אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נמרוד"

זון פון כוש, יעגער, און קעניג אין פרשת נח
(פארברייטערט)
 
(39 מיטלסטע ווערסיעס פון 7 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
{{דעסקריפציע|זון פון כוש, יעגער, און קעניג אין פרשת נח}}
<!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה -->
{{אישיות תנ"כית
[[File:Nimrod grabado.jpg|Nimrod grabado|ממוזער|שמאל|150px|אשורישע איינקריצונג פון א העלד יעגער פריערדיגער קעניג וואס מאנכע אידענטיפיצירן אים מיט נמרוד]]
| תקופה = [[תולדות בני נח|תקופת בני נח]]
{{פירוש נוסף|נוכחי=[[אישיות מהתנ"ך]] בשם נמרוד}}
| בתנ= {{תנ"ך|בראשית|י|ח|י}}; {{תנ"ך|דברי הימים א|א|י}}
'''נִמְרוֹד''' איז א [[תנשישקע]] וואס ווערט דערמאנט אין {{תנ"ך|בראשית|י}}, ווי א זון פון [[כוש (זון פון חם)]], זון פון [[נח]].
}}
[[טעקע:Athanasius Kircher - Turris Babel - 1679 (page 165 crop).jpg|קליין|בילד פון נמרוד, פון 1679 בוך טוריס בבל פון אַטהאַנאַסיוס קירטשער]]


==אין תנ"ך און מדרש==
'''נִמְרוֹד''' ווערט דערמאנט אין [[ספר בראשית]] און אין [[דברי הימים]] אלס א זון פון [[כוש (זון פון חם)|כוש]], און דעריבער אן אייניקל פון [[נח]], וואס האט איז געווען א קעניג אין א צאל שטעט אין ארץ [[שנער|שִׁנְעָר]]. דער תורה שטעלט אים פאָר אז "ער האט אנגעהויבן זיין א העלד אויפ'ן וועלט; ער איז געווען א יאגד-העלד פאַר גא-ט". חז"ל זאגן אז ער האט צוגערעדט זיינע בירגער צו ווידערשפּעניגן אין באשעפער, און בויען דעם [[מגדל בבל]].
[[File:Anonymous Dutch artist - The Tower of Babel.jpg|Anonymous Dutch artist - The Tower of Babel|ממוזער|שמאל|250px|נמרוד קעגן דעם הינטרגרונט פון בבל טורעם, אויל מאלעריי פון די 17'טע יארהונדערט]]
אין קעגנזאץ צו א מערהייט כאראקטערס וואס ווערן דערמאנט אין [[פרשת נח]], שטעלט זיך נישט פאר נמרוד צו זיין א טאטע פון א געוויסע פאלק, נאר שטייט ווי א כאראקטער פאר זיך. ער ווערט נישט פארגעשטעלט נאר מיטן צייכענען זיין נאמען, ווי אנדערע כאראקטערס אין די פרשה, נאר עס ווערן אויך געברענגט אפאר איינצעלהייטן וועגן זיין לעבן, אז ער איז געווען א העלד [[יעגער]], אז זיין קעניגרייך האט אנגעוואנדן אין [[שנער]], אין די שטעט [[בבל]], [[ארך]], [[אכד]] און כלנה (א שטאט וואס מען טרעפט נישט היינט). לויטן [[רמב"ן]] און נאך מפרשים האט נמרוד געבויט און צוגאב צו זיי אין [[אשור]] די שטעט [[נינוה]], [[כלח]], [[רסן]] און רחובות עיר (אויך איר טרעפט מען נישט היינט). אין {{תנ"ך|מיכה|ה}}, ווערט דערמאנט "ארץ נמרוד" אין באציאונג צו בבל.


נמרוד האט געלעבט ארום 215 יאר פון א'תתק"ח ביז ווען [[אברהם]] איז נפטר געווערן אום ב'קכ"ג. טייל מפרשים זאגן אז ער איז געהארגעט געווארן דורך [[עשיו]] ווען עשיו האט גערויבט פון נמרוד זיין ספעציעלע קלייד.
==אין תנ"ך==
נמרוד ערשיינט אין [[פרשת נח]] צווישן די דורות פון נח, און אויך אין {{תנ"ך|דברי הימים א|א}}. ער ווערט דערמאנט אלס דער זון פון [[כוש (זון פון חם)|כוש]], אייניקל פון [[חם]], און אור-אייניקל פון [[נח]]:
{{ציטוט
| וְכוּשׁ יָלַד אֶת נִמְרֹד, הוּא הֵחֵל לִהְיוֹת גִּבֹּר בָּאָרֶץ;
הוּא הָיָה גִבֹּר צַיִד לִפְנֵי ה', עַל כֵּן יֵאָמַר כְּנִמְרֹד גִּבּוֹר צַיִד לִפְנֵי ה';
וַתְּהִי רֵאשִׁית מַמְלַכְתּוֹ בָּבֶל וְאֶרֶךְ וְאַכַּד וְכַלְנֵה, בְּאֶרֶץ שִׁנְעָר.
| מקור = {{תנ"ך|בראשית|י|ח|י}}
| שורות = יא
}}
אנדערש ווי די אנדערע אייניקלעך פון נח ווערט נישט בלויז דערמאנט נמרוד'ס נאמען, נאר אויך איינצלהייטן פון זיין לעבן. ער איז געווען א יאגד-העלד, און "ראשית ממלכתו" – די אנהייב פון זיין קעניגרייך – איז געווען בבל, ארך, אכד, און כלנה אין ארץ שנער. "ראשית ממלכתו" איז אן אייגנארטיגע לשון וואס מ'טרעפט נישט אנדערשוואו, און די ווערטער מיינען אז ער האט געהערשט איבער די שטעט און מסתמא האט ער זיי אויך געבויט{{הערה|{{אוצר החכמה|יהודה קיל|תנ"ך עם פירוש דעת מקרא|154878|page=421|באנד=בראשית|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשל"ז|עמ=רנד}}.}}.


זיין נאמען ווערט געטייטשט צו שאנד ווי א ווידערשפעניגער אין גאט ווי עס ווערט ערקלערט אין [[חז"ל]], צווישן אנדערע איז צו אים מיוחס אין מדרש דאס אונטערנעמונג פון בויען די [[בבל טורעם]], און אזוי אויך ווערט דערציילט אויף אים אין מדרש אז ער האט באפוילן אריינווארפן [[אברהם]] אין אויוון, אין זיין יוגנט, צוליב זיין אפזאגן זיך פון זיך בוקן צו די געטער פון בבל. אין מדרש [[אברהם און די צלמים]] וואס ערשיינט אין [[בראשית רבה]] ווערט געשילדערט די טעאלאגישע דעבאטע צווישן אברהם דער מאנאטעיסט און נמרוד דער געצנדינער:  אין גמרא ([[בבא בתרא]], צא, א) ווערט דערציילט אז נמרוד האט איינגעשפארט פאר אברהם אין שטאט [[כותה]] במשך דריי יאר.{{הערה|{{בבלי|בבא בתרא|צא|א}}}}
פון די לשון הפסוק "{{מנוקד|מִן הָאָרֶץ הַהִוא יָצָא אַשּׁוּר}}" ({{תנ"ך|בראשית|י|יא}}) איז אומקלאר ווער, נמרוד צו אשור בן שם, איז ארויס פון שנער און געבויט אינעם לאנד [[אשור]] די שטעט [[נינוה]], כלח, רסן, און רחובות עיר. תרגום אונקלוס{{הערה|שם=פוזן|זע {{אוצר החכמה|רפאל בנימין פוזן|פרשגן|199843|page=211|באנד=בראשית|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשע"ב}}.}}, תרגום ירושלמי, רש"י, און נאך לערנען אז אשור איז ארויס פון ארץ שנער און געבויט די שטעט, און טייל לייגן צו אז זיין גיין איז געקומען פון קעגנערשאפט צו נמרוד און די דור הפלגה; ווידער תרגום יונתן{{הערה|דארט=פוזן|זע דארט הערה 132.}}, דער רמב"ן, און אנדערע לערנען אז נמרוד האט אויסגעברייטערט זיין קעניגרייך קיין אשור.


אין {{תנ"ך|מיכה|ה|ו}}, איז משמע אז "ארץ נמרוד" איז א סינאנים צו אשור, וואס שטימט מיט דער מיינונג אז נמרוד האט דארט געבויט שטעט{{הערה|זע רמב"ן אויף {{תנ"ך|בראשית|י|יא}}.}}; אבער א צאל מפרשים, ווי רש"י און דער רד"ק{{הערה|אויף {{תנ"ך|מיכה|ה|ו}}.}}, טייטשן אז "ארץ נמרוד" באציט זיך צו בבל{{הערה|{{אוצר החכמה|2=תנ"ך עם פירוש דעת מקרא|3=154898|באנד=כ (תרי עשר ב)|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תש"נ}}}}.


