אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בעניטא מוסאליני"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=Italian politician and journalist who founded and led the National Fascist Party|העב=מנהיג איטליה הפשיסטית|דייטש=faschistischer Diktator Italiens|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = Italian politician and journalist who founded and led the National Fascist Party|העב=מנהיג איטליה הפשיסטית|דייטש=faschistischer Diktator Italiens|}} | ||
[[טעקע:Mussolini biografia.jpg|קליין]] | [[טעקע:Mussolini biografia.jpg|קליין]] | ||
'''בעניטא אמילקארע אנדרעא מוסאליני''' ({{שפראך-it|Benito Mussolini}}; {{ר}}[[29סטן יולי]] [[1883]] - [[28סטן אפריל]] [[1945]]) האט איינגעפירט א [[דיקטאטור]] הערשאפט אין [[איטאליע]], און ער האט געהערשט דארט פון 1922 ביז 1943. ער האט אפגעשאפן די [[דעמאקראטיע]], און ער האט אויפגעשטעלט א [[רעגירונג]] באזירט אויף [[פאשיזם]], וואס האט געהערשט מיט אן אייזערנעם פויסט, און האט [[טעראר]]יזירט די [[באפעלקערונג]]. | '''בעניטא אמילקארע אנדרעא מוסאליני''' ({{שפראך-it|Benito Mussolini}}; {{ר}}[[29סטן יולי]] [[1883]] - [[28סטן אפריל]] [[1945]]) האט איינגעפירט א [[דיקטאטור]] הערשאפט אין [[איטאליע]], און ער האט געהערשט דארט פון 1922 ביז 1943. ער האט אפגעשאפן די [[דעמאקראטיע]], און ער האט אויפגעשטעלט א [[רעגירונג]] באזירט אויף [[פאשיזם]], וואס האט געהערשט מיט אן אייזערנעם פויסט, און האט [[טעראר]]יזירט די [[באפעלקערונג]]. | ||
שורה 20: | שורה 20: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:בניטו מוסוליני]] | [[he:בניטו מוסוליני]] | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 12:57, 26 אקטאבער 2023
בעניטא אמילקארע אנדרעא מוסאליני (איטאליעניש: Benito Mussolini; 29סטן יולי 1883 - 28סטן אפריל 1945) האט איינגעפירט א דיקטאטור הערשאפט אין איטאליע, און ער האט געהערשט דארט פון 1922 ביז 1943. ער האט אפגעשאפן די דעמאקראטיע, און ער האט אויפגעשטעלט א רעגירונג באזירט אויף פאשיזם, וואס האט געהערשט מיט אן אייזערנעם פויסט, און האט טעראריזירט די באפעלקערונג.
זיין אפציעלע נאמען איז געווען דוטשע (Duce), וואס מיינט הערשער, אין איטאליעניש. גענומען פון דער היסטאריע פון איטאליע, ווען די אמאליגע קיסרים פלעגן אזוי גערופן צו ווערן.
עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געזען אין מוסאליני, איינער וואס ברענגט צו א סטאבילע צושטאנד, ספעציעל נאך דער ערשטער וועלט מלחמה, און שפעטער א שווערע רעסעסיע אין אייראפע, און די וועלט ווירטשאפט קריזיס, פון יאר 1929. אויך איז אנגענומען געווארן אלס איינער וואס וועט אפהאלטן איטאליע, פון אריינפאלן צו די הענט פון די קאמוניסטן.
מוסאליני האט אנגעפירט דאס לאנד אויף אן אגרעסיווע שטייגער, און אימפעריאליסטיש, ער איז געווען א גורם צו א בירגער קריג, און אקופאציע פון פרעמדע ארמייען. זיין הערשאפט האט ער פארזיכערט, דורך א מיליציע, גערופן שווארצע העמדער, וואס האבן אונטערדרוקט קעגנער, און סתם ציווילע בירגער, און מענטשען רעכט איז איגנארירט געווארן.
מוסאליני איז נישט געווען פארעכנט אלס אנטיסעמיט, און ביזן יאר 1938, זענען נישט איינגעפירט געווארן, ראסע געזעצן. שפעטער אבער נאכן ווערן אליאירט מיט נאצי דייטשלאנד, האט מוסאליני איינגעפירט געזעצן קעגן יידן, און שפעטער איבערגעגעבן אידן צו די נאציס, ווי זיי זענען שפעטער אומגעברענגט געווארן.
אין 1943, האט די פאשיסטישע העכסטע ראט, אפגעזאגט מוסאליני פון אמט, נאכן געוועלטיקן פאר 21 יאר. דאס איז געווען שוין נאכדעם וואס די אליאירטע קרעפטן האבן אינוואדירט, און באפרייט דרום איטאליע. דייטשלאנד, האט דעריבער איינגענומען צפון איטאליע, און געשטעלט מוסאליני אלס רעגירער, אונטער נאצי פראטעקטאראט, פאקטיש איז ער געווען א בלינדער האן פון דייטשלאנד. איטאליענע אויפשטענדלער האבן געפירט א קאמף קעגן זיין רעגירונג, וואס איז גערופן געווארן די סאלוי רעפובליק. ביי דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער פרובירט אנטלויפן קיין עסטרייך. פארטיזאנער האבן אים געכאפט, און ער איז אומגעברענגט געווארן דורך זיי, און שפעטער איז זיין קערפער געברענגט געווארן קיין מילאנא, וואו די מאסן האט באלעסטיקט זיין קערפער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!