אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פיוט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:פיוט צו רוי:פיוט אן לאזן א ווייטערפירונג)
ק (שווערמער האט אריבערגעפירט בלאט פיוט צו רוי:פיוט אן לאזן א ווייטערפירונג: טעות)
 
(33 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|פעאטישע תפילות צו זאגן ביים דאווענען}}
{{דעסקריפציע|פעאטישע תפילות און שירים}}
{{דרעפט}}
{{דרעפט}}
א '''פיוט''' (לשון רבים: '''פיוטים''') איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די ליטורגיע (נוסח התפילה), בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. א פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן.
א '''פיוט''' (לשון רבים: '''פיוטים''') איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. מערע פיוטים זענען אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די נוסח התפילה, בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען.  


דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פיללייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער){{הערה| שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".}}. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן", אַ ניי-לשון-קודש׳ער פאָרם וואָס שטאמט פון "פּיוט". אין מדרש ווערט דאָס וואָרט "פּיוט" גענוצט בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע"{{הערה|{{רבה|בראשית|פה|ב}}; {{ילקוט שמעוני|דניאל|1063}}}}, בשעת "פּייטן" ווערט גענוצט אין טעכנישן זין פון א פארפאסער פון שול פּאָעזיע. [[רבי אלעזר ברבי שמעון|רבי אלעזר]], זון פון רבי שמעון בן יוחאי, איז גערופן געווארן א לערנער פון תנ"ך און משנה, א פייטן און א דרשן{{הערה|{{רבה|ויקרא|ל}}; {{היברובוקס|באבער (רעדאקטאר)|פסיקתא|14056|page=410|עמ=קעט, א}}; צונץ, Gottesdienstliche Vorträge, זייט 380; צונץ, Synagogale Poesie des Mittelalters, זייט 60}}.
די פיוטים פאלגן געווענליך נאך פּאעטישע כללים, ווי אן [[אקראסטיך]] לויט די סדר פון די [[אלף בית]] אדער דעם נאמען פונעם מחבר, די סטאנצן ענדיגן זיך אין גראמען, און טייל זענען באזירט לויט א מעטער.


==היסטאריע==
==היסטאריע==
<!-- מיר געפונען אין די תורה א צאל [[שירה|שירות]] וואס זענען אין סטיל פון א ליד, א שטייגער ווי דער [[שירת הים]]. אין די נביאים געפונען זיך מערערע פאעטישע געזאנגען, ווי [[תהלים]], [[שיר השירים]] און [[אשת חיל]] סוף ספר משלי.
דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פילייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער){{הערה| שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".}}. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן". אויך אין מדרש טרעפט מען דעם אויסדרוק "פוייטנא" פאר א פייטן וואס פארפאסט לידער לויט די סדר האלף-בית{{הערה|קהלת רבה, א יג}}, און [[רבי אלעזר ברבי שמעון]] ווערט באטיטלט אלס פייטן{{הערה|{{רבה|ויקרא|ל}}; {{היברובוקס|באבער (רעדאקטאר)|פסיקתא|14056|page=410|עמ=קעט, א}}}}. דאָס וואָרט "פּיוט" געפינט מען אויך אין מדרש, אבער בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע" און גערעדעכץ{{הערה|{{רבה|בראשית|פה|ב}}; {{ילקוט שמעוני|דניאל|1063}}}}.
-->
פיוטים האבן זיך ערשט אנטוויקלט אין [[ארץ ישראל]] אנגעהויבן פון ענדע תקופת התלמוד. עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי זיי זענען אויפגעקומען בלויז ווי נאטירליכע אויסדרוקן פון אידישע געפילן אדער ווי א בכוונה׳דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות. אין יעדנספאל האבן פיוטים געדינט א באזונדערן ציל ווען למשל א גזירה פונעם [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאנטישן]] קייסער [[יוסטיניאן דער ערשטער]] (ד'שי"ג) האט פארבאטן דאס לערנען תורה. וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים צו אריינלייגן אזעלכע יסודות׳דיגע מצוות ווי שמירת שבת און ימים טובים און צו רופן דעם עולם צו ליב האבן די תורה, צו גלייבן אין גאט, און שטעלן איר האפענונג און צוטרוי אין גאט׳ס השגחה פרטית. די דיכטונגען האבן אויך געדינט ווי א דערמאנונג פון די פארגאנגענהייט ווען גאט האט געוויזן אז ער האט נישט פארלאזט זיין אויסדערוועלט פאלק.


די פארצייטישע פיוטים האבן נישט פארמאגט קיין גראמען אבער זענען געווען אויף א פאעטישער סטיל, און טייל האבן אויך פארמאגט [[אקראסטיך]] פון אלף-בית. טייל פון זיי זענען אריין אין נוסח התפילה, א שטייגער ווי [[א-ל ברוך גדול דעה]] און [[א-ל אדון]]. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די [[אזהרות]] אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור.
דאס זאגן לויב צו השי"ת דורך א לידער, געפינט מען שוין אין תנ"ך, ווי דער [[שירת הים]] און שפעטער דער [[ספר תהלים]], אבער אויפ'ן סגנון פון א "פיוט" האט זיך אנגעהויבן שפעטער, אין ראם פון די אנטוויקלונג פון די אנגענומענע נוסח התפילה.  


אין די "קלאסישער תקופה" פון פיוט, איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, און האט אוועקגעשטעלט א גאנצע סעריע פון פיוטים אויף יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה.
דער אנהייב פונעם פארברייטערונג פון פיוט איז אומקלאר זינט עס איז פארהאן ווייניג עדות איבער יענעם תקופה, מען געפינט אבער אין [[גמרא]] געוויסע לידער אויפ'ן פיוט-סטיל. לויט די פיוט פארשער האבן די פיוטים געדינט אלס פארברייטערונג פונעם נוסח התפילה, אין א צייט וואס דער שליח ציבור האט געקענט פארפאסן זיין אייגענעם נוסח צו זאגן די באשטימטע ברכות. מען געפינט סימנים פון אור-אלטע פיוטים אין די פארשידענע באשטימטע נוסחאות התפילה א שטייגער ווי [[א-ל ברוך גדול דעה]] פון ברכת יוצר אינדערוואכן, און [[א-ל אדון]] אום שבת. אזוי אויך דער ברכה פון [[ישמח משה]] טוען געוויסע משער זיין אלס טייל פון א "שבעתא" וואס איז געלאפן לויט די סדר הא"ב פאר יעדן ברכה דריי אותיות, און פארן פערטן ברכה די אותיות י-כ-ל ('''י'''שמח, '''כ'''ליל, '''ל'''וחות; דער "ושני" איז לויט זיי א שפעטערדיגע הוספה), אויך תכנת שבת לויפט אויפן סדר תשר"ק. טייל ראשונים שרייבן אז די פיוטים ביים דאווענען זענען ערשינען אלס בכוונה'דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות, דאס באציט זיך צו א גזירה פונעם [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאנטישן]] קייסער [[יוסטיניאן דער ערשטער]] (ד'שי"ג) וואס האט פארבאטן דאס לערנען תורה. און וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים אריינצופלעכטן יסודות'דיגע הלכות און מצוות, און צו לערנען אמונה בה' און אהבת התורה והמצוות. אנדערע שרייבן אז דאס איז געקומען אלס מיטל צו האלטן דרשות און לערנען הלכות פון יום טוב, לויט דער תקנה פון משה רבינו צו לערנען די הלכות פון יום טוב{{הערה|ספר הפרדס}}.  


צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים זענען געווען [[יוסי בן יוסי]], [[יניי]], און זיין תלמיד [[רבי אלעזר הקליר]], פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט{{הערה|{{היברובוקס|רב סעדיה גאון|ספר האגרון|32264|page=106|עמ=הקדמה דף ג, ב}}}}.
די גאר-פארצייטישע פיוטים קענען דערקענט ווערן מיט זייער ערהאבענעם סטיל און כאראקטעריסטישן ריטם; זיי נוצן נישט קיין [[גראמען|גראם]], זיי האבן אבער געקענט זיין געבויט לויט א מעטער. טייל האבן אויך פארמאגט [[אקראסטיך]] פון אלף-בית, א זאך וואס מען געפינט שוין אין געוויסע מזמורים אין תהלים און משלי. עס איז נישט באקאנט קיין נעמען פון מחברים, און זייער אידענטיטעט איז נישט פארצייכנט געווארן אויפ'ן פיוט.  


דער בארימטער גאון און פילאזאף [[רב סעדיה גאון|רבינו סעדיה בן יוסף]] (ד׳תרמ״ב–ד׳תש״ב) איז געווען א הייסער שטיצער פון פיוטים אין בבל, אבער די אידישע פּאעזיע האט זיך דארט אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע אלס אַן אומנויטיגער חידוש אין דער ליטורגיע. פארט האבן די פיוטים איבערגעלעבט אין בבל אויך, ווייל דער המון עם האט רעאגירט אויף פּאָעטישע לידער, וואָס האבן געשטעלט זייערע ליידן אין א רעליגיעזן קאנטעקסט.
די קלאסישע תקופה פון פיוט, ווען די פיוטים זענען געווארן אנטוויקלט און עס איז אוועקגעשטעלט געווארן די סטרוקטורעלע ראמען פון א פיוט, איז געווען אין ארץ ישראל אונטער די שליטה פון די רוימער, עס ווערט געשאצט אויף די תקופה פון סוף זמן חתימה התלמוד און די רבנן סבוראי, הגם עס איז נישטא גענוג ידיעות דאס פעסטצושטעלן מיט א זיכערקייט. [[רב סעדיה גאון]] (ד'תרמ"ב–ד'תש"ב) רעכנט אויס צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים [[יוסי בן יוסי]], [[יניי]], און זיין תלמיד [[רבי אלעזר הקליר]]{{הערה|{{היברובוקס|רב סעדיה גאון|ספר האגרון|32264|page=106|עמ=הקדמה דף ג, ב}}}}. אנדערע באקאנטע פייטנים פון יענע תקופה אין ארץ ישראל, זענען: שמעון בן מגס הכהן, רבי חדותא בירבי אברהם, יהושע הכהן, און יוסף ברבי ניסן משוה קריתים.  


דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען פיוטים געווען די מערסט קולטיווירטע פאָרעם פון העברעאישע ליטעראטור, ספּעציעל אין דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און שפאניע. [[גראמען]] איז איינגעפירט געווארן אין שפאניע, וואו פיוטים האבן דערגרייכט דעם הויכפונקט פון איר אנטוויקלונג.
אין יענער צייט איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, בעיקר זענען דעמאלטס אוועקגעשטעלט געווארן די [[קרובות]] צו זאגן ביי חזרת הש"ץ, די פייטנים האבן האט אוועקגעשטעלט באזונדערע סעריעס פון פיוטים פאר יעדן פון די שבתים און ימים טובים. טייל פון זיי זענען נאך פארבליבן ביז היינט אין געוויסע נוסחאות התפילה, אנדערע זענען פארגעסן געווארן, פון וואס טייל זענען אפגעפונען געווארן אין די [[קאירא גניזה]]. דאס בליאונג פון פיוט אין ארץ ישראל האט אנגעהאלטן ביז אנהייב פונעם 11טן יארהונדערט.  


נאך טיף אין אלף השישי זענען ווייטער געשריבן געווארן פיוטים, אבער נאר זעלטן זענען די דאזיגע שפּעטערדיגע לידער געמאכט געווארן א טייל פון נארמאלע ליטורגיען.
אין בבל אינערהאלב די צוויי ישיבות זענען אויך פארפאסט געווארן א רייע פיוטים, הגם עס איז געווען אויף אן אנדערע סטיל, אן קיין גראמען און אקראסטיך. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די [[אזהרות]] אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור. דארט זענען די פיוטים אריינגעקמען הערשט דורך רבי שלמה סולימאן בן עמר אלסנג'ארי, ניסי אלנהרואני, רבי סעדיה גאון, יוסף אלברדאני און אנדערע. אין בבל האט זיך דאס זאגן פיוטים אלס ערזאץ צום באשטימטן נוסח אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע, טייל פון די גאונים האבן געהאלטן אז דער היתר איז נאר געווען צוליב שעת השמד, אנדערע האבן דאס מתיר געווען אזוי לאנג ווי מען האלט זיך צום ענין פון דער אריינפיר און אויספיר פון די ברכות וואס זענען באשטימט געווארן דורך די אנשי כנסת הגדולה. די מחלוקת האט אנגעהאלטן אויך שפעטער ווען די פיוטים זענעם אריינגעפלאכטן געווארן אלס צוגאב צום אנגענומען נוסח התפילה, און ביז היינט זענען דא פארשידענע מנהגים אין דעם לויט די קרייזן.  


