אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אברהם סוצקעווער"
ק (החלפת טקסט – "ײַ" ב־"יי") |
|||
שורה 14: | שורה 14: | ||
אין געטאָ און אין וואַלד האט ער כּסדר געשריבן. זיינע אַ פּאָעמע איז דערגאַנגען ביז [[מאסקווע|מאָסקווע]] און געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ייִדיש־רוסישע שרייבער ווי [[באָריס פּאַסטערנאַק]], [[איליאַ ערענבורג]] און [[וואַסילי גראָסמאַן]]. רעכענענדיק אַז ער קען צוניץ קומען אין מאָסקווע פאַר דער אַרבעט פון [[יידישער אנטי פאשיסטישער קאמיטעט|ייִדישן אַנטיפאַשיסטישן קאָמיטעט]], האָט די סאָוועטישע מאַכט געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים אַהינצוברענגען. במשך דער [[מלחמה]] האָט סוצקעווער אָנגעשריבן איבער אכציג לידער. | אין געטאָ און אין וואַלד האט ער כּסדר געשריבן. זיינע אַ פּאָעמע איז דערגאַנגען ביז [[מאסקווע|מאָסקווע]] און געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ייִדיש־רוסישע שרייבער ווי [[באָריס פּאַסטערנאַק]], [[איליאַ ערענבורג]] און [[וואַסילי גראָסמאַן]]. רעכענענדיק אַז ער קען צוניץ קומען אין מאָסקווע פאַר דער אַרבעט פון [[יידישער אנטי פאשיסטישער קאמיטעט|ייִדישן אַנטיפאַשיסטישן קאָמיטעט]], האָט די סאָוועטישע מאַכט געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים אַהינצוברענגען. במשך דער [[מלחמה]] האָט סוצקעווער אָנגעשריבן איבער אכציג לידער. | ||
נאָך דער באַפרייונג האט ער פאר א קורצע צייט געוווינט אין מאָסקווע, אין [[לאדזש|לאָדזש]] און אין [[פּאַריז]]. דעם 12טן פעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער ערשטער ייִדישער עדות אויפן [[נירנבערג פראצעס|נירנבערגער פּראָצעס]] קעגן די נאַצישע קריגס־פאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין [[ארץ ישראל|ארץ־ישׂראל]]. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל [[די גאָלדענע קייט]] (תּל־אָבֿיבֿ 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף [[ | נאָך דער באַפרייונג האט ער פאר א קורצע צייט געוווינט אין מאָסקווע, אין [[לאדזש|לאָדזש]] און אין [[פּאַריז]]. דעם 12טן פעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער ערשטער ייִדישער עדות אויפן [[נירנבערג פראצעס|נירנבערגער פּראָצעס]] קעגן די נאַצישע קריגס־פאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין [[ארץ ישראל|ארץ־ישׂראל]]. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל [[די גאָלדענע קייט]] (תּל־אָבֿיבֿ 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף [[אידיש]]. | ||
צווישן 1948 און 1996 זיינען אַרויס אין ישׂראל קרובֿ צו דרייסיג ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זיינע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרייבער ווי [[טשעסלאַוו מילאָש]] און [[ערי דע לוקאַ]] האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פון די וויכטיקסטע פּאָעטן פון 20סטן יאָרהונדערט. זיינע װערק זיינען איבערגעזעצט געוואָרן אין [[העברעיִש]], [[ענגליש]], [[דייטש]], [[פראנצויזיש|פראַנצייזיש]] און פאַרשיידענע אַנדערע לשונות. | צווישן 1948 און 1996 זיינען אַרויס אין ישׂראל קרובֿ צו דרייסיג ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זיינע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרייבער ווי [[טשעסלאַוו מילאָש]] און [[ערי דע לוקאַ]] האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פון די וויכטיקסטע פּאָעטן פון 20סטן יאָרהונדערט. זיינע װערק זיינען איבערגעזעצט געוואָרן אין [[העברעיִש]], [[ענגליש]], [[דייטש]], [[פראנצויזיש|פראַנצייזיש]] און פאַרשיידענע אַנדערע לשונות. |
רעוויזיע פון 17:20, 7 דעצעמבער 2022
אַבֿרהם סוצקעווער (15טן יולי, 1913 - 20סטן יאַנואַר, 2010), איז געװען אַ ייִדישער דיכטער און פּאַרטיזאַן פון דער צװײטער װעלט מלחמה.
ביאָגראַפיע
אַבֿרהם סוצקעווער איז געבױרן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 (י' תמוז תרע"ג) אין סמאָרגאָן, דאן ליטע היינט בעלאַרוס, אַ שטעטל אַרום זיבעציג ק“מ פון װילנע. זיין זיידע פון דער מאַמעס צד איז געווען דער רבֿ שבתי פיינבערג, מחבר פון ספר „אפיקי מגינים“ אויפן שולחן־ערוך. אין סעפּטעמבער 1915 האָבן קאָזאַקן פּאָגראָמירט און אונטערגעצונדן סמאָרגאָן. די ייִדן האָט מען פאַרטריבן פון שטאָט. ווי אַנדערע משפּחות, האָבן די סוצקעווערס געפונען אַ מקום־מיקלט אין סיביר, אין דער געגנט פון אָמסק, ביים טייך אירטיש. דאָרטן איז ער צו זיבן יאָר פאַריתומט געוואָרן פון זיין פאָטער.
נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה האָט זיך זיין משפּחה איבערגעקליבן קיין װילנע, דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפט, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ תּלמוד־תּורה און שפּעטער אין אַ פּויליש־שפּראַכיקער ייִדישער גימנאַזיע. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרייבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פון דער ייִדישיסטישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע „בין“, געגרינדט דורכן לינגוויסט מאַקס וויינרייך. זיין ערשט ליד איז דערשינען אין 1932 אין אַן אויסגאַבע פון דער „בין“.
אין 1934 אַריינגעטראָטן אין דער גרופּע פּאָעטן „יונג ווילנע“ (שמערקע קאַטשערגינסקי, לייזער וואָלף, סיאָמקע קאַהאַן, חיים גראַדע א“אַ), און אָנגעהויבן זיך דרוקן אָפטער אין פאַרשיידענע ליטעראַרישע צייטשריפטן. כּסדר געלערנט ווי אַן אויטאָדידאַקט און געווען נאָענט צום ייִוואָ. אין 1937 איז אַרויס אין וואַרשע זיין ערשטער פּאָעזיע־באַנד לידער. נאָכן דייטשן אָנפאַל אויף ליטע אין יוני 1941, אין גאַנג פון דער צװײטער װעלט מלחמה, געבליבן פאַרשפּאַרט צוזאַמען מיט זיין פרוי פריידקע אין ווילנער געטאָ. באַטייליקט אין גייסטיקן ווידערשטאַנד : רעטונג פון זעלטענע ספרים און דאָקומענטן, אָרגאַניזאַציע פון אַ קולטור־לעבן אין געטאָ. אַקטיוו אין די רייען פון דער פאראייניגטער פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע (פ.פּ.אָ.). דעם 12טן סעפּטעמבער 1943 אַנטלאָפן פון געטאָ מיט אַ גרופּע קעמפער און זיך אָנגעשלאָסן אין אַ פּאַרטיזאַנער־אָפּטייל וואָס האָט באַקעמפט די דייטשן אונטער סאָוועטישער קאָמאַנדע אין די נאַראָטשער וועלדער.
אין געטאָ און אין וואַלד האט ער כּסדר געשריבן. זיינע אַ פּאָעמע איז דערגאַנגען ביז מאָסקווע און געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ייִדיש־רוסישע שרייבער ווי באָריס פּאַסטערנאַק, איליאַ ערענבורג און וואַסילי גראָסמאַן. רעכענענדיק אַז ער קען צוניץ קומען אין מאָסקווע פאַר דער אַרבעט פון ייִדישן אַנטיפאַשיסטישן קאָמיטעט, האָט די סאָוועטישע מאַכט געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים אַהינצוברענגען. במשך דער מלחמה האָט סוצקעווער אָנגעשריבן איבער אכציג לידער.
נאָך דער באַפרייונג האט ער פאר א קורצע צייט געוווינט אין מאָסקווע, אין לאָדזש און אין פּאַריז. דעם 12טן פעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער ערשטער ייִדישער עדות אויפן נירנבערגער פּראָצעס קעגן די נאַצישע קריגס־פאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל די גאָלדענע קייט (תּל־אָבֿיבֿ 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף אידיש.
צווישן 1948 און 1996 זיינען אַרויס אין ישׂראל קרובֿ צו דרייסיג ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זיינע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרייבער ווי טשעסלאַוו מילאָש און ערי דע לוקאַ האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פון די וויכטיקסטע פּאָעטן פון 20סטן יאָרהונדערט. זיינע װערק זיינען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעיִש, ענגליש, דייטש, פראַנצייזיש און פאַרשיידענע אַנדערע לשונות.
ער איז ניפטר געוואָרן ד' שבֿט תּש"ע (דעם 20סטן יאַנואַר 2010) אין תּל־אָבֿיבֿ, אין עלטער פון 96 יאָר.
ביכער
- לידער (וואַרשע, ביבליאָטעק פון ייִדישן פּען־קלוב, 1937)
- וואַלדיקס (ווילנע, ייִדישער ליטעראַטן־פאַראיין און פּען־קלוב, 1940)
- די פעסטונג (ניו־יאָרק, איקוף, 1945)
- לידער פון געטאָ (ניו־יאָרק, איקוף, 1946)
- ווילנער געטאָ 1944-1941 (פּאַריז, פאַרבאַנד פון די ווילנער אין פראַנקרייך, 1946)
- פון ווילנער געטאָ (מאָסקווע, אָגיז מעלוכע־פאַרלאַג „דער עמעס“, 1946)
- ווילנער געטאָ 1944-1941 (בוענאָס־איירעס, איקוף, 1947)
- ייִדישע גאַס (ניו־יאָרק, פאַרלאַג מתּנות, 1948)
- געהיימשטאָט (תּל־אָבֿיבֿ, פריינד פונעם מחבר, 1948)
- אין פייער־וואָגן (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1952)
- סיביר (צייכענונגען פון מאַרק שאַגאַל, ירושלים, 1953)
- פון דריי וועלטן (בוענאָס־איירעס, ליטעראַטן און זשורנאַליסטן־פאַראיין, 1953)
- אָדע צו דער טויב ( (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1953)
- אין מידבר סיני ( (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג פּרץ־ביבליאָטעק, 1957)
- אָאַזיס ( (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1960)
- גייסטיקע ערד (האָלצשניטן פון אַרטור קאָלניק, ניו־יאָרק, פאַרלאַג דער קוואַל, 1961)
- פּאָעטישע ווערק באַנד 1 און 2 (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1963)
- לידער פון ים־המוות (תּל־אָבֿיבֿ — ניו־יאָרק, פאַרלאַג בערגען־בעלזען, 1968)
- פירקאַנטיקע אותיות און מופתים (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1968)
- צייטיקע פּנימער (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1970)
- די פידלרויז (צייכענונגען פון מאַרק שאַגאַל, (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1974)
- גרינער אַקוואַריום (אַריינפיר פון רות ווייס, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1975)
- לידער פון טאָגבוך (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1977)
- דאָרטן וווּ עס נעכטיקן די שטערן (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1979)
- די ערשטע נאַכט אין געטאָ (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1979)
- פון אַלטע און יונגע כּתבֿ־ידן (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1982)
- צווילינג־ברודער (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1986)
- די נבֿואה פון שוואַרצאַפּלען (אַריינפיר פון רות ווייס, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1989)
- דער יורש פון רעגן (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1992)
- ביים לייענען פּנימער (העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1993)
- צעוואַקלטע ווענט (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1996)
ביבליאָגראַפיע
- יובֿל־בוך צום פופציקסטן געבוירן־טאָג פון אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1963)
- שלמה ביקל. די ברכה פון שיינקייט: עסייען וועגן אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג המנורה, 1969)
- יודל מאַרק. אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעטישער וועג (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1974)
- אַבֿרהם נאָווערשטערן. אַבֿרהם סוצקעווער־ביבליאָגראַפיע (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1976)
- ייִחוס פון ליד/יחוסו של שיר, לכּבֿוד אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1983)
- אַבֿרהם סוצקעווער במלאות לו שבעים/צום ווערן אַ בן־שבֿעים (ירושלים, קאַטאַלאָג פון דער אויסשטעלונג אין דער נאַציאָנאַלער און אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק, נאָוועמבער 1983)
- די גאָלדענע קייט נומער 136: אַבֿרהם־סוצקעווער־נומער (תּל־אָבֿיבֿ, 1993)
וועבלינקען
- סוצקעווער טרעט אויף ווי אַן עדות ביים נירנבערגער פּראָצעס (אין רוסיש מיט העברעיִשער איבערזעצונג) http://www.youtube.com/watch?v=rY4GnquFCmE
- יוטוב
- [1]
- [2]
- די בלייענע פּלאַטן פון ראָמס דרוקעריי
- לוויה פון אַבֿרהם סוצקעווער
- Воспоминания לעוו בערינסקי (רוסיש)
- רעפעראַטן פון אַבֿרהם סוצקעווער אין דער ייִדישער פאָלקס־ביבליאָטעק (מאָנטרעאַל 1959)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!