{{ציטוט|תוכן='''נטלו ומסרו לנמרוד. אמר לו: עבוד לאש. אמר לו אברהם: ואעבוד למים, שמכבים את האש? אמר לו נמרוד: עבוד למים! אמר לו: אם כך, אעבוד לענן, שנושא את המים? אמר לו: עבוד לענן! אמר לו: אם כך, אעבוד לרוח, שמפזרת עננים? אמר לו: עבוד לרוח! אמר לו: ונעבוד לבן אדם, שסובל הרוחות (=שיש בתוכו "רוח", כלומר נשמה)? אמר לו: מילים אתה מכביר, אני איני משתחוה אלא לאוּר (=לאש) - הרי אני משליכך בתוכו, ויבא אלוק שאתה משתחוה לו ויצילך הימנו!'''{{ש}} טייטש: האט מען אים גענומען און איבערגעגעבן צו נמרוד. האט ער אים געזאגט: דין דעם פייער. האט אים אברהם געזאגט: און אפשר זאל איך דינען די וואסער, וואס לעשן דעם פייער? האט אים נמרוד געזאגט: דין די וואסער! האט ער אים געזאגט: אויב אזוי, זאל איך בעסער דינען דעם וואלקן, וואס טראגט די וואסער? האט ער אים געזאגט: דין דעם וואלקן! האט ער אים געזאגט: אויב אזוי, זאל איך בעסער דינען די ווינט וואס צושפרייט די וואלקנס? האט ער אים געזאגט: דין דעם ווינט! האט ער אים געזאגט: זאלן מיר דינען דעם מענטש, וואס האלט אין זיך א ווינט (=עס איז דא אין אים א "גייסט", דאס מיינט א נשמה) האט ער אים געזאגט: דו רעדסט אסאך, איך בוק זיך נישט נאר צום פייער - איך ווארף דיר אריין אין אים, און זאל קומען דיין גאט וואס דו בוקסט זיך צו אים און ער זאל דיר ראטעווען!|מקור=[[בראשית רבה]] ל"ח, יג}}
==אין מדרש==
די ווערטער "לפני ה'" ({{תנ"ך|בראשית|י|ט}}) וואס שטייט ביי נמרוד ווערט אויסגעטייטשט דורך חז"ל אז ער האט געזינדיגט להכעיס; ער איז געווען א "מכיר את בוראו ומתכוון למרוד בו", איינער וואס קען ווייסט ס'איז דא א גא-ט און צילט ווידערצושפעניגן אין אים{{הערה|ספרא בחקותי ב, ב}}{{הערה|שם=לפניה|רש"י {{תנ"ך|בראשית|י|ט}}; רלב"ג דארט.}}. זיין נאמען "נמרוד" ווערט אויסגעטייטשט פון דעם לשון "מרידה", ער האט ווידערגעשפּעניגט אין גא-ט און געמאכט אנדערע ווידערשפעניגן, און מיט זיין שארפן צונג אפגערעדט מענטשן פון דינען גא-ט{{הערה|שם=ענג|{{בבלי|עירובין|נג|א}}.}}{{הערה|דארט=לפניה|תרגום ירושלמי דארט.}}.


אויך [[יוסף בן מתתיהו]] (קדמוניות היהודים, ספר א קאפיטל 4) שילדערט נמרוד ווי איינער וואס שטעלט פאר אן אלטערנאטיוו צום זיך אונטערגעבן פונעם מענטש צו גאטס קאנטראל, און רופט פארן מענטשהייט צו געוועלטיגן אינעם נאטור און אויך זיך באשיצן פון גאט דורך די בבל טורעם וואס וועט זיי באשיצן פון א מבול.
[[טעקע:Anonymous Dutch artist - The Tower of Babel.jpg|Anonymous Dutch artist - The Tower of Babel|קליין|שמאל|250px|נמרוד קעגן דעם הינטערגרונד פון בבל טורעם, אויל מאלעריי פון די 17'טע יארהונדערט]]


[[רבי אברהם אבן עזרא]] טייטשט די פשט פון פסוק "לפני ה'" אז נמרוד פלעגט פאנגען בעלי חיים און זיי מקריב זיין פאר אן עולה לה'{{הערה|1=[[s:אבן עזרא על בראשית י#פסוק ט (כל הפרק)(כל הפסוק)|אבן עזרא בראשית י' ט']]  מויקיטקסט}}, אבער ער לייגט צו אז לויטן דרש ווערט דאס אנדערש געדרשנט.
[[חז"ל]] באצייכענען נמרוד אלס דער וואס האט צוגערעדט זיין דור צו בויען דען [[מגדל בבל]], אויסנוצנדיג די גרויסקייט וואס גא-ט האט אים געגעבן ווידערצושפעניגן אין אים{{הערה|רש"י {{תנ"ך|בראשית|י|ח}}; {{בבלי|חולין|פט|א}}.}}. מגדל בבל וועט אנגערופן אין מסכת עבודה זרה "בית נמרוד", און די גמרא זאגט אז די שטיינער דערפון איז מותר בהנאה ווי אן "עבודת כוכבים שהניחוה עובדיה בשעת שלום". און כאטש וואס בשעת גא-ט האט זיי פארשפרייט איז געווען ווי א שעת מלחמה, איז דאס אז זיי זענען נישט צוריקגעקומען א ראיה אז זיי האבן עס מבטל געווען{{הערה|{{בבלי|עבודה זרה|נג|ב}}.}}.


אין מדרשים פון [[חז"ל]], [[אמרפל]] וואס ווערט דערמאנט אין [[ספר בראשית]] איז נמרוד און זיין נאמען ווערט געדרשנט אין [[נוטריקון]] אז '''אמר''' (ער האט געזאגט) צו אברהם '''פ'''ו'''ל''' (פאל אריין) אין אויוון ({{בבלי|עירובין|נג|א}}).
חז"ל'ס נעגאטיווע בליק אויף נמרוד ערשיינט אויך אין אנדערע חיבורים פון זמן בית שני. פילון האלכסנדרי שרייבט אז נמרוד איז געווען א זינדיגער וואס האט זיך קעגנגעשטעלט גא-ט, טייטשנדיג "לפני ה'" – "אנטקעגן גא-ט". ער שרייבט אז נמרוד קען באצייכנט ווערן אז דער ערשטער אין הויפט זינדיגער, און ווייזט אן אז זיין נאמען באדייט "ווידערשפעניגן"{{הערה|{{אוצר החכמה|פילון האלכסנדרי, שמואל בלקין (איבערזעצער)|מדרשי פילון|200093|מקום הוצאה=ניו יארק|שנת הוצאה=תשמ"ט|עמ=רכה}}}}. [[יוסף בן מתתיהו]] שילדערט נמרוד ווי איינער וואס אפגערעדט די מענטשהייט פון דינען גא-ט, און גלייבן אז זייער מאכט איז דאס וואס ברענגט זייער גליק. ער האט צוביסלעך געברענגט די מענטשהייט אונטער זיין טיראניע, און זיי צוגערעדט צו בויען דעם [[מגדל בבל]] זיך צו באשיצן דארט פון א צוקונפטיגן מבול{{הערה|{{יוספוס|קדמוניות}}.}}


==די נאמען "נמרוד"==
אנדערש איז דער מיינונג פונעם [[רבי אברהם אבן עזרא|אבן עזרא]], וואס טייטשט דעם פסוק "לפני ה'" אז נמרוד פלעגט פאנגען בעלי חיים זיי מקריב צו זיין פאר אן עולה לה'{{הערה|דארט=לפניה|אבן עזרא דארט.}}. דער רמב"ן דינגט זיך שטארק אויף אים, זאגנדיג אז ער איז מצדיק דעם רשע{{הערה|דארט=לפניה|רמב"ן דארט.}}.
 
אין {{מדרש רבה|בראשית|לח|יג}} ווערט געשילדערט די געשיכטע פון אברהם און זיין פאטער תרח'ס געשעפט פון אפגעטער, אין וועלכער נמרוד באפעלט אריינצואווארפן [[אברהם]] אין קאלך-אויוון, פון וועלכן אברהם ווערט געראטעוועט בנס. די גמרא דערציילט אז נמרוד האט דורכאויס יענע געשיכטע איינגעשפארט אברהם, אין שטאט כותא במשך דריי יאר, און זיבן אין קדרו{{הערה|{{בבלי|בבא בתרא|צא|א}}}}. ווען אברהם איז ארויס לעבעדיג פון קאלך-אויוון האבן אלע קעניגן אים געגעבן א מתנה, און נמרוד האט אים געגעבן אליעזר{{הערה|מסכת סופרים פכ"א ה"ט; [[#וינברג|וויינבערג]] "אמרפל נמרוד"}}
 
חז"ל זאגן אז נמרוד "[[אמרפל]] מלך שנער" וואס ווערט דערמאנט אין {{תנ"ך|בראשית|יד}}. זיין נאמען "אמרפל" ווערט גע'דרש'נט אויף עטליכע וועגן: "שאמר והפיל", ער האט געהייסן און אריינגעווארפן אברהם אין קאלך-אויוון{{הערה|שם=ענג}}, אדער "אמר אפל", זיינע רייד זענען פינסטער{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|מב|ה}}.}}.
 
