אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים מאיר יחיאל שפירא (נאראל)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
ק (החלפת טקסט – "׳" ב־"'")
שורה 34: שורה 34:


==משפחה==
==משפחה==
זיין איינציגער זון הרב [[בעריש שפירא]], איז געווארן זיין ממלא מקום. ער טיילט זיין צייט צווישן די נאראלער קהילות אין [[בני-ברק]] און אין [[פלעטבוש]], [[ברוקלין]]. רבי בעריש איז אן איידעם ביים קאזלאווער רבי, רבי [[משה רוקח (קאזלאוו)|משה רוקח]]. רבי בעריש׳ס קינדער זענען:
זיין איינציגער זון הרב [[בעריש שפירא]], איז געווארן זיין ממלא מקום. ער טיילט זיין צייט צווישן די נאראלער קהילות אין [[בני-ברק]] און אין [[פלעטבוש]], [[ברוקלין]]. רבי בעריש איז אן איידעם ביים קאזלאווער רבי, רבי [[משה רוקח (קאזלאוו)|משה רוקח]]. רבי בעריש'ס קינדער זענען:


* רבי אהרן - איידעם פון רבי ישכר בעריש אייכנשטיין פון [[זידיטשוב (הויף)|זידיטשוב פתח תקווה]]
* רבי אהרן - איידעם פון רבי ישכר בעריש אייכנשטיין פון [[זידיטשוב (הויף)|זידיטשוב פתח תקווה]]

רעוויזיע פון 04:04, 23 נאוועמבער 2022

הרב חיים מאיר יחיאל שפירא פון נאראל

רבי חיים מאיר יחיאל שפירא (כ' אלול ה'תרס"ז - י"ח תמוז ה'תשס"ז) איז געווען שטאטס רב אין נאראל, גאליציע. ער איז פארטריבן געווארן אין סיביר, נאכדעם איז ער געווארן רב אין סאמארקאנד, בוכארא. נאך דער חורבן אייראפע איז ער געווען א רב אין ניו יארק און שפעטער אין בני ברק.

טייל האבן געהאלטן פון אים ווי א רבי און אין זיינע לעצטע יארן האט מען אים בארעכנט דעם "זקן האדמו"רים".

ביאגראפיע

רבי חיים מאיר יחיאל איז געבוירן געווארן כ' אלול תרס"ז אינעם שטעטל נאראל אין גאליציע. זיין פאטער, ר' דוב בעריש ריינמאן, איז געווען א זון פון הרב שלום ריינמאן, נאראלער רב,[1] און אן איידעם פון הרב שמואל אהרן רובין פון קארטשין, מחבר פונעם ספר "בית אהרן" אויף הלכות גיטין און נאך ספרים. זיין מוטער איז געווען א פינפטער דור פונעם שרף פון מאגלינצא און אן אוראייניקל פונעם שר שלום פון בעלזא. מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין מאמענס פאטער, רבי חיים מאיר יחיאל שפירא פון ראדיכאוו.

אין ה'תרפ"ג איז ער געפארן צום ערשטן מאל קיין בעלז, דארט האט ער געטראפן זיין קרוב דער בעלזער רב. דער רבי האט אים פערזענלעך אויסגעלערנט די וועגן פון חסידות און עבודת הבורא.

געציילטע יארן נאכהער, ווען זיין זיידע דער נאראלער רב איז נפטר געווארן, האט מען אים באקריינט שטאטס רב אין נאראל. ער האט באקומען היתר הוראה פון הרב מנחם זעמבא פון ווארשע און פון נאך רבנים.

נאך דער מלחמה

אין תש"י האט ער אימיגרירט אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. צומערשט האט ער געוואוינט אין בארא פארק, ברוקלין, נאכהער אין איסט סייד פון מאנהאטן. אין א קורצער צייט האט מען אים באשטימט רב פונעם בעלזער שטיבל, און ער האט אנגעהויבן זיינע טעטיקייט פון הרבצת תורה חסד אקטיוויטעטן. צווישן אנדערע, האט ער אראנזשירט שיקן פעקלעך עסן קיין ארץ ישראל, וואס איז דעמאלסט געווען אין א לאגע פון מאנגל.

אין תשל"ב איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין בני ברק. ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש און עוסק געווען כמנהגו אין לערנען תורה, אין פסקענען הלכה און פארשפרייטן חסידות. ער האט אסך עוסק געווען אין דעם ספר "מנחת חינוך" און פלעג געבן א קבועדיגן שיעור אין דעם ספר.

ער איז געווען זייער נאנט צום היינטיגן בעלזער רב, הרב ישכר דוב רוקח, וואס פלעג געבן אים א פלאץ לעבן זיך בשעת ווען ער פירט טיש, און האט צוגעהערט צו זיינע מעשות וועגן די פריערדיקע רביס.

ער איז נפטר געווארן אין בני ברק אין תשס"ז ווען ער איז געווען אלט קרוב צו הונדערט יאר.

נאך זיין פטירה האט בעלזא ארויסגעגעבן דאס ספר הוד קדומים צו זיין אנדענק, דאס ספר אנטהאלט בעיקר דברי תורה פון רבי שמואל אהרן רובין מקארטשין וועגן הכנסת ספר תורה, און חידושי תורה פונעם נאראלער רבין, און זיין לעבנסגעשיכטע, ווי אויך בילדער און דאקומענטן פון זיין לעבן.

זיין ממלא מקום ווי נאראלער רבי איז זיין איינציקער איבערגעבליבענער זון הרב בעריש שפירא, וואס צעטיילט זיין צייט צווישן דער נאראלער קהילה אין בני-ברק און דער נאראלער קהילה אי פלעטבוש, ברוקלין, ניו יארק. רבי בעריש איז אן איידעם ביים קאזלאווער רבי, רבי משה רוקח.

משפחה

זיין איינציגער זון הרב בעריש שפירא, איז געווארן זיין ממלא מקום. ער טיילט זיין צייט צווישן די נאראלער קהילות אין בני-ברק און אין פלעטבוש, ברוקלין. רבי בעריש איז אן איידעם ביים קאזלאווער רבי, רבי משה רוקח. רבי בעריש'ס קינדער זענען:

זיינע איידעמער זענען רבי משה יהושע מיכלאוויטש - בראדער רבי; רבי יעקב צבי מאיר ערליך - קוידאנאווער רבי; און רבי אשר ישעיה רובין - אב"ד פון עבודת ישראל קאזשניץ -סיגייט זון פונעם סוליצער רבי.

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. הרב שלום ריינמאן איז געווען א זון פונעם פריערדיקן נאראלער רב, הרב יצחק משולם זלמן ריינמאן