==נעמען פון די פיוטים==
דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, האט דער אידישער פיוט געבליט ווי אימער אידן האבן זיך באזעצט. אין יענע תקופות זענען געווען פילע פייטנים אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט פארשפרייטע פאָרעם פון אידישע שאפונגען{{הערה|צונץ ("ליטעראַטורגעשיכטע") ציילט איבער 900 נעמען פון פּייטנים}}. דאן איז דער נוסח התפילה מער נישט ערזעצט געווארן, די פיוטים האבן בלויז געדינט אלס צוגאב צום דאווענען אדער צו זאגן ביי אנדערע געלעגנהייטן. ווי אויך איז דעמאלטס געווען פארשפרייט דאס שאפן אלגעמיינע פיוטים לשם א אירוע צו פארצייכענען א פאסירונג, נישט דוקא צו זאגן אין באשטימטע פלעצער ביים דאווענען.  
אין דער קלאסישער תקופה פון פיוט, זענען פארפאסט געווארן פיוטים-סעריעס צו זאגן דורכאויס דעם דאווענען, צוזאמגעפלאכטן מיט די נוסח התפילה, אדער אנשטאט די אלגעמיינע נוסח.
די פיוטים וועגן אנגערופן מיט נעמען, באזירט אויפ'ן ארט אינעם סדר התפילה וואו עס איז אריינגעשטעלט.


אין די שפעטערדיגע דורות איז אנטשטאנען א צעמישעניש אין דעם הינזיכט, ווען מ'האט מען אנגעהויבן רופן אלע פיוטים מיט'ן נאמען '''קרוב"ץ''', אדער '''יוצרות'''.
אין יענע תקופה איז דער סגנון פון פיוטים צעטיילט געווארן. אין [[איטאליע]], [[אשכנז]], [[גריכלאנד]] און [[צרפת]] וואס זענען אסאך נשפע געווארן פון ארץ ישראל'דיגע מנהגים, האבן ממשיך געווען צו זאגן די פיוטים פון ארץ ישראל, און האבן אויך געשאפן נייע אויך דעם זעלבן שטייגער.
ווידעראוםן אין [[ספרד]] און אין [[פרובאנס]] וואו מען האט זיך געפונען אין די תקופה פון די [[גאלדענע עפאכע]], האבן די ארטיגע פייטנים האבן אריינגעברענט פרישע סטילן אין זייערע שאפונגען, און כמעט ווי ארויסגעשטויסן דעם מהלך פון די ארץ ישראל'דיגע פיוטים.  


===יוצרות===
די פיוטים וואס זענען באשטימט געווארן דורך די קהילות צו זאגן ביים דאווענען בקביעות, זענען דורכאויס די יארן געווארן צאמגענומען און אהערגעשטעלט פאר זייערע שלוחי ציבור אין מחזורים. און מיט די ערפינדונג פון דרוק איז דאס נאכמער פאראייניגט געווארן און פארשפרייט געווארן לויט די מנהגים פון יעדן געגנט באזונדער.
אריגינעל האט זיך דער טערמין ׳יוצרות׳ באצויגן צו דעם פיוטים-סעריע פון די ברכות קריאת שמע.
די פיוטים פון ברכות קריאת שמע זענען איינגעטיילט אין זיבן חלקים, און זיי ווערן אלע אנגערופן מיט'ן שם הכולל "'''יוצר'''" וואס איז אויך דער נאמען פונעם ערשטן טייל פון די סעריע; די ברכה פון [[יוצר אור]].


די זיבן חלקים פון די "יוצר" סעריע זענען:
==קונסט און סטיל==
די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די [[אקראסטיך]], [[גראמען]], [[מעטער (פאעזיע)|מעטער]], מליצות, און כינוים.
 
די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער([[א-ל אדון]]). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.


:'''בעפאר קריאת שמע'''
ביים קלאסישן תקופה פון פיוט זענען אוועקגעשטעלט געווארן פארשדענע סארט סטרוקטורן, וויאזוי אהרעצושטעלן דעם פיוט. די פיוטים זענען בדרך כלל געווען איינגעטיילט אין סטראפן [בתים], א געווענליכער פיוט האט פארמאגט א סיסטעם פון פיר פערזן [שורות] פער סטראף, און יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם (אדער דריי שורות גראמען און דערנאך א "פזמון"), אבער עס זענען געווען נאך א צאל סטילן וויאזוי אויסצושטעלן די שורות און גראנמען פונעם פיוט. ווי אויך האט דער ערשטער אות פון יעדן בית האט געפארעמט אן אקראסטיך פון דעם מחבר'ס נאמען, אדער לויט די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות. די פיוטים זענען געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל.
::א. '''יוצר''' - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור, נאך די ווערטער "עושה שלום ובורא את הכל".
::ב. '''אופן''' - געזאגט צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"].
::ג. '''מאורה''' - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות".
::ד. '''אהבה''' - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע.
:'''נאך קריאת שמע'''
::ה. '''זולת''' - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ. געווענליך ענדיגט זיך עס מיט א בקשה אויף די גאולה, אזוי ווי די נושא פון דעם ברכה.
::ו. דערנאך א פיוט וואס מען זאגט נאכ'ן פסוק "מי כמוכה" - געווענליך רעדט דער פיוט ארום איבער יציאת מצרים און שירת הים.
::ז. '''גאולה''' - פאר'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". אין די קלאסישע תקופה פון פיוט הייבן זיך די סארט פיוטים אן מיט די ווערטער "ה' מלכנו...".


לויט געוויסע פיוט-פארשער{{הערה|יצחק משה עלבאגען און נאך}} זענען די פיוטים אריגינעל פארפאסט געווארן צו זאגן אנשטאט די אלגעמיינע נוסח פון ברכות קריאת שמע, אבער נאך די קלאסישע תקופה פון פיוט איז דאס צוגעלייגט געווארן אלס הוספה צו דעם באשטימטן נוסח התפילה. אין די אייראפעאישע קהילות איז דאס זאגן די פיוטים באטראכט געווארן וואלונטיריש; אין די קהילות פון [[אשכנז]] האט מען אנגעהאלטן דאס זאגן די פיוטים פון '''יוצר''', '''אופן''' און '''זולת''', און דאס איבריגע האט מען אויסגעלאזט.
די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז געווען ווי א פארברייטערע המשך פון דעם קלאסישן סטיל וואס האט געשטאמט פון ארץ ישראל און דערנאך איטאליע. זיי זענען נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. שפעטער האבן יא אנגעהויבן אריינצוקומען מער קאמפליצירטע גראמען און געוויסע אייגנשאפטן פונעם ספרדי'שן סטיל, הגם ווייט נישט מיטן זעלבן מאס איינהייטליכקייט.  


