אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל לאנדא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 13: שורה 13:
| געבורט דאטום = אויגוסט 22, 1980
| געבורט דאטום = אויגוסט 22, 1980
}}
}}
'''יואל לאנדא''' איז א [[וויליאמסבורג]]ער אונטערנעמער און פילאנטראפ, נוירסינג-האום מאגנאט און [[סאטמאר (חסידות)|סאטמארער]] חסיד. ער איז דער גרינדער פון עטליכע העלט-קעיר פירמעס, און פון 'קרן תוספות יום טוב' ארגאניזאציע, און פיאנער פון 'וויליאמסבורג חלוקות'.
'''יואל לאנדא''' איז א [[וויליאמסבורג]]ער אונטערנעמער און פילאנטראפ, נוירסינג-האום מאגנאט און [[סאטמאר (חסידות)|סאטמארער]] חסיד. ער איז דער גרינדער פון עטליכע העלט-קעיר פירמעס, און פון 'קרן תוספות יום טוב' ארגאניזאציע, און פיאנער פון 'וויליאמסבורג חלוקות'. לאנדא'ס ווערט איז געשאצט צו זיין ארום א האלב א ביליאן דאלער.


== ביאגראפיע ==
== ביאגראפיע ==
שורה 36: שורה 36:
אין 2015 האבן לאנדא און די אלור גרופע אויך געקויפט די 'ריווינגטאן הויז', אן אומפונקציאנירנדע און כמעט ליידיגע נורסינג-היים אין [[לאוער איסט סייד|לאוער-איסט-סייט]] מאנהעטן פאר $28 מיליאן<ref name="ReferenceA">{{cite news|title=Appendices for Examination of the City's Removal of the Deed Restriction at 45 Rivington Street in Manhattan|date=July 2016|url=https://www.nyc.gov/assets/doi/reports/pdf/2016/2016-07-14-Pr22rivington.pdf|publisher=New York City Department of Investigation}}</ref>. די פראפערטי איז געקומען מיט א באגרעניצונג אז דאס האט נישט געטארט ווערן דעוועלאפט נאר האט געמוזט ווערן גענוצט פאר נאן-פּראפיט רעזידענטשל העלט-קעיר<ref name=nyt>{{NYT|David Goodman|How New York Allowed Gentrification for $16 Million|2016/03/31/nyregion/nursing-homes-sale-to-condo-developer-raises-questions-for-city.html|March 30, 2016}}</ref>. טראץ דעם איז די באגרעניצונג אוועקגענומען דורך די סיטי פון ניו יארק, וואס האט ערמעגליכט לאנדא צו פארקויפן די פראפערטי פאר $116 מיליאן צו לוקסעריעזע-קאנדאמיניומס דעוועלאפּערס אין 2016<ref name="ReferenceA"/>{{הערה|{{NYT|J. David Goodman|New York Officials Were Warned About Lifting Nursing Home’s Deed Limits, Report Says|2016/07/15/nyregion/new-york-officials-were-warned-about-lifting-nursing-homes-deed-limits-report-says.html|יולי 14, 2016}};{{ש}}{{לינק|שרייבער=Laura Nahmias|קעפל=De Blasio faults policy, not staff, for Rivington deal|זייטל=Politico|דאטום=יולי 14, 2016|אדרעס=https://www.politico.com/states/new-york/city-hall/story/2016/07/de-blasio-faults-policy-not-staff-for-rivington-deal-103870}}}}. דער פארקויף איז אפּראווד געווארן טראץ לאנדא איז געווען שולדיג 6 מיליאן דאלאר אין שטייערן פאר דער שטאט{{הערה|{{Cite web|first1= Melissa |last1=Klein |first2= Aaron|last2=Short |first3= Isabel|last3=Vincent |title=Paterson was paid consultant to firm that flipped nursing home |publisher=[[The New York Post]]|date=April 10, 2016  |url=https://nypost.com/2016/04/10/paterson-was-paid-consultant-to-firm-that-flipped-nursing-home/}}|כיוון=שמאל}}. דער ניו יארק סיטי קאמפטראלער ברעד לענדער האט ארויסגעשטעלט א רייע באשולדינגען אויף די סיטי און אויף לאנדא דערוועגן{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://comptroller.nyc.gov/reports/report-of-the-new-york-city-comptroller-on-the-sale-of-two-deed-restrictions-governing-property-located-at-45-rivington-street/.”|קעפל=Report of the New York City Comptroller on the Sale of Two Deed Restrictions Governing Property Located At 45 Rivington Street|דאטום=August 1, 2016}}|כיוון=שמאל}}, און אין 2018 האט לאנדא באוויליגט צו באצאלן צוויי מיליאן דאלער אין שטראפן און נדבות פאר וואוילטעטיגע צוועקן, אין א שליכטונג מיט ניו יארק סטעיט [[אטורני גענעראל]] עריק שניידערמאן{{הערה|{{לינק|שרייבער=Zoe Rosenberg|קעפל=Rivington House investigation culminates with Attorney General, Allure Group settlement|זייטל=Curbed NY|דאטום=יאנואר 8, 2018|אדרעס=https://ny.curbed.com/2018/1/8/16862756/rivington-house-allure-group-settlement-attorney-general}};{{ש}}{{לינק|שרייבער=Jonathan LaMantia|קעפל=Nursing home chain looks to future after scandal|זייטל=Crain's New York Business|דאטום=January 16, 2018|אדרעס=https://www.crainsnewyork.com/article/20180117/HEALTH_CARE/180119920/nursing-home-chain-allure-group-looks-to-future-after-scandal}}|כיוון=שמאל}}. טיש דזשעימס האט, צוליב די קאנטראווערסיע, צוריקגעוויזן א $10,000 דאנאציע פון לאנדא{{הערה|{{TRD|Will Parker|Tish James refunds $10K contribution from Rivington House’s Joel Landau|2018/09/06/tish-james-refunds-10k-contribution-from-rivington-houses-joel-landau/|Sep 6, 2018}}}}.
אין 2015 האבן לאנדא און די אלור גרופע אויך געקויפט די 'ריווינגטאן הויז', אן אומפונקציאנירנדע און כמעט ליידיגע נורסינג-היים אין [[לאוער איסט סייד|לאוער-איסט-סייט]] מאנהעטן פאר $28 מיליאן<ref name="ReferenceA">{{cite news|title=Appendices for Examination of the City's Removal of the Deed Restriction at 45 Rivington Street in Manhattan|date=July 2016|url=https://www.nyc.gov/assets/doi/reports/pdf/2016/2016-07-14-Pr22rivington.pdf|publisher=New York City Department of Investigation}}</ref>. די פראפערטי איז געקומען מיט א באגרעניצונג אז דאס האט נישט געטארט ווערן דעוועלאפט נאר האט געמוזט ווערן גענוצט פאר נאן-פּראפיט רעזידענטשל העלט-קעיר<ref name=nyt>{{NYT|David Goodman|How New York Allowed Gentrification for $16 Million|2016/03/31/nyregion/nursing-homes-sale-to-condo-developer-raises-questions-for-city.html|March 30, 2016}}</ref>. טראץ דעם איז די באגרעניצונג אוועקגענומען דורך די סיטי פון ניו יארק, וואס האט ערמעגליכט לאנדא צו פארקויפן די פראפערטי פאר $116 מיליאן צו לוקסעריעזע-קאנדאמיניומס דעוועלאפּערס אין 2016<ref name="ReferenceA"/>{{הערה|{{NYT|J. David Goodman|New York Officials Were Warned About Lifting Nursing Home’s Deed Limits, Report Says|2016/07/15/nyregion/new-york-officials-were-warned-about-lifting-nursing-homes-deed-limits-report-says.html|יולי 14, 2016}};{{ש}}{{לינק|שרייבער=Laura Nahmias|קעפל=De Blasio faults policy, not staff, for Rivington deal|זייטל=Politico|דאטום=יולי 14, 2016|אדרעס=https://www.politico.com/states/new-york/city-hall/story/2016/07/de-blasio-faults-policy-not-staff-for-rivington-deal-103870}}}}. דער פארקויף איז אפּראווד געווארן טראץ לאנדא איז געווען שולדיג 6 מיליאן דאלאר אין שטייערן פאר דער שטאט{{הערה|{{Cite web|first1= Melissa |last1=Klein |first2= Aaron|last2=Short |first3= Isabel|last3=Vincent |title=Paterson was paid consultant to firm that flipped nursing home |publisher=[[The New York Post]]|date=April 10, 2016  |url=https://nypost.com/2016/04/10/paterson-was-paid-consultant-to-firm-that-flipped-nursing-home/}}|כיוון=שמאל}}. דער ניו יארק סיטי קאמפטראלער ברעד לענדער האט ארויסגעשטעלט א רייע באשולדינגען אויף די סיטי און אויף לאנדא דערוועגן{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://comptroller.nyc.gov/reports/report-of-the-new-york-city-comptroller-on-the-sale-of-two-deed-restrictions-governing-property-located-at-45-rivington-street/.”|קעפל=Report of the New York City Comptroller on the Sale of Two Deed Restrictions Governing Property Located At 45 Rivington Street|דאטום=August 1, 2016}}|כיוון=שמאל}}, און אין 2018 האט לאנדא באוויליגט צו באצאלן צוויי מיליאן דאלער אין שטראפן און נדבות פאר וואוילטעטיגע צוועקן, אין א שליכטונג מיט ניו יארק סטעיט [[אטורני גענעראל]] עריק שניידערמאן{{הערה|{{לינק|שרייבער=Zoe Rosenberg|קעפל=Rivington House investigation culminates with Attorney General, Allure Group settlement|זייטל=Curbed NY|דאטום=יאנואר 8, 2018|אדרעס=https://ny.curbed.com/2018/1/8/16862756/rivington-house-allure-group-settlement-attorney-general}};{{ש}}{{לינק|שרייבער=Jonathan LaMantia|קעפל=Nursing home chain looks to future after scandal|זייטל=Crain's New York Business|דאטום=January 16, 2018|אדרעס=https://www.crainsnewyork.com/article/20180117/HEALTH_CARE/180119920/nursing-home-chain-allure-group-looks-to-future-after-scandal}}|כיוון=שמאל}}. טיש דזשעימס האט, צוליב די קאנטראווערסיע, צוריקגעוויזן א $10,000 דאנאציע פון לאנדא{{הערה|{{TRD|Will Parker|Tish James refunds $10K contribution from Rivington House’s Joel Landau|2018/09/06/tish-james-refunds-10k-contribution-from-rivington-houses-joel-landau/|Sep 6, 2018}}}}.