אין פרקי דרבי אליעזר ווערט דערציילט אז די "כתנות עור" וואס דער אייבערשטער האט געמאכט פאר אדם און חוה ({{תנ"ך|בראשית|ג|כא}}) זענען געווען מיט [[נח]] אין דער תיבה, און חם האט עס גע'ירש'נט און עס ווייטער געגעבן צו נמרוד. ווען נמרוד האט געטראגן די קליידער האבן אלע חיות געפאלן צו זיינע פיס, און די מענטשן האבן געמיינט אז דאס איז צוליב זיין גרויסער כוח, און זיי האבן אים געקרוינט אלס קעניג. שפעטער איז איז נמרוד ערמארדעט געווארן דורך [[עשו]] ווען יענער האט בארויבט נמרוד זיין ספעציעלע קליידער, ווי עס ווערט אויך געברענגט אין אנדערע מדרשים{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|סה|טז}}. לויט {{מדרש רבה|בראשית|סג|יג}} האט נמרוד געוואלט הרג'ענען עשו.}}, און די זענען די "בגדי עשיו החמודות"{{הערה|{{פרקי דרבי אליעזר|כד}}. דאס ווערט אויך געברענגט באריכות אין ספר הישר.}}.


ביי אידן האלט מען זיך אפ פון נוצן דאס נאמען "נמרוד", וויבאלד ער איז געווען א רשע, און בפרט אז זיין נאמען ווייזט אויף זיין שלעכטע נאטור. אבער צווישן אזעלכע וואס זענען נישט קיין שומרי תורה ומצוות איז די נאמען געווען זייער מצוי אין פארגאנגענהייט אבער איז זייער ווייניגער געווארן היינטיגע צייטן.
===אין ספר הישר===
אין [[ספר הישר]] ווערט פארברייטערט נמרוד'ס לעבן און שאפן. נמרוד איז געבוירן געווארן צו כוש אויף דער עלטער, און כוש האט אים ליב געהאט און געגעבן די "כתנות עור" וואס ער האט באקומען פון חם, וועלכע האט זיי גע'גנב'עט פון נח. ביי די צוואנציג יאר האט ער אנגעטון די "כתנות עור" און געווארן מיט זיי א גרויסער יעגער, פאנגנדיג חיות מקריב צו זיין [[קרבן|קרבנות]] פאר'ן באשעפער. ווען ער איז אלט געווען פערציג יאר איז פארגעקומען א קריג צווישן די בני חם און די בני [[יפת]], און נמרוד האט צוזאמענגענומען 540 לייט, פאמיליע און פריינט, באזיגט די בני יפת, און געווארן דער קעניג איבער אלע בני נח. אלס קעניג איז ער געווארן זייער א זינדיגער, און ער האט געהאט א זון "מרדון" וואס איז געווען נאך זינדיגער פון אים. ער האט באפוילן דאס בויען פון מגדל בבל, און ווען דאס איז צעשטערט געווארן האט ער באקומען דעם נאמען "אמרפל", וואס קומט פון "אמר נפל", זיין באפוילענע ווערק (מגדל בבל) איז געפאלן.


די מעשות וואס זענען פארבונדן געווערן ארום די נאמען פון נמרוד ערשיינען, להבדיל, אויך ביי די [[קריסטן]] און [[מוסולמענער]] און די נאמען ערשיינט ווי א קריסטליכע פאמיליע נאמען. עס זענען אויך פארהאן צייטונגען אין פאשידענע טעמעס וואס טראגן די נאמען נמרוד. דאס פארשטעלן נמרוד ווי א העלד יעגער האט באקומען אן אויסדרוק מיטן נוצן זיין נאמען אלס די נאמען פון בריטישע קריגס שיפן, בריטישער [[קריגס פליגער]] , [[הוקר נמרוד]], בריטישער קוק פליגער, [[הוקר סידלי נמרוד]], און א איזראעלישער [[מיסיל ק"ט]], [[נמרוד (מיסיל)|נמרוד]].
[[תרח]] איז געווען נמרוד'ס הויפט גענעראל, און ווען אברם איז געבוירן געווארן אויף תרח'ס עלטער, זענען נמרוד אין זיינע לייט אים געקומען גראטולירן. יענע נאכט האבן נמרוד'ס חרטומים געזען א גרויסן שטערן קומען פון מזרח, לויפט איבער'ן הימל און שלינגט איין פיר שטערנס. זיי האבן דאס אויסגעטייטש אויף אברם, אז ער וועט אויסוואקסן און זיך מערן און איבערנעמען די וועלט. זיי האבן עס דערציילט פאר נמרוד, און ער האט פארלאנגט אז תרח זאל אים איבערגעבן אברם פאר געלט. ווען תרח האט זיך קעגנגעשטעלט איז נמרוד געווארן זייער בייז, דאן האט תרח אים געגעבן א קנעכט'ס קינד און איינגערעדט אז דאס איז אברם, ווען אברם ווערט באהאלטן אין א הייל פאר צען יאר. נאך וואס אברם איז ארויס פונעם קאלך-אויוון האט נמרוד געהאט א חלום וואס האט פאראויסגעזאגט זיין דורכפאל ביי דער מלחמה אין עמק השידים, און נמרוד האט אים געוואלט אומברענגען, נאר אברם איז באצייטנס אנטלאפן קיין ארץ [[כנען]]. נמרוד איז אלט געווען 215 יאר ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך עשיו.


צופוסנס פון [[חרמון]] געפונט זיך די [[נמרוד פעסטונג]], און נאנט צו אים איז אויפגעשטעלט געווארן די שטעטל [[נמרוד (יישוב)|נמרוד]]. אין פינעף שטאטן פון אמעריקע זענען פארהאן שטעט וואס טראגן די נאמען נמרוד.
==היסטארישע אידענטיטעט==
היסטאריקער, אָריענטאַליסטיקער, און אַסיריאָלאָגן זוכן שוין לאנג א פארבינדונג צווישן נמרוד פון דער תורה און היסטארישע פערזאנען אין בבל און ארום, אבער קיין קעניג מיט'ן נאמען נמרוד אדער אן ענליכן נאמען געפינט מען נישט אין קיין איינע פון די עלטערע און צאלרייכע היסטארישע שומערישע, אַקאַדישע, אשורישע אדער בבלישע קעניגן-ליסטעס. עס ווערט אויך נישט דערמאנט א נאמען נמרוד אין קיין אנדערע שריפטן פון מעסאָפּאָטאַמיע אדער אירע שכנים, אין סיי וועלכן קאנטעקסט, אין די בראָנז-צייט, אייזן-צייט, אדער פאר-קריסטליכע קלאסישע עפאכע.


==לקריאה נוספת==
עס זעט אויס אז די געשיכטע פון נמרוד באציען זיך צו דער שפעטער בראָנז-צייט, וויבאלד די תורה דערמאנט די שטעט "ארך" און "אכד". דער חורבן פון דעם שטאט "אכד" און דער צוזאמפאל פון איר קייזערטום איז פארגעקומען ארום 2200–2154 פצ"ר (לויט דער לאנגער כראנאלאגיע), און "ארך" (שומעריש-אַקאַדיש "אורוק") האט פארלוירן איר וויכטיגקייט אַרום 2000 פצ"ר צוליב קאמפן צווישן איסין, אור, לאַרסאַ, און עילם{{הערה|כיוון=שמאל|{{cite book |author-link=Stephen L Harris |last=Harris |first=Stephen L. |title=Understanding the Bible |location=Palo Alto |publisher=Mayfield |year=1985}}}}.
<div style="direction: ltr;">
* Uehlinger, Christoph. "Nimrod." Pages 627-630 in ''Dictionary of Deities and Demons in the Bible''. Edited by Karel van der Toorn, Bob Becking, and Pieter W. van der Horst. 2nd ed. Leiden: Brill, 1999. {{ISBN|90-04-11119-0}}
</div>


==קישורים חיצוניים==
א צאל פרואוון אים צו פארבינדן מיט היסטארישע פערזאנען זענען געמאכט געווארן, אבער אן ערפאלג.
{{מיזמים|ויקישיתוף=Category:Nimrod}}
*{{אנצ דעת|1058}}
* {{אנצ יהודית|שם=נמרוד|קישור=http://jewishencyclopedia.com/view.jsp?artid=295&letter=N&search=nimrod}}
*[http://lib.cet.ac.il/pages/item.asp?item=17638 ה' מציל את אברהם מאש נמרוד], איור מתוך מחזור לייפציג, שנת 1320 בקרוב, באתר הספרייה הווירטואלית של מטח


==הערות שוליים==
דער קריסטלעכער בישאף אייסעביוס פון קייסאריע (4'טער יארהונדערט למספרם), ברענגט פונעם בבלישן היסטאריקער בעראָסוס (3'טן יארהונדערט פצ"ר) אז דער ערשטער קעניג נאכן מבול איז געווען אייעכאָיאָס פון כאַלדאַ (כאַלדאַ איז א קליין שטאַט אין דרום-מזרח מעסאָפּאָטאַמיע וואס איז געגרינדעט געווארן שפעט אין 9'טן יארהונדערט פצ"ר), און האט אים אידענטיפיצירט מיט נמרוד. די זעלבע האט געהאלטן דזשארדזש סינקעלוס ארום 800 למספרם.
{{הערות שוליים}}


