אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מסכת בבא קמא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(אויסדרוק, בילד)
(צוגעלייגט מקור)

(22 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}

{{דעסקריפציע|ערשטע מסכתא פון סדר נזיקין}}
{{דעסקריפציע|ערשטע מסכתא פון סדר נזיקין}}
[[טעקע:בבא קמא.jpg|קליין|לינקס|דער ערשטער עמוד פון מסכת בבא קמא]]
{{מסכתא
'''בָּבָא קַמָּא''' ("ערשטער טויער") איז דער ערשטער חלק פון [[מסכת נזיקין]] וואס הייבט אן [[סדר נזיקין]], דער פערטער סדר אין [[משניות]]. דער חלק באהאנדלט בעיקר [[דיני נזיקין]] - וואס דער מענטש דארף באצאלן אויף שאדנס וואס ער אדער זיין אייגנטום האט צוגעברענגט.
| name = בבא קמא
| בילד = בבא קמא.jpg
| image_size = 200
| קאפציע = דער ערשטער עמוד פון מסכת בבא קמא
| סדר = [[סדר נזיקין|נזיקין]]
| משניות = 79
| פרקים = 10
| בבליבלעטער = 118
| ירושלמיבלעטער = 44
| תוספתא = 11
| פריער = [[מסכת קידושין|קידושין]]
| קומענדיגער = [[מסכת בבא מציעא|בבא מציעא]]

'''בָּבָא קַמָּא''' ("ערשטער טויער") איז דער ערשטער חלק פון [[מסכת נזיקין]]{{הערה|זעט {{בבלי|בבא מציעא|י|ב|מפרש=[[רבי שמואל שטראשון|רש"ש]]|ד"ה=גמרא מותיב ריב"א נזיקין}}}} וואס הייבט אן [[סדר נזיקין]], דער פערטער סדר אין [[משניות]]. דער חלק באהאנדלט בעיקר [[דיני נזיקין]] - וואס דער מענטש דארף באצאלן אויף שאדנס וואס ער אדער זיין אייגנטום האט צוגעברענגט.

די דרייסיג פרקים פון מסכת נזיקין ווערן איינגעטיילט אין דריי, צען פרקים פער חלק, ווען בבא קמא ווערט נאכגעפאלגט מיט [[מסכת בבא מציעא|בבא מציעא]] (מיטלסטער טויער) און [[מסכת בבא בתרא|בבא בתרא]] (לעצטער טויער); יעדער פון די חלקים ווערט אבער אויך באטראכט ווי א [[מסכתא]] פאר זיך.
די דרייסיג פרקים פון מסכת נזיקין ווערן איינגעטיילט אין דריי, צען פרקים פער חלק, ווען בבא קמא ווערט נאכגעפאלגט מיט [[מסכת בבא מציעא|בבא מציעא]] (מיטלסטער טויער) און [[מסכת בבא בתרא|בבא בתרא]] (לעצטער טויער); יעדער פון די חלקים ווערט אבער אויך באטראכט ווי א [[מסכתא]] פאר זיך.
שורה 9: שורה 20:
בבא קמא איז איינגעטיילט אין צען פרקים, וואס אין זיי 79 משניות. עס האט א [[גמרא]] אין [[תלמוד בבלי]], וואס אנטהאלט 118 דפים אין די אנגענומענע [[צורת הדף]], און אין [[תלמוד ירושלמי]].
בבא קמא איז איינגעטיילט אין צען פרקים, וואס אין זיי 79 משניות. עס האט א [[גמרא]] אין [[תלמוד בבלי]], וואס אנטהאלט 118 דפים אין די אנגענומענע [[צורת הדף]], און אין [[תלמוד ירושלמי]].

==ארט אין סדר נזיקין==
דער [[רמב"ם]] ערקלערט{{הערה|[[פירוש המשניות פונעם רמב"ם|פירוש המשניות]], הקדמה}} אז די מסכת הייבט אן סדר נזיקין, וויבאלד עס רעדט זיך פון עקסידענטן און שאדנס וועלכע דארפן ווערן פארמיטן בעפאר אנדערע [[דיני ממונות]], {{ציטוטון|ואין השופט רשאי להקדים דבר, קודם שיסיר ההיזק מבני אדם, ומפני זה הקדים אותה בראשונה על שאר הדינין}}.
[[רבי מנחם המאירי]] האט געשטעלט מסכת נזיקין (אנגעהויבן מיט בבא קמא) ביים ענדע פון סדר נזיקין, נאך די אנדערע מסכתות וועלכע רעדן זיך פון די דיינים זעלבסט, זייער אויטאריטעט און פירונג, און זייערע מיטלען פון שטראפן (אריינגערעכנט [[דיני נפשות]]){{הערה|בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת בבא קמא}}.
==פרקים און אינהאלט==
די ערשטע זעקס פרקים באהאנדלען בעיקר "נזקי ממון" – שאדנס וועלכע ווערן אויסגעפירט דורך זיין אייגנטום אויף וואס ער איז פאראנטווארטליך. די לעצטע פיר רעדן זיך בעיקר פון שאדנס אויסגעפירט דורך דער מענטש זעלבסט:

'''ארבעה אבות''' – די [[ארבעה אבות נזיקין]], און אלגעמיינע דינים אין הלכות נזיקין. דער פרק פארמאגט פיר משניות{{הערה|דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין [[דפוס ראם]], ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.}}.

'''כיצד הרגל''' – דינים פון תם און מועד, סיי לגבי די אבות נזיקין [[שן ורגל]] און סיי לגבי די שאדנס פון [[קרן (אב נזיקין)|קרן]]. דער פרק פירט אויס מיטן כלל אז אן [[אדם המזיק]] איז שטענדיג א מועד. דער פרק פארמאגט זעקס משניות.

'''המניח''' – דינים פון דער אב נזיקין [[בור (אב נזיקין)|בור]], א מענטש וואס שטויסט זיך אן אין א שטרויכלונג אדער אין א צווייטער מענטש אין [[רשות הרבים]], ווייטערדיגע פרטי דינים וועגן תם און מועד, און דער כלל פון [[המוציא מחבירו עליו הראיה]]. דער פרק פארמאגט עלף משניות.

'''שור שנגח ארבעה וחמשה''' – אויספיר פון די הלכות פון תם און מועד, פארשידענע דינים איבער דעם פליכט פון באצאלן פאר שאדנס דורך בעלי חיים, הלכות פון [[שור הנסקל]], און דער מאס שמירה וואס פאדערט זיך אויף בעלי חיים. דער פרק פארמאגט 9 משניות.

'''שור שנגח את הפרה''' – שאדנס וועלכע זענען געשען אין רשות פון א מענטש, וואס ער אדער זיין אייגנטום האט געשעדיגט, דינים פון [[דמי ולדות]], און אויספיר פון הלכות פון בור. דער פרק שליסט זיך מיט א ליסטע פון דיני תורה וועלכע גייען אן ביי אלע באשעפענישן, כאטש די תורה כאפט נאר אן אזעלכע ביישפילן ווי שור און חמור. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.

'''הכונס''' – דער חיוב שמירה פון א מענטש אויף זיין פארמעגן וואס קען שעדיגן, וויאזוי מען שאצט דעם שאדן אין א פעלד פון פירות, און די הלכות פון דער אב נזיקין [[אש (אב נזיקין)|אש]]. דער פרק פארמאגט זעקס משניות.

'''מרובה''' – די דינים פון [[גניבה]], איבערהויפט די צאלונגען פון [[כפל]] און [[ארבעה וחמשה]]. וויבאלד ארבעה וחמשה צאלט מען נאר פאר בעלי חיים, שליסט זיך דער פרק דרך אגב מיט די בעלי חיים וועלכע מען טאר נישט האדעווען אין פארשידענע פלעצער. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.

'''החובל''' – די הלכות פון די פינף צאלונגען וואס עס צאלט א [[תשלומי חובל|חובל]], איינער וואס שעדיגט פיזיש א צווייטן: נזק, צער, ריפוי, שֶבֶת און בושת. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.

'''הגוזל עצים''' – די הלכות פון א [[גזל]]ן, א פאכמאן וואס האט קאליע געמאכט אין זיין ארבעט, און די באזונדערע הלכות פון איינער וואס קומט געלט פאר א צווייטן און ער האט געשוואוירן אז ער איז נישט שולדיג. דער פרק פארמאגט צוועלף משניות.

'''הגוזל ומאכיל''' – פארשידענע דינים איבער גזילה און גזלנים. דרך אגב ווערן דערמאנט הלכות איבער שאדן מאכן פאר יענעם כדי צו ראטעווען אייגנס, און וויפיל יענער דארף צאלן ווען מען האט שאדן געמאכט אייגנס כדי צו ראטעווען יענעמס. דער פרק פארמאגט צען משניות.

לויט איין מקור, איז א [[סגולה]] פאר א מקשה לילד אז איר מאן זאל לערנען די ערשטע משנה פון מסכת בבא קמא, איינמאל און נאכאמאל{{הערה|זכרון יעקב יוסף, מערכת מ', אין נאמען פון [[רבי זלמן סענדער כהנא שפירא]].}}.
==תלמוד בבלי==
מסכת בבא קמא איז א פאפולערע "[[ישיבה]] מסכתא", און איז אנגענומען אלס א פאסיגע לימוד צו באקומען דעם [[למדן|לומד'ישן]] געדאנקנגאנג{{הערה|זעט: [[רבי מיכל יהודה ליפקאוויטש]], '''דרכי החיים''', חלק ב' עמוד רל"ז, אז [[רבי אהרן קאטלער]] האט באקומען זיין פארשטאנד אין לימוד התורה פון מסכת בבא קמא. זעט אויך דארט, חלק א' עמוד קמ"ה, אז מיט מסכת בבא קמא איז גרינגער אנצוהייבן ווי מיט [[מסכת גיטין]].}}. פון די אנדערע זייט, פארמאגט עס לאנגע סוגיות מיט פילע בלעטער אלס איין המשך אדער נאנטע פארבינדונג{{הערה|זעט: שנות חיים, חלק א' עמוד 128, אז [[רבי מרדכי שלמה פרידמאן]] האט דערפאר געהאלטן אז [[מסכת בבא מציעא]] איז גרינגער פאר יונגע תלמידים. זעט אויך פניני רבינו יחזקאל, עמוד ז', אז [[רבי יחזקאל אבראמסקי]] איז נישט געווען גרייט פארצולערנען דעם ערשטן עמוד איידער ער איז איבערגעגאנגען די ערשטע פופציג בלאט.}}.
אויך ביי [[חסידות|חסידים]] האט מען געמוטיגט אנצוהייבן מיט בבא קמא, באזירט אויף די גמרא{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|ל|א}}}} {{ציטוטון|האי מאן דבעי למיהוי חסידא לקיים מילי דנזיקין}}{{הערה|'''קונטרס דברי זאב''' (געדרוקט סוף "ליקוטי יום טוב", ירושלים תשס"ד), עמוד ל"ג; '''פרדס יוסף החדש''', פרשת כי תצא אות רצ"ג.}}.
[[רבי משה סופר|דער חתם סופר]] האט זיך געפירט צו [[תענית|פאסטן]] צוזאמען מיט זיינע תלמידים, א טאג איידער זיי האבן אנגעהויבן לערנען מסכת בבא קמא{{הערה|רשומים בשמך, עמוד נ"ז}}.
===פראמינענטע סוגיות===
* קדשים קלים ממון בעלים{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|יב|ב|אן=מסכת}}}}
* [[בתר מעיקרא אזלינן או בתר בסוף]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|יז|ב|אן=מסכת}}}}
* [[זה נהנה וזה לא חסר]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|כ|אן=מסכת}}}}
* [[אשו משום חציו]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|כב|אן=מסכת}}}}
* [[עביד איניש דינא לנפשיה]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|כז|אן=מסכת}}}}
* [[אין הולכין בממון אחר הרוב]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|מד|אן=מסכת}}}}
* [[המוציא מחברו עליו הראיה]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|מו|א|אן=מסכת}}}}
* [[מבריח ארי מנכסי חבירו]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|נח|א|אן=מסכת}}}}
* [[הגונב מן הגנב]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|סב|ב|אן=מסכת}}}}
* [[שינוי קונה]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|סה|ב|אן=מסכת}}}}
* דבר שאינו ברשותו{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|סח|ב|אן=מסכת}}}}
* ישנה לשחיטה מתחילה ועד סוף{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|עב|א|אן=מסכת}}}}
* עד זומם למפרע הוא נפסל{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|עב|ב|אן=מסכת}}}}
* [[מודה בקנס]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|עה|ב|אן=מסכת}}}}
* [[שחיטה שאינה ראויה]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|עו|א|אן=מסכת}}}}
* [[קנין פירות]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|פח|ב|אן=מסכת}}}}
* אומן קונה בשבח כלי{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|צח|ב|אן=מסכת}}}}
* [[ברי ושמא]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|קיח|א|אן=מסכת}}}}
* [[דעת בעלים]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|קיח|א|אן=מסכת}}}}
===מפרשים===
די [[תוספות]] אויף בבא קמא זענען מאריך און שמועסן אויס זייער כוונה, מער ווי אויף טייל אנדערע מסכתות{{הערה|פניני רבינו הקהלות יעקב, חלק א' עמוד י"ז}}. אין דער אנגענומענער [[צורת הדף]], געפינט זיך אין בבא קמא דער עמוד מיט די ווייניגסטע גמרא ({{בבלי|בבא קמא|עז|א|אן=מסכת}}), צוליב דער תוספות וואס פארנעמט רוב דערפון{{הערה|אין {{בבלי|נזיר|לג|ב}} איז אבער פארהאן א עמוד אן קיין גמרא בכלל, צוליב די פילע קלענערע תוספות.}}. לויט א מקור, האבן די בעלי התוספות מחבר געווען און געשריבן דעם תוספות אויף די סוגיא ווען זיי זענען געווען [[ארעסט]]ירט, אין א נאכט איידער מען האט זיי אומגעברענגט אויף [[קידוש השם]]{{הערה|[[רבי חיים אלעזר שפירא]], דברי תורה, מהדורא ח' אות ל"א}}.
אויף די מסכתא זענען נישט אנגעקומען צו אונז די חידושים פון עטליכע פון די באקאנטע [[ראשונים]], (ווי [[רמב"ן]]{{הערה|פון רמב"ן איז אבער פארהאן, חוץ פון מלחמת ה' אויפן רי"ף, אויך דער "קונטרס דינא גרמי" וואס איז נוגע צו די מסכתא.}}, [[ריטב"א]] און [[ר"ן]]). פון די אנדערע זייט זענען פארהאן עטליכע וויכטיגע פירושים וועלכע זענען אויף ווייניג אנדערע מסכתות. וויכטיגע מפרשים וועלכע זענען פארהאן אויף די מסכתא נעמען אריין, צווישן אנדערע:
{{טורים
| תוכן =* חידושי הראב"ד, פון [[רבי אברהם בן דוד פון פושקירה|דער ראב"ד]] בעל ההשגות
* [[תוספות רבינו פרץ]]
* [[רבינו יהונתן מלוניל]], אויף [[רי"ף]]
* [[ספר ההשלמה]]
* [[רשב"א]]
* מאירי - [[בית הבחירה למאירי|בית הבחירה]]
* [[רבי ישעיה די טראני|תוספות רי"ד]], ווי אויך פסקי הרי"ד און פסקי ריא"ז
* [[רא"ש|תוספות הרא"ש]]
* [[שיטה מקובצת]]
* [[רבי שלמה לוריא|ים של שלמה]]
* חידושי הב"ח, פון [[רבי יואל סירקיש]]
* [[חידושי מהר"ם שיף]]
* לחם אבירים, פון רבי אברהם בן עזוז
* תורת חיים, פון [[רבי אברהם חיים שור]]
* [[פני יהושע]], פון [[רבי יעקב יהושע פאלק]]
* קיקיון דיונה
* פנים מאירות
* כוס הישועות
* חידושי [[רבי פנחס הורוויץ|הפלאה]]
* חידושי [[רבי עקיבא אייגער|רעק"א]]
* חידושי [[רבי משה סופר|חת"ם סופר]]
* נחלת דוד, פון [[רבי דוד טעבל פון מינסק]] א תלמיד פון [[רבי חיים פון וואלאזשין]]
* חדושי [[רבי שמעון יהודה הכהן שקאפ|הגר"ש שקאפ]]
* [[ברכת שמואל]]

אויף מסכת בבא קמא (ביז פרק שביעי) איז ארויסגעגעבן געווארן דער "אוצר מפרשי התלמוד", א פראיעקט פון [[מכון ירושלים]] צו זאמלען די פארשידענע פירושים און חידושים און זיי אפשרייבן אין קורצן אויפן סדר.
אין יאר ה'תשנ"ז האט [[הוצאת שבתי פרנקל]] ארויסגעגעבן די מסכתא מיט שינויי נוסחאות לויט כתבי יד, אינאיינעם מיט א "ספר המפתח" (צו ארום 1,400 ספרים) מיט מקורות וועלכע באציען זיך אויף די גמרא אדער מפרשים אויפן דף. דער ספר המפתח איז שפעטער ארויסגעקומען אויך אויף בבא מציעא און בבא בתרא, און איז שפעטער גערופן געווארן "רזא דשבתי" נאך [[שבתי פרענקל]].
==דרויסנדיגע לינקס==
{{מסכתא לינקס}}
* [https://tablet.otzar.org/#/b/173929/p/9/t/1699464922597/fs/0/start/0/end/0/c "מפרשי האוצר" אויף בבא קמא], אויף [[אוצר החכמה]]
* תלמוד בבלי, [http://maagarim.hebrew-academy.org.il/Pages/PMain.aspx?misyzira=80031 מסכת בבא קמא], אויף "מפעל המילון ההיסטורי"
* {{כתיב||כתב יד, מסכת בבא קמא, תלמוד בבלי, פירענצע, 12'טן יארהונדערט|990001978950205171-1}}
* [https://daf-yomi.com/dafyomi.aspx?d=4&m=11&y=2023 {{בלאטנאמען}}] אויף פורטל הדף היומי
* [https://www2.kolhalashon.com/#/regularSite/searchResults/בבא_קמא שיעורים אויף {{בלאטנאמען}}] אויף קול הלשון
* [https://alldaf.org/?masechta=Bava+Kama&daf=2 {{בלאטנאמען}}], אויף אלל דף
* {{אייוועלט|28688|קשיות און הערות אויף מסכת בבא קמא}}
* [https://tora-forum.co.il/forums/בבא-קמא.100/ בבא קמא] אויף "פורום לתורה"

==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}
{{מסכתות}}
[[קאַטעגאָריע:מסכתות|בבא קמא]]
[[קאַטעגאָריע:דיני נזיקין]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[HE:מסכת בבא קמא]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:19, 7 נאוועמבער 2024

מסכתא פון משניות און גמרא
בבא קמא.jpg
דער ערשטער עמוד פון מסכת בבא קמא
סדר: נזיקין
צאל פון משניות: 79
פרקים: 10
תלמוד בבלי בלעטער: 118
תלמוד ירושלמי בלעטער: 44
תוספתא פרקים: 11

בָּבָא קַמָּא ("ערשטער טויער") איז דער ערשטער חלק פון מסכת נזיקין[1] וואס הייבט אן סדר נזיקין, דער פערטער סדר אין משניות. דער חלק באהאנדלט בעיקר דיני נזיקין - וואס דער מענטש דארף באצאלן אויף שאדנס וואס ער אדער זיין אייגנטום האט צוגעברענגט.

די דרייסיג פרקים פון מסכת נזיקין ווערן איינגעטיילט אין דריי, צען פרקים פער חלק, ווען בבא קמא ווערט נאכגעפאלגט מיט בבא מציעא (מיטלסטער טויער) און בבא בתרא (לעצטער טויער); יעדער פון די חלקים ווערט אבער אויך באטראכט ווי א מסכתא פאר זיך.

בבא קמא איז איינגעטיילט אין צען פרקים, וואס אין זיי 79 משניות. עס האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 118 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.

ארט אין סדר נזיקין

דער רמב"ם ערקלערט[2] אז די מסכת הייבט אן סדר נזיקין, וויבאלד עס רעדט זיך פון עקסידענטן און שאדנס וועלכע דארפן ווערן פארמיטן בעפאר אנדערע דיני ממונות, ”ואין השופט רשאי להקדים דבר, קודם שיסיר ההיזק מבני אדם, ומפני זה הקדים אותה בראשונה על שאר הדינין”.

רבי מנחם המאירי האט געשטעלט מסכת נזיקין (אנגעהויבן מיט בבא קמא) ביים ענדע פון סדר נזיקין, נאך די אנדערע מסכתות וועלכע רעדן זיך פון די דיינים זעלבסט, זייער אויטאריטעט און פירונג, און זייערע מיטלען פון שטראפן (אריינגערעכנט דיני נפשות)[3].

פרקים און אינהאלט

די ערשטע זעקס פרקים באהאנדלען בעיקר "נזקי ממון" – שאדנס וועלכע ווערן אויסגעפירט דורך זיין אייגנטום אויף וואס ער איז פאראנטווארטליך. די לעצטע פיר רעדן זיך בעיקר פון שאדנס אויסגעפירט דורך דער מענטש זעלבסט:

1. ארבעה אבות – די ארבעה אבות נזיקין, און אלגעמיינע דינים אין הלכות נזיקין. דער פרק פארמאגט פיר משניות[4].
2. כיצד הרגל – דינים פון תם און מועד, סיי לגבי די אבות נזיקין שן ורגל און סיי לגבי די שאדנס פון קרן. דער פרק פירט אויס מיטן כלל אז אן אדם המזיק איז שטענדיג א מועד. דער פרק פארמאגט זעקס משניות.
3. המניח – דינים פון דער אב נזיקין בור, א מענטש וואס שטויסט זיך אן אין א שטרויכלונג אדער אין א צווייטער מענטש אין רשות הרבים, ווייטערדיגע פרטי דינים וועגן תם און מועד, און דער כלל פון המוציא מחבירו עליו הראיה. דער פרק פארמאגט עלף משניות.
4. שור שנגח ארבעה וחמשה – אויספיר פון די הלכות פון תם און מועד, פארשידענע דינים איבער דעם פליכט פון באצאלן פאר שאדנס דורך בעלי חיים, הלכות פון שור הנסקל, און דער מאס שמירה וואס פאדערט זיך אויף בעלי חיים. דער פרק פארמאגט 9 משניות.
5. שור שנגח את הפרה – שאדנס וועלכע זענען געשען אין רשות פון א מענטש, וואס ער אדער זיין אייגנטום האט געשעדיגט, דינים פון דמי ולדות, און אויספיר פון הלכות פון בור. דער פרק שליסט זיך מיט א ליסטע פון דיני תורה וועלכע גייען אן ביי אלע באשעפענישן, כאטש די תורה כאפט נאר אן אזעלכע ביישפילן ווי שור און חמור. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.
6. הכונס – דער חיוב שמירה פון א מענטש אויף זיין פארמעגן וואס קען שעדיגן, וויאזוי מען שאצט דעם שאדן אין א פעלד פון פירות, און די הלכות פון דער אב נזיקין אש. דער פרק פארמאגט זעקס משניות.
7. מרובה – די דינים פון גניבה, איבערהויפט די צאלונגען פון כפל און ארבעה וחמשה. וויבאלד ארבעה וחמשה צאלט מען נאר פאר בעלי חיים, שליסט זיך דער פרק דרך אגב מיט די בעלי חיים וועלכע מען טאר נישט האדעווען אין פארשידענע פלעצער. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.
8. החובל – די הלכות פון די פינף צאלונגען וואס עס צאלט א חובל, איינער וואס שעדיגט פיזיש א צווייטן: נזק, צער, ריפוי, שֶבֶת און בושת. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.
9. הגוזל עצים – די הלכות פון א גזלן, א פאכמאן וואס האט קאליע געמאכט אין זיין ארבעט, און די באזונדערע הלכות פון איינער וואס קומט געלט פאר א צווייטן און ער האט געשוואוירן אז ער איז נישט שולדיג. דער פרק פארמאגט צוועלף משניות.
10. הגוזל ומאכיל – פארשידענע דינים איבער גזילה און גזלנים. דרך אגב ווערן דערמאנט הלכות איבער שאדן מאכן פאר יענעם כדי צו ראטעווען אייגנס, און וויפיל יענער דארף צאלן ווען מען האט שאדן געמאכט אייגנס כדי צו ראטעווען יענעמס. דער פרק פארמאגט צען משניות.

לויט איין מקור, איז א סגולה פאר א מקשה לילד אז איר מאן זאל לערנען די ערשטע משנה פון מסכת בבא קמא, איינמאל און נאכאמאל[5].

תלמוד בבלי

מסכת בבא קמא איז א פאפולערע "ישיבה מסכתא", און איז אנגענומען אלס א פאסיגע לימוד צו באקומען דעם לומד'ישן געדאנקנגאנג[6]. פון די אנדערע זייט, פארמאגט עס לאנגע סוגיות מיט פילע בלעטער אלס איין המשך אדער נאנטע פארבינדונג[7].

אויך ביי חסידים האט מען געמוטיגט אנצוהייבן מיט בבא קמא, באזירט אויף די גמרא[8] ”האי מאן דבעי למיהוי חסידא לקיים מילי דנזיקין”[9].

דער חתם סופר האט זיך געפירט צו פאסטן צוזאמען מיט זיינע תלמידים, א טאג איידער זיי האבן אנגעהויבן לערנען מסכת בבא קמא[10].

פראמינענטע סוגיות

מפרשים

די תוספות אויף בבא קמא זענען מאריך און שמועסן אויס זייער כוונה, מער ווי אויף טייל אנדערע מסכתות[30]. אין דער אנגענומענער צורת הדף, געפינט זיך אין בבא קמא דער עמוד מיט די ווייניגסטע גמרא (עז, א), צוליב דער תוספות וואס פארנעמט רוב דערפון[31]. לויט א מקור, האבן די בעלי התוספות מחבר געווען און געשריבן דעם תוספות אויף די סוגיא ווען זיי זענען געווען ארעסטירט, אין א נאכט איידער מען האט זיי אומגעברענגט אויף קידוש השם[32].

אויף די מסכתא זענען נישט אנגעקומען צו אונז די חידושים פון עטליכע פון די באקאנטע ראשונים, (ווי רמב"ן[33], ריטב"א און ר"ן). פון די אנדערע זייט זענען פארהאן עטליכע וויכטיגע פירושים וועלכע זענען אויף ווייניג אנדערע מסכתות. וויכטיגע מפרשים וועלכע זענען פארהאן אויף די מסכתא נעמען אריין, צווישן אנדערע:

אויף מסכת בבא קמא (ביז פרק שביעי) איז ארויסגעגעבן געווארן דער "אוצר מפרשי התלמוד", א פראיעקט פון מכון ירושלים צו זאמלען די פארשידענע פירושים און חידושים און זיי אפשרייבן אין קורצן אויפן סדר.

אין יאר ה'תשנ"ז האט הוצאת שבתי פרנקל ארויסגעגעבן די מסכתא מיט שינויי נוסחאות לויט כתבי יד, אינאיינעם מיט א "ספר המפתח" (צו ארום 1,400 ספרים) מיט מקורות וועלכע באציען זיך אויף די גמרא אדער מפרשים אויפן דף. דער ספר המפתח איז שפעטער ארויסגעקומען אויך אויף בבא מציעא און בבא בתרא, און איז שפעטער גערופן געווארן "רזא דשבתי" נאך שבתי פרענקל.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

1. זעט רש"ש, בבא מציעא י, ב, ד"ה גמרא מותיב ריב"א נזיקין
2. פירוש המשניות, הקדמה
3. בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת בבא קמא
4. דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין דפוס ראם, ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.
5. זכרון יעקב יוסף, מערכת מ', אין נאמען פון רבי זלמן סענדער כהנא שפירא.
6. זעט: רבי מיכל יהודה ליפקאוויטש, דרכי החיים, חלק ב' עמוד רל"ז, אז רבי אהרן קאטלער האט באקומען זיין פארשטאנד אין לימוד התורה פון מסכת בבא קמא. זעט אויך דארט, חלק א' עמוד קמ"ה, אז מיט מסכת בבא קמא איז גרינגער אנצוהייבן ווי מיט מסכת גיטין.
7. זעט: שנות חיים, חלק א' עמוד 128, אז רבי מרדכי שלמה פרידמאן האט דערפאר געהאלטן אז מסכת בבא מציעא איז גרינגער פאר יונגע תלמידים. זעט אויך פניני רבינו יחזקאל, עמוד ז', אז רבי יחזקאל אבראמסקי איז נישט געווען גרייט פארצולערנען דעם ערשטן עמוד איידער ער איז איבערגעגאנגען די ערשטע פופציג בלאט.
8. בבא קמא ל, א
9. קונטרס דברי זאב (געדרוקט סוף "ליקוטי יום טוב", ירושלים תשס"ד), עמוד ל"ג; פרדס יוסף החדש, פרשת כי תצא אות רצ"ג.
10. רשומים בשמך, עמוד נ"ז
11. יב, ב
12. יז, ב
13. כ
14. כב
15. כז
16. מד
17. מו, א
18. נח, א
19. סב, ב
20. סה, ב
21. סח, ב
22. עב, א
23. עב, ב
24. עה, ב
25. עו, א
26. פח, ב
27. צח, ב
28. קיח, א
29. קיח, א
30. פניני רבינו הקהלות יעקב, חלק א' עמוד י"ז
31. אין נזיר לג, ב איז אבער פארהאן א עמוד אן קיין גמרא בכלל, צוליב די פילע קלענערע תוספות.
32. רבי חיים אלעזר שפירא, דברי תורה, מהדורא ח' אות ל"א
33. פון רמב"ן איז אבער פארהאן, חוץ פון מלחמת ה' אויפן רי"ף, אויך דער "קונטרס דינא גרמי" וואס איז נוגע צו די מסכתא.