דורכאויס די [[קאוויד-19 פאנדעמיק]] איז זיין רייכטום פארברייטערט געווארן, און ער איז געווארן א מולטי-ביליאנער, פון די רייכסטע חסיד'ישע אידן. אין 2020 איז ער גע'קנס'עט געווארן דורך די ניו יארק סטעיט דעפּארטמענט פון געזונט פארן נישט באריכטן 25 קאראנאווירוס טויטן אין זיין [[הארלעם]] פאציליטעט{{הערה|{{לינק|שרייבער=Kerry Burke, Stephen Rex Brown|קעפל=Harlem nursing home faces state fines for hiding coronavirus casualties|זייטל=New York Daily News|דאטום=מאי 31, 2020|אדרעס=https://www.nydailynews.com/2020/05/31/harlem-nursing-home-faces-state-fines-for-hiding-coronavirus-casualties/}}}}.
דורכאויס די [[קאוויד-19 פאנדעמיק]] איז זיין רייכטום פארברייטערט געווארן, און ער איז געווארן א ביליאנער, פון די רייכסטע חסיד'ישע אידן. אין 2020 איז ער גע'קנס'עט געווארן דורך די ניו יארק סטעיט דעפּארטמענט פון געזונט פארן נישט באריכטן 25 קאראנאווירוס טויטן אין זיין הארלעם פאציליטעט{{הערה|{{לינק|שרייבער=Kerry Burke, Stephen Rex Brown|קעפל=Harlem nursing home faces state fines for hiding coronavirus casualties|זייטל=New York Daily News|דאטום=מאי 31, 2020|אדרעס=https://www.nydailynews.com/2020/05/31/harlem-nursing-home-faces-state-fines-for-hiding-coronavirus-casualties/}}}}.


לאנדא איז א קא-גרינדער פון אלפאקעיר אין 2012, וואס האט געגעבן קהילה-באזירטע לאנג-טערמין זארג און סופּאָרט סערוויסעס פאר עלטערע מענטשן אין ניו יארק סיטי.
לאנדא איז א קא-גרינדער פון אלפאקעיר אין 2012, וואס האט געגעבן קהילה-באזירטע לאנג-טערמין זארג און סופּאָרט סערוויסעס פאר עלטערע מענטשן אין ניו יארק סיטי.
אין 2012 איז לאנדא געווען א שותף אין שאפן די פּינטא קאפיטאל פארטנערס (Pinta Capital Partners), א פּריוואטע-עקוויטי פירמע{{הערה|[https://www.pintacapitalpartners.com/team/url/joel-landau PintaCapitalPartners.com team]|כיוון=שמאל}}' וואס פארמאגט אונטער איר אייגנטום דעם 'רידזשען (ReGen) העלטקעיר'. אין מערץ 2021 האט רידזשען געמאכט א $50 מיליאן דעבט אינוועסטמענט אין דזשענעסיס העלטקעיר, פון די גרעסטע נוירסינג האום אפעראטארן מיט איבער 325 האומס אין 24 שטאטן יענער צייט, וואס האט געגעבן רידזשען א 25% אייגנטומערשאפט אין דזשענעסיס' סובסידייעריס{{הערה|{{לינק|שרייבער=Alex Spanko|קעפל=Nursing Home Giant Genesis to Restructure, Voluntarily Delist from NYSE as ReGen Steps in with $50M Stake|זייטל=Skilled Nursing News|דאטום=מערץ 3, 2021|אדרעס=https://skillednursingnews.com/2021/03/nursing-home-giant-genesis-to-restructure-voluntarily-delist-from-nyse/}}}}. זינט דאן איז דזשענעסיס אראפּ צו ארום 175 האומס נאך דיוועסטירן אסאך אין 2021 צו דריי פירמעס, צווישן זיי די לאנדא און פרידמאן-קאנטראלירטע אורארא העלט נעטווארק{{הערה|שם=וועלטאוער|{{לינק|שרייבער=Alex Spanko|קעפל=Welltower to Largely End Relationship with Genesis, Bolster ProMedica Joint Venture in $880M Deal|זייטל=Skilled Nursing News|דאטום=מערץ 2, 2021|אדרעס=https://skillednursingnews.com/2021/03/welltower-to-end-relationship-with-genesis-bolster-promedica-joint-venture-in-880m-deal/}}.}}. אין יולי 2025 האט דזשענעסיס אריינגעגעבן פאר טשעפּטער 11 באנקראט, מיט א פּרעלימינארן דיעל צו ווערן איבערגענומען דורך א רידזשען אפיליאירטע פירמע, וואס וועט סעטן א פלאר פּרייז פאר די באנקראט ליציטאציע{{הערה|{{לינק|שרייבער=Tim Mullaney|קעפל=[Updated] Skilled Nursing Giant Genesis HealthCare Files For Chapter 11 Bankruptcy|זייטל=Skilled Nursing News|דאטום=יולי 10, 2025|אדרעס=https://skillednursingnews.com/2025/07/skilled-nursing-giant-genesis-healthcare-files-for-chapter-11-bankruptcy/}}.}}.
אין 2012 איז לאנדא געווען א שותף אין שאפן די פּינטא קאפיטאל פארטנערס (Pinta Capital Partners), א פּריוואטע-עקוויטי פירמע{{הערה|[https://www.pintacapitalpartners.com/team/url/joel-landau PintaCapitalPartners.com team]|כיוון=שמאל}}' וואס פארמאגט אונטער איר אייגנטום דעם 'רידזשען (ReGen) העלטקעיר'. אין מערץ 2021 האט רידזשען געמאכט א $50 מיליאן דעבט אינוועסטמענט אין דזשענעסיס העלטקעיר, פון די גרעסטע נוירסינג האום אפעראטארן מיט איבער 325 האומס אין 24 שטאטן יענער צייט, וואס האט געגעבן רידזשען א 25% אייגנטומערשאפט אין דזשענעסיס' סובסידייעריס{{הערה|{{לינק|שרייבער=Alex Spanko|קעפל=Nursing Home Giant Genesis to Restructure, Voluntarily Delist from NYSE as ReGen Steps in with $50M Stake|זייטל=Skilled Nursing News|דאטום=מערץ 3, 2021|אדרעס=https://skillednursingnews.com/2021/03/nursing-home-giant-genesis-to-restructure-voluntarily-delist-from-nyse/}}}}. זינט דאן איז דזשענעסיס אראפּ צו ארום 175 האומס נאך דיוועסטירן אסאך אין 2021 צו דריי פירמעס, צווישן זיי די לאנדא און פרידמאן-קאנטראלירטע אורארא העלט נעטווארק{{הערה|שם=וועלטאוער|{{לינק|שרייבער=Alex Spanko|קעפל=Welltower to Largely End Relationship with Genesis, Bolster ProMedica Joint Venture in $880M Deal|זייטל=Skilled Nursing News|דאטום=מערץ 2, 2021|אדרעס=https://skillednursingnews.com/2021/03/welltower-to-end-relationship-with-genesis-bolster-promedica-joint-venture-in-880m-deal/}}.}}. אין יולי 2025 האט דזשענעסיס אריינגעגעבן פאר טשעפּטער 11 באנקראט, מיט א פּרעלימינארן דיעל צו ווערן איבערגענומען דורך א רידזשען אפיליאירטע פירמע, וואס וועט סעטן א פלאר פּרייז פאר די באנקראט ליציטאציע{{הערה|{{לינק|שרייבער=Tim Mullaney|קעפל=[Updated] Skilled Nursing Giant Genesis HealthCare Files For Chapter 11 Bankruptcy|זייטל=Skilled Nursing News|דאטום=יולי 10, 2025|אדרעס=https://skillednursingnews.com/2025/07/skilled-nursing-giant-genesis-healthcare-files-for-chapter-11-bankruptcy/}}.}}{{הערה|{{לינק|שרייבער=|קעפל=Emergency court action scheduled Friday in Genesis bankruptcy - McKnight's Long-Term Care News|זייטל=McKnights Long-Term Care News|דאטום=יולי 10, 2025|אדרעס=https://www.mcknights.com/news/emergency-court-action-scheduled-friday-in-genesis-bankruptcy/}}.}}.


