אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מאיר הורוויץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(וויקיפּעדיע אנטיק)
ק (←‏פאמיליע: הגהה)
 
שורה 21: שורה 21:
* הרב '''[[רבי נפתלי חיים הורוויץ]]''' ([[ה'ת"ר]] - [[י' תשרי|יום כפור]] [[ה'תרנ"ה]]), פון [[ירושלים]].
* הרב '''[[רבי נפתלי חיים הורוויץ]]''' ([[ה'ת"ר]] - [[י' תשרי|יום כפור]] [[ה'תרנ"ה]]), פון [[ירושלים]].


* הרב '''[[טוביה הורוויץ]]''' ([[ה'תר"ה]] <small>(אומגעפער)</small> - [[ה'תרע"ח]] <small>(אומגעפער)</small> ), רב אין [[מיידאן]].
* הרב '''שמחה טוביה הורוויץ''' ([[ה'תר"ה]] <small>(אומגעפער)</small> - [[ה'תרע"ח]] <small>(אומגעפער)</small> ), רב אין מאדין. איידעם פון [[רבי דויד שפירא|רבי דויד'ל דינובער]].


* הרב '''[[רבי יהושע הורוויץ]]''' ([[ט"ו אדר|שושן פורים]] [[ה'תר"ח]] - [[י' תשרי|יום כפור]] [[ה'תרע"ג]]), ממלא מקום פון פאטער, רב אין [[דזשיקאוו]].
* הרב '''[[רבי יהושע הורוויץ]]''' ([[ט"ו אדר|שושן פורים]] [[ה'תר"ח]] - [[י' תשרי|יום כפור]] [[ה'תרע"ג]]), ממלא מקום פון פאטער, רב אין [[דזשיקאוו]].

יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:44, 22 דעצעמבער 2024

רבי מאיר הורוויץ זצ"ל (ה'תקע"ט - ח' תמוז ה'תרל"ז), רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם.

אפשטאם

רבי מאיר'ל איז געבוירן אין ראווא-רוסקא אין יאר ה'תקע"ט, צו זיין פאטער הרב רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק, באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער חיה[1] א טאכטער פון הנגיד הרב יחיאל איכל רויזנפעלד פון ראווא-רוסקא.

רבנות

רבי מאיר'ל איז נאך אויפגעצויגן געווארן עטליכע יאר ביים זיידן דער ראפשיצער רב, נאכהער ביים פעטער רבי אשר ישעיה רובין, אויך האט ער געלערנט ביי רבי הערשעלע פון רימאנאוו. זיין פאטער האט אים גערופן יונגערהייט "מיין גאון". רבי מאיר'ל איז געווארן רב אין דזשיקאוו נאך ביים פאטער'ס לעבן. נאך דער פטירה פון פאטער האט זיך דאס דזשיקאווער חסידות שטארק אנטוויקלט, רבי מאיר'ל האט געמוזט צובויען א נייעם בית המדרש מיט א מקוה, סוכה, און א ספעציעלע שטוב פאר ערב פסח. רבי מאיר'ל איז געווען פאררעכענט אלס א גרויסער עושר, ס'איז ביי אים געווען "תורה וגדולה במקום אחד".

הסתלקות

נאך דער פטירה פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב - ה'תרל"ו - האט רבי מאיר'ל געזאגט אז זיין צייט איז נאנט. רבי מאיר'ל האט געליטן יארן לאנג פון א כיראנישע קרענק אין די דארמען, דארום פלעגט ער אלע יאר פארן קיין קארלסבאד נעמען טערמישע בעדער. אין דעם יאר - ה'תרל"ז - האט ער נישט געוואלט פארן, אבער זיינע נאנטע מענטשן האבן אים דאך צוגערעדט. רבי מאיר'ל איז נפטר געווארן אין קארלסבאד ח' תמוז ה'תרל"ז זיצנדיג אין זיין שטול און רייכערנדיג זיין פאקע-ציבעך, ער האט זיך אונטערגעזאגט "הנשמה לך והגוף פעלך חוסה על עמלך". צוויי טויזנט גולדן האט מען באצאלט אז מען זאל ערלויבן צו פירן אים קיין דזשיקאוו.

פאמיליע

רבי מאיר'ל האט געהייראט מרת דבורה די טאכטער פון הנגיד הרב קלמן פיעצליס, א ראפשיצער חסיד פון קראקא. זייערע קינדער:

זיינע ספרים

  • אמרי נועם - על התורה
  • אמרי נועם - מועדים
  • אמרי נועם - שו"ת

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. רבי ישראל חיים אשרי ברענגט אז דער דזשיקאווער רב פלעג דערמאנען זיין זיידע דעם אמרי נועם מיטן נאמען "מאיר בן חיה" (יאהרצייט, אידישע טריבונע, ד' אדר ב' תשע"א)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!