן זינד פון זיינע זינד… ווייל מיטן וויסן ווי גרויס און הארב עס איז דער זינד, וועט זיין זעל פארביטערט ווערן, און דעמאלט וועט זיין הארץ זיך אונטערגעבן און עס וועט פארגעבן ווערן זיין זינד".{{ש}}

רבנו יונה צעטיילט די עבירות אויף צען טיילן אדער "מדרגות", פון גרינג צו הארב. אין די ערשטע שטאפל זענען די איסורים מדרבנן, און אין די צענטע זענען די עבירות וואס "אין לעושיהן חלק לעולם הבא". אין דעם שער באהאנדלט דער מחבר אויך די מהות פון די פיר גרופעס וואס "אינן מקבלות פני [[שכינה]]".</li>
רבינו יונה צעטיילט די עבירות אויף צען טיילן אדער "מדרגות", פון גרינג צו הארב. אינעם ערשטן שטאפל זענען די איסורים מדרבנן, און אינעם צענטן זענען די עבירות וואס "אין לעושיהן חלק לעולם הבא". אין דעם שער באהאנדלט דער מחבר אויך די מהות פון די פיר גרופעס וואס "אינן מקבלות פני [[שכינה]]".</li>
<li>דער פערטער שער רעכנט אויס די סארטן כפרות וואס ווערן געפאדערט פאר פארשידענע עבירות. פארהאן עבירות וואס איז גענוג תשובה צו טון אויף זיי, עס זענען דא אזעלכע וואס מען דארף ווארטן ביז'ן פארגעבונג פון [[יום כיפור]], אזעלכע וואס פאדערן אויך יסורים, און עס איז דא אויך אן עבירה וואס ווערט נישט פארגעבן נאר מיטן טויט.</li>

</ol>
</ol>
שורה 20: שורה 20:
=== דער ספר "שערי צדק"===
=== דער ספר "שערי צדק"===
ווי ערווענט, איז דער ספר אן איבערבלייבעניש פון א גרעסערע ווערק מיטן נאמען "שערי צדק" וואס איז פארלוירן געגאנגען. ווי עס שיינט זענען פארהאן נאך איבערבלייבענישן:
ווי ערווענט, איז דער ספר אן איבערבלייבעניש פון א גרעסערע ווערק מיטן נאמען "שערי צדק" וואס איז פארלוירן געגאנגען. ווי עס שיינט זענען פארהאן נאך איבערבלייבענישן:
* <!-- דער ספר "יסוד היראה"{{מקור|ווער רופט עס יסוד היראה?}} (ווערט אויך אנגערופן -->'''{{עוגן|ספר היראה}}''' וואס איז צוגעשטעלט אין רוב אויפלאגעס צו שערי תשובה, דאס איז ווארשיינליך דער "שער היראה" פון שערי צדק. דער ספר געבט אָן די פּראַקטישע אפּליקאַציע פונעם ספר שערי תשובה, ווי עס צו אויספירן למעשה.
* <!-- דער ספר "יסוד היראה"{{מקור|ווער רופט עס יסוד היראה?}} (ווערט אויך אנגערופן -->'''{{עוגן|ספר היראה|ספר היראה}}''' וואס איז צוגעשטעלט אין רוב אויפלאגעס צו שערי תשובה, דאס איז ווארשיינליך דער "שער היראה" פון שערי צדק. דער ספר געבט אָן די פּראַקטישע אפּליקאַציע פונעם ספר שערי תשובה, ווי עס צו אויספירן למעשה.
:דער ספר איז א רעלאטיוו קורצער און נישט צעטיילט אין פרקים. עס גייט איבער דעם סדר היום פון א איד, אנגעהויבן ביים זיך ערוועקן פון שלאף ביזן זיך לייגן אין בעט ביינאכט. צום סוף פונעם ספר ברענגט ער אויך עטליכע ענינים וועגן שבת און ימים טובים. דער בית יוסף צייכנט אפט צו דעם רבינו יונה – בעיקר פונעם ספר היראה, זייענדיג עוסק אין ענינים פון [[אורח חיים]] – אלס מקור צו די פסקים פון דער [[טור]], ווי אויך דער [[גר"א]] אין זיין ביאור אויף [[שולחן ערוך]] צייכנט דאס צו אלס מקור פאר פסקים פונעם מחבר{{הערה|{{היברובוקס|רב"י זילבער|'''מבוא צום ביאור מקור היראה אויף ספר היראה'''|51104|עמוד=4}}}}.

* אין דער באוואוסטער פירוש פון רבינו יונה אויף [[ספר משלי]] ערשיינען שטיקלעך פון "שערים", און ווי עס זעט אויס זענען דאס ציטאטן פון זיין ספר שערי צדק.
* אין דער באוואוסטער פירוש פון רבינו יונה אויף [[ספר משלי]] ערשיינען שטיקלעך פון "שערים", און ווי עס זעט אויס זענען דאס ציטאטן פון זיין ספר שערי צדק.
שורה 31: שורה 31:

באזונדער ווערט [[אלול|חודש אלול]] באטראכט אלס א פאסיגע צייט צו לערנען דעם ספר{{הערה|רבי צבי הירש פון לובלין, אין: הנהגות הצדיקים, חלק ב' עמוד תתקי"א}}, אלס א הכנה צו די [[ימים נוראים]] און די כפרה פון יום כיפור. [[רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק]] פלעגט יעדע חודש אלול לערנען שערי תשובה, מיט א קענטבארע התרגשות{{הערה|עובדות והנהגות לבית בריסק, חלק ג' עמוד קכ"ד}}, און עס איז דער גאנצער חודש געליגן אויפן טיש פון [[רבי חיים עוזר גראדזענסקי]]{{הערה|דרכי החיים, עמוד שכ"ב}}. [[רבי ישראל סאלאנטער]] שרייבט אז מען זאל לערנען דעם דריטן שער, וואו דער מחבר שמועסט אויס דאס הארבקייט פון די עבירות, אין חודש אלול{{הערה|תורת רבי ישראל מסלנט, תל אביב תשי"ג, עמוד נ"ה}}. [[רבי אברהם ישעיהו קארעליץ|דער חזון איש]] פלעגט מעיין זיין אין שערי תשובה דורכאויס די עשרת ימי תשובה{{הערה|{{אוצר החכמה|אברהם הלוי הורביץ|ארחות רבינו הקהלות יעקב|144233|עמ' קצה|עמוד=230|באנד=ב}}}}.

<!-- ==ציטאטן פונעם ספר==
{{ציטוט
| מקור = פרק א
| מירכאות = יא
| מן הטובות אשר היטיב השם יתברך עם ברואיו כי הכין להם הדרך לעלות מתוך פחת מעשיהם. ולנוס מפח פשעיהם. לחשוך נפשם מני שחת ולהשיב מעליהם אפו
}}
{{ציטוט
| "תשובה מקובלת גם כי ישוב החוטא מרוב צרותיו. כל שכן אם ישוב מיראת השם ואהבתו".
| פרק א
| מירכאות = יא
}}
* "לכל תשובה תמצא סליחה".
* "ומי שחננו השם יתברך דעה, ישוב אל לבו כי השם יתברך שלחו בעולם הזה לשמור משמרתו, ותורתו, וחוקותיו ומצותיו. ולא יפקח עיני זולתי לעשות שליחותו. ולקץ הימים, אם עשה שליחותו באמונה. ישוב ובא ברנה ושמחת עולם על ראשו".
* "וחייב אדם לחשוב מחשבות להעלות עצות הגונות ומתוקנות לחבירו. וזה אחד מעיקרי דרכי גמילות חסדים".
* "על דברת בני האדם שאינם נזהרים בלשונם בכבוד תלמידי חכמים בין בפניהם בין שלא בפניהם - נעשים אפיקורסים שאין להם חלק לעולם הבא".
* "לא תוכל להתעלם" - הוזהרנו בזה שלא להתרשל מהצלת ממון חברינו בין מטלטלין בין קרקעות".
* "וטוב ונכון מאוד להיות בכל עיר ועיר מתנדבים בעם מן המשכילים להיות נכונים ומוזמנים לכל דבר הצלה. בהיות איש או אישה מישראל שרויים בצער".
* "ויש על הבוטח בשם להוחיל במעוף צוקתו כי יהיה החשך סבת האורה. כמו שכתוב (מיכה ז) 'אל תשמחי אויבתי לי כי נפלתי קמתי כי אשב בחשך ה' אור לי'. ואמרו רבותינו זכרונם לברכה: 'אלמלא נפלתי לא קמתי אלמלא ישבתי בחשך לא היה אור לי'".
* "וכל אנשי לבב יחשבו העולם הזה כמו דירת עראי ולא ישתמשו בו רק לעבודת הבורא יתברך ויכינו בו צדה לנפשם. כי אם שנים רבות יחיה האדם ואלו חיה אלף שנים פעמים... ועולם הגמול אין לו תכלית... ונאמר: 'ימיו כצל עובר' ואמרו רבותינו זכרונם לברכה: 'לא כצלו של אילן ולא כצלו של כותל אלא כצל עוף הפורח ועובר'. רצונו לומר - כי חייב האדם להמשיל העולם הזה בלבבו כצל עוף הפורח וברגע קטן עובר. גם כי אין האדם יודע אם היום כאן ולמחר בקבר. ונמצא בהשתדלו וטרחו על יום מחר כי הוא מצטער על עולם שאינו שלו". -->

==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדע לינקס==

רעוויזיע פון 14:23, 26 סעפטעמבער 2023

ספר שערי תשובה לרבינו יונה
SHT.jpg

שערי תשובה איז א ספר פון רבינו יונה גירונדי, וואס באהאנדלט די טעמע פון תשובה און פארצייאונג אויף עבירות. דער ספר איז א טייל פון א גרעסערער חיבור, מיטן נאמען "שערי צדק", וואס ווערט דערמאנט אין מקורות פון א דור שפעטער[1]. א מערהייט פון דעם ווערק איז אבער פארלוירן געגאנגען, און דער חלק איבער תשובה איז געבליבן ווי א ספר פאר זיך. אנדערע רעשטלעך פון שערי צדק ווערן שפעקולירט.

דער ספר און זיינע טיילן

דער ספר "שערי תשובה" איז איינגעטיילט אין פיר טיילן, אדער "שערים":

  1. דער ערשטער שער דעטאלירט די אקטן פון תשובה וועלכע ווערן געפאדערט פונעם זינדיגער וואס קומט תשובה טון. צווישן זיי רעכנט דער מחבר אויס: חרטה, עזיבת החטא, טרויער, צעברעכן די גשמיות'דיגע תאוה, ווידוי, דאווענען און נאך.
  2. אין צווייטן שער רעכנט דער מחבר אויס זעקס פאקטארן וואס ברענגען דעם מענטש צו תשובה: צרות, אלטקייט, מוסר, עוסק זיין אין תורה, עשרת ימי תשובה און זארג פאר א פלוצלינג'דיגע טויט.
  3. דער דריטער שער רעדט זיך כמעט נישט וועגן תשובה טון, נאר ער רעכנט אויס צענדליגע מצוות און עבירות, אויסגעשטעלט לויט זייער הארבקייט. דער מחבר האט דאס געטון כדי דער וואס טוט תשובה זאל וויסן "די גרויסקייט פון יעדן זינד פון זיינע זינד… ווייל מיטן וויסן ווי גרויס און הארב עס איז דער זינד, וועט זיין זעל פארביטערט ווערן, און דעמאלט וועט זיין הארץ זיך אונטערגעבן און עס וועט פארגעבן ווערן זיין זינד".
    רבינו יונה צעטיילט די עבירות אויף צען טיילן אדער "מדרגות", פון גרינג צו הארב. אינעם ערשטן שטאפל זענען די איסורים מדרבנן, און אינעם צענטן זענען די עבירות וואס "אין לעושיהן חלק לעולם הבא". אין דעם שער באהאנדלט דער מחבר אויך די מהות פון די פיר גרופעס וואס "אינן מקבלות פני שכינה".
  4. דער פערטער שער רעכנט אויס די סארטן כפרות וואס ווערן געפאדערט פאר פארשידענע עבירות. פארהאן עבירות וואס איז גענוג תשובה צו טון אויף זיי, עס זענען דא אזעלכע וואס מען דארף ווארטן ביז'ן פארגעבונג פון יום כיפור, אזעלכע וואס פאדערן אויך יסורים, און עס איז דא אויך אן עבירה וואס ווערט נישט פארגעבן נאר מיטן טויט.

אין צוגאב צו דעם האט רבינו יונה געשריבן א קורצע קונטרס מיטן נאמען "יסוד התשובה", וועלכע איז ווי א וועג-ווייזער אין קורצן פאר איינער וואס טוט תשובה.

דער ספר "שערי צדק"

ווי ערווענט, איז דער ספר אן איבערבלייבעניש פון א גרעסערע ווערק מיטן נאמען "שערי צדק" וואס איז פארלוירן געגאנגען. ווי עס שיינט זענען פארהאן נאך איבערבלייבענישן:

  • ספר היראה וואס איז צוגעשטעלט אין רוב אויפלאגעס צו שערי תשובה, דאס איז ווארשיינליך דער "שער היראה" פון שערי צדק. דער ספר געבט אָן די פּראַקטישע אפּליקאַציע פונעם ספר שערי תשובה, ווי עס צו אויספירן למעשה.
דער ספר איז א רעלאטיוו קורצער און נישט צעטיילט אין פרקים. עס גייט איבער דעם סדר היום פון א איד, אנגעהויבן ביים זיך ערוועקן פון שלאף ביזן זיך לייגן אין בעט ביינאכט. צום סוף פונעם ספר ברענגט ער אויך עטליכע ענינים וועגן שבת און ימים טובים. דער בית יוסף צייכנט אפט צו דעם רבינו יונה – בעיקר פונעם ספר היראה, זייענדיג עוסק אין ענינים פון אורח חיים – אלס מקור צו די פסקים פון דער טור, ווי אויך דער גר"א אין זיין ביאור אויף שולחן ערוך צייכנט דאס צו אלס מקור פאר פסקים פונעם מחבר[2].
  • אין דער באוואוסטער פירוש פון רבינו יונה אויף ספר משלי ערשיינען שטיקלעך פון "שערים", און ווי עס זעט אויס זענען דאס ציטאטן פון זיין ספר שערי צדק.
  • דער ספר "שערי העבודה" (בני ברק תשכ"ז), איז לויט די טענה פונעם ארויסגעבער - רבי בנימין יהושע זילבער - געשריבן דורך רבינו יונה, און איז נאך א טייל פונעם פארלוירענער ספר שערי צדק. דער ארויסגעבער געבט אן אז דעם ספר האט זיין זון דערקענט אין א כתב יד. אין שפעטערדיגע דרוקן פונעם ספר שטיצט ער אונטער די אידענטיפיקאציע מיט נאך באווייזן, און ווארפט אפ פארשידענע טענות דערקעגן. רבי יעקב ישראל קאניעווסקי האט געהאלטן אז דער ספר איז נישט פארפאסט געווארן דורך רבינו יונה[3]. דאקעגן, ישראל תא-שמע האט געהאלטן אז די אידענטיפיקאציע איז יא באזירט, און דער בעלות פון רבינו יונה אויפן חיבור איז א באשטעטיגטע[4].

