אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אב בית דין"
(מכלוליזאציע, קאטעגאריעס, בילד, להשלים) צייכן: רויע רעדאגירונג |
(פארברייטערט) צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|דיין אין שפיץ פון בית דין}} | {{דעסקריפציע|דיין אין שפיץ פון בית דין}} | ||
[[טעקע:Akiva eger 74years.JPG|250px|ממוזער|שמאל|[[רבי עקיבא אייגער]] (אין צענטער), דער ראש בית דין פון [[פויזן]], און די צוויי דיינים מיט אים.]] | |||
דער '''אב בית דין''' (אין [[ראשי תיבות]]: '''אב"ד''') איז דער [[דיין]] וועלכער זיצט אין שפיץ פון [[בית דין]], און איז א טיטל וואָס ווערט געגעבן דעם העכסטן רב אין א שטאָט. | דער '''אב בית דין''' (אין [[ראשי תיבות]]: '''אב"ד''') איז דער [[דיין]] וועלכער זיצט אין שפיץ פון [[בית דין]], און איז א טיטל וואָס ווערט געגעבן דעם העכסטן רב אין א שטאָט. | ||
אין די תקופה פון [[סמיכת זקנים|סמיכה]] איז דער דיין געווען דער צווייטער אין ראנג צום [[נשיא]]. | אין די תקופה פון [[סמיכת זקנים|סמיכה]] איז דער דיין געווען דער צווייטער אין ראנג צום [[נשיא]]. אין די תקופה פון די [[גאונים]] איז ער געווען דער צווייטער אין ראנג צום גאון. | ||
==היסטאריע== | ==היסטאריע== | ||
{{להשלים|איבער מופלא שבבית דין, דער טויש וואס איז פארגעקומען בימי יוסי בן יועזר, באקאנטע אב"ד אין היסטאריע}} | {{להשלים|איבער מופלא שבבית דין, דער טויש וואס איז פארגעקומען בימי יוסי בן יועזר, באקאנטע אב"ד אין היסטאריע}} | ||
דער טיטל שטאַמט פון גאָר אלטע צייטן. לויט דער גמרא{{הערה|שם=מוקכו|{{בבלי|מועד קטן|כו|א}}}} איז שוין דער אב-בית-דין געווען אין די צייטן ווען עס האָט איבער די אידן געהערשט [[שאול המלך]]. עס איז שווער צו זאָגן, ווען דער דאָזיגער טיטל איז איינגעפירט געוואָרן אפיציעל ביי אידן. די משנה{{הערה|{{משנה|חגיגה|ב|ב}}}} זאָגט, אז אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש זענען אין דער שפּיץ פון [[סנהדרין]] געשטאַנען צוויי פּערזאנען, די "זוגות", -- וואָס ווערן דערמאָנט אין פּרקי אבות -- איינער פון זיי איז געווען דער "נשיא" און דער צווייטער איז געווען דער "אב בית דין". | דער טיטל שטאַמט פון גאָר אלטע צייטן. לויט דער גמרא{{הערה|שם=מוקכו|{{בבלי|מועד קטן|כו|א}}}} איז שוין דער אב-בית-דין געווען אין די צייטן ווען עס האָט איבער די אידן געהערשט [[שאול המלך]]. עס איז שווער צו זאָגן, ווען דער דאָזיגער טיטל איז איינגעפירט געוואָרן אפיציעל ביי אידן. די משנה{{הערה|{{משנה|חגיגה|ב|ב}}}} זאָגט, אז אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש זענען אין דער שפּיץ פון [[סנהדרין]] געשטאַנען צוויי פּערזאנען, די "זוגות", -- וואָס ווערן דערמאָנט אין פּרקי אבות -- איינער פון זיי איז געווען דער "נשיא" און דער צווייטער איז געווען דער "אב בית דין". | ||
שורה 16: | שורה 16: | ||
יענעם טאָג אלס צייכן פון טרויער{{הערה|{{בבלי|מועד קטן|כב|ב}}}}. | יענעם טאָג אלס צייכן פון טרויער{{הערה|{{בבלי|מועד קטן|כב|ב}}}}. | ||
דער אב בית דין פלעגט פעסטשטעלן ווען [[ראש חודש]] איז, און ער פלעגט [[קידוש החודש|הייליגן]] דעם ראש חודש{{הערה|{{משנה|ראש השנה|ב|ז}}}}. | דער אב בית דין פלעגט זיצן אין סנהדרין צו די רעכטע זייט פון דער נשיא{{הערה|{{רמב"ם|סנהדרין|א|ג}}}}. ער פלעגט פעסטשטעלן ווען [[ראש חודש]] איז, און ער פלעגט [[קידוש החודש|הייליגן]] דעם ראש חודש{{הערה|{{משנה|ראש השנה|ב|ז}}}}. לויט ווי פארציילט אין מדרש, איז ער אויך געשטאנען אין שפיץ פון דער באזונדערער בית דין וואס איז געשטעלט געווארן צו באשטימען איבער דעם [[עיבור יאר|עיבור פון א יאר]]{{הערה|{{מדרש רבה|שמות|טו|כ}}}}. | ||
לויט טייל, איז דער אב בית דין אויך אנגערופן געווארן דער "מופלא שבבית דין", און זיין אויפגאבע איז געווען אויסצולערנען די אנדערע מיטגלידער פונעם בית דין און זיי פאררעכטן ווען זיי מאכן א טעות{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|טז|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=אחד ממונה}}}}. | |||
==שפעטערע תקופות== | ==שפעטערע תקופות== | ||
אויך נאָך די צייטן פון דער גמרא, אין דער עפּאָכע פון די [[גאונים]], סיי אין בבל און סיי אין ארץ-ישראל, איז געווען איינער פון די פירער פון דער [[ישיבה]] וואָס האָט געטראָגן דעם טיטל אב בית דין. | אויך נאָך די צייטן פון דער גמרא, אין דער עפּאָכע פון די [[גאונים]], סיי אין בבל און סיי אין ארץ-ישראל, איז געווען איינער פון די פירער פון דער [[ישיבה]] וואָס האָט געטראָגן דעם טיטל אב בית דין. יעדע ישיבה האט געהאט א בית דין, און דער דיין אין שפיץ דערפון, אויך באקאנט אלס דער "דיינא דבבא", איז געווען פאררעכנט אלס סגן און ממלא מקום פון דער ראש ישיבה (דער גאון){{הערה|{{דעת|ד"ר יהושע הורוביץ|daat/kitveyet/mahanaim/batey-hadin.htm|בתי הדין בתקופת הגאונים}}}}. | ||
אין די שפּעטערע צייטן אין אייראָפּע געפינען מיר אסאך [[רבנים]] באצייכנט מיט דעם טיטל "אב"ד" (וואָס איז די ראשי-תיבות פון אב בית דין) אָדער ראב"ד ("ראש (אב) בית דין" אָדער "רבינו אב בית דין"). | אין די שפּעטערע צייטן אין אייראָפּע געפינען מיר אסאך [[רבנים]] באצייכנט מיט דעם טיטל "אב"ד" (וואָס איז די ראשי-תיבות פון אב בית דין) אָדער ראב"ד ("ראש (אב) בית דין" אָדער "רבינו אב בית דין"). |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:47, 18 פעברואר 2024
דער אב בית דין (אין ראשי תיבות: אב"ד) איז דער דיין וועלכער זיצט אין שפיץ פון בית דין, און איז א טיטל וואָס ווערט געגעבן דעם העכסטן רב אין א שטאָט.
אין די תקופה פון סמיכה איז דער דיין געווען דער צווייטער אין ראנג צום נשיא. אין די תקופה פון די גאונים איז ער געווען דער צווייטער אין ראנג צום גאון.
היסטאריע
דער טיטל שטאַמט פון גאָר אלטע צייטן. לויט דער גמרא[1] איז שוין דער אב-בית-דין געווען אין די צייטן ווען עס האָט איבער די אידן געהערשט שאול המלך. עס איז שווער צו זאָגן, ווען דער דאָזיגער טיטל איז איינגעפירט געוואָרן אפיציעל ביי אידן. די משנה[2] זאָגט, אז אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש זענען אין דער שפּיץ פון סנהדרין געשטאַנען צוויי פּערזאנען, די "זוגות", -- וואָס ווערן דערמאָנט אין פּרקי אבות -- איינער פון זיי איז געווען דער "נשיא" און דער צווייטער איז געווען דער "אב בית דין".
זיכער איז, אז דער אב בית דין איז געווען איינער פון די העכסטע רעליגיעזע פירער ביי אידן אין ארץ ישראל אין דער צווייטער העלפט פון בית-שני, און אויך אין די צייטן פון משנה און פון דער גמרא.
כבוד און פונקציעס
אין דער תוספתא[3] ווערט געזאָגט, אז ווען דער אב בית דין פלעגט אריינקומען אין בית המדרש, האָבן אלע מענטשן נעבן וועלכע ער איז פארבייגעגאנגען זיך געמוזט אויפשטעלן. ווען דער אב בית דין איז נפטר געווארן, האָבן אלע זיך געמוזט קריעה-רייסן[1], און אין אלע בתי מדרשים האָט מען אויפגעהערט לערנען יענעם טאָג אלס צייכן פון טרויער[4].
דער אב בית דין פלעגט זיצן אין סנהדרין צו די רעכטע זייט פון דער נשיא[5]. ער פלעגט פעסטשטעלן ווען ראש חודש איז, און ער פלעגט הייליגן דעם ראש חודש[6]. לויט ווי פארציילט אין מדרש, איז ער אויך געשטאנען אין שפיץ פון דער באזונדערער בית דין וואס איז געשטעלט געווארן צו באשטימען איבער דעם עיבור פון א יאר[7].
לויט טייל, איז דער אב בית דין אויך אנגערופן געווארן דער "מופלא שבבית דין", און זיין אויפגאבע איז געווען אויסצולערנען די אנדערע מיטגלידער פונעם בית דין און זיי פאררעכטן ווען זיי מאכן א טעות[8].
שפעטערע תקופות
אויך נאָך די צייטן פון דער גמרא, אין דער עפּאָכע פון די גאונים, סיי אין בבל און סיי אין ארץ-ישראל, איז געווען איינער פון די פירער פון דער ישיבה וואָס האָט געטראָגן דעם טיטל אב בית דין. יעדע ישיבה האט געהאט א בית דין, און דער דיין אין שפיץ דערפון, אויך באקאנט אלס דער "דיינא דבבא", איז געווען פאררעכנט אלס סגן און ממלא מקום פון דער ראש ישיבה (דער גאון)[9].
אין די שפּעטערע צייטן אין אייראָפּע געפינען מיר אסאך רבנים באצייכנט מיט דעם טיטל "אב"ד" (וואָס איז די ראשי-תיבות פון אב בית דין) אָדער ראב"ד ("ראש (אב) בית דין" אָדער "רבינו אב בית דין").
צו ליינען מער
- שי"ר, "אב בית דין", ערך מלין, אויף היברובוקס
- דער ערך "אב בית דין", אין מיקרופדיה תלמודית, אויף ויקישיבה
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 מועד קטן כו, א
- ↑ משנה, חגיגה ב, ב
- ↑ תוספתא, מסכת סנהדרין, פרק ז', הלכה ח'
- ↑ מועד קטן כב, ב
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות סנהדרין והעונשין המסורין להם, פרק א', הלכה ג'
- ↑ משנה, ראש השנה ב, ז
- ↑ שמות רבה, פרשה ט"ו, פסקה כ'
- ↑ תוספות, סנהדרין טז, ב, ד"ה אחד ממונה
- ↑ ד"ר יהושע הורוביץ, בתי הדין בתקופת הגאונים, אויף "דעת"
סנהדרין | ||
---|---|---|
טערמינען | נשיא • אב בית דין • סנהדרין גדולה • סנהדרין קטנה • בית דין • משפט עברי • שבעים הזקנים • כנסת הגדולה • סמיכת זקנים | |
נשיאי הסנהדרין | יוסי בן יועזר • יהושע בן פרחיה • שמעון בן שטח ויהודה בן טבאי • שמעיה • (בני בתירא) • הלל הזקן • רבן שמעון בן הלל • רבן גמליאל הזקן • רבן שמעון בן גמליאל הזקן • רבן יוחנן בן זכאי • רבן גמליאל פון יבנה • (רבי אלעזר בן עזריה) • רבן שמעון בן גמליאל • רבי יהודה הנשיא • רבן גמליאל ברבי • רבי יהודה נשיאה • רבן גמליאל הרביעי • רבי יהודה נשיאה השני • רבן גמליאל החמישי • רבי יהודה נשיאה השלישי • הלל נשיאה • רבן גמליאל השישי | |
פלעצער | לשכת הגזית • חנות • ירושלים • יבנה • אושא • יבנה • אושא • שפרעם • בית שערים • ציפורי • טבריה | |
פארשידנס | מסכת סנהדרין (ומסכת מכות) • עדות • ארבע מיתות בית דין • זקן ממרא • חידוש הסנהדרין • הסנהדרין של פריז • קברי הסנהדרין שבגן הסנהדרין בשכונת סנהדריה • פר העלם דבר של ציבור |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!