===קרובות===
די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די [[אראבער]] גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די [[טראף|טראפן]] פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון [[דונש בן לברט]] און [[מנחם בן סרוק]]. זייערע פיוטים האבן פארמאגט מער קורצערע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא, און זענען נישט געווען אזיפיל באזירט אויף מדרשים. אויך האבן זיי מחדש געווען קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").
די פיוטים-סעריע וואס ווערט געזאגט דורכ'ן בעל תפילה, אינערהאלב די הויכע שמונה עשרה, ווערט אנגערופן '''קרובות''' (אין די ספרים פון מנהגי אשכנז ווערן זיי גערופן '''קרובץ''').


אין די קלאסישע תקופה פון פיוט זענען פארפאסט געווארן א גרויסע צאל סעריעס פון "קרובות" אויף ימים טובים, און ספעציעלע שבתים, און אויך אויף אלגעמיינע שבתים באזירט אויף די קריאת התורה פון די וואכעדיגע פרשה.
==סארטן פיוטים==
די נעמען פון די פיוטים קענען זיין באשטימט באזירט אויף זייער ארט אין די נוסח התפילה, אדער אויף זייער סרוקטור אין סטיל וויאזוי זיי זענען אהערגעשטעלט.
אין פארשידענע תּקופות זענען געוויסע סארט פיוטים געווען מער פארשפּרייט ווי אנדערע.
{{טורים
| רוחב = 26em
|*'''[[קרובות]]''' - אדער '''קרוב"ץ''', די סעריע פון פיוטים וואס ווערן געזאגט אין די [[שמונה עשרה|תפילת עמידה]], וויבאלד דער שליח ציבור ווערט גערופן '''קרוב'''.  שפעטער האט מען אנגעהויבן נוצן דעם נאמען אויך אלס שם הכולל אויף פיוטים אין אלגעמיין, בעיקר אין אשכנז.
{{הויפט ארטיקל|קרובות}}
די קרובה סעריע איז איינגעטיילט אין א צאל סארטן;
*'''שבעתא''' - פיוטים וואס זענען איינגעטיילט אין אן אייניגע סיסטעם פאר אלע זיבן ברכות פון דעם שבת'דיגן אדער יום-טוב'דיגן חזרת הש"ץ.


די קרובות זענען איינגעטיילט אין צוויי סארטן, באזירט אויפ'ן מנהג אין ארץ ישראל צו זאגן "[[קדושה]]", בלויז ביי די הויכע שמונה עשרה פון שחרית אום שבת און יום טוב. דעריבער זענען געווען צוויי סארטן סעריעס:
*'''שמונה עשרה''' די קרובה וואס איז איינגעטיילט צווישן די אכצן ברכות פון א וואכנדיגער שמונה עשרה.
::'''קדושתא''' - א פארצווייגטע און לענגערע סעריע, וואס אנטהאלט א סיסטעם פון פיוטים אויף די ערשטע דריי ברכות פון שמונה-עשרה, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה (א שטייגער ווי די יוצר פון די ארבע פרשיות און ימים טובים).
::'''שבעתא''' - א סעריע קורצע פיוטים אויף יעדן פון די זיבן ברכות פון די שבת'דיגע און יום-טוב'דיגע דאווענען (א שטייגער ווי די מוסף פאר פרשת שקלים, און פרשת החודש), וואס מען זאגט נישט קיין קדושה דערביי. צומאל האט עס אויך געקענט פארברייטערן מיט לענגערע פיוטים ביי טייל ברכות.
ווי אויך איז פארהאן די:
::'''קדושת י"ח''' - וואס איז א צוזאמשטעל פון די צוויי דערמאנטע; געווידמעט פאר די תפילת שמונה-עשרה אין ספעציעלע טעג פון יאר וואס מען האט יא געזאגט דערביי "קדושה", א שטייגער ווי [[חנוכה]], [[חול המועד]] און [[ראש חודש]]. דער ערשטער טייל פונעם געבוי פון די קדושתות י"ח זענען ענליך צו די פון די "קדושתא" נאר אויף א קורצערן פארמאט, און נאך "קדושה" איז דאס געבוי פונקט ווי אין די "שבעתא".


לויט טייל פארשער איז דער תפילה פון ''ישמח משה במתנת חלקו'' - וואס עפנט דעם צענטראלן טייל פון די שבת'דיגע שמונה-עשרה ביי שחרית - א טייל פון א "שבעתא" וואס איז אויסגעשטעלט לויט די סדר פון אלף-בית, און פארמאגט די אותיות יוד, כף און למד, נאך וואס די שטיקל פאר יעדן ברכה באשטייט פון דריי אותיות{{ביאור|די גירסא לויט זיי איז:  '''''י'''שמח משה במתנת חלקו כי עבד נאמן קראת לו / '''כ'''ליל תפארת בראשו נתת לו בעמדו לפניך על הר סיני / '''ל'''וחות אבנים הוריד בידו וכתוב בהן שמירת שבת''}}{{הערה|'''מנחם זולאי'''; זעט אויספירליך {{לינק|אדרעס=https://www.nli.org.il/he/discover/music/jewish-music/piyut/articles/in-depth-look/piyut/what-is-yismach-moshe|קעפל=ישמח משה – ברכה או פיוט?|זייטל=אתר הפיוט והתפילה}}}}.
*'''[[קדושתא]]''' - דאס איז די מערסט דאמינירנדער קרובה-סעריע פון די פארצייטישע פייטנים, און איז אויסגעשטעלט בלויז אויף די ערשטע דריי ברכות פון חזרת הש"ץ, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה וואס ווערן געזאגט ביים דריטן ברכה פון "הא-ל הקדוש".  


===מערבית===
די פארצווייגטע קדושתא סעריע ענטהאלט אין זיך א רייע מיט פיוטים.
א סעריע פיוטים אויף די ברכות קריאת שמע פון [[מעריב]], בעיקר פאר די יום-טוב'דיגע דאווענען.


