רוי:פראנסיסקא גאיא
פראַנסיסקא חאסע דע גאיאַ אי לוסיענטעס (שפּאַניש: Francisco José de Goya y Lucientes; 30סטן מערץ 1746 - 15טן אפריל 1828) איז געווען א שפאנישער מאלער. ער איז געבוירן געווארן אין פוענדעטאדאס (Fuendetodos) לעבן סאראגאסע, און רוב פון זיין לעבן האט ער געוואוינט אין מאדריד. ביי די 13 יארן איז ער געווארן א לערנאינגל ביי א מאלער וואס איז געווען זיין פאטערס א חבר. אין 1771 איז גאיא געפארן זיך פערעפקציאנירן אין רוים, איטאליע, און אין יענעם יאר איז ער צוריקגעקומען אין סאראגאסע און ער האט אנגעהויבן שאפן פרעסקאס אין א קאטעדראל. אין 1773 האט ער געהייראט יאזעפא באַיו.
אין 1775 האט גאיא אנגעהויבן פלאנעווען א רייע פון וואנטגעוועבן פאר דער שפאנישע קעניגליכער פאמיליע. אין די נעקסטע 17 יאר האט ער געשאפן מער ווי 50 אזעלכע וואנטגעוועבן. אין 1780 האט מען אים געוויילט צו דער קעניגליכער אקאדאמיע, און ער איז געווארן דער הויף מאלער פון קארלאס דער דריטער. נאך דער טויט פון קארלאס, ביי דער הערשאפט פון קארלאס דער פערטער איז גאיא געווארן דער הויף מאלער און דער מערסטער בארימטער מאלער אין גאנץ שפאניע.
אין 1792 איז ער געווארן טויב.[1]
אין 1808 האבן די פראנצויזישע קראפטן אונטער נאפאלעאן אינוואדירט שפאניע, און זיי האבן פארטריבן קארלאס פון דעם טראן. גאיגא איז דאך געבליבן דער הויף מאלער, און ער האט געשילדערט דעם האלבאינזל קריג אין די גראוויורן "דעם צווייטן מאי" און "דעם דריטן מאי". אין 1814 זענען די שפאניאלער צוריקגענומען די הערשאפט און דער מלך פערדינאנד דער זיבעטער האט געלאזט גאיא האלטן זיין אמט אין דעם קעניגליכן הויף.
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!