רוי:בריטישער מוזעאום

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בריטישער מוזעאום
British Museum
British Museum from NE 2.JPG
דער בריטישער מוזעאום, באקוקט פון צפון־מזרח
אינפארמאציע
טיפ מענשהייט־היסטאריע מוזעאום
אויפגעשטעלט 1753
אדרעס Great Russell Street, London
(למפת צענטראל לאנדאן רגילה)
Open street map central london.svg|
 
}}
|
בריטישער מוזעאום
בריטישער מוזעאום
}}
לאקאציע אין צענטראל לאנדאן


דער בריטישער מוזעאום איז א מוזעאום פון מענטשליכער היסטאריע און קולטור אין לאנדאן. זיינע קאלעקציעס, וואס זענען סה"כ מער ווי זיבן מיליאן אביעקטן,[1] זענען פון די גרעסטע אין דער וועלט, און שטאמען פון אלע קאנטינענעטן, באשרייבנדיק די געשיכטע פון מענטשליכן קולטור פון זיין אנהייב ביז היינט.

דער בריטישער מוזעאום איז געגרינדעט געווארן אין 1753, באזירט בעיקר אין די קאלעקציעס פון דעם וויסנשאפטלער סיר האנס סלאן. דעם מוזעאום האט מען געעפנט צום ערשטן מאל צום ציבור דעם 15טן יאנואר 1759 אין מאנטאגו הויז, בלומזבורי, אין דעם זעלבן ארט ווי דער מוזעאום געפינט זיך היינט. במשך די פאלגנדע צוויי און א האלב יארהונדערטער האט דער מוזעאום זיך פארגרעסערט און געשאפן פארשידענע צווייג מוזעאומס; דער ערשטער פון זיי איז געווען דער נאטירליכע היסטאריע מוזעאום אין דרום קענזינגטאן אין 1887.

ביז 1997 איז דער בריטישער מוזעאום געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאט א נאציאנאלן מוזעאום פון אנטיקן און א נאציאנאלע ביבליאטעק אין איין געביידע. אין 1997 אבער האט די בריטישע ביבליאטעק זיך געצויגן פון דעם בריטישן מוזעאום צו א נייעם ארט. אזוי ווי אלע נאציאנאלע מוזעאומס אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך, דארף מען נישט באצאלן אריינגיין אינעם מוזעאום.[2] זייט 2002 איז דער דירעקטאר פונעם מוזעאום ניל מאגרעגאר.[3]

חשובע אויסשטעלן

אפטיילן

אפטייל פון אוראלט עגיפטן און סודאן

אפטייל פון גריכנלאנד און רוים

אפטייל פון מיטל־מזרח

אפטייל פון דרוקן און צייכענונגען

דער אפטייל פון דרוקן און צייכענונגען האט די נאציאנאלע זאמלונג פון מערבדיקע דרוקן און צייכענונגען. דער ברייטער ציבור האט א צוטריט צו דער זאמלונג, וואס מ'האט געגרינדעט אין 1870.

עס זענען פאראן גאר שיינע גרופעס פון צייכענונגען פון לעאנארדא דא ווינטשי, ראפאעל, מיקעלאנדזשעלא, דירער, פעטער פאל רובענס, רעמבראנדט און גאיא.

אין דער זאמלונג זענען אומגעפער א מיליאן בריטישע דרוקן.

אפטייל פון פארהיסטאריע און אייראפע

רעפערענצן

  1. "British Museum website". Britishmuseum.org. ‏14טן יוני 2010. Retrieved ‏4טן יולי 2010. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)
  2. "Admission and opening times". British Museum. ‏14טן יוני 2010. Retrieved ‏4טן יולי 2010. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)
  3. "National man for British Museum", BBC News (‏29סטן נאוועמבער 2001). דערגרייכט דעם ‏27סטן אפריל 2010.