אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מעקסיקע"

12 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
ק
החלפת טקסט – "זעלבשטענדיג" ב־"זעלבסטשטענדיג"
ק (החלפת טקסט – "היינטיק" ב־"היינטיג")
ק (החלפת טקסט – "זעלבשטענדיג" ב־"זעלבסטשטענדיג")
שורה 184: שורה 184:
דורכאויס דעם 18'טן יאר הונדערט נאכדעם וואס שפאניע האט געליטן עטליכע דורכפעלער אין אייראפעאישע מלחמות האט די שפאנישע רעגירונג זיך צוזאמענגעזעצט צו פארשטערקערן איר פארבליבענע אימפעריע. אלס א טייל פון דעם באשלוס האט די שפאנישע רעגירונג אנגעהויבן לייגן אן אויג אויף אירע קאלאניעס וועלכע האבן געמאכט א לעבן אויף שפאניע'ס חשבון. די שפאנישע רעגירונג האט געלעכצט פאר געלט און האט געוואוסט אז די קאלאניעס פירן זיך אן אייגענע ווערטשאפט און לייגן די געלטער אין טאש אריין. די שפאנישע רעגירונג האט באלד דערנאך אראפגעשיקט א גרופע פון אירע געלונגעסטע ביוראקראטן וועלכע האבן זיך אריינגעזעצט אין די וויסעראו און אנגעהויבן אויספארשן וואס גייט פאר און איינגעשטעלט נייע שטייערן וועלכע איז אין גרעסטן טייל געגאנגן צו פארשטערקערן די שפאנישע מיליטער. די שפאנישע ביוראקראטן האבן אראפגענומען אלע האנדל'ס פארבאטונגן צווישן די קאלאניעס און איינגעשטעלט קליינע מיליטערן אין יעדע קאלאניע וועלכע איז אין פאקט געווען א טייל פון די שפאנישע מיליטער. דאס איז געווען א קלוגע סטראטעגישע אקט פון די שפאנישע רעגירונג וועלכע האט זיך מיט דעם פארזיכערט אז די פארמאגט מיליטערישע כוחות אין עטליכע קאנטינענטן פון די וועלט. אנדערע לענדער האבן באוואונדערט דעם שריט און האבן אין די נאכפאלגענדע יארן נאכגעטאן דאס זעלבע.  

פארשטייט זיך אז די מעקיסקאנער איינוואוינער זענען געווען אומצופרידן מיט די נייע שטרענגע איינריכטונגן און העכערע שטייערן און האבן אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די פארשטערקערטע אקופאציע. די פראטעסטן זענען געווען שטורמישע און טייל מאל ארויס פון קאנטראל. די לאקאלע מיליטער האט פרובירט צו דערשטיקן די פראטעסטן מיט געוואלד און טיילמאל אפילו גענוצט וואפן צו פארטרייבן די מאסן. אבער ווי מער זיי האבן פרובירט זענען די פראטעסטן געווארן שטערקער און שטערקער ווען מער און מער מענטשן זענען זיך געקומען באטייליגן. אסאך פון די לאקאלע רעגירונג אפישעלס האבן רעזיגנירט פון זייערע אמטן און זיך באטייליגט אין די פראטעסטן. די מעקסיקאנער האבן שוין דעמאלט אנגעהויבן רעדן אפן פון זעלבסטשטענדיגקייט און האבן ערקלערט פאר די מאסן אז אלס א זעלבשטענדיג לאנד וועט זיי זיין בעסער לויט די יעצטיגע אומשטענדן אפילו מען וועט נישט האבן קיין שום שטיצע פון שפאניע פאר א נויט.  
פארשטייט זיך אז די מעקיסקאנער איינוואוינער זענען געווען אומצופרידן מיט די נייע שטרענגע איינריכטונגן און העכערע שטייערן און האבן אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די פארשטערקערטע אקופאציע. די פראטעסטן זענען געווען שטורמישע און טייל מאל ארויס פון קאנטראל. די לאקאלע מיליטער האט פרובירט צו דערשטיקן די פראטעסטן מיט געוואלד און טיילמאל אפילו גענוצט וואפן צו פארטרייבן די מאסן. אבער ווי מער זיי האבן פרובירט זענען די פראטעסטן געווארן שטערקער און שטערקער ווען מער און מער מענטשן זענען זיך געקומען באטייליגן. אסאך פון די לאקאלע רעגירונג אפישעלס האבן רעזיגנירט פון זייערע אמטן און זיך באטייליגט אין די פראטעסטן. די מעקסיקאנער האבן שוין דעמאלט אנגעהויבן רעדן אפן פון זעלבסטשטענדיגקייט און האבן ערקלערט פאר די מאסן אז אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד וועט זיי זיין בעסער לויט די יעצטיגע אומשטענדן אפילו מען וועט נישט האבן קיין שום שטיצע פון שפאניע פאר א נויט.  
היסטאריקער קענען נאך היינט נישט פארשטיין פארוואס די שפאנישע רעגירונג האט אזוי שוואך אפגעשלאגן די אויפשטאנד און אנשטאט מער און מער אפגעהאקט באציאונגן מיט די מעקסיקאנער רעגירונג. די שפאנישע רעגירונג האט געהאלטן אז די מעקסיקאנער וועלן נישט קענען אויסהאלטן אן זייער שטיצע און וועלן זיך עווענטועל צוריקווענדן נאך הילף. די פירער פון די אויפשטאנד האבן אבער געהאט גוטע עקזאמפלן פון די אמעריקאנער און פראנצויזישע רעוואלוציעס און האבן נאכגעפאלגט זייערע שריט.  