[[קטגוריה:אישים בספר בראשית]]
אבער פונקט ווי נמרוד, געפינט זיך קיין קעניג מיטן נאמען "אייעכאיאס" נישט אין קיין מעסאפּאטאמישע רעקארדס. שפעטערע סומעראָלאָגן האבן פארגעשלאגן צו פארבינדן אייעכאיאס מיט'ן גרינדער פון אורוק וואס איז באקאנט פון קיילנשריפט דאקומענטן אלס "ענמערקאַר" {{אנ|Enmerker}}{{הערה|כיוון=שמאל|{{cite book |last=Henkelman |first=Wouter F. M. |chapter=The Birth of Gilgamesh |title=Altertum und Mittelmeerraum: die antike Welt diesseits und jenseits der Levante |page=819}}}}. דעיוויד ראָל האלט טאקע אז נמרוד איז דער ענמערקאַר, און ברענגט דערצו נאך עטליכע ראיות; די געשיכטע פון "ענמערקאַר און דער האר פון אַראַטאַ"{{הערה|כיוון=שמאל|{{cite web |url=http://etcsl.orinst.ox.ac.uk/section1/tr1823.htm |title=Enmerkar and the lord of Aratta: translation |publisher=Etcsl.orinst.ox.ac.uk |access-date=12 November 2009}}}} טראגט עטליכע ענליכקייטן צו דער מעשה פון נמרוד און מגדל בבל, און דער "-קאַר" סופיקס אין ענמערקאַר מיינט א "יעגער", א פאך מיט וואס די תורה באצייכנט נמרוד. ער האלט אויך אז דאס שטאט ערידו נעבן אור איז דער אריגינעלער בבל, און אז דער אומגעפארטיגטער זיגוראַט אויפ'ן ארט אין מגדל בבל{{הערה|כיוון=שמאל|David Rohl, ''Legends: The Genesis of Civilization'' (1998), ''The Lost Testament'' (2002)}}.
[[קטגוריה:מלכי הגויים בתנ"ך]]
[[קטגוריה:אברהם]]


{{מיון ויקיפדיה|דף=נמרוד|גרסה=23289334|דרגה=עבר סינון}}
אין יאר 1920, האט דזש. די. פּרינס פארגעשלאגן אז נימרוד קען מעגליך זיין פארבונדן מיט לוגאַל-באַנדאַ, א לעגענדארער סומערישער קעניג וואס האט געקעניגט אין שטאט מאַראַד. ער האט באמערקט, אז די שטאט מאראד איז אויך געווען פארבונדן מיט א געשטאלט וואס מ'האט גערופן "האר ני", און "ני (פון) מאראד" קען מעגליך האבן אפגעהיטן אן אלטן זכרון פון נימרוד אין דער מעסאָפּאָטאַמישער טרדיציע{{הערה|כיוון=שמאל|{{cite magazine |last=Prince |first=J.D. |year=1920 |title=A Possible Sumerian Original of the Name Nimrod |journal=Journal of the American Oriental Society}}}}. טייל האבן באמערקט, אז עס זענען דא ענליכקייטן צווישן דעם תורה'דיגן נימרוד און א מעסאפאטאמישן אפגא-ט מיטן נאמען נינורטאַ, וועלכע ווערט באצייכנט ווי א שטארקער קעמפער. זיי שפעקולירן אז עס קען מעגליך זיין א שייכות צווישן זיי אין נאמען אדער אין זכרון{{הערה|יעקב קליין, '''עולם התנ"ך: בראשית''', תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 79}}{{הערה|1={{cite book |title=Oxford Guide to the Bible |page=557 |publisher=Oxford University Press |year=1993 |isbn=978-0-19-534095-2}}|כיוון=שמאל}}.


געוויסע געלערנטע, ווי דזשאָרדזש ראַולינסאָן, האבן גע'טענה'ט אז נימרוד קען זיין דער זעלבער ווי א לעגענדארער בבלישער געשטאלט וואס ווערט דערמאנט ביי גריכישע און רוימישע היסטאריקער אלס "בילוס" (גריכיש: Βῆλος; לאטיין: Belus). זיי האבן געפונען פארבינדונגען צו נעמען וואס זענען געפונען געווארן אין אויפשריפטן, ווי צום ביישפיל "בעל-ניברו", וואס זיי האבן געזען ווי א באווייז צו זייער טענה. ענליכע געדאנקען געפונען זיך אין מיטל-עלטער קריסטליכע און ארמענישע היסטארישע ווערק וואס מישן צוזאמען די תורה מיט אלטע לעגענדעס{{הערה|כיוון=שמאל|George Rawlinson, The Seven Great Monarchies of the Ancient Eastern World, or History, Geography, & Antiquities of Chaldaea, Assyria, Babylon, Media, Persia, Parthia and Sassanian or New‑Persian Empire, Volume I (London: John Murray, 1862).}}.


אן אלטע טעאריע האט פארבונדן נימרוד מיט גילגאַמעש, א יעגער און בויער פון שטעט אין בבלישע לעגענדעס. די פריע פארשער האבן אומריכטיג געליינט גילגאַמעש'ס נאמען אלס "איזדובאר", וואס קלינגט עטוואס ענליך צו נימרוד. אבער שפעטערדיגע אויפדעקונגען האבן געוויזן אז "איזדובאר" איז געווען א גרייזיגע ליינונג פון גילגאַמעש'ס נאמען. אן אנדער טעאריע פארבינדט נימרוד מיט מְרוֹדָךְ, דער הויפט אפגא-ט פון בבל, וואס איז אויך באטראכט געווארן אלס א יעגער און קעניג. טייל אלטע שריפטן האבן געוויזן מרודכ'ס נאמען אין א פארעם וואס האט געקלונגען ענליך צו נימרוד{{הערה|{{יודאיקה|2=Nimrod|לינק=https://www.jewishencyclopedia.com/articles/11548-nimrod}}|כיוון=שמאל}}.


יגאל לעווין האלט אז נימרוד רעפרעזענטירט א גרויסן קעניג ווי למשל סרגון דער ערשטער אדער זיין אייניקל נאַראַם-סין. מען געדענקט אים אלס א שטארקן פירער וואס האט געקעניגט אין די צייטן קורץ נאכן מבול{{הערה|כיוון=שמאל|{{cite magazine |first=Yigal |last=Levin |title=Nimrod the Mighty, King of Kish, King of Sumer and Akkad |magazine=Vetus Testamentum |volume=52 |year=2002 |issue=3 |pages=350–356 |doi=10.1163/156853302760197494}}; [https://www.thetorah.com/article/nimrod-mighty-hunter-and-king-who-was-he Nimrod, Mighty Hunter and King - Who Was He? - TheTorah.com]}}.


==אינדרויסן פון אידישקייט==
לעגענדעס וועגן נמרוד געפינען זיך אין פריע קריסטליכע ליטעראטור, בפרט אין אראבישע, סירישע, און עטיאָפּישע טראדיציעס. פריע אראבישע חיבורים באשרייבן די שטעט וואס ער האט געבויט, אויסרעכענענדיג "האַדאַניון" (אידענטיפיקאציע נישט קלאר), [[אריוך|אלסר]], סעלעאוקיע (איראק), אקטיספון, "רוהין", אַטראַפּאַטענע (צפון-מערב איראן), און "טעלאַלאַן". לויט זיי האט ער אנגעהויבן זיין 69-יעריגע מלוכה ווען [[רעו]] איז געווען 163 יאר אלט, און ער האט אויך געבויט [[נציבין]], ראַהאַ (היינט עדסאַ אין אורפאַ, טערקיי), און [[חרן]] ווען [[פלג]] איז געווען 50 יאָר אַלט. ער ווערט געשילדערט ווי דער ערשטער וואס האט געטראגן א קרוין און דער וואס האט איינגעפירט עבודה זרה פון פייער, נאכדעם וואס ער האט געלערנט כישוף פון נח'ס א פערטן זון "בוניטער". די ליטעראטור אידענטיפיציר נמרוד מיט דעם אַשורישן קעניג נינוס (גרינדער פון נינווה אין גריכישע היסטאריאגראפיע) אדער מיט זאָראָאַסטער. סירישע און עטיאפישע טראדיציעס ברענגען נאך ענליכע געדאנקען. היראָנימוס (בערך 390) האט אידענטיפיצירט נמרוד'ס ערשטע גרופע שטעט (בבל, ארך, אכד, און כלנה) מיט לאקאציעס אין סיריע ווי איידער אין דרום מעסאפאטאמיע{{הערה|שם=וויקי|{{לינק|קעפל=Nimrod|זייטל=Wikipedia|אדרעס=https://en.wikipedia.org/wiki/Nimrod}}.}}.


