אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יריחו"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן; צוגעלייגט קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען דורך HotCat) |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = city in the Palestinian National Authority|העב=עיר במערב הירדן, מהיישובים הקדומים בעולם|דייטש=Stadt in den Palästinensischen Autonomiegebieten|}} | |||
[[בילד:Ziko.jpg|קליין|מגדל יריחו]] | [[בילד:Ziko.jpg|קליין|מגדל יריחו]] | ||
[[בילד:Jericho from above.jpg|קליין|יריחו עיר התמרים]] | [[בילד:Jericho from above.jpg|קליין|יריחו עיר התמרים]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 17:26, 26 אקטאבער 2023
יריחו, איז אן אוראלטע שטאט, וואס געפונט זיך אין ארץ ישראל, היינט אין מערב ברעג, און איז קאנטראלירט דורך די פאלעסטינע אויטאנאמיע. די שטאט געפונט זיך אין עמק הירדן, צען קילאמעטער צפון, פון טויטע ים, און די הויכקייט שטייט ביי 250 מעטער אונטערן ים פלאך, וואס מאכט די שטאט אלס נידריגסטע שטאט אין די וועלט.
די היסטאריע פון שטאט איז גאר אן אלטער, לויט די אידישע היסטאריע, ווען די יידן זענען אנגעקומען קיין ארץ כנען, איז יריחו געווען די ערשטע שטאט, וואס יהושע בן נון האט איינגענומען. די ארכעאלאגיע, איז געווען פארנומען יארן, מיט טרעפן און אויספארשן אלטע ארטיקלען אויפגעגראבן אין יריחו.
אין תנ"ך שטייט, אז יהושע האט באשוואוירען די אידן, נישט איבערצובויען די שטאט. אין ספר מלכים ווערט דערמאנט ווי חיאל בית האלי, האט אנגעפאנגען איבערבויען די שטאט, אין די צייטן פון אחאב, און ער האט מיאוס אפגעשניטן.
די שטאט איז א נאמען נאך די כנענים, וואס האבן געדינט די לבנה (ירח).
נאכן מלחמת השחרור, האט אבדאללא קעניג פון ירדן, אנעקסירט די מערב ברעג, צו זיין לאנד ירדן, וואס האט אנגעהאלטן ביז די זעקסטאגיגע מלחמה, ווי צה"ל האט איינגענומען די שטאט.
נאך די אסלא אפמאך, איז יריחו געווען די ערשטע געגנט אריבערצוגיין צו פולע פאלעסטינער קאנטראל, וואס האלט אן ביז היינט, אפילו ביי דער צווייטער אינטיפאדע, האט ישראל געשיקט אירע זעלנער צו פארנעמען שטעט, וואס האבן פאראורזאכט טעראר אטאקעס, און שווערע אומרוען, איז יריחו נישט געטשעפעט געווארן כמעט, און די שטילקייט איז נישט איבערגעריסן געווארן.
די אלטע בית הכנסת אין יריחו, "שלום על ישראל" פון דער 6טער י"ה, איז פארברענט געווארן דורך פאלעסטינע מיליטאנטן דורכאויס די אינטיפאדע.
לויט דער סטאטיסטיק אפטיילונג פון די פאלעסטינע אויטאנאמישע רעגירונג, וואוינען אין יריחו ריכטיק פאר 2003, 19,4000 איינוואוינער, און אין באצירק נאך צוואנציג טויזענט איינוואוינער. די באפעלקערונג אין די געגנט איז די נידריגסטע, פון אלע אנדערע שטעט ווי שכם, ראמאללא, חברון, און די אנדערע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!