לאנדא האט קא-געגרינדעט 'אוראָראַ העלט נעטווארק' מיט ליפא פריעדמאן. אין 2022 האט א אינוועסטמענט גרופּע, אריינגערעכנט הייגעיט קאפיטאל אינוועסטמענטס און אורארא העלט נעטווארק, פארענדיגט א $3.2 ביליאן דיעל פאר די 'וועלנעס אינפראסטרוקטור' ביזנעס פון DigitalBridge, וואס האט איינגעשלאסן 83 סקילד נוירסינג פאציליטעטן{{הערה|{{לינק|שרייבער=Alex Zorn|קעפל=$3.2B DigitalBridge Portfolio Sale Closes, Santerre Health Formed to Manage Platform|זייטל=Skilled Nursing News|דאטום=פעברואר 28, 2022|אדרעס=https://skillednursingnews.com/2022/02/3-2b-digitalbridge-portfolio-sale-closes-santerre-health-formed-to-manage-platform/}}.}}. אורארא איז אויך געווען א טייל פון א דזשאוינט ווענטשור מיט וועלטאוער און פיס קאפיטאל צו קויפן 35 דזשענעסיס געביידעס פאר $500 מיליאן{{הערה|שם=וועלטאוער}}.
לאנדא האט קא-געגרינדעט 'אוראָראַ העלט נעטווארק' מיט ליפא פריעדמאן. אין 2022 האט א אינוועסטמענט גרופּע, אריינגערעכנט הייגעיט קאפיטאל אינוועסטמענטס און אורארא העלט נעטווארק, פארענדיגט א $3.2 ביליאן דיעל פאר די 'וועלנעס אינפראסטרוקטור' ביזנעס פון DigitalBridge, וואס האט איינגעשלאסן 83 סקילד נוירסינג פאציליטעטן{{הערה|{{לינק|שרייבער=Alex Zorn|קעפל=$3.2B DigitalBridge Portfolio Sale Closes, Santerre Health Formed to Manage Platform|זייטל=Skilled Nursing News|דאטום=פעברואר 28, 2022|אדרעס=https://skillednursingnews.com/2022/02/3-2b-digitalbridge-portfolio-sale-closes-santerre-health-formed-to-manage-platform/}}.}}. אורארא איז אויך געווען א טייל פון א דזשאוינט ווענטשור מיט וועלטאוער און פיס קאפיטאל צו קויפן 35 דזשענעסיס געביידעס פאר $500 מיליאן{{הערה|שם=וועלטאוער}}.
שורה 47: שורה 47:
[[טעקע:12-put-kvitlech.jpg|קליין|יואל לאנדא מיט זיין פאטער ביים אראפלייגן קבלות אויפ'ן ציון פונעם תוספות יום טוב אין קראקא]]
[[טעקע:12-put-kvitlech.jpg|קליין|יואל לאנדא מיט זיין פאטער ביים אראפלייגן קבלות אויפ'ן ציון פונעם תוספות יום טוב אין קראקא]]
לאנדא האט זיך בארימט געמאכט מיט זיינע פילע לייסטונגען פאר [[צדקה]], און זיין אייגנארטיגער צוגאנג דערצו.
לאנדא האט זיך בארימט געמאכט מיט זיינע פילע לייסטונגען פאר [[צדקה]], און זיין אייגנארטיגער צוגאנג דערצו.
ער האט געגרינדעט און ער האלט אויס דעם ארגאניזאציע "קרן תוספות יום טוב" וואס געבט זיך אפ מעורר זיין איבער נישט רעדן ביים דאווענען, אויפן נאמען פון [[רבי יום-טוב ליפמאן העלער]]. עס ערשיינט יעדן וואך א גליון "נקדישך" מיט ארטיקלען איבער די נושא. באזונדער שרייבט די קרן א [[ספר תורה]] לזכות פון די אידן וואס זענען נזהר אין קדושת התפילה, און די ראשי הקרן הרב ראבינאוויטש און אנדערע גייען ארום כסדר צו רבנים און אדמורי"ם איבער די וועלט אריינצושרייבן אותיות אין די ספר תורה. די שמועסן מיט די רבנים און בילדער פון די באזוכן ווערן געדעקט וועכנטליך אינעם נקדישך גליון{{הערה|[https://kerentosfesyomtov.com/magazines/ גליון נקדישך] אויפ'ן וועבזייטל פון קרן תוספות יום טוב}}.
ער האט געגרינדעט און ער האלט אויס דעם ארגאניזאציע "קרן תוספות יום טוב", אויפן נאמען פון [[רבי יום-טוב ליפמאן העלער]], וואס באשעפטיגט זיך אין מעורר זיין מענטשן נישט צו רעדן ביים דאווענען. די קרן גיט ארויס א וועכנטליכן גליון מיטן נאמען "נקדישך". זיי שרייבן אויך א ספר תורה לזכות די אידן וואס היטן די קדושת התפילה, און די ראשי הקרן, הרב ראבינאוויטש און אנדערע, זענען ארומגעגאנגען צו רבנים און אדמורי"ם איבער די וועלט אריינצושרייבן אותיות אין די ספר תורה. די באזוכן ווערן געדעקט וועכנטליך אינעם נקדישך גליון{{הערה|[https://kerentosfesyomtov.com/magazines/ גליון נקדישך] אויפ'ן וועבזייטל פון קרן תוספות יום טוב.}}.


אין תשע"ח האט ער אפגעהאלטן א נסיעה קיין [[קראקא]] צום ציון פונעם תוספות יום טוב אינעם טאג פונעם יארצייט ו' אלול, וואס ער האט אויסגעצאלט פאר גבאים פון יעדן בית המדרש איבער ניו יארק וועלכע האבן אנגעפירט א קבלה דרייוו איבער מורא מקדש, און אויך א געווינער פון יעדן בית המדרש פאר די וואס האבן גענומען די קבלות. ער האט צוגעשטעלט א טשארטער פליגער, מאלצייטן, האטעלן, פראגראמען און דרשות, און א שבת אין שטאט צאנז{{הערה|זעט {{אייוועלט|64103|קרן תוספות יו"ט נסיעה קיין קראקא - ו' אלול תשפ"ג}}}}. ביים ציון האט מען אראפגעלייט 8,000 קוויטלעך און קבלות ״שלא לדבר בשעת התפלה״{{הערה|[https://kerentosfesyomtov.com/photo-gallery/ בילדער נסיעה שנת תשע”ח] אויפ'ן וועבזייטל פון קרן תוספות יום טוב}}.
אין תשע"ח האט לאנדא ארגאניזירט א נסיעה קיין [[קראקא]] צום ציון פונעם תוספות יום טוב אינעם טאג פונעם יארצייט ו' אלול, וואס ער האט אויסגעצאלט פאר גבאים פון יעדן בית המדרש איבער ניו יארק וועלכע האבן אנגעפירט א קבלה דרייוו איבער מורא מקדש, און אויך א געווינער פון יעדן בית המדרש פאר די וואס האבן גענומען די קבלות. ער האט צוגעשטעלט א טשארטער פליגער, מאלצייטן, האטעלן, פראגראמען און דרשות, און א שבת אין שטאט צאנז{{הערה|זעט {{אייוועלט|64103|קרן תוספות יו"ט נסיעה קיין קראקא - ו' אלול תשפ"ג}}}}. ביים ציון האט מען אראפגעלייט 8,000 קוויטלעך און קבלות ״שלא לדבר בשעת התפלה״{{הערה|[https://kerentosfesyomtov.com/photo-gallery/ בילדער נסיעה שנת תשע”ח] אויפ'ן וועבזייטל פון קרן תוספות יום טוב}}.