מוסולמענער היסטאריקער באשרייבן מגדל בבל און די דור הפלגה. טייל אידענטיפיצירן אים ווי דער ערשטער קעניג פון בבל, בשעת אנדערע דערמאנען אן אנדערן "נמרוד", א זון פון כנען וועלכער האט איינגעפירט אַסטראָלאָגיע און געפרואווט צו טויטן אברהם אבינו. דער קוראַן באשרייבט אויך א קאנפליקט צווישן "איבראהים" (אברהם) מיט אן אומבאקאנטן מלך, וועלכער מוסולמענער געלערנטע אידענטיפיצירן מיט נמרוד, וואס איז פאראלעל צו דעם קאנפליקט צווישן אברהם און נמרוד וואס מ'טרעפט אין חז"ל{{הערה|שם=וויקי}}.


אן ארמענישע לעגענדע זאגט אז הייאַק, דער ארמענישער שטאם-פאטער, האט באזיגט נמרוד; אן אונגאַרישע טראדיציע רעדט איבער מגדל בבל און נמרוד'ס יעגעריי און לויטעט אז נמרוד'ס צוויי זין זענען די שטאם-פאטערס פון די הונען און די מאַגיאַרן (די אונגערן); און די פינישע עפּאָס "קאַלעוואַלאַ" פארבינדט דעם יעגער-אפגא-ט נייריקי מיט נמרוד{{הערה|שם=וויקי}}.


אַלעקסאַנדער היסלאָפּ, אן אנטי-קאטוילישער קריסטליכער שרייבער פון 19טן יאָרהונדערט, האט אין זיין בוך "די צוויי בבל'ס" גע'טענה'ט אז נימרוד איז דער זעלבער ווי "נינוס" פון גריכישע היסטאריאגראפיע. ער האט אים פארבונדן מיט א גאנצער ריי אפגעטער אין דער גאנצער מיטללענדישער וועלט און מיט דעם פערסישן זאָראָאַסטער. ער האט אויך גע'טענה'ט אז נימרוד און זיין ווייב סעמיראַמיס האבן אנגעהויבן געצנדינעריי, און אז די קאטוילישע קירכע איז א טויזנט-יעריגער קאנספיראציע געגרינדעט דורך נמרוד צו פארשפרייטן די געצנדינערישער רעליגיע. שילער האבן אפּגעווארפן די בוכ'ס טענות ווי באזירט אויף א פעלערדיגן פארשטאנד פון די טעקסטן, אבער ווערסיעס פון זיי זענען אנגענומען צווישן געוויסע גרופעס פון עוואַנגעלישע פּראָטעסטאַנטן{{הערה|שם=וויקי}}.


א צאל חורבות אין מעסאפאטאמיע האבן באקומען נמרוד'ס נאמען דורך די אראבישע אריינדרינגער אין דעם 8'טן יארהונדערט, אריינגערעכנט די חורבות פון דער אשורישער שטאט קאַלכו ("כלח" פון דער תורה), אין איינקלאנג מיט וואס שטייט אין פסוק אז נמרוד האט זיי געבויט.


אין צפון אמעריקאנער ענגליש איז נמרוד געווארן אן אידיאם פאר א טיפש{{הערה|1={{cite book |last=Steinmetz |first=Sol |url=https://books.google.com/books?id=Nk_RFL9LYg0C&pg=PA126 |title=Dictionary of Jewish Usage: A Guide to the Use of Jewish Terms |publisher=Rowman & Littlefield |year=2005 |isbn=978-0-7425-4387-4 |page=126 |access-date=11 April 2012}}{{cite book|last=Garner|first=Bryan A.|url=https://books.google.com/books?id=mVcJqKs1isUC&pg=PR53|title=Garner's Modern American Usage|date=27 August 2009|publisher=Oxford University Press|isbn=978-0-19-538275-4|page=53|access-date=11 April 2012}}. (פון ענגליש וויקיפעדיע)|כיוון=שמאל}}


==די נאמען "נמרוד"==
ביי אידן האלט מען זיך אפ פון נוצן דאס נאמען "נמרוד", וויבאלד ער איז געווען א רשע און זיין נאמען ווייזט אויף זיין שלעכטע נאטור, אבער צווישן פרייע אידן איז דער נאמען געווען זייער מצוי אין פארגאנגענהייט{{הערה|זע צב"ש: {{אוצר החכמה|פ. ש. טרכוש|שנה בשנה|16862|באנד=תשל"ה|מקום הוצאה=ירושלים|קעפל=דין שמות נכרים לילדי ישראל|עמ=136}}.}}.


צופוסנס פון [[חרמון]] געפונט זיך א שלאס "קאַלאַט נמרוד", און נאנט צו אים איז אויפגעשטעלט געווארן די שטעטל "נמרוד". אין פינף שטאַטן אין אמעריקע זענען פארהאן שטעט וואס טראגן די נאמען נמרוד{{הערה|זע {{לינק|קעפל=Nimrod (disambiguation) § United States|זייטל=Wikipedia|אדרעס=https://en.wikipedia.org/wiki/Nimrod_(disambiguation)#United_States}}.}}. אין [[אנטארקטיקע]] זענען דא א בארג און אן אייזבארג "נמרוד"{{הערה|זע {{לינק|קעפל=Nimrod (disambiguation) § Antarctica|זייטל=Wikipedia|אדרעס=https://en.wikipedia.org/wiki/Nimrod_(disambiguation)#Antarctica}}.}}, ווי אויך האבן אייראפעאישע באזוך אין ניו זינלאנד א נאמען געגעבן א בארג דארט נמרוד{{הערה|{{לינק|קעפל=Mount Nimrod|זייטל=Wikipedia|אדרעס=https://en.wikipedia.org/wiki/Mount_Nimrod}}}}. אין [[טערקיי]] הייסט א וואולקאן "נעמרוט" נאך נמרוד{{הערה|{{לינק|קעפל=Nemrut (volcano)|זייטל=Wikipedia|אדרעס=https://en.wikipedia.org/wiki/Nemrut_(volcano)}}}}, ווי אויך א בארג פול מיט אור-אלטע סקולפטורן{{הערה|{{לינק|קעפל=Mount Nemrut|זייטל=Wikipedia|אדרעס=https://en.wikipedia.org/wiki/Mount_Nemrut}}}}.


דאס פארשטעלן נמרוד ווי א יאגד-העלד האט געברענגט דאס אז זיין נאמען ווערט גענוצט פאר קריגס געצייג. "נמרוד" איז דער נאמען פון בריטישע קריגס שיפן, בריטישער קריגס און אויסשפיר פליגער, און א איזראעלישער אנטי-טאנק מיסיל{{הערה|זע {{לינק|קעפל=Nimrod (disambiguation) § Military|זייטל=Wikipedia|אדרעס=https://en.wikipedia.org/wiki/Nimrod_(disambiguation)#Military}}.}}.


==ביבליאגראפיע==
*{{אנקער|וינברג|{{אוצר החכמה|רבי אברהם יהושע העשל וויינבערג|אוצר ערכי התורה באהלי יששכר|105567|קעפל=אמרפל נמרוד|באנד=ג|מקום הוצאה=בני ברק|שנת הוצאה=תשל"ג|עמ=156-167}}}}
*{{היברובוקס|אהרן ראזמארין|אברהם אבינו'ס לעבן און שאפונג|2124|page=26|מקום הוצאה=ניו יארק|שנת הוצאה=תשכ"ד|עמ=19 א"וו}}




==דרויסנדיגע לינקס==
* {{אנצ דעת|1058}}
* {{אנצ יהודית|11548-nimrod|Nimrod}}
* [https://www.mayim.org.il/?parasha=אברהם-ונמרוד אברהם ונמרוד] אויף מחלקי המים זייטל


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}
{{אילן יוחסין של דמויות ספר בראשית}}
[[קאַטעגאָריע:פערזאנען אין ספר בראשית]]
[[קאַטעגאָריע:אברהם]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:גוי'אישע קעניגן אין תנ"ך]]
[[קאַטעגאָריע:פרשת נח]]
[[he:נמרוד]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 03:46, 1 אקטאבער 2025

נִמְרוֹד ווערט דערמאנט אין ספר בראשית און אין דברי הימים אלס א זון פון כוש, און דעריבער אן אייניקל פון נח, וואס האט איז געווען א קעניג אין א צאל שטעט אין ארץ שִׁנְעָר. דער תורה שטעלט אים פאָר אז "ער האט אנגעהויבן זיין א העלד אויפ'ן וועלט; ער איז געווען א יאגד-העלד פאַר גא-ט". חז"ל זאגן אז ער האט צוגערעדט זיינע בירגער צו ווידערשפּעניגן אין באשעפער, און בויען דעם מגדל בבל.

נמרוד
תקופה תקופת בני נח
בתנ"ך בראשית י, ח–י; דברי הימים א' א, י
בילד פון נמרוד, פון 1679 בוך טוריס בבל פון אַטהאַנאַסיוס קירטשער

אין תנ"ך

נמרוד ערשיינט אין פרשת נח צווישן די דורות פון נח, און אויך אין דברי הימים א' א. ער ווערט דערמאנט אלס דער זון פון כוש, אייניקל פון חם, און אור-אייניקל פון נח:

 וְכוּשׁ יָלַד אֶת נִמְרֹד, הוּא הֵחֵל לִהְיוֹת גִּבֹּר בָּאָרֶץ;
הוּא הָיָה גִבֹּר צַיִד לִפְנֵי ה', עַל כֵּן יֵאָמַר כְּנִמְרֹד גִּבּוֹר צַיִד לִפְנֵי ה';
וַתְּהִי רֵאשִׁית מַמְלַכְתּוֹ בָּבֶל וְאֶרֶךְ וְאַכַּד וְכַלְנֵה, בְּאֶרֶץ שִׁנְעָר.

