אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מוזעאום"
ק (החלפת טקסט – "מוזייען" ב־"מוזעאומס") |
ק (פארראכטן לינקס) |
||
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 2: | שורה 2: | ||
'''מוזעאום''' באדייט אן "אויסשטעלונג" פון אלטע היסטארישע זאכן, וועלכער ציט באזוכער וואס ווילן כאפן א בליק אויף דער פארגאנגענהייט און זען וויאזוי עס האט אויסגעזען דאס לעבן פון אמאל. | '''מוזעאום''' באדייט אן "אויסשטעלונג" פון אלטע היסטארישע זאכן, וועלכער ציט באזוכער וואס ווילן כאפן א בליק אויף דער פארגאנגענהייט און זען וויאזוי עס האט אויסגעזען דאס לעבן פון אמאל. | ||
פון די באקאנטע מוזעאומס זענען, דער [[חורבן אייראפע]] מוזעאום אין [[וואשינגטאן די סי|וואשינגטאן]], דער [[ | פון די באקאנטע מוזעאומס זענען, דער [[חורבן אייראפע]] מוזעאום אין [[וואשינגטאן די סי|וואשינגטאן]], דער [[אמעריקאנער מוזעאום פון נאטירליכער היסטאריע|נאטור-היסטאריע מוזעאום]] און דער [[גוגנהיים אינטערנאציאנאלער מוזעאום]] אין [[ניו יארק]] און דער [[בריטישער מוזעאום]] אין [[לאנדאן]]. | ||
== היסטאריע מוזעאום == | == היסטאריע מוזעאום == | ||
שורה 36: | שורה 36: | ||
א '''מלחמה מוזעאום''' איז א מוזעאום וואו יעדער לאנד טוט ארויסשטעלן זיין היסטאריע און די [[מלחמות]] וואס ער איז אדורך במשך זיין עקזיסטענץ. | א '''מלחמה מוזעאום''' איז א מוזעאום וואו יעדער לאנד טוט ארויסשטעלן זיין היסטאריע און די [[מלחמות]] וואס ער איז אדורך במשך זיין עקזיסטענץ. | ||
אויך טוט מען אויסשטעלן אלע וואָפנס וואס דאס לאַנד פאַרמאָגט. אמאל האט דאס געמיינט א [[ | אויך טוט מען אויסשטעלן אלע וואָפנס וואס דאס לאַנד פאַרמאָגט. אמאל האט דאס געמיינט א [[פאַנצער]], א [[שווערד]] און א שפיז, אבער אין דערי מאדערנעזירטער וועלט טוט מען אויסשטעלן [[מלחמה טאנקען]], [[עראפלאן|עראפלאנען]] אד"ג. יעדער לאנד וויל דערמיט ווייזן זיין כוח. | ||
== באקאנטע מוזעאומס == | == באקאנטע מוזעאומס == |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:07, 28 מערץ 2024
מוזעאום באדייט אן "אויסשטעלונג" פון אלטע היסטארישע זאכן, וועלכער ציט באזוכער וואס ווילן כאפן א בליק אויף דער פארגאנגענהייט און זען וויאזוי עס האט אויסגעזען דאס לעבן פון אמאל.
פון די באקאנטע מוזעאומס זענען, דער חורבן אייראפע מוזעאום אין וואשינגטאן, דער נאטור-היסטאריע מוזעאום און דער גוגנהיים אינטערנאציאנאלער מוזעאום אין ניו יארק און דער בריטישער מוזעאום אין לאנדאן.
היסטאריע מוזעאום
היסטאריע מוזעאום איז א זאמלונג פון פארשידענע היסטארישע זאכן וועלכע טוט פּרעזענטירן א פארגאנגענהייט. אין אסאך שטעט און לענדער וועט מען טרעפן א מוזעאום וואס טוט פרעזענטירן די היסטאריע פון יענער שטאט/לאנד און וויאזוי מען האט געלעבט אין יענעם ספּעציפישן ארט אין די אמאליגע יארן.
אזוי אויך וועט מען טרעפן אין יעדן לאנד מוזעאומס וואס טוען פרעזענטירן די היסטאריע פון פארשידענע אינטערעסאנטע עניינים. צום ביישפיל: א טראנספארטציע מוזעאום, שיף מוזעאום, אדער פון ספעציעלע עטיקס/פעלקער, ווי אן אידישע מוזעאום, להבדיל אן אינדיאנער מוזעאום אא"וו; אויך פון פארשידענע זאכן אינעם לאנד ווי א פאליציי מוזעאום, א פייער מוזעאום. צומאל מאכן די מוזעאומס א ספּעציעלע אויסשטעלונג וואס ציט אסאך באזוכער.