אויף ראש השנה תשפ"ד האט אנגעהויבן ערשיינען דורך דער קרן אן אויסגאבע פאר קינדער מיטן נאמען "שטענדערל" צו מעורר זיין אויף עניני תפילה{{הערה|אלע גליונות אויף {{לינק|אדרעס=https://drive.google.com/drive/u/0/folders/1jCvcMgH3hihCroRQlsts6gRRjtbHjI1I|קעפל=גוגל-דרייוו}}}}, צוערשט פארשפרייט אין די בתי מדרשים בחינם, און שפעטער איז דאס פארגרעסערט געווארן און בלויז פאר די קינדער וואס זענען איינגעשריבן אלס "עובדים" אין זיין "עבודה שבלב" פראגראם{{הערה|[https://shtenderl.org/ shtenderl.org]}}. פון ואתחנן תשפ"ד איז דאס מער ארויפגעארבעט געווארן מיט'ן צוזאמשטעלן מיט דעם 'קינדער שטוב' אויסגאבע פון 'א בליק', וואס איז דאן אויפגעלעזט געווארן{{הערה|[https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=5289862#p5289862 תגובה פון 'קינדער שטוב'] אויף [[אייוועלט]]}}. יואל שרייבט דארט א קאלום, א "פערזענליכע ווארט פונעם פטרון צו די טייערע עובדים"{{הערה|{{אייוועלט|72488|יוצאים מן הלב - מפניני הרבני הנגיד ר׳ יואל לאנדא}}}} מיט חיזוק, משלים און מעשיות, דערביי לייגט ער מיט א נומער וואו מען קען אים איבערגעבן קאמענטארן איבער זיינע ארטיקלען. אין איין ארטיקל האט ער געשריבן זיינע איבערלעבענישן אלס בחור און זיין מאטיוואציע אויפצושטיין פארטאגס{{הערה|שטענדערל ויצא-וישלח תשפ"ה}}. אין תשפ"ה האט שטענדערל פּראקלאמירט אַן איניציאטיוו "בני מלכים", צו מחזק זיין [[כיבוד אב ואם]] ביי די קינדער, אפּהאלטנדיג פארזאמלונגען און פּראגראמען פאר דעם צוועק.
אין די יארן תשפ"ד–תשפ"ה איז ערשינען דורך דער קרן אן אויסגאבע פאר קינדער מיטן נאמען "שטענדערל" צו מחזק זיין אויף עניני תפילה{{הערה|אלע גליונות אויף {{לינק|אדרעס=https://drive.google.com/drive/u/0/folders/1jCvcMgH3hihCroRQlsts6gRRjtbHjI1I|קעפל=גוגל-דרייוו}}}}, צוערשט פארשפרייט אין די בתי מדרשים בחינם, און שפעטער איז דאס פארגרעסערט געווארן און בלויז פאר די קינדער וואס זענען איינגעשריבן אלס "עובדים" אין זיין "עבודה שבלב" פראגראם{{הערה|[https://shtenderl.org/ shtenderl.org]}}. פון ואתחנן תשפ"ד איז דאס מער ארויפגעארבעט געווארן מיט'ן צוזאמשטעלן מיט דעם 'קינדער שטוב' אויסגאבע פון 'א בליק', וואס איז דאן אויפגעלעזט געווארן{{הערה|[https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=5289862#p5289862 תגובה פון 'קינדער שטוב'] אויף [[אייוועלט]]}}. יואל פלעגט שרייבן דארט א קאלום, א "פערזענליכע ווארט פונעם פטרון צו די טייערע עובדים"{{הערה|{{אייוועלט|72488|יוצאים מן הלב - מפניני הרבני הנגיד ר׳ יואל לאנדא}}}} מיט חיזוק, משלים און מעשיות, דערביי לייגט ער מיט א נומער וואו מען קען אים איבערגעבן קאמענטארן איבער זיינע ארטיקלען. אין איין ארטיקל האט ער געשריבן זיינע איבערלעבענישן אלס בחור און זיין מאטיוואציע אויפצושטיין פארטאגס{{הערה|שטענדערל ויצא-וישלח תשפ"ה}}. אין תשפ"ה האט שטענדערל פּראקלאמירט אַן איניציאטיוו "בני מלכים", צו מחזק זיין [[כיבוד אב ואם]] ביי די קינדער, אפּהאלטנדיג פארזאמלונגען און פּראגראמען פאר דעם צוועק.


פאר יום טוב סוכות תשפ"ד האט לאנדא דורכגעפירט א חלוקה פון קרוב צו צען מיליאן דאלאר פאר ארום פינף טויזנט וויליאמסבורגער משפחות{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4596311#p4596311|קעפל=ווידעאו פון דער חלוקה}} אויף [[אייוועלט]]; אין הונטערגרונד הערט מען דעם [[פאראדיע]] "יואלי לאנדא'ס קרעדיט קארד", פארפאסט איין יאר פורים ביי יואלי'ן אינדערהיים דורך [[ליפא שמעלצער]].}}, און דעם נאכפאלגנדן פסח נאך א גרעסערע חלוקה. פון דעם איז געגרינדעט געווארן דעם "וויליאמסבורג חלוקה", וואס טיילט אויס דיסקאונטס פון גרויסע פראצענטן פאר קינדער-געבענטשטע משפחות אין וויליאמסבורג, און ווערט געפירט דורך א ועד בעלי בתים פון שטאט. א בעפארצונג געט ער פאר משפחות אין די טרופ-געגנט, וואו ער וואוינט.
פאר סוכות תשפ"ד האט לאנדא דורכגעפירט א חלוקה פון קרוב צו צען מיליאן דאלאר פאר ארום 5,000 וויליאמסבורגער משפחות{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4596311#p4596311|קעפל=ווידעאו פון דער חלוקה}} אויף [[אייוועלט]]; אין הונטערגרונד הערט מען דעם [[פאראדיע]] "יואלי לאנדא'ס קרעדיט קארד", פארפאסט איין יאר פורים ביי יואלי'ן אינדערהיים דורך [[ליפא שמעלצער]].}}, און נאך א גרעסערע חלוקה דעם נאכפאלגנדן פסח. פון דעם איז געגרינדעט געווארן דעם "וויליאמסבורג חלוקה", וואס טיילט אויס דיסקאונטס פון גרויסע פראצענטן פאר קינדער-געבענטשטע משפחות אין וויליאמסבורג, און ווערט געפירט דורך א ועד בעלי בתים פון שטאט. א בעפארצונג געט ער פאר משפחות אין די טרופ-געגנט, וואו ער וואוינט.


ער האט געספאנסערט א שמחה זאל פאר קלענערע שמחות, "עדן לאנדא", אינעם בנין בית רחל ד'סאטמאר אויף העריסאן עוועניו{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.bechatzros.com/post/544657|קעפל=חנוכת הבית פאר נייעם 'עידן לאנדא' שמחה זאל בשילוב מיט רייכע שבע ברכות לכבוד הנדיב ר' יואל לאנדא|זייטל=בחצרות הקודש}}}}. ער האט מנדב געווען "בנין לאנדא" פאר די הכנסת אורחים אין שטאט [[סיגוט]] אנגעפירט דורכ'ן סאטמארער רבי'ן, [[רבי אהרן טייטלבוים]]{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.bechatzros.com/post/4012221|קעפל=במוצאי מנוחה · האד׳ מסאטמאר באזוכט בבית הנגיד ר׳ יואל לאנדא אין וויליאמסבורג|זייטל=בחצרות הקודש}}}}. ער שטיצט אויך פארשידענע ישיבות, ווי ישיבת אורייתא אין ירושלים{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.emess.co.il/radio/943493|שרייבער=נתי קאליש|קעפל=צפו: הינוקא ביקר בסוכת הנגיד מארה"ב וניגן בפסנתר|דאטום=י"ט בתשרי תשפ"ד}}}}.
ער האט געספאנסערט א שמחה זאל פאר קלענערע שמחות, "עדן לאנדא", אינעם בנין בית רחל ד'סאטמאר אויף העריסאן עוועניו{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.bechatzros.com/post/544657|קעפל=חנוכת הבית פאר נייעם 'עידן לאנדא' שמחה זאל בשילוב מיט רייכע שבע ברכות לכבוד הנדיב ר' יואל לאנדא|זייטל=בחצרות הקודש}}}}. ער האט מנדב געווען "בנין לאנדא" פאר די הכנסת אורחים אין שטאט [[סיגוט]] אנגעפירט דורכ'ן סאטמארער רבי'ן, [[רבי אהרן טייטלבוים]]{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.bechatzros.com/post/4012221|קעפל=במוצאי מנוחה · האד׳ מסאטמאר באזוכט בבית הנגיד ר׳ יואל לאנדא אין וויליאמסבורג|זייטל=בחצרות הקודש}}}}. ער שטיצט אויך פארשידענע ישיבות, ווי ישיבת אורייתא אין ירושלים{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.emess.co.il/radio/943493|שרייבער=נתי קאליש|קעפל=צפו: הינוקא ביקר בסוכת הנגיד מארה"ב וניגן בפסנתר|דאטום=י"ט בתשרי תשפ"ד}}}}.
שורה 60: שורה 60:


אין [[כ"א כסלו]] תשפ"ה האט יואל, אין א רעדע פאר טויזנטער סאטמארע חסידים אין [[בארקלעיס סענטער]] סטאדיום, אנאנסירט א 30% העכערונג פאר אלע מלמדים פון סאטמארע מוסדות, וואס ער נעמט אויף זיך צו שאפן צוזאמען מיט זיינע שותפים אין די ועד ההורים פון די מוסדות{{הערה|{{יוטיוב|QegHeMkQIoI|יואל לאנדא|שם=דרשה כ"א כסליו תשפ"ה}}}}{{הערה|{{צ-זשורנאל|יואל לאנדא|20,000 אידן ווארטן. זאל איך אנהייבן אדער אנטלויפן?!|שטענדערל|56|עמ=6|שנת הוצאה=מקץ-חנוכה תשפ"ה|קישור=https://drive.google.com/file/d/12l5Cjj4GoJ_b-Vum_RyEoWYC-Kn8_Bq_/view}}}}. עטליכע וואכן שפעטער האט ער אפגעראכטן ביי זיך אין שטוב א שבע ברכות פאר אן אייניקל פון סאטמארער רבי, א טאכטער פון [[רבי יעקב בער טייטלבוים]] רב פון [[סיגוט]] אין [[בארא פארק]], דארט האט ער פארשפראכן פאר סאטמאר צוויי פרישע חתונה-זאלן אין וויליאמסבורג, א בנין פארן תלמוד תורה אין קרית יואל, און א שטאק אינעם תלמוד תורה אין ירושלים{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://jdn.news/posts/4750|קעפל=עלף מיליאן דאללער פאר דריי פרישע סאטמארע פראיעקטן|זייטל=JDN|דאטום=י"ח טבת תשפ"ה}}}}.
אין [[כ"א כסלו]] תשפ"ה האט יואל, אין א רעדע פאר טויזנטער סאטמארע חסידים אין [[בארקלעיס סענטער]] סטאדיום, אנאנסירט א 30% העכערונג פאר אלע מלמדים פון סאטמארע מוסדות, וואס ער נעמט אויף זיך צו שאפן צוזאמען מיט זיינע שותפים אין די ועד ההורים פון די מוסדות{{הערה|{{יוטיוב|QegHeMkQIoI|יואל לאנדא|שם=דרשה כ"א כסליו תשפ"ה}}}}{{הערה|{{צ-זשורנאל|יואל לאנדא|20,000 אידן ווארטן. זאל איך אנהייבן אדער אנטלויפן?!|שטענדערל|56|עמ=6|שנת הוצאה=מקץ-חנוכה תשפ"ה|קישור=https://drive.google.com/file/d/12l5Cjj4GoJ_b-Vum_RyEoWYC-Kn8_Bq_/view}}}}. עטליכע וואכן שפעטער האט ער אפגעראכטן ביי זיך אין שטוב א שבע ברכות פאר אן אייניקל פון סאטמארער רבי, א טאכטער פון [[רבי יעקב בער טייטלבוים]] רב פון [[סיגוט]] אין [[בארא פארק]], דארט האט ער פארשפראכן פאר סאטמאר צוויי פרישע חתונה-זאלן אין וויליאמסבורג, א בנין פארן תלמוד תורה אין קרית יואל, און א שטאק אינעם תלמוד תורה אין ירושלים{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://jdn.news/posts/4750|קעפל=עלף מיליאן דאללער פאר דריי פרישע סאטמארע פראיעקטן|זייטל=JDN|דאטום=י"ח טבת תשפ"ה}}}}.
אין סיון תשפ"ה האט לאנדא אהין-און-צוריק געבארגט זיין פּריוואט פליגער פארן גערער רבי'ן, [[רבי יעקב אריה אלטער]], צו רייזן קיין אמעריקע פאר א נויטפאל קאמפיין צו זאמלען געלט פאר גערער מוסדות אין ליכט פון פינאנציעלע שניטן און דעם [[גיוס]] קריזיס אין מדינת ישראל. לאנדא האט אויך געגעבן א באדייטנדע נדבה (א מיליאן דאלער לויט געוויסע קוועלן) פאר די מוסדות פון גער{{הערה|{{בחדרי חרדים|משה ויסברג|האדמו"ר מגור המריא במטוס פרטי לארץ וערך 'לחיים' עם הנגיד|1697471|יוני 22, 2025}}.}}{{הערה|{{כלכליסט|שלמה טייטלבאום|המטוס הפרטי, האדמו"ר מגור ואיש העסקים הממולח מניו יורק ששווה חצי מיליארד דולר|local_news/article/bj7423y4el|יוני 26, 2025}}.}}{{הערה|{{לינק|שרייבער=Shilo Freid|קעפל=One million dollars for house visit: Hassidic spiritual leader launches US fundraising tour|זייטל=ynetnews|דאטום=יוני 9, 2025|אדרעס=https://www.ynetnews.com/jewish-world/article/r1nwtvv7gg}}.}}.
לאנדא האט דאן געשריבן א אפענעם בריוו צום רבי'ן, וועלכער איז שפּעטער געווארן וויראל. אין דעם בריוו, האט לאנדא קריטיקירט די אויפּפירונג פון חרדישע פּאליטישע פּארטייען און פירער אין מדינת ישראל, טענה'נדיג אז די עקאנאמישע אפהענגיקייט אויף די מדינה פירט צו "רוחניות'דיגע קאמפּראמיסן", אריינגערעכנט די ברייטוויליגקייט צו מגייס זיין בחורים וואס לערנען נישט תורה כדי צו באקומען געלט פאר ישיבות{{הערה|{{JDN|יעקב אבוביץ|בעל המאה הוא בעל הדעה? הנגיד קורא לאדמו"ר מגור: תלמד מסאטמר|2432218|יוני 24, 2025}}.}}{{הערה|{{כלכליסט|שלמה טייטלבאום|המטוס הפרטי, האדמו"ר מגור ואיש העסקים הממולח מניו יורק ששווה חצי מיליארד דולר|local_news/article/bj7423y4el|יוני 26, 2025}}.}}{{הערה|{{לינק|שרייבער=Shlomo Teitelbaum/Calcalist|קעפל=Savvy NY Haredi businessman worth $500 million tells Israeli ultra-Orthodox: Stop dependency on state funds|זייטל=ynetnews|דאטום=יולי 3, 2025|אדרעס=https://www.ynetnews.com/business/article/symkws7ree?utm_campaign{{=}}landau-s-stalking-horse-dusty-dan-s-greystone-exit}}.}}.


== דרויסנדיגע לינקס ==
== דרויסנדיגע לינקס ==

רעוויזיע פון 23:17, 8 אויגוסט 2025

יואל לאנדא
יואל לאנדא.jpg
געבורט אויגוסט 22, 1980 (יארגאנג: 45)
י' אלול ה'תש"מ
ברוקלין
פעילות בולטת קרן תוספות יום טוב
עיסוק The Allure Group

יואל לאנדא איז א וויליאמסבורגער אונטערנעמער און פילאנטראפ, נוירסינג-האום מאגנאט און סאטמארער חסיד. ער איז דער גרינדער פון עטליכע העלט-קעיר פירמעס, און פון 'קרן תוספות יום טוב' ארגאניזאציע, און פיאנער פון 'וויליאמסבורג חלוקות'. לאנדא'ס ווערט איז געשאצט צו זיין ארום א האלב א ביליאן דאלער.

ביאגראפיע

יואל איז געבוירן י' אלול תש"מ[1] אין מאנרא, ניו יארק, צו הרב יוסף דוב לאנדא, רב פון ביהמ"ד משכנות אברהם זלאטשוב אין קרית יואל, א בן־אחר־בן פון רבי יוסף פון יאמפאלא. יואל הייסט נאכ'ן סאטמארער רבי'ן. יואל לאנדא'ס ברידער זענען רבי שלום, דער ראב"ד 'בד"ץ לדון ולהורות' און ראש הכולל 'עמודי דגירסא', און רבי משה, דער רב פון ביהמ"ד יאמפעלע אין ווילאמסבורג, און גרינדער פון 'קרית זית רענן' אין מאונט אליוו, ניו דזשערסי[2]. ער איז אויפגעוואקסן אין קרית יואל; אלס בחור האט ער געלערנט אין עטליכע ישיבות, צווישן זיי אין ישיבת בנין דוד מאנטעווידעא ביים קאפישער רב רבי אהרן גד כ"ץ[3].

יואל האט געהייראט רחל, א טאכטער פון ר' ישראל משה שטיין פון וויליאמסבורג, וואו ער האט זיך באזעצט נאך דער חתונה. יואל איז א חסיד פון רבי זלמן לייב טייטלבוים פון סאטמאר. ער האט אפגעראכטן עטליכע מאל גרויסע הכנסת ספר תורה'ס ארייגערעכנט כ"ד שבט תשע"ט אין ארץ ישראל[4], און נאך איינס צום סאטמארער תלמוד תורה אויף טרופ עוועניו זאת חנוכה תשפ"ג[5] אריינגעגעבן דורך זיין זון, יהודה[6]. ביי דער חתונה פון זיין טאכטער אין עטרת אברהם און א שבע ברכות פאר פילאנטראפן האט ער צוגעשטעלט אויף א רייכע פארנעם מיט פולע ארקעסטרעס און באקאנטע זינגער[7][8], און האט לכבוד די שמחה פארטיילט באנוסעס פאר די איינגעשטעלטע אין די סאטמארער מוסדות, און נדבות פאר אלמנות[9].

ביזנעס אונטערנעמונגען

בעדפארד צענטער אין וויליאמסבורג אונטער אייגנטומערשאפט פון אלור גרופע

לאנדא'ס ביזנעסן צענטרירן זיך בעיקר ארום העלטקעיר און ריעל עסטעיט, ספעציעל נוירסינג היימען. אין 2011 האבן לאנדא און זיינע מיט-גרינדער געגרינדעט די אלור גרופע (The Allure Group), וואו ער דינט אלס CEO. די גרופּע איז געשאפן געווארן צו ראטעווען נוירסינג היימען אין נויט פון פארבעסערונג, וועלכע וואלטן זיך אנדערש פארשלאסן. לאנדא האט עס געגרינדעט נאכ'ן מיטהאלטן די פראבלעמען אין דער אינדוסטריע ביים זארגן פאר זיין זיידן[10]. די אלור גרופּע אפערירט זעקס איינריכטונגען אין ניו יארק סיטי, מיט איבער 1,400 בעטן. צווישן זענען: העמילטאן פארק נורסינג און רעהאביליטאציע צענטער (געווען וויקטארי מעמאריעל שפיטאל) אין ברוקלין,[11]; לינדען צענטער פאר נוירסינג און רעהאביליטאציע (געוועזענע רובי וועסטאן מעינאר, די לינדען צענטער איז געאורטיילט געווארן צו באצאלן $750,000 פארן טויט פון א איינוואוינער צוליב נאכלעסיגקייט אין 2022[12]); קראון הייטס צענטער; בעדפארד צענטער (געוועזענע "אשל אברהם") אין וויליאמסבורג; קינג דעיוויד צענטער אין בארא פארק; און הארלעם צענטער פאר נוירסינג און רעהאביליטאציע[13][14].

טייל פון די אומפונקציאנירנדע נוירסינג היימען טוען לאנדא און די אלור גרופע איבערמאכן פאר רעזידענטשל דירות. אנפאנג 2015 האבן זיי געקויפט די 'קעבס נורסינג-היים' אין בעדפארד סטייוועסענט פאר $15.6 מיליאן. די פיר-שטאקיגע נאכגעלאזטע איינריכטונג[15] איז אראפגעווארפן געווארן צו בויען אויף איר 72,800 קוואדראט פיסיגער שטח, וועלכע איז אינצווישן דורך א ריזאונינג, א נייער הויכשטאקיגער דעוועלאפּמענט[16].

אין 2015 האבן לאנדא און די אלור גרופע אויך געקויפט די 'ריווינגטאן הויז', אן אומפונקציאנירנדע און כמעט ליידיגע נורסינג-היים אין לאוער-איסט-סייט מאנהעטן פאר $28 מיליאן[17]. די פראפערטי איז געקומען מיט א באגרעניצונג אז דאס האט נישט געטארט ווערן דעוועלאפט נאר האט געמוזט ווערן גענוצט פאר נאן-פּראפיט רעזידענטשל העלט-קעיר[18]. טראץ דעם איז די באגרעניצונג אוועקגענומען דורך די סיטי פון ניו יארק, וואס האט ערמעגליכט לאנדא צו פארקויפן די פראפערטי פאר $116 מיליאן צו לוקסעריעזע-קאנדאמיניומס דעוועלאפּערס אין 2016[17][19]. דער פארקויף איז אפּראווד געווארן טראץ לאנדא איז געווען שולדיג 6 מיליאן דאלאר אין שטייערן פאר דער שטאט[20]. דער ניו יארק סיטי קאמפטראלער ברעד לענדער האט ארויסגעשטעלט א רייע באשולדינגען אויף די סיטי און אויף לאנדא דערוועגן[21], און אין 2018 האט לאנדא באוויליגט צו באצאלן צוויי מיליאן דאלער אין שטראפן און נדבות פאר וואוילטעטיגע צוועקן, אין א שליכטונג מיט ניו יארק סטעיט אטורני גענעראל עריק שניידערמאן[22]. טיש דזשעימס האט, צוליב די קאנטראווערסיע, צוריקגעוויזן א $10,000 דאנאציע פון לאנדא[23].

דורכאויס די קאוויד-19 פאנדעמיק איז זיין רייכטום פארברייטערט געווארן, און ער איז געווארן א ביליאנער, פון די רייכסטע חסיד'ישע אידן. אין 2020 איז ער גע'קנס'עט געווארן דורך די ניו יארק סטעיט דעפּארטמענט פון געזונט פארן נישט באריכטן 25 קאראנאווירוס טויטן אין זיין הארלעם פאציליטעט[24].

לאנדא איז א קא-גרינדער פון אלפאקעיר אין 2012, וואס האט געגעבן קהילה-באזירטע לאנג-טערמין זארג און סופּאָרט סערוויסעס פאר עלטערע מענטשן אין ניו יארק סיטי. אין 2012 איז לאנדא געווען א שותף אין שאפן די פּינטא קאפיטאל פארטנערס (Pinta Capital Partners), א פּריוואטע-עקוויטי פירמע[25]' וואס פארמאגט אונטער איר אייגנטום דעם 'רידזשען (ReGen) העלטקעיר'. אין מערץ 2021 האט רידזשען געמאכט א $50 מיליאן דעבט אינוועסטמענט אין דזשענעסיס העלטקעיר, פון די גרעסטע נוירסינג האום אפעראטארן מיט איבער 325 האומס אין 24 שטאטן יענער צייט, וואס האט געגעבן רידזשען א 25% אייגנטומערשאפט אין דזשענעסיס' סובסידייעריס[26]. זינט דאן איז דזשענעסיס אראפּ צו ארום 175 האומס נאך דיוועסטירן אסאך אין 2021 צו דריי פירמעס, צווישן זיי די לאנדא און פרידמאן-קאנטראלירטע אורארא העלט נעטווארק[27]. אין יולי 2025 האט דזשענעסיס אריינגעגעבן פאר טשעפּטער 11 באנקראט, מיט א פּרעלימינארן דיעל צו ווערן איבערגענומען דורך א רידזשען אפיליאירטע פירמע, וואס וועט סעטן א פלאר פּרייז פאר די באנקראט ליציטאציע[28][29].

לאנדא האט קא-געגרינדעט 'אוראָראַ העלט נעטווארק' מיט ליפא פריעדמאן. אין 2022 האט א אינוועסטמענט גרופּע, אריינגערעכנט הייגעיט קאפיטאל אינוועסטמענטס און אורארא העלט נעטווארק, פארענדיגט א $3.2 ביליאן דיעל פאר די 'וועלנעס אינפראסטרוקטור' ביזנעס פון DigitalBridge, וואס האט איינגעשלאסן 83 סקילד נוירסינג פאציליטעטן[30]. אורארא איז אויך געווען א טייל פון א דזשאוינט ווענטשור מיט וועלטאוער און פיס קאפיטאל צו קויפן 35 דזשענעסיס געביידעס פאר $500 מיליאן[27].

פילאנטראפּיע

לאגא פון קרן תוספות יום טוב
יואל לאנדא מיט זיין פאטער ביים אראפלייגן קבלות אויפ'ן ציון פונעם תוספות יום טוב אין קראקא

לאנדא האט זיך בארימט געמאכט מיט זיינע פילע לייסטונגען פאר צדקה, און זיין אייגנארטיגער צוגאנג דערצו. ער האט געגרינדעט און ער האלט אויס דעם ארגאניזאציע "קרן תוספות יום טוב", אויפן נאמען פון רבי יום-טוב ליפמאן העלער, וואס באשעפטיגט זיך אין מעורר זיין מענטשן נישט צו רעדן ביים דאווענען. די קרן גיט ארויס א וועכנטליכן גליון מיטן נאמען "נקדישך". זיי שרייבן אויך א ספר תורה לזכות די אידן וואס היטן די קדושת התפילה, און די ראשי הקרן, הרב ראבינאוויטש און אנדערע, זענען ארומגעגאנגען צו רבנים און אדמורי"ם איבער די וועלט אריינצושרייבן אותיות אין די ספר תורה. די באזוכן ווערן געדעקט וועכנטליך אינעם נקדישך גליון[31].

אין תשע"ח האט לאנדא ארגאניזירט א נסיעה קיין קראקא צום ציון פונעם תוספות יום טוב אינעם טאג פונעם יארצייט ו' אלול, וואס ער האט אויסגעצאלט פאר גבאים פון יעדן בית המדרש איבער ניו יארק וועלכע האבן אנגעפירט א קבלה דרייוו איבער מורא מקדש, און אויך א געווינער פון יעדן בית המדרש פאר די וואס האבן גענומען די קבלות. ער האט צוגעשטעלט א טשארטער פליגער, מאלצייטן, האטעלן, פראגראמען און דרשות, און א שבת אין שטאט צאנז[32]. ביים ציון האט מען אראפגעלייט 8,000 קוויטלעך און קבלות ״שלא לדבר בשעת התפלה״[33].

אין די יארן תשפ"ד–תשפ"ה איז ערשינען דורך דער קרן אן אויסגאבע פאר קינדער מיטן נאמען "שטענדערל" צו מחזק זיין אויף עניני תפילה[34], צוערשט פארשפרייט אין די בתי מדרשים בחינם, און שפעטער איז דאס פארגרעסערט געווארן און בלויז פאר די קינדער וואס זענען איינגעשריבן אלס "עובדים" אין זיין "עבודה שבלב" פראגראם[35]. פון ואתחנן תשפ"ד איז דאס מער ארויפגעארבעט געווארן מיט'ן צוזאמשטעלן מיט דעם 'קינדער שטוב' אויסגאבע פון 'א בליק', וואס איז דאן אויפגעלעזט געווארן[36]. יואל פלעגט שרייבן דארט א קאלום, א "פערזענליכע ווארט פונעם פטרון צו די טייערע עובדים"[37] מיט חיזוק, משלים און מעשיות, דערביי לייגט ער מיט א נומער וואו מען קען אים איבערגעבן קאמענטארן איבער זיינע ארטיקלען. אין איין ארטיקל האט ער געשריבן זיינע איבערלעבענישן אלס בחור און זיין מאטיוואציע אויפצושטיין פארטאגס[38]. אין תשפ"ה האט שטענדערל פּראקלאמירט אַן איניציאטיוו "בני מלכים", צו מחזק זיין כיבוד אב ואם ביי די קינדער, אפּהאלטנדיג פארזאמלונגען און פּראגראמען פאר דעם צוועק.

פאר סוכות תשפ"ד האט לאנדא דורכגעפירט א חלוקה פון קרוב צו צען מיליאן דאלאר פאר ארום 5,000 וויליאמסבורגער משפחות[39], און נאך א גרעסערע חלוקה דעם נאכפאלגנדן פסח. פון דעם איז געגרינדעט געווארן דעם "וויליאמסבורג חלוקה", וואס טיילט אויס דיסקאונטס פון גרויסע פראצענטן פאר קינדער-געבענטשטע משפחות אין וויליאמסבורג, און ווערט געפירט דורך א ועד בעלי בתים פון שטאט. א בעפארצונג געט ער פאר משפחות אין די טרופ-געגנט, וואו ער וואוינט.

ער האט געספאנסערט א שמחה זאל פאר קלענערע שמחות, "עדן לאנדא", אינעם בנין בית רחל ד'סאטמאר אויף העריסאן עוועניו[40]. ער האט מנדב געווען "בנין לאנדא" פאר די הכנסת אורחים אין שטאט סיגוט אנגעפירט דורכ'ן סאטמארער רבי'ן, רבי אהרן טייטלבוים[41]. ער שטיצט אויך פארשידענע ישיבות, ווי ישיבת אורייתא אין ירושלים[42].

אויף פסח תשפ"ה האט ער געעפנט א א לוקסוריעזע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג "מרכז התורה אור חיים" אויפ'ן נאמען פונעם ריבניצער רבי'ן, באדעקט מיט האנט-באצירטע שטיינער אויסגעהאקט פון ירושלימ'ער אומגעגנט[43][44]. כדי צו קענען האבן א כשר'ע מקוה אין צייט, האט ער געלאזט אריינברענגען שניי פון ווערמאנט[45]. דאס איז אויסער וואס ער פארמאגט א ביהמ"ד, א ישיבה און א כולל, אנגעפירט דורך זיין ברודער ר' שלום. ער האט אויך אויפגעשטעלט א מכון להוצאת ספרים 'זכרון אברהם', וואס האט שוין ארויסגעגעבן די ספרים בעל שם טוב, בני יששכר און ויואל משה מיט ביאורים, און א הגדה של פסח מיט א ביאור אויף אידיש 'מסילה ישרה', און נאך.

אין כ"א כסלו תשפ"ה האט יואל, אין א רעדע פאר טויזנטער סאטמארע חסידים אין בארקלעיס סענטער סטאדיום, אנאנסירט א 30% העכערונג פאר אלע מלמדים פון סאטמארע מוסדות, וואס ער נעמט אויף זיך צו שאפן צוזאמען מיט זיינע שותפים אין די ועד ההורים פון די מוסדות[46][47]. עטליכע וואכן שפעטער האט ער אפגעראכטן ביי זיך אין שטוב א שבע ברכות פאר אן אייניקל פון סאטמארער רבי, א טאכטער פון רבי יעקב בער טייטלבוים רב פון סיגוט אין בארא פארק, דארט האט ער פארשפראכן פאר סאטמאר צוויי פרישע חתונה-זאלן אין וויליאמסבורג, א בנין פארן תלמוד תורה אין קרית יואל, און א שטאק אינעם תלמוד תורה אין ירושלים[48].

אין סיון תשפ"ה האט לאנדא אהין-און-צוריק געבארגט זיין פּריוואט פליגער פארן גערער רבי'ן, רבי יעקב אריה אלטער, צו רייזן קיין אמעריקע פאר א נויטפאל קאמפיין צו זאמלען געלט פאר גערער מוסדות אין ליכט פון פינאנציעלע שניטן און דעם גיוס קריזיס אין מדינת ישראל. לאנדא האט אויך געגעבן א באדייטנדע נדבה (א מיליאן דאלער לויט געוויסע קוועלן) פאר די מוסדות פון גער[49][50][51].