די סעריע איז איינגעטיילט אויף זעקס חלקים:
*'''מגן''' - ביים ערשטן ברכה "מגן אברהם",  
די ערשטע צוויי פאר די צוויי ברכות בעפאר קריאת שמע ("המעריב ערבים", און "אוהב עמו ישראל"); דערנאך דריי פיוטים פאר די ברכה פון גאולה, וואס איז איינגעטיילט אין דריי טיילן (צוערשט צוויי פסוקים: "מי כמוכה"{{הערה|ספר שמות, קאפיטל ט"ו, פסוק י"א}} און " ה' ימלוך"{{הערה|ספר שמות, קאפיטל ט"ו, פסוק י"ח}} און דערנאך די ברכה פון "גאל ישראל"{{ביאור|אדער "צור ישראל וגואלו" לויט נוסח ארץ ישראל}}); און דערנאך א פיוט פאר די לעצטע ברכה ("השכיבנו").
*'''מחיה''' - ביים צווייטן ברכה פון "מחיה המתים",  
===סליחות און קינות ===
*'''משלש'''  - ביים דריטן ברכה.
*'''סילוק''' וואס האט געדינט אלס אריינפיר און עווענטועל אלס פארזאג פארן חזן בעפאר די פסוקים פון קדושה.


'''[[סליחות]]''' - זענען פיוטים וואס מען זאגט בעפאר און דורכאויס די [[ימים נוראים]] און ביי א [[תענית ציבור]].  
*'''[[יוצרות]]''' - פיוטים וואס געהערן צו די ברכות בעפאר און נאך [[קריאת שמע]] ביי [[שחרית]]. אויך דער טערמין האט מען שפעטער גענוצט צו באצייכענען אין אלגעמיין פיוטים ביים דאווענען.  


'''[[קינות]]''' - זענען פיוטים וואס מען זאגט אום תשעה באב צו קלאגן אויפ[[חורבן בית המקדש]].
דער יוצר סעריע האט פארמאגט אונטער זיך א סיסטעם פון פיוטים, באשטימט לויט די ברכה אין וואו זי האט זיך געפינען.
*'''יוצר''' - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור;
*'''אופן''' - צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"];
*'''מאורה''' - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות";
*'''אהבה''' - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע.
*'''זולת''' - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ;
*'''גאולה''' - איידעראויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל".
{{הויפט ארטיקל|יוצרות}}


אריגינעל זענען זיי אויך געווען טייל פון די "קרובות" סעריע פאר די שמונה-עשרה. אין א פאסט-טאג פלעגט מען מאריך זיין מיט מערערע פיוטים ביי די ברכה פון "סלח לנו" - "סליחות", און ביי די קרובות פון תשעה באב פלעגט מען מאריך זיין ביי די ברכה פון "בונה ירושלים". אין די שפעטערע תקופות איז געווארן איינגעפירט דאס צו זאגן נאך שמונה עשרה. און אזוי פירט מען זיך היינט אין רוב פלעצער.
*'''מערבית''' פיוטים באשטימט צו באצירן די ברכות קריאת שמע פון [[מעריב]].


==קונסט און סטיל==
נאך פארברייטערטע פיוטים אינערהאלב די קרובות זענען:
*'''תּקיעתא''' - א סעריע וואס באצירט די פסוקים פון מלכויות, זכרונות און שופרות, ביי די מוסף־שמונה עשרה אום [[ראש השנה]];
*'''עבודה''' - שילדערט די קרבנות יום הכפורים אין דער צייט וואס דער בית המקדש איז געשטאנען), אין דער חזרת הש"ץ פון מוסף [[יום כיפור|יום הכפורים]];
*'''אזהרות''' - פאר די חזרת הש"ץ פון שבועות, וואָס רעכענען אויס די ליסטע פון [[תרי"ג מצוות|613 מצוות]] אין דער תורה;
*'''טל''' קרובה-סעריע פאר [[שמיני עצרת]] וואס ברייטערט זיך אויס ביי די צווייטע ברכה און די ווערטער מוריד הטל.
*'''גשם''' קרובה סעריע פאר דעם צווייטן טאג [[פסח]] וואס ברייטערט זיך אויס ביי די צווייטע ברכה און די ווערטער מוריד הגשם.
 
*'''רשות'''- דער אריינפיר פיוט וואס דער חזן זאגט איידערן אנהויבן דעם דאווענען ווערט אנגערופן  צווישן דעם איז דער פיוט [[מסוד חכמים]] און [[אוחילה לא-ל]], אין דעם איז אויך אריינגערעכנט דעם '''רשות לחתן תורה,''' פון די עליה פון [[שמחת תורה]], און דער '''רשות למתרגם''' פון די קריאה פון שבועות, א שטייגער ווי דער פיוט [[אקדמות]].
 
*'''[[הושענות]]''' - פיוטים פאר [[סוכות]] צו זאגן ביים ארומגיין דעם בימה מיטן די ארבעה מינים.
 
*'''[[סליחות]]''' - א קרובה סעריע מיט מערערע פיוטים צו זאגן אינערהאלב דעם זעקסטן ברכה פון "סלח לנו", אין שפּעטערדיגע תקופות איז דאס גערוקט געווארן צו זאגן נאכן ענדיגן די חזרת הש"ץ. סליחות זענען אויך פארפאסט געווארן פאר חודש [[אלול]] און [[עשרת ימי תשובה]] צו זאגן ביים בעגינען.
 
*'''[[קינות]]''' פאר [[תשעה באב]], אריגינעל אלס המשך צום קרובה וואס האט אריבערגעשפרייזט די ברכות פון שמונה עשרה און האט אויסגעפירט מיט א לענגערע סעריע פון פיוטים ביים ברכה פון "בונה ירושלים". אין שפּעטערדיגע תקופות זאגט מען דאס נישט ביי חזרת הש"ץ. עס זענען אויך דא אלגעמיינע פיוטים וואס זענען פארפאסט געווארן אלס קלאג אויף די פטירה פון אן אדם גדול, אדער א צרה, און איז נישט דוקא פארפאסט געווארן צו זאגן ביים דאווענען.


די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די [[אקראסטיך]], [[גראמען]], [[מעטער (פאעזיע)|מעטער]], מליצות, און כינוים.
*'''אשכבה''' - פיוטים (אדער צידוק הדין) פאר א [[לוויה]].


די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער([[א-ל אדון]]). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.
די פיוטים ווערן אויך אנגערופן מיט נעמען באזירט אויף זייער סטיל און סטרוקטור-געבוי.


דער קלאסישער סטיל פיוט האט פארמאגט אקראסטיך פון די מחבר פונעם פיוט, און אויך לויט די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם. און איז געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות.
* '''פזמון''' - א פיוט וואס פארמאגט איין פזמון אדער צוויי וואס חזר'ט זיך אריבער נאך יעדן בית פון דעם פיוט.
* רהטא,  
*'''שלמונית''' א פיוט וואס איז צאמגעשטעלט פון 4 רייעדיגע סטאנצן. שלמונית איז פון לשון "שלם" וויבאלד דאס איז דער ערגענצטער מוסטער וואס רוב פייטנים נוצן, אן אנדער מייינונג איז אז דאס איז אויפ'ן נאמען פון [[רבי שלמה הבבלי]] וואס זיינע פילצאליגע פיוטים זענען געווען אויף דעם סארט.
*'''שלישייה''', א פיוט וואס איז צאמגעשטעלט פון 4 רייעדיגע סטאנצן.
*'''שנייה''', א פיוט וואס איז צאמגעשטעלט פון 2 רייעדיגע סטאנצן.
*'''קיקלר''',  {{הערה|שות רי מיגאש}}
*'''עשיריה''', א פיוט וואס דער אקראסטיך לויפט פון אות א' ביז י'
}}


די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די [[אראבער]] גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די [[טראף|טראפן]] פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש, מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון [[דונש בן לברט]] און [[מנחם בן סרוק]]. אויך האבן זיי פארמאכט מער קורצע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא.


די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").


==דרויסנדיגע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==
*{{אנצ תלמודית|פיוטים}}
* [https://forum.yidtish.com/viewtopic.php?t=805 פיוטים ומהותם] אויף אידטיש
* {{אנצ יהודית|12195-piyyut}}
* {{אנצ יהודית|12195-piyyut}}
*'''הקדושתא''', הרב יעקב לויפער, קובץ חצי גבורים - פליטת סופריהם, קובץ י, זייטן רסג-שב.
==ביאורים==
==ביאורים==
{{ביאורים}}
{{ביאורים}}
==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}
[[קאַטעגאָריע:פיוטים|*]]
{{פיוטים ופייטנים}}


[[he:פיוט]]
[[he:פיוט]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 18:56, 21 יולי 2025

א פיוט (לשון רבים: פיוטים) איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. מערע פיוטים זענען אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די נוסח התפילה, בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען.

די פיוטים פאלגן געווענליך נאך פּאעטישע כללים, ווי אן אקראסטיך לויט די סדר פון די אלף בית אדער דעם נאמען פונעם מחבר, די סטאנצן ענדיגן זיך אין גראמען, און טייל זענען באזירט לויט א מעטער.

היסטאריע

דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פילייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער)[1]. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן". אויך אין מדרש טרעפט מען דעם אויסדרוק "פוייטנא" פאר א פייטן וואס פארפאסט לידער לויט די סדר האלף-בית[2], און רבי אלעזר ברבי שמעון ווערט באטיטלט אלס פייטן[3]. דאָס וואָרט "פּיוט" געפינט מען אויך אין מדרש, אבער בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע" און גערעדעכץ[4].

דאס זאגן לויב צו השי"ת דורך א לידער, געפינט מען שוין אין תנ"ך, ווי דער שירת הים און שפעטער דער ספר תהלים, אבער אויפ'ן סגנון פון א "פיוט" האט זיך אנגעהויבן שפעטער, אין ראם פון די אנטוויקלונג פון די אנגענומענע נוסח התפילה.

דער אנהייב פונעם פארברייטערונג פון פיוט איז אומקלאר זינט עס איז פארהאן ווייניג עדות איבער יענעם תקופה, מען געפינט אבער אין גמרא געוויסע לידער אויפ'ן פיוט-סטיל. לויט די פיוט פארשער האבן די פיוטים געדינט אלס פארברייטערונג פונעם נוסח התפילה, אין א צייט וואס דער שליח ציבור האט געקענט פארפאסן זיין אייגענעם נוסח צו זאגן די באשטימטע ברכות. מען געפינט סימנים פון אור-אלטע פיוטים אין די פארשידענע באשטימטע נוסחאות התפילה א שטייגער ווי א-ל ברוך גדול דעה פון ברכת יוצר אינדערוואכן, און א-ל אדון אום שבת. אזוי אויך דער ברכה פון ישמח משה טוען געוויסע משער זיין אלס טייל פון א "שבעתא" וואס איז געלאפן לויט די סדר הא"ב פאר יעדן ברכה דריי אותיות, און פארן פערטן ברכה די אותיות י-כ-ל (ישמח, כליל, לוחות; דער "ושני" איז לויט זיי א שפעטערדיגע הוספה), אויך תכנת שבת לויפט אויפן סדר תשר"ק. טייל ראשונים שרייבן אז די פיוטים ביים דאווענען זענען ערשינען אלס בכוונה'דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות, דאס באציט זיך צו א גזירה פונעם ביזאנטישן קייסער יוסטיניאן דער ערשטער (ד'שי"ג) וואס האט פארבאטן דאס לערנען תורה. און וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים אריינצופלעכטן יסודות'דיגע הלכות און מצוות, און צו לערנען אמונה בה' און אהבת התורה והמצוות. אנדערע שרייבן אז דאס איז געקומען אלס מיטל צו האלטן דרשות און לערנען הלכות פון יום טוב, לויט דער תקנה פון משה רבינו צו לערנען די הלכות פון יום טוב[5].

די גאר-פארצייטישע פיוטים קענען דערקענט ווערן מיט זייער ערהאבענעם סטיל און כאראקטעריסטישן ריטם; זיי נוצן נישט קיין גראם, זיי האבן אבער געקענט זיין געבויט לויט א מעטער. טייל האבן אויך פארמאגט אקראסטיך פון אלף-בית, א זאך וואס מען געפינט שוין אין געוויסע מזמורים אין תהלים און משלי. עס איז נישט באקאנט קיין נעמען פון מחברים, און זייער אידענטיטעט איז נישט פארצייכנט געווארן אויפ'ן פיוט.

די קלאסישע תקופה פון פיוט, ווען די פיוטים זענען געווארן אנטוויקלט און עס איז אוועקגעשטעלט געווארן די סטרוקטורעלע ראמען פון א פיוט, איז געווען אין ארץ ישראל אונטער די שליטה פון די רוימער, עס ווערט געשאצט אויף די תקופה פון סוף זמן חתימה התלמוד און די רבנן סבוראי, הגם עס איז נישטא גענוג ידיעות דאס פעסטצושטעלן מיט א זיכערקייט. רב סעדיה גאון (ד'תרמ"ב–ד'תש"ב) רעכנט אויס צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים יוסי בן יוסי, יניי, און זיין תלמיד רבי אלעזר הקליר[6]. אנדערע באקאנטע פייטנים פון יענע תקופה אין ארץ ישראל, זענען: שמעון בן מגס הכהן, רבי חדותא בירבי אברהם, יהושע הכהן, און יוסף ברבי ניסן משוה קריתים.

אין יענער צייט איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, בעיקר זענען דעמאלטס אוועקגעשטעלט געווארן די קרובות צו זאגן ביי חזרת הש"ץ, די פייטנים האבן האט אוועקגעשטעלט באזונדערע סעריעס פון פיוטים פאר יעדן פון די שבתים און ימים טובים. טייל פון זיי זענען נאך פארבליבן ביז היינט אין געוויסע נוסחאות התפילה, אנדערע זענען פארגעסן געווארן, פון וואס טייל זענען אפגעפונען געווארן אין די קאירא גניזה. דאס בליאונג פון פיוט אין ארץ ישראל האט אנגעהאלטן ביז אנהייב פונעם 11טן יארהונדערט.

אין בבל אינערהאלב די צוויי ישיבות זענען אויך פארפאסט געווארן א רייע פיוטים, הגם עס איז געווען אויף אן אנדערע סטיל, אן קיין גראמען און אקראסטיך. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די אזהרות אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור. דארט זענען די פיוטים אריינגעקמען הערשט דורך רבי שלמה סולימאן בן עמר אלסנג'ארי, ניסי אלנהרואני, רבי סעדיה גאון, יוסף אלברדאני און אנדערע. אין בבל האט זיך דאס זאגן פיוטים אלס ערזאץ צום באשטימטן נוסח אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע, טייל פון די גאונים האבן געהאלטן אז דער היתר איז נאר געווען צוליב שעת השמד, אנדערע האבן דאס מתיר געווען אזוי לאנג ווי מען האלט זיך צום ענין פון דער אריינפיר און אויספיר פון די ברכות וואס זענען באשטימט געווארן דורך די אנשי כנסת הגדולה. די מחלוקת האט אנגעהאלטן אויך שפעטער ווען די פיוטים זענעם אריינגעפלאכטן געווארן אלס צוגאב צום אנגענומען נוסח התפילה, און ביז היינט זענען דא פארשידענע מנהגים אין דעם לויט די קרייזן.

דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, האט דער אידישער פיוט געבליט ווי אימער אידן האבן זיך באזעצט. אין יענע תקופות זענען געווען פילע פייטנים אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט פארשפרייטע פאָרעם פון אידישע שאפונגען[7]. דאן איז דער נוסח התפילה מער נישט ערזעצט געווארן, די פיוטים האבן בלויז געדינט אלס צוגאב צום דאווענען אדער צו זאגן ביי אנדערע געלעגנהייטן. ווי אויך איז דעמאלטס געווען פארשפרייט דאס שאפן אלגעמיינע פיוטים לשם א אירוע צו פארצייכענען א פאסירונג, נישט דוקא צו זאגן אין באשטימטע פלעצער ביים דאווענען.

אין יענע תקופה איז דער סגנון פון פיוטים צעטיילט געווארן. אין איטאליע, אשכנז, גריכלאנד און צרפת וואס זענען אסאך נשפע געווארן פון ארץ ישראל'דיגע מנהגים, האבן ממשיך געווען צו זאגן די פיוטים פון ארץ ישראל, און האבן אויך געשאפן נייע אויך דעם זעלבן שטייגער. ווידעראוםן אין ספרד און אין פרובאנס וואו מען האט זיך געפונען אין די תקופה פון די גאלדענע עפאכע, האבן די ארטיגע פייטנים האבן אריינגעברענט פרישע סטילן אין זייערע שאפונגען, און כמעט ווי ארויסגעשטויסן דעם מהלך פון די ארץ ישראל'דיגע פיוטים.

די פיוטים וואס זענען באשטימט געווארן דורך די קהילות צו זאגן ביים דאווענען בקביעות, זענען דורכאויס די יארן געווארן צאמגענומען און אהערגעשטעלט פאר זייערע שלוחי ציבור אין מחזורים. און מיט די ערפינדונג פון דרוק איז דאס נאכמער פאראייניגט געווארן און פארשפרייט געווארן לויט די מנהגים פון יעדן געגנט באזונדער.

קונסט און סטיל

די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די אקראסטיך, גראמען, מעטער, מליצות, און כינוים.

די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער(א-ל אדון). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.

ביים קלאסישן תקופה פון פיוט זענען אוועקגעשטעלט געווארן פארשדענע סארט סטרוקטורן, וויאזוי אהרעצושטעלן דעם פיוט. די פיוטים זענען בדרך כלל געווען איינגעטיילט אין סטראפן [בתים], א געווענליכער פיוט האט פארמאגט א סיסטעם פון פיר פערזן [שורות] פער סטראף, און יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם (אדער דריי שורות גראמען און דערנאך א "פזמון"), אבער עס זענען געווען נאך א צאל סטילן וויאזוי אויסצושטעלן די שורות און גראנמען פונעם פיוט. ווי אויך האט דער ערשטער אות פון יעדן בית האט געפארעמט אן אקראסטיך פון דעם מחבר'ס נאמען, אדער לויט די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות. די פיוטים זענען געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל.

די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז געווען ווי א פארברייטערע המשך פון דעם קלאסישן סטיל וואס האט געשטאמט פון ארץ ישראל און דערנאך איטאליע. זיי זענען נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. שפעטער האבן יא אנגעהויבן אריינצוקומען מער קאמפליצירטע גראמען און געוויסע אייגנשאפטן פונעם ספרדי'שן סטיל, הגם ווייט נישט מיטן זעלבן מאס איינהייטליכקייט.

די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די אראבער גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די טראפן פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון דונש בן לברט און מנחם בן סרוק. זייערע פיוטים האבן פארמאגט מער קורצערע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא, און זענען נישט געווען אזיפיל באזירט אויף מדרשים. אויך האבן זיי מחדש געווען קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").

סארטן פיוטים

די נעמען פון די פיוטים קענען זיין באשטימט באזירט אויף זייער ארט אין די נוסח התפילה, אדער אויף זייער סרוקטור אין סטיל וויאזוי זיי זענען אהערגעשטעלט. אין פארשידענע תּקופות זענען געוויסע סארט פיוטים געווען מער פארשפּרייט ווי אנדערע.

  • קרובות - אדער קרוב"ץ, די סעריע פון פיוטים וואס ווערן געזאגט אין די תפילת עמידה, וויבאלד דער שליח ציבור ווערט גערופן קרוב. שפעטער האט מען אנגעהויבן נוצן דעם נאמען אויך אלס שם הכולל אויף פיוטים אין אלגעמיין, בעיקר אין אשכנז.
Postscript-viewer-blue.svg קרובות

די קרובה סעריע איז איינגעטיילט אין א צאל סארטן;

  • שבעתא - פיוטים וואס זענען איינגעטיילט אין אן אייניגע סיסטעם פאר אלע זיבן ברכות פון דעם שבת'דיגן אדער יום-טוב'דיגן חזרת הש"ץ.
  • שמונה עשרה די קרובה וואס איז איינגעטיילט צווישן די אכצן ברכות פון א וואכנדיגער שמונה עשרה.
  • קדושתא - דאס איז די מערסט דאמינירנדער קרובה-סעריע פון די פארצייטישע פייטנים, און איז אויסגעשטעלט בלויז אויף די ערשטע דריי ברכות פון חזרת הש"ץ, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה וואס ווערן געזאגט ביים דריטן ברכה פון "הא-ל הקדוש".

די פארצווייגטע קדושתא סעריע ענטהאלט אין זיך א רייע מיט פיוטים.

  • מגן - ביים ערשטן ברכה "מגן אברהם",
  • מחיה - ביים צווייטן ברכה פון "מחיה המתים",
  • משלש - ביים דריטן ברכה.
  • סילוק וואס האט געדינט אלס אריינפיר און עווענטועל אלס פארזאג פארן חזן בעפאר די פסוקים פון קדושה.
  • יוצרות - פיוטים וואס געהערן צו די ברכות בעפאר און נאך קריאת שמע ביי שחרית. אויך דער טערמין האט מען שפעטער גענוצט צו באצייכענען אין אלגעמיין פיוטים ביים דאווענען.

דער יוצר סעריע האט פארמאגט אונטער זיך א סיסטעם פון פיוטים, באשטימט לויט די ברכה אין וואו זי האט זיך געפינען.

  • יוצר - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור;
  • אופן - צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"];
  • מאורה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות";
  • אהבה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע.
  • זולת - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ;
  • גאולה - איידער'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל".


  • מערבית פיוטים באשטימט צו באצירן די ברכות קריאת שמע פון מעריב.

נאך פארברייטערטע פיוטים אינערהאלב די קרובות זענען:

  • תּקיעתא - א סעריע וואס באצירט די פסוקים פון מלכויות, זכרונות און שופרות, ביי די מוסף־שמונה עשרה אום ראש השנה;
  • עבודה - שילדערט די קרבנות יום הכפורים אין דער צייט וואס דער בית המקדש איז געשטאנען), אין דער חזרת הש"ץ פון מוסף יום הכפורים;
  • אזהרות - פאר די חזרת הש"ץ פון שבועות, וואָס רעכענען אויס די ליסטע פון 613 מצוות אין דער תורה;
  • טל קרובה-סעריע פאר שמיני עצרת וואס ברייטערט זיך אויס ביי די צווייטע ברכה און די ווערטער מוריד הטל.
  • גשם קרובה סעריע פאר דעם צווייטן טאג פסח וואס ברייטערט זיך אויס ביי די צווייטע ברכה און די ווערטער מוריד הגשם.
  • רשות- דער אריינפיר פיוט וואס דער חזן זאגט איידערן אנהויבן דעם דאווענען ווערט אנגערופן צווישן דעם איז דער פיוט מסוד חכמים און אוחילה לא-ל, אין דעם איז אויך אריינגערעכנט דעם רשות לחתן תורה, פון די עליה פון שמחת תורה, און דער רשות למתרגם פון די קריאה פון שבועות, א שטייגער ווי דער פיוט אקדמות.
  • הושענות - פיוטים פאר סוכות צו זאגן ביים ארומגיין דעם בימה מיטן די ארבעה מינים.
  • סליחות - א קרובה סעריע מיט מערערע פיוטים צו זאגן אינערהאלב דעם זעקסטן ברכה פון "סלח לנו", אין שפּעטערדיגע תקופות איז דאס גערוקט געווארן צו זאגן נאכן ענדיגן די חזרת הש"ץ. סליחות זענען אויך פארפאסט געווארן פאר חודש אלול און עשרת ימי תשובה צו זאגן ביים בעגינען.
  • קינות פאר תשעה באב, אריגינעל אלס המשך צום קרובה וואס האט אריבערגעשפרייזט די ברכות פון שמונה עשרה און האט אויסגעפירט מיט א לענגערע סעריע פון פיוטים ביים ברכה פון "בונה ירושלים". אין שפּעטערדיגע תקופות זאגט מען דאס נישט ביי חזרת הש"ץ. עס זענען אויך דא אלגעמיינע פיוטים וואס זענען פארפאסט געווארן אלס קלאג אויף די פטירה פון אן אדם גדול, אדער א צרה, און איז נישט דוקא פארפאסט געווארן צו זאגן ביים דאווענען.
  • אשכבה - פיוטים (אדער צידוק הדין) פאר א לוויה.

די פיוטים ווערן אויך אנגערופן מיט נעמען באזירט אויף זייער סטיל און סטרוקטור-געבוי.

  • פזמון - א פיוט וואס פארמאגט איין פזמון אדער צוויי וואס חזר'ט זיך אריבער נאך יעדן בית פון דעם פיוט.
  • רהטא,
  • שלמונית א פיוט וואס איז צאמגעשטעלט פון 4 רייעדיגע סטאנצן. שלמונית איז פון לשון "שלם" וויבאלד דאס איז דער ערגענצטער מוסטער וואס רוב פייטנים נוצן, אן אנדער מייינונג איז אז דאס איז אויפ'ן נאמען פון רבי שלמה הבבלי וואס זיינע פילצאליגע פיוטים זענען געווען אויף דעם סארט.
  • שלישייה, א פיוט וואס איז צאמגעשטעלט פון 4 רייעדיגע סטאנצן.
  • שנייה, א פיוט וואס איז צאמגעשטעלט פון 2 רייעדיגע סטאנצן.
  • קיקלר, [8]
  • עשיריה, א פיוט וואס דער אקראסטיך לויפט פון אות א' ביז י'


דרויסנדיגע לינקס

ביאורים

רעפערענצן

  1. שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".
  2. קהלת רבה, א יג.
  3. ויקרא רבה, פרשה ל'; באבער (רעדאקטאר), פסיקתא, קעט, א.
  4. בראשית רבה, פרשה פ"ה, פסקה ב'; ילקוט שמעוני דניאל, רמז א'ס"ג.
  5. ספר הפרדס.
  6. רב סעדיה גאון, ספר האגרון, הקדמה דף ג, ב.
  7. צונץ ("ליטעראַטורגעשיכטע") ציילט איבער 900 נעמען פון פּייטנים.
  8. שות רי מיגאש.