אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי זיידא אליעזר זאב ראזנבוים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(געשאַפן בלאַט מיט ''''הרב זיידא אליעזר זאב רוזנבוים''' ( בט"ו בניסן תש"י, 2 באפריל 1950) איז די רבי פון חסידות קרעטשניף-סיגעט. ==לעבנ'ס היסטאריע== ער איז געבורן אין קריית אתא בליל ט"ו בניסן תש"י{{הערה|{{צ-מאמר|שלמה ניימאן|אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס|ק...')
 
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט הרב זיידא אליעזר זאב רויזנבוים צו דרעפט:רבי זיידא אליעזר זאב ראזנבוים איבער א ווייטערפירונג אן לאזן א ווייטערפירונג)

רעוויזיע פון 11:52, 25 אויגוסט 2025

הרב זיידא אליעזר זאב רוזנבוים ( בט"ו בניסן תש"י, 2 באפריל 1950) איז די רבי פון חסידות קרעטשניף-סיגעט.

לעבנ'ס היסטאריע

ער איז געבורן אין קריית אתא בליל ט"ו בניסן תש"י[1] אלס די צווייטע זון פון רבי צבי הירש רוזנבוים און שפרה. ער איז געווען חתנה געהאט צו פרימט די טאכטער פון האדמו"ר רבי יחזקאל שרגא מערץ פוןאמעריקע און ער האט געוואוינט אין ירושלים. נאכדעם וואס זיין ווייב איז אוועק אין כ"ח בסיון תשנ"ח האט ער חתנה געהאט א צווייטע מאל צו די טאכטער פון הרב אפרים פישל בראך אב"ד מאדע און ער האט זיך געצויגן קיין ויליאמסבורג, דארט האט ער געדינט אלץ רב פון קהילת קרעטשניף-סיגעט.

ווען זיין טאטע איז אוועק אום ט"ז באייר תשס"ו איז ער אויפגענימען געווארן אלץ ממלא מקום אביו כאדמו"ר מקרעטשניף-סיגעט אין אמעריקע, און אין יאר תשס"ט האט ער באנייט זיין בית מדרש אין ויליאמסבורג. צי די זייט פון די קהילה אין אמעריקע האט ער אויך געעפנט א קהילה אין ארץ ישראל, מיט בתי מדרשים און ירושלים און בית שמש, אזוי אויך אין לונדון, און קרית יואל.

אין יאר תשע"ו האט ער זיך צעריק געצויגן אין ירושלים, און ער דינגט אבית מדרש איןשכונת בית ישראל. אין יאר תשע"ח האט ער אוועקגעשטעלט און ירושלים די מתיבתא להוראה בשם "נחלת צבי" על שם אביו.

סוף חודש אב תשפ"ה איז ער אריבער א סטראק ביי מנחה ערב שבת פרשת ראה. לויט די הוראה פון הרב יעקב מאיר שכטר האט מען אויפמארגן זינטאג ר"ח אלול אים ציגעלייגט די נאמען 'ברוך' פאר א סגולה.

זיינע דברי תורתו ווערן געדריקט אין קונטרס "רזא דאמונה" (ר"ת רז"א - ז'יידא א'ליעזר ז'אב ר'וזנבוים).

זיין משפחה

זיין ברידער איז הרב ניסן רוזנבוים האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים.

  • זיין זין הרב נפתלי הערצקא יצחק, רב בית המדרש קרעטשניף סיגעט אין בית שמש חתן הרב יהודה ניישלאס אב"ד סערדהאלי.
  • זיין זין הרב יחזקאל שרגא, רב בית המדרש קרעטשניף סיגעט אין ויליאמסבורג.
  • זיין זין הרב ניסן חיים מרדכי, משפיע בחסידות ברסלב.
  • זיין זין הרב מאיר אריה לייב, חתן האדמו"ר משנדישוב.
  • זיין זין הרב יואל זוסמאן, חתן רבי חיים ברוך לייפער האדמו"ר מבישטינא קנדה.
  • זיין איידעם הרב דוד צבי קאהן, בן רבי שמואל יעקב קאהן מתולדות אברהם יצחק, רב בית המדרש תולדות אברהם יצחק בית שמש.
  • בתו חיה אסתר, חתנה געהאט צו רב אהרן קאהן, בן רבי דוד קאהן מתולדות אהרן, רב בית המדרש תולדות אהרן במונסי.
  • זיין איידעם הרב חיים אליהו יואל אילאוויטש, בן הרב יצחק יעקב אילאוויטש רב קהילת יעמרינג בוילאמסבורג.
  • זיין איידעם הרב חיים מאיר שנייבאלג אב"ד סטרעליסק בן רבי משה האדמו"ר מטשרנוביץ בן רבי מנחם מנדל שנייבלג ראב"ד מנשסתר.
  • זיין איידעם הרב משה שמואל הלוי רוטנברג בן הרב יעקב רוטנברג רב קהילת סאלקא במונסי.
מזיווגו השני
  • זיין איידעם הרב אהרן טייטלבוים בן הרב משה טייטלבוים[2].

הערות שוליים

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 64 (יידיש).
  2. בן הרב יוסף דוד טייטלבוים האדמו"ר מסאסוב, וחתן הרב אריה רוזנפלד האדמו"ר מפינסק קרלין.



עץ משפחת ברוין
מוסטער:עץ משפחת ברוין

קטגוריה:המכלול: ערכים שנוצרו במכלול קטגוריה:אדמו"רי קרטשניף קטגוריה:ישראלים שנולדו ב-1950 קטגוריה:משפחת רוזנבוים קטגוריה:ירושלים: אדמו"רים קטגוריה:משפחת ברוין קטגוריה:משפחת מערץ