לאנדא האט דאן געשריבן א אפענעם בריוו צום רבי'ן, וועלכער איז שפּעטער געווארן וויראל. אין דעם בריוו, האט לאנדא קריטיקירט די אויפּפירונג פון חרדישע פּאליטישע פּארטייען און פירער אין מדינת ישראל, טענה'נדיג אז די עקאנאמישע אפהענגיקייט אויף די מדינה פירט צו "רוחניות'דיגע קאמפּראמיסן", אריינגערעכנט די ברייטוויליגקייט צו מגייס זיין בחורים וואס לערנען נישט תורה כדי צו באקומען געלט פאר ישיבות[52][53][54].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. Joel Landau, Geni.com
  2. קרית זית רענן, נייע שטעטל אין Mount Olive NJ, אויף אידטיש.
  3. יואל לאנדא, "יוצאים מן הלב", שטענדערל ויצא תשפ"ה, זייט 10.
  4. YouTube Play Button.png קליפ הכנסת ספר תורה לנדא, הפקה טיפ הפקות אירועים, ווידעא אויף יוטיוב.
  5. מעמד סיום כתיבת ספר תורה, אויף א בליק לייוו; מעמד הכנסת ספר תורה, אויף א בליק לייוו; ווידעאו, אויף גוגל דרייוו.
  6. דאס הזמנה בריוול, אויף אייוועלט.
  7. YouTube Play Button.png חתונת בת הנגיד יואלי לנדאו בויאלמסבורג מקהלת 'מלכות', עם גדולי זמר החסידי ותזמורתו של הערשי לנגזאם, ווידעא אויף יוטיוב, YouTube Play Button.png נומער 2, ווידעא אויף יוטיוב, אודיאו פון די חתונה צו דאונלאודן.
  8. YouTube Play Button.png שבע ברכות הנגיד יולי לנדאו - וויליאמסבורג בניצחו של מאסטרו בנ לאופר עם גדול זמר החסידי, ווידעא אויף יוטיוב.
  9. קרישקעס, אויף בחצרות הקודש, ‏י"ז כסלו תשפ"ד.
  10. Mario Schulzke, Joel Landau - Co-founder of The Allure Group, IdeaMensch, ‏אוגוסט 15, 2017.
  11. McGoldrick, Meaghan (December 30, 2016). "Possible partnership between Northwell and Maimonides in the works for Bay Ridge". Brooklyn Reporter
  12. Kirstyn Brendlen, Brooklyn nursing home with infamous owner ordered to pay $750k after death of longtime resident, Brooklyn Paper, ‏יאנואר 7, 2022.
  13. היסטאריע, AllureCare.com.
  14. JLand, Joel Landau and Allure Group Give $1.3K Bonuses to 250+ Workers, Patch, ‏יולי 13, 2018.
  15. מוסטער:TRD
  16. Craig Hubert, Former Nursing Home in Bed Stuy Is Being Razed for Controversial New Development, Brownstoner, ‏יוני 12, 2019.
  17. 17.0 17.1 "Appendices for Examination of the City's Removal of the Deed Restriction at 45 Rivington Street in Manhattan" (PDF). New York City Department of Investigation. July 2016
  18. David Goodman, How New York Allowed Gentrification for $16 Million, New York Times, March 30, 2016 (Lock-green.svg ארכיוו)
  19. J. David Goodman, New York Officials Were Warned About Lifting Nursing Home’s Deed Limits, Report Says, New York Times, יולי 14, 2016 (Lock-green.svg ארכיוו);
    Laura Nahmias, De Blasio faults policy, not staff, for Rivington deal, Politico, ‏יולי 14, 2016.
  20. Klein, Melissa; Short, Aaron; Vincent, Isabel (April 10, 2016). "Paterson was paid consultant to firm that flipped nursing home". The New York Post.
  21. Report of the New York City Comptroller on the Sale of Two Deed Restrictions Governing Property Located At 45 Rivington Street, ‏August 1, 2016.
  22. Zoe Rosenberg, Rivington House investigation culminates with Attorney General, Allure Group settlement, Curbed NY, ‏יאנואר 8, 2018;
    Jonathan LaMantia, Nursing home chain looks to future after scandal, Crain's New York Business, ‏January 16, 2018.
  23. מוסטער:TRD.
  24. Kerry Burke, Stephen Rex Brown, Harlem nursing home faces state fines for hiding coronavirus casualties, New York Daily News, ‏מאי 31, 2020.
  25. PintaCapitalPartners.com team.
  26. Alex Spanko, Nursing Home Giant Genesis to Restructure, Voluntarily Delist from NYSE as ReGen Steps in with $50M Stake, Skilled Nursing News, ‏מערץ 3, 2021.
  27. 27.0 27.1 Alex Spanko, Welltower to Largely End Relationship with Genesis, Bolster ProMedica Joint Venture in $880M Deal, Skilled Nursing News, ‏מערץ 2, 2021.
  28. Tim Mullaney, [Updated Skilled Nursing Giant Genesis HealthCare Files For Chapter 11 Bankruptcy], Skilled Nursing News, ‏יולי 10, 2025.
  29. Emergency court action scheduled Friday in Genesis bankruptcy - McKnight's Long-Term Care News, McKnights Long-Term Care News, ‏יולי 10, 2025.
  30. Alex Zorn, $3.2B DigitalBridge Portfolio Sale Closes, Santerre Health Formed to Manage Platform, Skilled Nursing News, ‏פעברואר 28, 2022.
  31. גליון נקדישך אויפ'ן וועבזייטל פון קרן תוספות יום טוב.
  32. זעט "קרן תוספות יו"ט נסיעה קיין קראקא - ו' אלול תשפ"ג", אשכול אויף אייוועלט.
  33. בילדער נסיעה שנת תשע”ח אויפ'ן וועבזייטל פון קרן תוספות יום טוב.
  34. אלע גליונות אויף גוגל-דרייוו.
  35. shtenderl.org.
  36. תגובה פון 'קינדער שטוב' אויף אייוועלט.
  37. "יוצאים מן הלב - מפניני הרבני הנגיד ר׳ יואל לאנדא", אשכול אויף אייוועלט.
  38. שטענדערל ויצא-וישלח תשפ"ה.
  39. ווידעאו פון דער חלוקה אויף אייוועלט; אין הונטערגרונד הערט מען דעם פאראדיע "יואלי לאנדא'ס קרעדיט קארד", פארפאסט איין יאר פורים ביי יואלי'ן אינדערהיים דורך ליפא שמעלצער.
  40. חנוכת הבית פאר נייעם 'עידן לאנדא' שמחה זאל בשילוב מיט רייכע שבע ברכות לכבוד הנדיב ר' יואל לאנדא, אויף בחצרות הקודש.
  41. במוצאי מנוחה · האד׳ מסאטמאר באזוכט בבית הנגיד ר׳ יואל לאנדא אין וויליאמסבורג, אויף בחצרות הקודש.
  42. נתי קאליש, צפו: הינוקא ביקר בסוכת הנגיד מארה"ב וניגן בפסנתר, ‏י"ט בתשרי תשפ"ד.
  43. Construction Nears Completion on 89 Throop Avenue in South Williamsburg, Brooklyn אויף New York YIMBY וועבזייטל.
  44. אייגנארטיגע בנין: 'מרכז התורה אור חיים' נדבת הנגיד ר' יואל לאנדא שליט"א, אויף אידטיש; YouTube Play Button.png Imperial marble & Granite craftsmanship, video on YouTube (אידיש ווידעאס), הונטער די קוליסן פון אהערשטעלן די הערליכע ביהמ"ד אור חיים ד'ריבניץ אין וויליאמסבורג.
  45. INCREDIBLE! Philanthropist R’ Yoeli Landau Trucks Snow In From Vermont To Ensure New Mikvah Is Ready For Pesach – The Yeshiva World.
  46. YouTube Play Button.png דרשה כ"א כסליו תשפ"ה, דורך יואל לאנדא, ווידעא אויף יוטיוב.
  47. יואל לאנדא, "20,000 אידן ווארטן. זאל איך אנהייבן אדער אנטלויפן?!", שטענדערל 56, מקץ-חנוכה תשפ"ה, עמ' 6.
  48. עלף מיליאן דאללער פאר דריי פרישע סאטמארע פראיעקטן, אויף JDN, ‏י"ח טבת תשפ"ה.
  49. משה ויסברג, האדמו"ר מגור המריא במטוס פרטי לארץ וערך 'לחיים' עם הנגיד, אויף בחדרי חרדים, יוני 22, 2025.
  50. שלמה טייטלבאום, המטוס הפרטי, האדמו"ר מגור ואיש העסקים הממולח מניו יורק ששווה חצי מיליארד דולר, באתר כלכליסט, יוני 26, 2025.
  51. Shilo Freid, One million dollars for house visit: Hassidic spiritual leader launches US fundraising tour, ynetnews, ‏יוני 9, 2025.
  52. יעקב אבוביץ, ‏בעל המאה הוא בעל הדעה? הנגיד קורא לאדמו"ר מגור: תלמד מסאטמר, אויף JDN‏, יוני 24, 2025 (העברעאיש).
  53. שלמה טייטלבאום, המטוס הפרטי, האדמו"ר מגור ואיש העסקים הממולח מניו יורק ששווה חצי מיליארד דולר, באתר כלכליסט, יוני 26, 2025.
  54. Shlomo Teitelbaum/Calcalist, Savvy NY Haredi businessman worth $500 million tells Israeli ultra-Orthodox: Stop dependency on state funds, ynetnews, ‏יולי 3, 2025.