א היסטאריע מוזעאום קען אויך זיין א געוויסער פּלאץ וואס טראגט א היסטארישער ווערד. ווי א הויז וואו עס האט געוואוינט א געוויסער בארימטער פערזענליכקייט, אדער א פלאץ וואו עס איז פארגעקומען א גרויסע באדייטפולע געשעעניש וואס האט עס פארוואנדלט אין א מוזעאום פונעם היסטארישן שטאנדפונקט.
אויך איז דא היסטאריע מוזעאום פון א געוויסע געשעעעניש, טראגעדיע אד"ג, ווי דער חורבן אייראפע מוזעאום אין וואשינגטאן אדער יד ושם אין ארץ ישראל.
מאָלעריי מוזעאום
א מאָלעריי מוזעאום, אדער ווי עס ווערט אנגערופן אן "אַרט מוזעאום", איז א זאמלונג פון מאלערייען און "אויל פעינטינגס" פון הונדערטער יארן און פארשידענע בילדער פון גרויסע באוואוסטע מעלער. אזעלכע מוזעאומס ציען יערליך מיליאנען באזוכער.
אין ניו יארק זענען פארהאן עטליכע באוואוסטע מוזעאומס פון מאלערייען: אין מאנהעטן, די מעטראפאליטען מוזעאום אוו אַרט; אין ברוקלין, די ברוקלין מוזעאום אוו אַרט; אזוי אויך אין קווינס.
אין לאנדאן איז באוואוסט די נאציאנאלע גאלעריע מיט די מערסטע היסטארישע מאלערייען, וועלכע האט נישט קיין אפּשאצונג און איז ווערד ביליאנען.
נאטור מוזעאום
א נאטור מוזעאום באשטייט געווענליך פון אן אויסשטעלונג פון נאטור, ווי צב"ש די וועלטס-היסטאריע, אדער געוויסע וואקסונגען און באשעפענישן, בהמות און חיות אא"וו. צום ביישפיל, א "טיר גארטן" פאר באשעפענישן, אדער א "באָטאַנישער גארטן" פאר פלאנצונגען.
איינער פון די גרעסטע און מערסט-באקאנטסטע נאטור מוזעאומס, געפינט זיך אין מאנהעטן, ניו יארק, אינעם סענטראל פארק, דאס איז דער נאטור-היסטאריע מוזעאום.
מלחמה מוזעאום
א מלחמה מוזעאום איז א מוזעאום וואו יעדער לאנד טוט ארויסשטעלן זיין היסטאריע און די מלחמות וואס ער איז אדורך במשך זיין עקזיסטענץ.
אויך טוט מען אויסשטעלן אלע וואָפנס וואס דאס לאַנד פאַרמאָגט. אמאל האט דאס געמיינט א פאַנצער, א שווערד און א שפיז, אבער אין דערי מאדערנעזירטער וועלט טוט מען אויסשטעלן מלחמה טאנקען, עראפלאנען אד"ג. יעדער לאנד וויל דערמיט ווייזן זיין כוח.
באקאנטע מוזעאומס
עס זענען פארהאן אויף דער וועלט פארשידענע אינטערעסאנטע מוזעאומס וואס ציען אסאך באזוכער.
אין בריטאניע (ענגלאנד) איז דא איינער פון די גרעסטע און עלטסטע מוזעאומס, די בריטישע מוזעאום אין לאנדאן, וועלכער איז געגרינדעט געווארן אין 1752 און געעפנט צום פובליקום אין 1759.
אין די פאראייניגטע שטאטן איז איינגעפירט אז יעדער פרעזידענט, ווען ער ענדיגט דינען זיין טערמין, שטעלט ער זיך אויף א פרעזידענטליכן מוזעאום - אדער ווי מען רופט דאס, א פרעזידענטליכע ביבליאטעק - וואו זיי שטעלן דארט ארויס זייערע דאקומענטן, פילמס און סתם חפצים פון דורכאויס זייער קאדענץ. געוויסע פרעזידענטן לאזן זיך אפילו באערדיגן דארט נאך זייער טויט. דער לעצטער וואס האט דאס געטון איז געווען דער רעפובליקאנער פרעזידענט ראנעלד רעיגן (תרע"א-תשס"ד), וועלכער איז באערדיגט געווארן ביי זיין פרעזידענטליכן מוזעאום אין סיליקאן וואלי קאליפארניע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!