אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ערב יום כיפור"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט ערב יום כיפור צו רוי:ערב יום כיפור אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 36: שורה 36:
{{רעפליסטע}}
{{רעפליסטע}}
[[קאַטעגאָריע:יום כיפור]]
[[קאַטעגאָריע:יום כיפור]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 08:44, 17 יאנואר 2023

ערב יום כיפור פאלט אום ט' תשרי, און מען פירט זיך עטליכע מנהגים פארבינדן מיט דעם יום טוב וואס גייט גלייך נאך, יום כיפור.

כדי צו פארמיידן יום כיפור פאלן גלייך פאר אדער גלייך דערנאך שבת, איז דער כלל לא אד"ו ראש, לויט וועלכן ערב יום כיפור איז נישט חל אויף מאנטאג, דאנערשטאג און שבת, ד.ה. ער קען נאר געפאלן זונטאג, דינסטאג, מיטוואך אדער פרייטאג.

דדער כותל מערבי פלאזא פול ביי די סליחות פון ערב יום ככיפור תשע"א

דער מנהג פון כפרות

שלאגן כפרות אין דעם קוואַרטאַל מאה שערים, ירושלים

טייל האבן א מנהג, אין צוגרייטונג צו יום כיפור, דרייען אַ האָן (פאר א מאנספארשוין) אדער א הין (פאר א פרוי) איבער דעם קאָפּ און זאָגן "זה התרנגול ילך למיתה ואני אלך ואכנס לחיים טובים ארוכים ולשלום" (טייטש: דער דאָזיקער האָן וועט גיין צום טויט און איך וועל גיין און אַריין אַ לאַנג גוט לעבן און שלום), און דערנאך צו שעכטן אים און מאַכן אים אַ מאָלצייט פאַר אָרעמעלייט. אנדערע מענטשן דרייען אַרום דעם קאָפ אַ סומע געלט וואס מען גיט צו צדקה ווי אויסלייזגעלט.

ס'איז שוין אין די ראשונים א שמועס צי איז דער מנהג אויסגעהאלטן: דער רַשב און רבי יוסף קאַראָ זענען דערקעגן, אבער דער רמ"אָ האט מתיר געווען.

מנהגים ביי די תפילות

פארטאגס ערב יום כיפור, זאָגט מען די לעצטע סליחות פון די עשרת ימי תשובה (חוץ די סליחות וואס מען זאָגט יום כיפור גופא). אין די אשכנזישע קהילות זענען דריי מנהגים בנוגע די סליחות: מערסט פארשפרייט איז דער מזרח-אשכנזישער מנהג ווערן סליחות פארקירצט מער ווי אנדערע טעג, בעת אין דעם מערבדיק-אשכנזישן מנהג, ווערן זיי פארלענגערט ווי ערב ראש השנה,[1] און ביי טייל חסידים (גור, רוזשין, אלעקסאנדער) זאגט אינגאנצן נישט קיין סליחות ערב יום כיפור.

מען זאגט נישט תחנון ערב יום כיפור.[2] די אַשכּנזים זאָגן אויך נישט מזמור לתודה, און אבינו מלכנו, סיידן ווען ערב יום כיפור געפאלט פרייטאג זאגט מען יא אבינו מלכנו ביי שחרית.[3]

אין טייל קרייזן מאכט מען התרת נדרים נאָך שחרית.

מען דאווענט מנחה פרי איידער מען זעצט זיך צו דער סעודה המפסקת, און ביים סוף פון דער שטילער שמונה עשרה זאגט מען דעם "וידוי פון יום כיפור.[4]

טיילן לעקעך

ערב יום כיפור איז א מנהג צו 'בעטן' א שטיקל לעקעך וואס מען עסט גלייך.[5] דער עניין דערפון איז טאמער איז נגזר אויפן מענטש ראש השנה אז ער וועט דאַרפן צוקומען צו מענטשן, זאל ער יוצא זיין מיט דעם וואס ער געבעטן א שטיקל לעקעך. ביי טייל חסידים איז דער מנהג צו באקומען פון רבי'ן.[6] אנדערע זאגן אז דער טעם פונעם מנהג איז מיט דעם בעטן די גבאים מחילה פונעם עולם טאמער האבן זיי במשך דעם יאר עמיצן בא'עוולה'עט.

דער בעל שם טוב פלעג זאגן אז געבן לעקעך ערב יום כיפור איז א גאר אלטער מנהג, און ביים געבן לעקעך פלעג ער זאגן "איך גיב דיר לעקעך און דער אייבערשטער זאל דיר געבן א גוט יאר".

די סעודות פון ערב יום כיפור

טובל'ן זיך אין מקווה

עס איז דער שטייגער אז מענער גייען היינט נאך האלבן טאג זיך טובל'ן אין א מקווה.

עס איז אַן אלטער מנהג וואָס איז אָנגענומען אין עטליכע ערטער און קהילות, אין וועלכער אפילו די פרויען טובל'ן זיך אין דער מקווה ערב יום כיפּור זיך מטהר זיין לכבוד דעם הייליגן טאָג.[7] אמאל פלעגן אפילו די פרויען וואס זענען נישט פארהייראט אויך טובל'ן זיך, אבער מען האט דאס מבטל געווען צוליב דעם איסור פנויה.[8]

מלקות

רעפערענצן

  1. ביידע מנהגים ווערן געברענגט אין רמ"א או"ח תרד:ב.
  2. די ספרדים זאגן תחנון ביי סליחות, אבער נישט ביים דאווענען שחרית און מנחה; די אשכנזים זאגן תחנון אויך נישט ביי די סליחות, אפילו אין די קהילות וואס זאגן לאנגע סליחות.
  3. עיין רמ"א או"ח תרד:ב.
  4. רמב"ם הלכות תשובה ב, הלכה ז
  5. ספר המנהגים - חב"ד עמ' 58.
  6. זעט אוצר מנהגי חב"ד עמוד קפ"א ואילך.
  7. משנה ברורה, סימן תר"ו, סעיף קטן י"ז. זעט אויך בן איש חי, שנה א, פרשת וילך, אות ח; שו"ת רב פעלים, חלק ד, יורה דעה, סימן טז, ד"ה ורק בקיצור (אם כי בשו"ת תורה לשמה, סימן קסו, נראית הגבלה קלה בכך); שו"ת לבושי מרדכי, יורה דעה, מהדורה קמא, סימן קכג; שו"ת מנחת יצחק, חלק ו, סוף סימן קמו; חלק ט, סימן צא.
  8. ספר המנהגים, הגהות המנהגים, עשרת ימי תשובה, אות קמב; אליה רבה, סימן תרו, ס"ק ט; שדי חמד, ערך יום הכיפורים, א, ו; ועוד.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!