אנדערש ווי די אנדערע אייניקלעך פון נח ווערט נישט בלויז דערמאנט נמרוד'ס נאמען, נאר אויך איינצלהייטן פון זיין לעבן. ער איז געווען א יאגד-העלד, און "ראשית ממלכתו" – די אנהייב פון זיין קעניגרייך – איז געווען בבל, ארך, אכד, און כלנה אין ארץ שנער. "ראשית ממלכתו" איז אן אייגנארטיגע לשון וואס מ'טרעפט נישט אנדערשוואו, און די ווערטער מיינען אז ער האט געהערשט איבער די שטעט און מסתמא האט ער זיי אויך געבויט[1].

פון די לשון הפסוק " מִן הָאָרֶץ הַהִוא יָצָא אַשּׁוּר" (בראשית י, יא) איז אומקלאר ווער, נמרוד צו אשור בן שם, איז ארויס פון שנער און געבויט אינעם לאנד אשור די שטעט נינוה, כלח, רסן, און רחובות עיר. תרגום אונקלוס[2], תרגום ירושלמי, רש"י, און נאך לערנען אז אשור איז ארויס פון ארץ שנער און געבויט די שטעט, און טייל לייגן צו אז זיין גיין איז געקומען פון קעגנערשאפט צו נמרוד און די דור הפלגה; ווידער תרגום יונתן[2.1], דער רמב"ן, און אנדערע לערנען אז נמרוד האט אויסגעברייטערט זיין קעניגרייך קיין אשור.

אין מיכה ה, ו, איז משמע אז "ארץ נמרוד" איז א סינאנים צו אשור, וואס שטימט מיט דער מיינונג אז נמרוד האט דארט געבויט שטעט[3]; אבער א צאל מפרשים, ווי רש"י און דער רד"ק[4], טייטשן אז "ארץ נמרוד" באציט זיך צו בבל[5].

אין מדרש

די ווערטער "לפני ה'" (בראשית י, ט) וואס שטייט ביי נמרוד ווערט אויסגעטייטשט דורך חז"ל אז ער האט געזינדיגט להכעיס; ער איז געווען א "מכיר את בוראו ומתכוון למרוד בו", איינער וואס קען ווייסט ס'איז דא א גא-ט און צילט ווידערצושפעניגן אין אים[6][7]. זיין נאמען "נמרוד" ווערט אויסגעטייטשט פון דעם לשון "מרידה", ער האט ווידערגעשפּעניגט אין גא-ט און געמאכט אנדערע ווידערשפעניגן, און מיט זיין שארפן צונג אפגערעדט מענטשן פון דינען גא-ט[8][7.1].

 
נמרוד קעגן דעם הינטערגרונד פון בבל טורעם, אויל מאלעריי פון די 17'טע יארהונדערט

חז"ל באצייכענען נמרוד אלס דער וואס האט צוגערעדט זיין דור צו בויען דען מגדל בבל, אויסנוצנדיג די גרויסקייט וואס גא-ט האט אים געגעבן ווידערצושפעניגן אין אים[9]. מגדל בבל וועט אנגערופן אין מסכת עבודה זרה "בית נמרוד", און די גמרא זאגט אז די שטיינער דערפון איז מותר בהנאה ווי אן "עבודת כוכבים שהניחוה עובדיה בשעת שלום". און כאטש וואס בשעת גא-ט האט זיי פארשפרייט איז געווען ווי א שעת מלחמה, איז דאס אז זיי זענען נישט צוריקגעקומען א ראיה אז זיי האבן עס מבטל געווען[10].

חז"ל'ס נעגאטיווע בליק אויף נמרוד ערשיינט אויך אין אנדערע חיבורים פון זמן בית שני. פילון האלכסנדרי שרייבט אז נמרוד איז געווען א זינדיגער וואס האט זיך קעגנגעשטעלט גא-ט, טייטשנדיג "לפני ה'" – "אנטקעגן גא-ט". ער שרייבט אז נמרוד קען באצייכנט ווערן אז דער ערשטער אין הויפט זינדיגער, און ווייזט אן אז זיין נאמען באדייט "ווידערשפעניגן"[11]. יוסף בן מתתיהו שילדערט נמרוד ווי איינער וואס אפגערעדט די מענטשהייט פון דינען גא-ט, און גלייבן אז זייער מאכט איז דאס וואס ברענגט זייער גליק. ער האט צוביסלעך געברענגט די מענטשהייט אונטער זיין טיראניע, און זיי צוגערעדט צו בויען דעם מגדל בבל זיך צו באשיצן דארט פון א צוקונפטיגן מבול[12]

אנדערש איז דער מיינונג פונעם אבן עזרא, וואס טייטשט דעם פסוק "לפני ה'" אז נמרוד פלעגט פאנגען בעלי חיים זיי מקריב צו זיין פאר אן עולה לה'[7.2]. דער רמב"ן דינגט זיך שטארק אויף אים, זאגנדיג אז ער איז מצדיק דעם רשע[7.3].

אין בראשית רבה, פרשה ל"ח, פסקה י"ג ווערט געשילדערט די געשיכטע פון אברהם און זיין פאטער תרח'ס געשעפט פון אפגעטער, אין וועלכער נמרוד באפעלט אריינצואווארפן אברהם אין קאלך-אויוון, פון וועלכן אברהם ווערט געראטעוועט בנס. די גמרא דערציילט אז נמרוד האט דורכאויס יענע געשיכטע איינגעשפארט אברהם, אין שטאט כותא במשך דריי יאר, און זיבן אין קדרו[13]. ווען אברהם איז ארויס לעבעדיג פון קאלך-אויוון האבן אלע קעניגן אים געגעבן א מתנה, און נמרוד האט אים געגעבן אליעזר[14]

חז"ל זאגן אז נמרוד "אמרפל מלך שנער" וואס ווערט דערמאנט אין בראשית יד. זיין נאמען "אמרפל" ווערט גע'דרש'נט אויף עטליכע וועגן: "שאמר והפיל", ער האט געהייסן און אריינגעווארפן אברהם אין קאלך-אויוון[8], אדער "אמר אפל", זיינע רייד זענען פינסטער[15].

אין פרקי דרבי אליעזר ווערט דערציילט אז די "כתנות עור" וואס דער אייבערשטער האט געמאכט פאר אדם און חוה (בראשית ג, כא) זענען געווען מיט נח אין דער תיבה, און חם האט עס גע'ירש'נט און עס ווייטער געגעבן צו נמרוד. ווען נמרוד האט געטראגן די קליידער האבן אלע חיות געפאלן צו זיינע פיס, און די מענטשן האבן געמיינט אז דאס איז צוליב זיין גרויסער כוח, און זיי האבן אים געקרוינט אלס קעניג. שפעטער איז איז נמרוד ערמארדעט געווארן דורך עשו ווען יענער האט בארויבט נמרוד זיין ספעציעלע קליידער, ווי עס ווערט אויך געברענגט אין אנדערע מדרשים[16], און די זענען די "בגדי עשיו החמודות"[17].

אין ספר הישר

אין ספר הישר ווערט פארברייטערט נמרוד'ס לעבן און שאפן. נמרוד איז געבוירן געווארן צו כוש אויף דער עלטער, און כוש האט אים ליב געהאט און געגעבן די "כתנות עור" וואס ער האט באקומען פון חם, וועלכע האט זיי גע'גנב'עט פון נח. ביי די צוואנציג יאר האט ער אנגעטון די "כתנות עור" און געווארן מיט זיי א גרויסער יעגער, פאנגנדיג חיות מקריב צו זיין קרבנות פאר'ן באשעפער. ווען ער איז אלט געווען פערציג יאר איז פארגעקומען א קריג צווישן די בני חם און די בני יפת, און נמרוד האט צוזאמענגענומען 540 לייט, פאמיליע און פריינט, באזיגט די בני יפת, און געווארן דער קעניג איבער אלע בני נח. אלס קעניג איז ער געווארן זייער א זינדיגער, און ער האט געהאט א זון "מרדון" וואס איז געווען נאך זינדיגער פון אים. ער האט באפוילן דאס בויען פון מגדל בבל, און ווען דאס איז צעשטערט געווארן האט ער באקומען דעם נאמען "אמרפל", וואס קומט פון "אמר נפל", זיין באפוילענע ווערק (מגדל בבל) איז געפאלן.

