אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב יוסף פון פולנאה"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 10:51, 22 נאוועמבער 2022
רבי יעקב יוסף (כ"ץ) פון פולנאה זצ"ל גריפן התולדות יעקב יוסף (ה'תנ"ה - ה'תקמ"ב), רב אין פאלאנע. באקאנט אלס דער תולדות.
אפשטאם
איינצלהייטן איבער דער צייט און דעם געבורטסארט פון רבי יעקב יוסף איז דערווייל נישט פאראן, היסטאריקערס שרייבן ער איז געבוירן אומגעפער אין יאר ה'תנ"ה.
רבי יעקב יוסף'ס פאטער האט געהייסן רבי צבי, ער האט געשטאמט פון רבי שמשון אסטראפאלער, רבי יוסף כ"ץ דער פארפאסער פון ספר "יסוד יוסף", און פון די פאמיליע פון רבי יו"ט ליפמאן העלער, דער תוספות יום טוב.
רבנות
רבי יעקב יוסף איז געווען רב אין שאריגראד, ראשקאוו, נעמיראוו און פאלאנע.
הסתלקות
רבי יעקב יוסף איז נפטר געווארן נישט פריער ווי דאס יאר ה'תקמ"ב.
זיין פאמיליע
פון זיינע קינדער:
- הרב אברהם שמשון פון פולנאה ( - י"ח אלול ה'תקנ"ט), רב אין ראשקאוו
- די ווייב פון הרב אברהם דוב בער אויערבאך אב"ד כמעלניק
זיינע ספרים
- תולדות יעקב יוסף
- צפנת פענח
- בן פורת יוסף
- כתונת פסים