אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פראנקפורט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "אייראפעיש" ב־"אייראפעאיש")
ק (דעסקריפציע)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=city in Hesse, Germany|העב=העיר החמישית בגודלה בגרמניה|דייטש=bevölkerungsreichste Stadt in Hessen, Deutschland|}}
{{יישוב
{{יישוב
|אמטשפראך נאמען = ''Frankfurt am Main''
|אמטשפראך נאמען = ''Frankfurt am Main''
שורה 63: שורה 64:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:פרנקפורט]]
[[he:פרנקפורט]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 22:36, 23 אקטאבער 2023

פראנקפורט
Frankfurt am Main
Flag of Frankfurt am Main.svg Wappen Frankfurt am Main.svg
Skyline Frankfurt am Main.jpg
פראנקפורט הימל־ליניע
מדינה / טעריטאָריע Flag of Germany.svg דייטשלאנד
קאָאָרדינאַטן 50°6′42″N 8°41′9″E / 50.11167°N 8.68583°E / 50.11167; 8.68583 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער פעטער פעלדמאן
שטח 248.31 קוואדראט ק"מ
הייך 112 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

687,775‏  (שטייענדיג 2012)
2,770 באוואוינער א ק"מ2

פראנקפורט אם מיין (דייטש: Frankfurt am Main; אין ספרים פרנקפורט דמיין אדער פפד"מ) איז די גרעסטע שטאט אין העסע, דייטשלאנד, און די פינפטע גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד, מיט א באפעלקערונג פון 687,775 (2012). די שטאט געפינט זיך אויף די ברעגן פונעם מיין, א בייטייך פונעם ריין.

פראנקפורט איז דער פינאנציעלער צענטער פון דייטשלאנד. אויך געפינט זיך דארטן דער אייראפעאישער צענטראלבאנק.

אין די ספרים ווערט זי גערופן "פראנקפורט דמיין", ווייל עס איז אויך דא א באקאנטע שטאט פראנקפורט דאדר.

עקאנאמיע

מיט א קאנצענטראציע פון פינאנציעלע אינסטיטוציעס, איז פראנקפורט איינער פון דער וועלטס וויכטיגסטע פינאנציעלע צענטערס, און דער פירנדיקער פינאנציעלער צענטער אין דייטשלאנד, מיט מינכן א שטיק וועג דער צווייטער.

אויך איז פארהאנען דער אפציעלער נאציאנאלער לופטפעלד אין פראנקפורט.

צענטראל־בענק

פראנקפורט איז די היים פון צוויי וויכטיגע צענטראלבענק.

  • אייראפעאישער צענטראל־באנק

דער אייראפעאישער צענטראל־באנק (Europäische Zentralbank) איז איינער פון די וויכטיגסטע צענטראלבענק אין דער וועלט. דער באנק באשטימט די געלט־פאליטיק פאר דער אייראזאנע, וואס באשטייט פון 18 אייראפעאישער פארבאנד מיטגלידשטאַטן וואס האבן אדאפטירט דעם איירא (€) ווי זייער געמיינזאמע וואלוטע און איינציקער לעגאלער אנבאט. זייט זיין גרינדונג אין 1998 געפינען זיך די הויפטקווארטיר פונעם באנק אינעם אייראטורעם ביי ווילי־בראנד־פלאץ און, צוליב א מאנגל אין פלאץ, אויך אין נאך צוויי הויכע ביורא געביידעס אין פראנקפורטס פינאנציעלן דיסטריקט.

די שטאט פון פראנקפורט ערט די וויכטיגקייט פונעם באנק מיטן אפיציעלן סלאגן "די שטאט פונעם איירא" זייט 1998.

  • דייטשער פעדעראלער באנק

דער דייטשער פעדעראלער באנק (Deutsche Bundesbank), פלאצירט אין באקנהיים, איז געגרינדעט געווארן אין 1957 ווי דער צענטראלבאנק פאר דער פעדעראלער רעפובליק פון דייטשלאנד.

אידן אין פראנקפורט

היינט אין פראנקפורט געפינען זיך צוויי שולן.

אין די צוויי אידישע בתי החיים, ליגן די גרויסע באקאנטע אידן ווי דער פני יהושע, רב שמואל שאטין, רבי נתן אדלער (דער רבי פונעם חת"ם סופר), די מאמע פון חת"ם סופר, דער בעל ההפלאה, דער מחנה לוי, דער סטאלינער רבי דער ינוקא, וואס מ'רופט דער פראנפורטער, ר' שמשון רפאל הירש, און נאך, אבער דער בית החיים איז איבערגעווארפן געווארן ביים צווייטן וועלט קריג, עס איז דא בלויז א צוים ארום דעם פלאץ פונעם בית החיים, און אויך אסאך מצבות זענען דערין, אבער זיי זענען נישט אויף זייער ארגינאלן פלאץ.

עס איז אינטערעסאנט די צוים פונעם בית החיים אין פראנקפורט, עס איז ארום גענומען מיט זעקס מיליאן קליינע שטיינער, און יעדע שטיינדל איז צום געדענקען אויף איינעם פון די זעקס מיליאן קדושים וואס נאצי-דייטשלאנד האט געמארדעט.

צווילינג שטעט

דרויסנדיגע פארבינדונג

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!