גארנישט בעסער וואלט געקענט געשען ווען עס האט אויסגעבראכן א קריזיס און שפאניע ווען דער פראנצויזישער קעניג נאפאליען דער ערשטער האט אינוואנדירט שפאניע און געפאנגן די שפאנישע ראיעל פאמיליע מיטגלידער און זיי געהייסן אים איבערגעבן די מאנארכיע קרוין. די מעקסיקאנער האבן גוט אויסגענוצט די געלעגנהייט און אנגעהויבן אויסארבעטן די לעצטע פלענער פאר'ן אויפשטאנד.  

נישט יעדער איינער איז אבער געווען אזוי צופרידן מיט א זעלבשטענדיגע מעקסיקע די נאטיווע אמעריקאנער איינוואוינער האבן אנגעהויבן שטורמען אז זיי ווילן נישט קיין אייגן לאנד און וועלן ענדערש בלייבן אונטער שפאנישע קאנטראל. דער פירער פון די נאטיווע רעבעלן איז געווען א גלח מיט'ן נאמען הידעלגאו וועלכער איז געווען זייער געשעצט צווישן די נאטיווע אמעריקאנער איינוואוינער. הידעלגאו האט צוזאמנגענומען טויזענטער מענטשן און זיי געברענגט קיין צענטראל מעקסיקע און אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די נייע רעגירונג. די מעקיסקאנער האבן זיי אפגעשלאגן און הידעלגאו האט מיט דער צייט אויפגעשטעלט אן ארמיי פון 80,000 מענער און א ציווילע קריג האט אויסגעבראכן. די קריג האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט און טייל מעקסיקאנער האבן זיך אנגעשלאסן מיט הידעלגאו וועלכער האט שוין דעמאלט אויך געקענט באשטיין צו ווערן פירער אפילו אויב דאס מיינט בלייבן זעלבשטענדיג.  
נישט יעדער איינער איז אבער געווען אזוי צופרידן מיט א זעלבסטשטענדיגע מעקסיקע די נאטיווע אמעריקאנער איינוואוינער האבן אנגעהויבן שטורמען אז זיי ווילן נישט קיין אייגן לאנד און וועלן ענדערש בלייבן אונטער שפאנישע קאנטראל. דער פירער פון די נאטיווע רעבעלן איז געווען א גלח מיט'ן נאמען הידעלגאו וועלכער איז געווען זייער געשעצט צווישן די נאטיווע אמעריקאנער איינוואוינער. הידעלגאו האט צוזאמנגענומען טויזענטער מענטשן און זיי געברענגט קיין צענטראל מעקסיקע און אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די נייע רעגירונג. די מעקיסקאנער האבן זיי אפגעשלאגן און הידעלגאו האט מיט דער צייט אויפגעשטעלט אן ארמיי פון 80,000 מענער און א ציווילע קריג האט אויסגעבראכן. די קריג האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט און טייל מעקסיקאנער האבן זיך אנגעשלאסן מיט הידעלגאו וועלכער האט שוין דעמאלט אויך געקענט באשטיין צו ווערן פירער אפילו אויב דאס מיינט בלייבן זעלבסטשטענדיג.  
הידעלגאו'ס ארמיי האט אין אנפאנג געמאכט גרויס פארשריט אבער ווי נענטער זיי זענען געקומען אין צענטראל מעקסיקע זענען זיי אויפגענומען געווארן מיט שטערקערע ווידערשטאנד. כאטש זיין ארמיי האט געליטן גרויסע פארלוסטן האט ער דאך געמאכט פארשריט און אין יאר 810' דערגרייכט מעקסיקע סיטי. אריין אין שטאט איז אים שוין נישט געגאנגן און דארטן האט ער אנגעהויבן פארלירן ביז זיין גאנצע ארמיי האט געמוזט אפטראגן אויב זיי האבן געוואלט פארמיידן טויט. הידעלגאו אליינס איז אנטלאפן אבער עטליכע יאר שפעטער איז ער געכאפט געווארן און מען האט אים אומגעברענגט אין א מעקסיקאנער טורמע.  

נאך די ציווילע קריג האט די נייע רעגירונג ענדליך געקענט אנהייבן איר ארבעט און האט אויפגענומען א פרעזידענט. צענטראל אמעריקע האט זיך דאן אפגעבראכן פון מעקיסקא און די אמאליגע ניו שפאניע איז א נאמען געגעבן געווארן מעקסיקע.  