אויפנאמע

שערי תשובה ווערט פאררעכנט אלס א ספר יסוד צווישן די מוסר ספרים[5]. רבי חיים וואלאזשינער האט געזאגט אז די פארשידענע ספרי מוסר זענען נישט אלע די זעלבע פאסיג פאר יעדן איד, ווייל פאר איינעם איז געאייגנט "ראשית חכמה" און פאר א צווייטן "חובת הלבבות"; בלויז שערי תשובה איז צוגעפאסט פאר אלעמען, ווייל דער מחבר איז געווען פון די גרויסע פוסקים צווישן די ראשונים און זיינע רייד זענען אויסגעבויט לויט די הלכה[6]. אויך דער חפץ חיים, אין זיין ספר אויף די הלכות פון לשון הרע, האט זיך אסאך באזירט אויף ראיות פון שערי תשובה, מיט די טענה אז עס נישט בלויז א מוסר ספר און צו אלע זיינע ווערטער זענען פארהאן הלכה'דיגע מקורות[7].

רבי יהושע לייב דיסקין האט שטענדיג געהאלטן דעם ספר אין זיין טלית בייטל[8]. רבי שמעון יהודה הכהן שקאפ האט במשך פופציג יאר געלערנט דעם ספר יעדן טאג פאר א האלבע שעה בעפאר שחרית, און ער האט געדענקט דעם גאנצן שערי תשובה פון אויסנווייניג[9].

באזונדער ווערט חודש אלול באטראכט אלס א פאסיגע צייט צו לערנען דעם ספר[10], אלס א הכנה צו די ימים נוראים און די כפרה פון יום כיפור. רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק פלעגט יעדע חודש אלול לערנען שערי תשובה, מיט א קענטבארע התרגשות[11], און עס איז דער גאנצער חודש געליגן אויפן טיש פון רבי חיים עוזר גראדזענסקי[12]. רבי ישראל סאלאנטער שרייבט אז מען זאל לערנען דעם דריטן שער, וואו דער מחבר שמועסט אויס דאס הארבקייט פון די עבירות, אין חודש אלול[13]. דער חזון איש פלעגט מעיין זיין אין שערי תשובה דורכאויס די עשרת ימי תשובה[14].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. צום ביישפיל: רבי חסדאי קרשקש, "אור השם", מאמר ג חלק ב, כלל ב, פרק א

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רב"י זילבער, מבוא צום ביאור מקור היראה אויף ספר היראה

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אברהם הלוי הורביץ, ארחות רבינו הקהלות יעקב ה, עמ' רה, אין נאמען פון זיין זון רבי חיים קאניעווסקי.
  4. י"מ תא-שמע, "חסידות אשכנז בספרד: רבנו יונה גירונדי – האיש ופועלו", כנסת מחקרים, כרך ב: ספרד, מוסד ביאליק, ירושלים תשס"ד, עמ' 133 ועמ' 145–148.
  5. עלי שור, חלק ב' עמוד קע"ה
  6. לויט ווי נאכגעזאגט דורך דער חפץ חיים, געברענגט אין אבי הישיבות, חלק א' עמוד 262.
  7. חפץ חיים, הקדמה. זעט אויך: עובדות והנהגות לבית בריסק, חלק ג' עמוד קכ"ד.
  8. בטוב ירושלים, עמוד קי"ח
  9. תורה יבקשו מפיהו, עמוד 219
  10. רבי צבי הירש פון לובלין, אין: הנהגות הצדיקים, חלק ב' עמוד תתקי"א
  11. עובדות והנהגות לבית בריסק, חלק ג' עמוד קכ"ד
  12. דרכי החיים, עמוד שכ"ב
  13. תורת רבי ישראל מסלנט, תל אביב תשי"ג, עמוד נ"ה

  14. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אברהם הלוי הורביץ, ארחות רבינו הקהלות יעקב ב, עמ' קצה
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער