אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת חיי שרה"
(דרעפט שאפונג) |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(15 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|פינפטע פרשה פון ספר בראשית}}{{פרשת שבוע | |||
{{דעסקריפציע| | |||
{{פרשת שבוע | |||
| פריערדיגע = פרשת וירא | | פריערדיגע = פרשת וירא | ||
| קומענדיגע = פרשת תולדות | | קומענדיגע = פרשת תולדות | ||
| פסוקים = {{תנ"ך|בראשית|כג|א}} - {{תנ"ך|בראשית|כה|יח|אן=ספר}} | | פסוקים = {{תנ"ך|בראשית|כג|א}} - {{תנ"ך|בראשית|כה|יח|אן=ספר}} | ||
| צאל פסוקים = 105 | | צאל פסוקים = 105 (32'סטע - אייניג מיט [[פרשת דברים]]) | ||
| צאל ווערטער = 1402 | | צאל ווערטער = 1402 (37'סטע) | ||
| צאל אותיות = | | צאל אותיות = 5314 (36'סטע) | ||
| אינהאלט = [[שרה]]'ס פטירה און קבורה אין [[מערת המכפלה]], [[אליעזר עבד אברהם|אליעזר]] טרעפט א שידוך פאר [[יצחק אבינו|יצחק]] - [[רבקה]], אברהם הייראט קטורה סוף ימיו, יצחק און [[ישמעאל]] באערדיגן זייער פאטער נאך זיין פטירה | | אינהאלט = [[שרה]]'ס פטירה און קבורה אין [[מערת המכפלה]], [[אליעזר עבד אברהם|אליעזר]] טרעפט א שידוך פאר [[יצחק אבינו|יצחק]] - [[רבקה]], אברהם הייראט [[קטורה]] סוף ימיו, יצחק און [[ישמעאל]] באערדיגן זייער פאטער נאך זיין פטירה | ||
| מספר עשה חינוך = 0 | | מספר עשה חינוך = 0 | ||
| מספר לא תעשה חינוך = 0 | | מספר לא תעשה חינוך = 0 | ||
שורה 18: | שורה 15: | ||
}} | }} | ||
[[טעקע:Patriarch_tomb.JPG|קליין|לינקס|דער [[מערת המכפלה]]]] | [[טעקע:Patriarch_tomb.JPG|קליין|לינקס|דער [[מערת המכפלה]]]] | ||
'''פרשת חַיֵּי שָׂרָה''' איז די | '''פרשת חַיֵּי שָׂרָה''' איז די פינפטע [[פרשה]] פון [[ספר בראשית]]. די פרשה גייט פון {{תנ"ך|בראשית|כג|א|לאנג=יא}}, ביז {{תנ"ך|בראשית|כה|יח|לאנג=יא|אן=ספר}}, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון [[קאפיטלען פון תנ"ך|קאפיטלען]]. די 105 פסוקים זענען איינגעטיילט אין פיר פרשיות, דריי [[פרשה פתוחה|פתוחות]] און איין [[פרשה סתומה|סתומה]]. | ||
די פרשה הייסט "חיי שרה" אויפ'ן ערשטן פסוק פון די פרשה, וואס הייבט אן דערציילן איבער די פטירה פון שרה אמינו: {{ציטוטון|וַיִּהְיוּ חַיֵּי שָׂרָה מֵאָה שָׁנָה וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וְשֶׁבַע שָׁנִים, שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה}}. די פרשה שילדערט [[אברהם אבינו]]'ס באמיאונגען | די פרשה הייסט "חיי שרה" אויפ'ן ערשטן פסוק פון די פרשה, וואס הייבט אן דערציילן איבער די פטירה פון [[שרה]] אמינו: {{ציטוטון|וַיִּהְיוּ חַיֵּי שָׂרָה מֵאָה שָׁנָה וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וְשֶׁבַע שָׁנִים, שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה}}. די פרשה שילדערט [[אברהם אבינו]]'ס באמיאונגען אפצוקויפן דעם [[מערת המכפלה]] נאך שרה'ס פטירה, איר דארט צו באערדיגן; [[אליעזר עבד אברהם|אליעזר]]'ס זוכן א שידוך פאר [[יצחק אבינו|יצחק]] אויפ'ן באפעל פון אברהם; דאס טרעפן [[רבקה]] פאר א כלה; אברהם'ס נעמען [[קטורה]] פאר א ווייב און זייערע אפשטאמלינגען; אברהם'ס פטירה און קבורה; [[ישמעאל]]'ס דינאסטיע. | ||
פרשת חיי שרה ווערט געליינט צווישן [[כ"ב חשון|כ"ב]] און [[כ"ז חשון]]. | פרשת חיי שרה ווערט געליינט צווישן [[כ"ב חשון|כ"ב]] און [[כ"ז חשון]]. | ||
== פרשה אינהאלט == | == פרשה אינהאלט == | ||
[[טעקע:Cenotaph of Sarah - northwestern view.JPG | [[טעקע:Cenotaph of Sarah - northwestern view.JPG|קליין|קבר פון שרה אמנו אין מערת המכפלה]] | ||
===שרה'ס פטירה=== | |||
שרה איז אוועק אין חברון אין עלטער פון 127 יאר. אברהם האט איר געוואלט באגראבן אין "{{טערמין|מערת המכפילה|געדאפלטער הייל}}" דארט אין חברון, און נאך לענגערע פארהאנדלונגען מיט עפרון דער חתי איבער די טערמינען פונעם אפמאך, איז עס פארקויפט געווארן פאר אברהם {{ציטוטון|בכסף מלא}}, און ער האט דארטן באערדיגט שרה{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כג|אן=ספר|לאנג=יא}}.}}. | |||
===יצחק'ס שידוך=== | |||
אברהם האט באשוואוירן זיין קנעכט [[אליעזר עבד אברהם|אליעזר]] צו גיין טרעפן א שידוך פאר יצחק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|אן=ספר|לאנג=יא}}.}}, אבער נישט פון די טעכטער פון ארץ כנען וואו ער וואוינט, נאר פון זיינע פאמיליע קרובים, און ער זאל אהיימברענגען דעם שידוך קיין ארץ ישראל. אליעזר האט גענומען צען [[קעמל]]ען, און א שטר מיט אברהם'ס גאנצע פארמעגן פארשריבן פאר יצחק{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נט|יא}}, געברענגט אין {{תנ"ך|בראשית|כד|י|אן=ספר|מפרש=רש"י|ד"ה=וְכָל טוּב אֲדוֹנָיו בְּיָדוֹ}}.}}, און זיך געוואנדן צום שטאט פון נחור אין [[ארם נהריים]] געגענט. ער האט זיך געשטעלט ביים ברונעם אויסער די שטאט ווען די וואסער-שעפּערינס קומען, און געבעטן א תפילה צו גאט אז דאס מיידל וועם ער וועט בעטן צו טרינקען פון איר קריגל און זי וועט אפפערן אויך צו אנטרינקען די קעמלען זאל זיין די פאסיגע שידוך פאר יצחק. | |||
==דאטומען== | נאך איידער ער האט געענדיגט זיין תפילה איז רבקה, א טאכטער פון [[בתואל]] - אברהם'ס פלומעניק, ארויס שעפן וואסער, ווען ביים איר בעטן אים צו געבן טרינקען האט זי אנגעטראגן אויך צו אנטרינקען די קעמלען. ערשטוינט און געשפאנט צי זי איז טאקע די ריכטיגע שידוך, האט אליעזר איר אהינגעגעבן צירונגען און זיך נאכגעפרעגט פון וואו זי שטאמט, און געבעטן צו נעכטיגן אין איר פאטער'ס הויז. זי האט אים דערציילט אז זי איז א טאכטער פון בתואל, א זון פון מלכה - די ווייב פון [[נחור אחי אברהם|נחור]], אברהם'ס ברודער, און אים פארבעטן צו קומען ביי זיי נעכטיגן. אליעזר האט געדאנקט און זיך געביקט צו גאט פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג. | ||
אליעזר איז אהיים צו רבקה אין שטוב און צוגערעדט אירע עלטערן צום שידוך, זיי האבן צוגעשטימט. רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, אבער ביים אנפרעגן רבקה אליין איז זי איינגעגאנגען יא צו גיין גלייך. אליעזר האט גענומען רבקה קיין [[ארץ כנען]], ווען אונטערוועגנס האבן זיי געטראפן יצחק דאווענען [[מנחה]]. זי האט חתונה געהאט צו יצחק, וועלכע האט געפינען אין איר א טרייסט נאך זיין מאמע. | |||
די געשיכטע מיט אליעזר און רבקה ביים ברונעם ווערט דריי מאל ברייט געשילדערט אין די קאפיטל; ווי אליעזר פלאנט אויס די מיסיע, ווי עס שפילט זיך פאקטיש אפ, און ווי אליעזר דערציילט עס דאן איבער פאר רבקה'ס עלטערן. [[חז"ל]] דרוקן זיך אויס אויף די אריכות אינעם פרשה, אין צייט וואס אנדערע פרשיות איבער "גופי תורה" זענען געשריבן ברמיזה: {{ציטוטון|יפה שיחתן של עבדי בתי אבות מתורתן של בנים|{{מדרש רבה|בראשית|ס|ח}}}}. פארהאן לייכטע ענדערונגען צווישן די פאקטישע פאסירונגען און די איינצלהייטן וואס אליעזר דערציילט שפעטער איבער, וואס ער האט געטון כדי צו איבעררעדן אירע עלטערן צום שידוך{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|לז|אן=ספר|מפרש=מלבי"ם}}.}}. | |||
===אברהם'ס לעצטע טעג=== | |||
אברהם האט גענומען [[קטורה]] פאר א ווייב, און געהאט מיט איר זעקס קינדער. ער האט פארשיקט פון יצחק די קינדער פון די אנדערע ווייבער - די [[פילגש]]ים{{הערה|לויט'ן {{מדרש רבה|בראשית|סא|ד}}, געברענגט אין רש"י, איז קטורה [[הגר]], און זי איז די פילגש.}}, צו מזרח-זייט, קיין "ארץ קדם", נאכ'ן זיי צוטיילן מתנות, און די ירושה האט ער געשאנקען נאר פאר יצחק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כה|א|ו|אן=ספר}}.}}. | |||
אברהם איז אוועק אין עלטער פון 175 יאר, און זיינע זין יצחק און ישמעאל האבן אים באהאלטן אין מערת המכפלה וועלכע אברהם האט געקויפט און דארט באהאלטן שרה. נאך אברהם'ס פטירה האט דער אויבערשטער געבענטשט יצחק, און יצחק האט זיך באזעצט אין [[באר לחי רעי]]. די פרשה ענדיגט זיך מיט'ן אויסרעכנען די אפשטאמלינגען פון ישמעאל, און זיין טויט אין עלטער פון 137 יאר{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כה|ז|יח|אן=ספר}}.}}. (יעקב און עשיו וואס זייער געבורט ווערט געשילדערט הערשט אין [[פרשת תולדות]], זענען פאקטיש געבוירן נאך ביים לעבן פון אברהם (און ישמעאל).) | |||
== דאטומען == | |||
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען: | דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען: | ||
*[[השא יאר]] און [[הכז יאר]], [[השג יאר]] און [[החא יאר]] - [[כ"ב חשון]] | *[[השא יאר]] און [[הכז יאר]], [[השג יאר]] און [[החא יאר]] - [[כ"ב חשון]] | ||
שורה 36: | שורה 48: | ||
== הפטורה == | == הפטורה == | ||
מען ליינט די [[הפטורה]] {{תנ"ך|מלכים א|א|לאנג=יא}} פון {{תנ"ך|מלכים א|א|א|לאנג=יא|אן=פרק}}. די ספרדים, אשכנזים און תימנים | מען ליינט די [[הפטורה]] {{תנ"ך|מלכים א|א|לאנג=יא}} פון {{תנ"ך|מלכים א|א|א|לאנג=יא|אן=פרק}}. די ספרדים, אשכנזים און תימנים ענדיגן ביי {{תנ"ך|מלכים א|א|לא|לאנג=יא|אן=פרק}}, און די אשכנזים ביי {{תנ"ך|מלכים א|א|לד|לאנג=יא|אן=פרק}}{{הערה|[https://alhatorah.org/Haftarat_Chayyei_Sarah/0/he הפטרת חיי שרה] אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.}}. אין די הפטורה ווערט געשילדערט די לעצטע טעג פון [[דוד המלך]], {{ציטוטון|וְהַמֶּלֶךְ דָּוִד זָקֵן בָּא בַּיָּמִים}}, און ווי ער געבט איבער די מלוכה צו זיין זון, [[שלמה המלך]]. | ||
ביי די [[ראמאניאטן|ראָמאַניאטן]] ליינט מען אין {{תנ"ך|ישעיהו|נא|ב|כב|לאנג=יא}}, וואס הייבט זיך אן {{ציטוטון|הַבִּיטוּ אֶל אַבְרָהָם אֲבִיכֶם וְאֶל שָׂרָה תְּחוֹלֶלְכֶם}}. | ביי די [[ראמאניאטן|ראָמאַניאטן]] ליינט מען אין {{תנ"ך|ישעיהו|נא|ב|כב|לאנג=יא}}, וואס הייבט זיך אן {{ציטוטון|הַבִּיטוּ אֶל אַבְרָהָם אֲבִיכֶם וְאֶל שָׂרָה תְּחוֹלֶלְכֶם}}. | ||
== | |||
{{פרשה לינקס | == דרויסנדיגע לינקס == | ||
{{פרשה לינקס|בית חב"ד=584748|בינינו=7386|אתר פרשת השבוע=2010/10/chayey-sarah-portion}} | |||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == | ||
שורה 47: | שורה 60: | ||
{{פרשיות השבוע}} | {{פרשיות השבוע}} | ||
{{ספר בראשית}} | {{ספר בראשית}} | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:פרשת חיי שרה|*]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:פרשיות ספר בראשית]] | ||
[[קאַטעגאָריע:חשון]] | |||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
[[he:פרשת חיי שרה]] | [[he:פרשת חיי שרה]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:17, 8 יולי 2024
| |||||
פסוקים | בראשית כג, א - כה, יח | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 105 (32'סטע - אייניג מיט פרשת דברים) | ||||
צאל ווערטער | 1402 (37'סטע) | ||||
צאל אותיות | 5314 (36'סטע) | ||||
אינהאלט | שרה'ס פטירה און קבורה אין מערת המכפלה, אליעזר טרעפט א שידוך פאר יצחק - רבקה, אברהם הייראט קטורה סוף ימיו, יצחק און ישמעאל באערדיגן זייער פאטער נאך זיין פטירה | ||||
| |||||
הפטורה | |||||
ספרדים, אשכנזים און תימנים | מלכים א' א, א–לא | ||||
איטאליענער | מלכים א' א, א–לד |
פרשת חַיֵּי שָׂרָה איז די פינפטע פרשה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון ספר בראשית, קאַפּיטל כ"ג, פסוק א', ביז קאַפּיטל כ"ה, פסוק י"ח, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען. די 105 פסוקים זענען איינגעטיילט אין פיר פרשיות, דריי פתוחות און איין סתומה.
די פרשה הייסט "חיי שרה" אויפ'ן ערשטן פסוק פון די פרשה, וואס הייבט אן דערציילן איבער די פטירה פון שרה אמינו: ”וַיִּהְיוּ חַיֵּי שָׂרָה מֵאָה שָׁנָה וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וְשֶׁבַע שָׁנִים, שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה”. די פרשה שילדערט אברהם אבינו'ס באמיאונגען אפצוקויפן דעם מערת המכפלה נאך שרה'ס פטירה, איר דארט צו באערדיגן; אליעזר'ס זוכן א שידוך פאר יצחק אויפ'ן באפעל פון אברהם; דאס טרעפן רבקה פאר א כלה; אברהם'ס נעמען קטורה פאר א ווייב און זייערע אפשטאמלינגען; אברהם'ס פטירה און קבורה; ישמעאל'ס דינאסטיע.
פרשת חיי שרה ווערט געליינט צווישן כ"ב און כ"ז חשון.
פרשה אינהאלט
שרה'ס פטירה
שרה איז אוועק אין חברון אין עלטער פון 127 יאר. אברהם האט איר געוואלט באגראבן אין "מערת המכפילה" דארט אין חברון, און נאך לענגערע פארהאנדלונגען מיט עפרון דער חתי איבער די טערמינען פונעם אפמאך, איז עס פארקויפט געווארן פאר אברהם ”בכסף מלא”, און ער האט דארטן באערדיגט שרה[1].
יצחק'ס שידוך
אברהם האט באשוואוירן זיין קנעכט אליעזר צו גיין טרעפן א שידוך פאר יצחק[2], אבער נישט פון די טעכטער פון ארץ כנען וואו ער וואוינט, נאר פון זיינע פאמיליע קרובים, און ער זאל אהיימברענגען דעם שידוך קיין ארץ ישראל. אליעזר האט גענומען צען קעמלען, און א שטר מיט אברהם'ס גאנצע פארמעגן פארשריבן פאר יצחק[3], און זיך געוואנדן צום שטאט פון נחור אין ארם נהריים געגענט. ער האט זיך געשטעלט ביים ברונעם אויסער די שטאט ווען די וואסער-שעפּערינס קומען, און געבעטן א תפילה צו גאט אז דאס מיידל וועם ער וועט בעטן צו טרינקען פון איר קריגל און זי וועט אפפערן אויך צו אנטרינקען די קעמלען זאל זיין די פאסיגע שידוך פאר יצחק.
נאך איידער ער האט געענדיגט זיין תפילה איז רבקה, א טאכטער פון בתואל - אברהם'ס פלומעניק, ארויס שעפן וואסער, ווען ביים איר בעטן אים צו געבן טרינקען האט זי אנגעטראגן אויך צו אנטרינקען די קעמלען. ערשטוינט און געשפאנט צי זי איז טאקע די ריכטיגע שידוך, האט אליעזר איר אהינגעגעבן צירונגען און זיך נאכגעפרעגט פון וואו זי שטאמט, און געבעטן צו נעכטיגן אין איר פאטער'ס הויז. זי האט אים דערציילט אז זי איז א טאכטער פון בתואל, א זון פון מלכה - די ווייב פון נחור, אברהם'ס ברודער, און אים פארבעטן צו קומען ביי זיי נעכטיגן. אליעזר האט געדאנקט און זיך געביקט צו גאט פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.
אליעזר איז אהיים צו רבקה אין שטוב און צוגערעדט אירע עלטערן צום שידוך, זיי האבן צוגעשטימט. רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, אבער ביים אנפרעגן רבקה אליין איז זי איינגעגאנגען יא צו גיין גלייך. אליעזר האט גענומען רבקה קיין ארץ כנען, ווען אונטערוועגנס האבן זיי געטראפן יצחק דאווענען מנחה. זי האט חתונה געהאט צו יצחק, וועלכע האט געפינען אין איר א טרייסט נאך זיין מאמע.