תרח איז געווען נמרוד'ס הויפט גענעראל, און ווען אברם איז געבוירן געווארן אויף תרח'ס עלטער, זענען נמרוד אין זיינע לייט אים געקומען גראטולירן. יענע נאכט האבן נמרוד'ס חרטומים געזען א גרויסן שטערן קומען פון מזרח, לויפט איבער'ן הימל און שלינגט איין פיר שטערנס. זיי האבן דאס אויסגעטייטש אויף אברם, אז ער וועט אויסוואקסן און זיך מערן און איבערנעמען די וועלט. זיי האבן עס דערציילט פאר נמרוד, און ער האט פארלאנגט אז תרח זאל אים איבערגעבן אברם פאר געלט. ווען תרח האט זיך קעגנגעשטעלט איז נמרוד געווארן זייער בייז, דאן האט תרח אים געגעבן א קנעכט'ס קינד און איינגערעדט אז דאס איז אברם, ווען אברם ווערט באהאלטן אין א הייל פאר צען יאר. נאך וואס אברם איז ארויס פונעם קאלך-אויוון האט נמרוד געהאט א חלום וואס האט פאראויסגעזאגט זיין דורכפאל ביי דער מלחמה אין עמק השידים, און נמרוד האט אים געוואלט אומברענגען, נאר אברם איז באצייטנס אנטלאפן קיין ארץ כנען. נמרוד איז אלט געווען 215 יאר ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך עשיו.

היסטארישע אידענטיטעט

היסטאריקער, אָריענטאַליסטיקער, און אַסיריאָלאָגן זוכן שוין לאנג א פארבינדונג צווישן נמרוד פון דער תורה און היסטארישע פערזאנען אין בבל און ארום, אבער קיין קעניג מיט'ן נאמען נמרוד אדער אן ענליכן נאמען געפינט מען נישט אין קיין איינע פון די עלטערע און צאלרייכע היסטארישע שומערישע, אַקאַדישע, אשורישע אדער בבלישע קעניגן-ליסטעס. עס ווערט אויך נישט דערמאנט א נאמען נמרוד אין קיין אנדערע שריפטן פון מעסאָפּאָטאַמיע אדער אירע שכנים, אין סיי וועלכן קאנטעקסט, אין די בראָנז-צייט, אייזן-צייט, אדער פאר-קריסטליכע קלאסישע עפאכע.

עס זעט אויס אז די געשיכטע פון נמרוד באציען זיך צו דער שפעטער בראָנז-צייט, וויבאלד די תורה דערמאנט די שטעט "ארך" און "אכד". דער חורבן פון דעם שטאט "אכד" און דער צוזאמפאל פון איר קייזערטום איז פארגעקומען ארום 2200–2154 פצ"ר (לויט דער לאנגער כראנאלאגיע), און "ארך" (שומעריש-אַקאַדיש "אורוק") האט פארלוירן איר וויכטיגקייט אַרום 2000 פצ"ר צוליב קאמפן צווישן איסין, אור, לאַרסאַ, און עילם[18].

א צאל פרואוון אים צו פארבינדן מיט היסטארישע פערזאנען זענען געמאכט געווארן, אבער אן ערפאלג.

דער קריסטלעכער בישאף אייסעביוס פון קייסאריע (4'טער יארהונדערט למספרם), ברענגט פונעם בבלישן היסטאריקער בעראָסוס (3'טן יארהונדערט פצ"ר) אז דער ערשטער קעניג נאכן מבול איז געווען אייעכאָיאָס פון כאַלדאַ (כאַלדאַ איז א קליין שטאַט אין דרום-מזרח מעסאָפּאָטאַמיע וואס איז געגרינדעט געווארן שפעט אין 9'טן יארהונדערט פצ"ר), און האט אים אידענטיפיצירט מיט נמרוד. די זעלבע האט געהאלטן דזשארדזש סינקעלוס ארום 800 למספרם.

אבער פונקט ווי נמרוד, געפינט זיך קיין קעניג מיטן נאמען "אייעכאיאס" נישט אין קיין מעסאפּאטאמישע רעקארדס. שפעטערע סומעראָלאָגן האבן פארגעשלאגן צו פארבינדן אייעכאיאס מיט'ן גרינדער פון אורוק וואס איז באקאנט פון קיילנשריפט דאקומענטן אלס "ענמערקאַר" (ענ')[19]. דעיוויד ראָל האלט טאקע אז נמרוד איז דער ענמערקאַר, און ברענגט דערצו נאך עטליכע ראיות; די געשיכטע פון "ענמערקאַר און דער האר פון אַראַטאַ"[20] טראגט עטליכע ענליכקייטן צו דער מעשה פון נמרוד און מגדל בבל, און דער "-קאַר" סופיקס אין ענמערקאַר מיינט א "יעגער", א פאך מיט וואס די תורה באצייכנט נמרוד. ער האלט אויך אז דאס שטאט ערידו נעבן אור איז דער אריגינעלער בבל, און אז דער אומגעפארטיגטער זיגוראַט אויפ'ן ארט אין מגדל בבל[21].

אין יאר 1920, האט דזש. די. פּרינס פארגעשלאגן אז נימרוד קען מעגליך זיין פארבונדן מיט לוגאַל-באַנדאַ, א לעגענדארער סומערישער קעניג וואס האט געקעניגט אין שטאט מאַראַד. ער האט באמערקט, אז די שטאט מאראד איז אויך געווען פארבונדן מיט א געשטאלט וואס מ'האט גערופן "האר ני", און "ני (פון) מאראד" קען מעגליך האבן אפגעהיטן אן אלטן זכרון פון נימרוד אין דער מעסאָפּאָטאַמישער טרדיציע[22]. טייל האבן באמערקט, אז עס זענען דא ענליכקייטן צווישן דעם תורה'דיגן נימרוד און א מעסאפאטאמישן אפגא-ט מיטן נאמען נינורטאַ, וועלכע ווערט באצייכנט ווי א שטארקער קעמפער. זיי שפעקולירן אז עס קען מעגליך זיין א שייכות צווישן זיי אין נאמען אדער אין זכרון[23][24].

געוויסע געלערנטע, ווי דזשאָרדזש ראַולינסאָן, האבן גע'טענה'ט אז נימרוד קען זיין דער זעלבער ווי א לעגענדארער בבלישער געשטאלט וואס ווערט דערמאנט ביי גריכישע און רוימישע היסטאריקער אלס "בילוס" (גריכיש: Βῆλος; לאטיין: Belus). זיי האבן געפונען פארבינדונגען צו נעמען וואס זענען געפונען געווארן אין אויפשריפטן, ווי צום ביישפיל "בעל-ניברו", וואס זיי האבן געזען ווי א באווייז צו זייער טענה. ענליכע געדאנקען געפונען זיך אין מיטל-עלטער קריסטליכע און ארמענישע היסטארישע ווערק וואס מישן צוזאמען די תורה מיט אלטע לעגענדעס[25].

אן אלטע טעאריע האט פארבונדן נימרוד מיט גילגאַמעש, א יעגער און בויער פון שטעט אין בבלישע לעגענדעס. די פריע פארשער האבן אומריכטיג געליינט גילגאַמעש'ס נאמען אלס "איזדובאר", וואס קלינגט עטוואס ענליך צו נימרוד. אבער שפעטערדיגע אויפדעקונגען האבן געוויזן אז "איזדובאר" איז געווען א גרייזיגע ליינונג פון גילגאַמעש'ס נאמען. אן אנדער טעאריע פארבינדט נימרוד מיט מְרוֹדָךְ, דער הויפט אפגא-ט פון בבל, וואס איז אויך באטראכט געווארן אלס א יעגער און קעניג. טייל אלטע שריפטן האבן געוויזן מרודכ'ס נאמען אין א פארעם וואס האט געקלונגען ענליך צו נימרוד[26].

יגאל לעווין האלט אז נימרוד רעפרעזענטירט א גרויסן קעניג ווי למשל סרגון דער ערשטער אדער זיין אייניקל נאַראַם-סין. מען געדענקט אים אלס א שטארקן פירער וואס האט געקעניגט אין די צייטן קורץ נאכן מבול[27].

אינדרויסן פון אידישקייט

לעגענדעס וועגן נמרוד געפינען זיך אין פריע קריסטליכע ליטעראטור, בפרט אין אראבישע, סירישע, און עטיאָפּישע טראדיציעס. פריע אראבישע חיבורים באשרייבן די שטעט וואס ער האט געבויט, אויסרעכענענדיג "האַדאַניון" (אידענטיפיקאציע נישט קלאר), אלסר, סעלעאוקיע (איראק), אקטיספון, "רוהין", אַטראַפּאַטענע (צפון-מערב איראן), און "טעלאַלאַן". לויט זיי האט ער אנגעהויבן זיין 69-יעריגע מלוכה ווען רעו איז געווען 163 יאר אלט, און ער האט אויך געבויט נציבין, ראַהאַ (היינט עדסאַ אין אורפאַ, טערקיי), און חרן ווען פלג איז געווען 50 יאָר אַלט. ער ווערט געשילדערט ווי דער ערשטער וואס האט געטראגן א קרוין און דער וואס האט איינגעפירט עבודה זרה פון פייער, נאכדעם וואס ער האט געלערנט כישוף פון נח'ס א פערטן זון "בוניטער". די ליטעראטור אידענטיפיציר נמרוד מיט דעם אַשורישן קעניג נינוס (גרינדער פון נינווה אין גריכישע היסטאריאגראפיע) אדער מיט זאָראָאַסטער. סירישע און עטיאפישע טראדיציעס ברענגען נאך ענליכע געדאנקען. היראָנימוס (בערך 390) האט אידענטיפיצירט נמרוד'ס ערשטע גרופע שטעט (בבל, ארך, אכד, און כלנה) מיט לאקאציעס אין סיריע ווי איידער אין דרום מעסאפאטאמיע[28].

מוסולמענער היסטאריקער באשרייבן מגדל בבל און די דור הפלגה. טייל אידענטיפיצירן אים ווי דער ערשטער קעניג פון בבל, בשעת אנדערע דערמאנען אן אנדערן "נמרוד", א זון פון כנען וועלכער האט איינגעפירט אַסטראָלאָגיע און געפרואווט צו טויטן אברהם אבינו. דער קוראַן באשרייבט אויך א קאנפליקט צווישן "איבראהים" (אברהם) מיט אן אומבאקאנטן מלך, וועלכער מוסולמענער געלערנטע אידענטיפיצירן מיט נמרוד, וואס איז פאראלעל צו דעם קאנפליקט צווישן אברהם און נמרוד וואס מ'טרעפט אין חז"ל[28].

אן ארמענישע לעגענדע זאגט אז הייאַק, דער ארמענישער שטאם-פאטער, האט באזיגט נמרוד; אן אונגאַרישע טראדיציע רעדט איבער מגדל בבל און נמרוד'ס יעגעריי און לויטעט אז נמרוד'ס צוויי זין זענען די שטאם-פאטערס פון די הונען און די מאַגיאַרן (די אונגערן); און די פינישע עפּאָס "קאַלעוואַלאַ" פארבינדט דעם יעגער-אפגא-ט נייריקי מיט נמרוד[28].

אַלעקסאַנדער היסלאָפּ, אן אנטי-קאטוילישער קריסטליכער שרייבער פון 19טן יאָרהונדערט, האט אין זיין בוך "די צוויי בבל'ס" גע'טענה'ט אז נימרוד איז דער זעלבער ווי "נינוס" פון גריכישע היסטאריאגראפיע. ער האט אים פארבונדן מיט א גאנצער ריי אפגעטער אין דער גאנצער מיטללענדישער וועלט און מיט דעם פערסישן זאָראָאַסטער. ער האט אויך גע'טענה'ט אז נימרוד און זיין ווייב סעמיראַמיס האבן אנגעהויבן געצנדינעריי, און אז די קאטוילישע קירכע איז א טויזנט-יעריגער קאנספיראציע געגרינדעט דורך נמרוד צו פארשפרייטן די געצנדינערישער רעליגיע. שילער האבן אפּגעווארפן די בוכ'ס טענות ווי באזירט אויף א פעלערדיגן פארשטאנד פון די טעקסטן, אבער ווערסיעס פון זיי זענען אנגענומען צווישן געוויסע גרופעס פון עוואַנגעלישע פּראָטעסטאַנטן[28].

א צאל חורבות אין מעסאפאטאמיע האבן באקומען נמרוד'ס נאמען דורך די אראבישע אריינדרינגער אין דעם 8'טן יארהונדערט, אריינגערעכנט די חורבות פון דער אשורישער שטאט קאַלכו ("כלח" פון דער תורה), אין איינקלאנג מיט וואס שטייט אין פסוק אז נמרוד האט זיי געבויט.

אין צפון אמעריקאנער ענגליש איז נמרוד געווארן אן אידיאם פאר א טיפש[29]

די נאמען "נמרוד"

ביי אידן האלט מען זיך אפ פון נוצן דאס נאמען "נמרוד", וויבאלד ער איז געווען א רשע און זיין נאמען ווייזט אויף זיין שלעכטע נאטור, אבער צווישן פרייע אידן איז דער נאמען געווען זייער מצוי אין פארגאנגענהייט[30].

צופוסנס פון חרמון געפונט זיך א שלאס "קאַלאַט נמרוד", און נאנט צו אים איז אויפגעשטעלט געווארן די שטעטל "נמרוד". אין פינף שטאַטן אין אמעריקע זענען פארהאן שטעט וואס טראגן די נאמען נמרוד[31]. אין אנטארקטיקע זענען דא א בארג און אן אייזבארג "נמרוד"[32], ווי אויך האבן אייראפעאישע באזוך אין ניו זינלאנד א נאמען געגעבן א בארג דארט נמרוד[33]. אין טערקיי הייסט א וואולקאן "נעמרוט" נאך נמרוד[34], ווי אויך א בארג פול מיט אור-אלטע סקולפטורן[35].

דאס פארשטעלן נמרוד ווי א יאגד-העלד האט געברענגט דאס אז זיין נאמען ווערט גענוצט פאר קריגס געצייג. "נמרוד" איז דער נאמען פון בריטישע קריגס שיפן, בריטישער קריגס און אויסשפיר פליגער, און א איזראעלישער אנטי-טאנק מיסיל[36].

ביבליאגראפיע


דרויסנדיגע לינקס

  • נמרוד, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
  • "Nimrod", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
  • אברהם ונמרוד אויף מחלקי המים זייטל

רעפערענצן

  1. יהודה קיל, תנ"ך עם פירוש דעת מקרא בראשית, ירושלים, תשל"ז, עמ' רנד (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  2. זע רפאל בנימין פוזן, פרשגן בראשית, ירושלים, תשע"ב (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
    1. זע דארט הערה 132.
  3. זע רמב"ן אויף בראשית י, יא.
  4. אויף מיכה ה, ו.
  5. תנ"ך עם פירוש דעת מקרא כ (תרי עשר ב), ירושלים, תש"נ.
  6. ספרא בחקותי ב, ב.
  7. רש"י בראשית י, ט; רלב"ג דארט.
    1. תרגום ירושלמי דארט.
    2. אבן עזרא דארט.
    3. רמב"ן דארט.
  8. 8.0 8.1 עירובין נג, א.
  9. רש"י בראשית י, ח; חולין פט, א.
  10. עבודה זרה נג, ב.
  11. פילון האלכסנדרי, שמואל בלקין (איבערזעצער), מדרשי פילון, ניו יארק, תשמ"ט, עמ' רכה.
  12. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך א, קאפּיטל ד.
  13. בבא בתרא צא, א.
  14. מסכת סופרים פכ"א ה"ט; וויינבערג "אמרפל נמרוד"
  15. בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ה'.
  16. בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה ט"ז. לויט בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה י"ג האט נמרוד געוואלט הרג'ענען עשו.
  17. פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"ד. דאס ווערט אויך געברענגט באריכות אין ספר הישר.
  18. Harris, Stephen L. (1985). Understanding the Bible. Palo Alto: Mayfield.
  19. Henkelman, Wouter F. M. "The Birth of Gilgamesh". Altertum und Mittelmeerraum: die antike Welt diesseits und jenseits der Levante. p. 819.
  20. "Enmerkar and the lord of Aratta: translation". Etcsl.orinst.ox.ac.uk. Retrieved 12 November 2009.
  21. David Rohl, Legends: The Genesis of Civilization (1998), The Lost Testament (2002)
  22. Prince, J.D. (1920), "A Possible Sumerian Original of the Name Nimrod", Journal of the American Oriental Society.
  23. יעקב קליין, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 79.
  24. Oxford Guide to the Bible. Oxford University Press. 1993. p. 557. ISBN 978-0-19-534095-2.
  25. George Rawlinson, The Seven Great Monarchies of the Ancient Eastern World, or History, Geography, & Antiquities of Chaldaea, Assyria, Babylon, Media, Persia, Parthia and Sassanian or New‑Persian Empire, Volume I (London: John Murray, 1862).
  26. "Nimrod", Encyclopaedia Judaica, 2007.
  27. Levin, Yigal (2002), "Nimrod the Mighty, King of Kish, King of Sumer and Akkad", Vetus Testamentum, vol. 52, no. 3, pp. 350–356, doi:10.1163/156853302760197494; Nimrod, Mighty Hunter and King - Who Was He? - TheTorah.com.
  28. 28.0 28.1 28.2 28.3 Nimrod, Wikipedia.
  29. Steinmetz, Sol (2005). Dictionary of Jewish Usage: A Guide to the Use of Jewish Terms. Rowman & Littlefield. p. 126. ISBN 978-0-7425-4387-4. Retrieved 11 April 2012Garner, Bryan A. (27 August 2009). Garner's Modern American Usage. Oxford University Press. p. 53. ISBN 978-0-19-538275-4. Retrieved 11 April 2012. (פון ענגליש וויקיפעדיע)
  30. זע צב"ש: פ. ש. טרכוש, "דין שמות נכרים לילדי ישראל", שנה בשנה תשל"ה, ירושלים, עמ' 136.
  31. זע Nimrod (disambiguation) § United States, Wikipedia.
  32. זע Nimrod (disambiguation) § Antarctica, Wikipedia.
  33. Mount Nimrod, Wikipedia
  34. Nemrut (volcano), Wikipedia
  35. Mount Nemrut, Wikipedia
  36. זע Nimrod (disambiguation) § Military, Wikipedia.