די געשיכטע מיט אליעזר און רבקה ביים ברונעם ווערט דריי מאל ברייט געשילדערט אין די קאפיטל; ווי אליעזר פלאנט אויס די מיסיע, ווי עס שפילט זיך פאקטיש אפ, און ווי אליעזר דערציילט עס דאן איבער פאר רבקה'ס עלטערן. חז"ל דרוקן זיך אויס אויף די אריכות אינעם פרשה, אין צייט וואס אנדערע פרשיות איבער "גופי תורה" זענען געשריבן ברמיזה: ”יפה שיחתן של עבדי בתי אבות מתורתן של בנים” (בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ח'). פארהאן לייכטע ענדערונגען צווישן די פאקטישע פאסירונגען און די איינצלהייטן וואס אליעזר דערציילט שפעטער איבער, וואס ער האט געטון כדי צו איבעררעדן אירע עלטערן צום שידוך[4].
אברהם'ס לעצטע טעג
אברהם האט גענומען קטורה פאר א ווייב, און געהאט מיט איר זעקס קינדער. ער האט פארשיקט פון יצחק די קינדער פון די אנדערע ווייבער - די פילגשים[5], צו מזרח-זייט, קיין "ארץ קדם", נאכ'ן זיי צוטיילן מתנות, און די ירושה האט ער געשאנקען נאר פאר יצחק[6].
אברהם איז אוועק אין עלטער פון 175 יאר, און זיינע זין יצחק און ישמעאל האבן אים באהאלטן אין מערת המכפלה וועלכע אברהם האט געקויפט און דארט באהאלטן שרה. נאך אברהם'ס פטירה האט דער אויבערשטער געבענטשט יצחק, און יצחק האט זיך באזעצט אין באר לחי רעי. די פרשה ענדיגט זיך מיט'ן אויסרעכנען די אפשטאמלינגען פון ישמעאל, און זיין טויט אין עלטער פון 137 יאר[7]. (יעקב און עשיו וואס זייער געבורט ווערט געשילדערט הערשט אין פרשת תולדות, זענען פאקטיש געבוירן נאך ביים לעבן פון אברהם (און ישמעאל).)
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:
- השא יאר און הכז יאר, השג יאר און החא יאר - כ"ב חשון
- גכה יאר און גכז יאר - כ"ד חשון
- בשה יאר און בחג יאר, בשז יאר און בחה יאר - כ"ה חשון
- זשג יאר און זחא יאר, זשה יאר און זחג יאר - כ"ז חשון
הפטורה
מען ליינט די הפטורה ספר מלכים א', קאַפּיטל א' פון פסוק א'. די ספרדים, אשכנזים און תימנים ענדיגן ביי פסוק ל"א, און די אשכנזים ביי פסוק ל"ד[8]. אין די הפטורה ווערט געשילדערט די לעצטע טעג פון דוד המלך, ”וְהַמֶּלֶךְ דָּוִד זָקֵן בָּא בַּיָּמִים”, און ווי ער געבט איבער די מלוכה צו זיין זון, שלמה המלך.
ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען אין ספר ישעיהו, קאַפּיטל נ"א, פסוקים ב'–כ"ב, וואס הייבט זיך אן ”הַבִּיטוּ אֶל אַבְרָהָם אֲבִיכֶם וְאֶל שָׂרָה תְּחוֹלֶלְכֶם”.
דרויסנדיגע לינקס
טעקסט:
- פרשת חיי שרה, אויף שיתופתא
- פרשת חיי שרה, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת חיי שרה - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת חיי שרה, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת חיי שרה", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת חיי שרה אויף קול הלשון
- פרשת חיי שרה, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת חיי שרה, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת חיי שרה, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת חיי שרה, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת חיי שרה", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת חיי שרה אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ קאַפּיטל כ"ג.
- ↑ קאַפּיטל כ"ד.
- ↑ בראשית רבה, פרשה נ"ט, פסקה י"א, געברענגט אין רש"י, כד, י, ד"ה וְכָל טוּב אֲדוֹנָיו בְּיָדוֹ.
- ↑ מלבי"ם, כד, לז.
- ↑ לויט'ן בראשית רבה, פרשה ס"א, פסקה ד', געברענגט אין רש"י, איז קטורה הגר, און זי איז די פילגש.
- ↑ כה, א–ו.
- ↑ כה, ז–יח.
- ↑ הפטרת חיי שרה אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |