אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אמרפל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
ק (←‏אידענטיטעט: אויסשטעל)
שורה 13: שורה 13:
==אידענטיטעט==
==אידענטיטעט==
[[טעקע:Brockhaus and Efron Jewish Encyclopedia e2 336-0.jpg|קליין|לינקס|טעקסט=אמרפל אין דזשואיש ענציקלאפעדיע|שניצונג פון חמורבי, איינער פון די השערות צום אידענטיטעט פאר אמרפל]]
[[טעקע:Brockhaus and Efron Jewish Encyclopedia e2 336-0.jpg|קליין|לינקס|טעקסט=אמרפל אין דזשואיש ענציקלאפעדיע|שניצונג פון חמורבי, איינער פון די השערות צום אידענטיטעט פאר אמרפל]]
אמרפל פלעגט געווענליך אידענטיפיצירט ווערן מיט כאַמוראַבי, וואס האט געקעניגט אין [[בבל]] פון 1792 פצ"ר ביז זיין טויט אין 1750 פצ"ר. דער מיינונג איז שוין אויפגעברעגנט געווארן דורך ע. שראדער אין 1888{{הערה|כיוון=שמאל|''[https://archive.org/details/cuneiforminscrip02schr Cuneiform Inscriptions and the Old Testament],'' vol II (1888), pp 299ff }}. דאס שטימט מיט'ן טיטל "מלך שנער", לויט ווי עס קומט אויס פון די פסוקים אין [[פרשת נח]], אז בבל א שטאט איז אין "ארץ שנער"{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|י|י}}.}}, און שנער איז דער אריגינעלער נאמען פון בבל{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יא|ב|ט}}.}}, און אונקלוס טייטשט טאקע אז שנער דא איז בבל. מער מאדערנע פארשער שלאגן דאס אפ, ווייל עס וואלט ווען געדארפט זיין "עמרפ", מיט אן ע' אין אנהייב און אן קיין ל' צום סוף, אזוי ווי עס ערשיינט אין די דאקומענטן פון אוגאַריט. אזוי אויך שטימט נישט דאס אז מלך עילם שטייט אין שפיץ פון דער קאאליציע, נישט דער גרויסער כאמוראבי. פארהאן וואס ערקלערן דער אויסלייג אין דער תורה, אז עס איז א ווייניגער-באקאנטער ווערסיע פון כאמוראבי'ס נאמען, "כאמוראבי-אל", און עס איז געבויט פון אן טראנסקריפציע פון דער סעמיטישער ווערסיע פון זיין נאמען צו אקאדיש, וועלכע האט נישט געהאט קיין ע' קלאנג, און דערפאר איז עס געווארן אמרפל{{הערה|פנחס ארצי, '''עולם התנ"ך: בראשית''', תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 103.}}{{הערה|[[#מייזלר|מייזלר]], אמרפל}}.  
אמרפל פלעגט געווענליך אידענטיפיצירט ווערן מיט כאַמוראַבי, וואס האט געקעניגט אין [[בבל]] פון 1792 פצ"ר ביז זיין טויט אין 1750 פצ"ר. דער מיינונג איז שוין אויפגעברעגנט געווארן דורך ע. שראדער אין 1888{{הערה|כיוון=שמאל|''[https://archive.org/details/cuneiforminscrip02schr Cuneiform Inscriptions and the Old Testament],'' vol II (1888), pp 299ff }}. דאס שטימט מיט'ן טיטל "מלך שנער", לויט ווי עס קומט אויס פון די פסוקים אין [[פרשת נח]], אז בבל א שטאט איז אין "ארץ שנער"{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|י|י}}.}}, און שנער איז דער אריגינעלער נאמען פון בבל{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יא|ב|ט}}.}}, און אונקלוס טייטשט טאקע אז שנער דא איז בבל.  
 
מער מאדערנע פארשער שלאגן דאס אפ, ווייל עס וואלט ווען געדארפט זיין "עמרפ", מיט אן ע' אין אנהייב און אן קיין ל' צום סוף, אזוי ווי עס ערשיינט אין די דאקומענטן פון אוגאַריט. אזוי אויך שטימט נישט דאס אז מלך עילם שטייט אין שפיץ פון דער קאאליציע, נישט דער גרויסער כאמוראבי. פארהאן וואס ערקלערן דער אויסלייג אין דער תורה, אז עס איז א ווייניגער-באקאנטער ווערסיע פון כאמוראבי'ס נאמען, "כאמוראבי-אל", און עס איז געבויט פון אן טראנסקריפציע פון דער סעמיטישער ווערסיע פון זיין נאמען צו אקאדיש, וועלכע האט נישט געהאט קיין ע' קלאנג, און דערפאר איז עס געווארן אמרפל{{הערה|פנחס ארצי, '''עולם התנ"ך: בראשית''', תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 103.}}{{הערה|[[#מייזלר|מייזלר]], אמרפל}}.  


אנדערע זעען אין "אמרפל" א טראנסקריפציע פון אנדערע אקאדישע נעמען, ווי אַמורו-אַפיל אדער אַמור-פי-איל, אבער קעניגן מיט אזאנע נעמען זענען אומבאקאנט. צווישן פארשער זענען אויך דא וואס ווילן זאגן אז "שנער" דא איז נישט בבל, נאר שאַנכאַר וואס איז מער צפון-צו{{הערה|פנחס ארצי, '''עולם התנ"ך: בראשית''', תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 103.}}{{הערה|[[#מייזלר|מייזלר]], אמרפל}}. אנדערע אידענטיפיצירן אים מיט אובל-פי-על דער צווייטער, קעניג פון [[אשנונא]]{{הערה|כיוון=שמאל|Micael Roaf, '''Cambridge Atlas of Archaeology''' - king lists p.111 and pp.108-123.|כיוון=שמאל}}, אַמאַר-סין, דער דריטער קעניג פון דער דריטער דינאסטיע אין אור{{הערה|כיוון=שמאל|1={{cite book|last=Rohl|first=David|title=The Lords of Avaris|date=2010|publisher=Random House|page=294}}|כיוון=שמאל}}, אדער אַמוט-פי-על קעניג פון קאַנטאַ{{הערה|כיוון=שמאל|{{cite book |title=The City of Babylon: A History, c. 2000 BC – AD 116 |last=Dalley |first=Stephanie |publisher=Cambridge University Press |year=2021 |isbn=978-1-107-13627-4 |page=320 |url=https://books.google.com/books?id=TMsvEAAAQBAJ&pg=PA320}}}}. [[יוסף בן מתתיהו]] שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט אריוך, זענען געווען [[אשור]]'ישער גענערעלער{{הערה|{{יוספוס|קדמוניות היהודים|א|ט}}}}.
אנדערע זעען אין "אמרפל" א טראנסקריפציע פון אנדערע אקאדישע נעמען, ווי אַמורו-אַפיל אדער אַמור-פי-איל, אבער קעניגן מיט אזאנע נעמען זענען אומבאקאנט. צווישן פארשער זענען אויך דא וואס ווילן זאגן אז "שנער" דא איז נישט בבל, נאר שאַנכאַר וואס איז מער צפון-צו{{הערה|פנחס ארצי, '''עולם התנ"ך: בראשית''', תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 103.}}{{הערה|[[#מייזלר|מייזלר]], אמרפל}}. אנדערע אידענטיפיצירן אים מיט אובל-פי-על דער צווייטער, קעניג פון [[אשנונא]]{{הערה|כיוון=שמאל|Micael Roaf, '''Cambridge Atlas of Archaeology''' - king lists p.111 and pp.108-123.|כיוון=שמאל}}, אַמאַר-סין, דער דריטער קעניג פון דער דריטער דינאסטיע אין אור{{הערה|כיוון=שמאל|1={{cite book|last=Rohl|first=David|title=The Lords of Avaris|date=2010|publisher=Random House|page=294}}|כיוון=שמאל}}, אדער אַמוט-פי-על קעניג פון קאַנטאַ{{הערה|כיוון=שמאל|{{cite book |title=The City of Babylon: A History, c. 2000 BC – AD 116 |last=Dalley |first=Stephanie |publisher=Cambridge University Press |year=2021 |isbn=978-1-107-13627-4 |page=320 |url=https://books.google.com/books?id=TMsvEAAAQBAJ&pg=PA320}}}}. [[יוסף בן מתתיהו]] שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט אריוך, זענען געווען [[אשור]]'ישער גענערעלער{{הערה|{{יוספוס|קדמוניות היהודים|א|ט}}}}.

רעוויזיע פון 19:17, 20 יולי 2025

אברהם באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613

אַמְרָפֶל מלך שִׁנְעָר[1] ווערט דערמאנט אין ספר בראשית, קאַפּיטל י"ד אלס איינער וואס האט אנטיילגענומען ביי דער מלחמה אין עמק השידים. די פיר קעניגן, אמרפל, אריוך, כדרלעמר, און תדעל האבן זיך פאראייניגט צו אונטערדריקן אן אויפשטאנד פון פינף קעניגן פון כיכר הירדן וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעמר אין די צייטן פון אברהם אבינו.

געשיכטע אין דער תורה

נאך צוועלף יאר זיין אונטערטעניג צו כדרלעומר מלך עילם, האבן די שטעט פון כיכר הירדן ווידערגעשפעניגט אין אים. כדרלעומר איז געקומען צו פארן זיי צו אונטערדריקן, באגלייט מיט דריי אליאירטע קעניגן: אמרפל מלך שנער, תדעל מלך גוים, און אריוך מלך אלסר. אונטערוועגנס האט די קאאליצע איינגענומען און באזיגט א צאל פעלקער, די רפאים, זוזים, אימים, און חורים, ווי אויך די עמלקים און אמוריים.

די פינף קעניגן פון כיכר הירדן זענען אנטקעגנגעקומען די קאאליציע קיין עמק השידים אפצושלאגן די פיר קעניגן. די פיר האבן געזיגט אינעם קריג, די קעניגן פון כיכר הירדן זענען אנטלאפן, און כדרלעומר מיט זיינע לייט האבן בארויבט די שטעט, אריינגערעכנט לוט און זיין פארמעגן.

ווען אברם האט זיך דערוואוסט דערפון איז געקומען מיט זיינער קנעכט ראטעווען זיין פלימעניק, ער האט זיי באזיגט ביי חובה וואס איז צולינקס פון דמשק, און ער האט באפרייט לוט און צוגענומען די רויב.

ראנג אין די קאאליציע

אנהייב קאפיטל ווערט אמרפל דערמאנט דער ערשטער צווישן די פיר קעניגן, אבער שפעטער שיינט אז כדרלעומר איז געווען דער עיקר פירער[2], און אמרפל ווערט אויסגערעכנט דער דריטער[3]. דער ספורנו זאגט אז אמרפל איז געווען באוואוסט אלס א גרויסער קעניג אין זיין צייט[4], און לויט רש"י איז ער געווען דער חשוב'סטער צווישן די פיר קעניגן[5], ווידער אנדערע מפרשים זאגן אז כדרלעומר איז געווען דער חשוב'סטער און הויפט צווישן זיי[6]. טייל זאגן אז כדרלעומר איז טאקע געווען דער פירער, אבער אמרפל איז געווען דער עלטסטער[7]. טייל זאגן אז אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד איז אמרפל געווען אין שפיץ, און מיט העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען אין שפיץ[8].

אידענטיטעט

אמרפל אין דזשואיש ענציקלאפעדיע
שניצונג פון חמורבי, איינער פון די השערות צום אידענטיטעט פאר אמרפל

אמרפל פלעגט געווענליך אידענטיפיצירט ווערן מיט כאַמוראַבי, וואס האט געקעניגט אין בבל פון 1792 פצ"ר ביז זיין טויט אין 1750 פצ"ר. דער מיינונג איז שוין אויפגעברעגנט געווארן דורך ע. שראדער אין 1888[9]. דאס שטימט מיט'ן טיטל "מלך שנער", לויט ווי עס קומט אויס פון די פסוקים אין פרשת נח, אז בבל א שטאט איז אין "ארץ שנער"[10], און שנער איז דער אריגינעלער נאמען פון בבל[11], און אונקלוס טייטשט טאקע אז שנער דא איז בבל.

מער מאדערנע פארשער שלאגן דאס אפ, ווייל עס וואלט ווען געדארפט זיין "עמרפ", מיט אן ע' אין אנהייב און אן קיין ל' צום סוף, אזוי ווי עס ערשיינט אין די דאקומענטן פון אוגאַריט. אזוי אויך שטימט נישט דאס אז מלך עילם שטייט אין שפיץ פון דער קאאליציע, נישט דער גרויסער כאמוראבי. פארהאן וואס ערקלערן דער אויסלייג אין דער תורה, אז עס איז א ווייניגער-באקאנטער ווערסיע פון כאמוראבי'ס נאמען, "כאמוראבי-אל", און עס איז געבויט פון אן טראנסקריפציע פון דער סעמיטישער ווערסיע פון זיין נאמען צו אקאדיש, וועלכע האט נישט געהאט קיין ע' קלאנג, און דערפאר איז עס געווארן אמרפל[12][13].

אנדערע זעען אין "אמרפל" א טראנסקריפציע פון אנדערע אקאדישע נעמען, ווי אַמורו-אַפיל אדער אַמור-פי-איל, אבער קעניגן מיט אזאנע נעמען זענען אומבאקאנט. צווישן פארשער זענען אויך דא וואס ווילן זאגן אז "שנער" דא איז נישט בבל, נאר שאַנכאַר וואס איז מער צפון-צו[14][15]. אנדערע אידענטיפיצירן אים מיט אובל-פי-על דער צווייטער, קעניג פון אשנונא[16], אַמאַר-סין, דער דריטער קעניג פון דער דריטער דינאסטיע אין אור[17], אדער אַמוט-פי-על קעניג פון קאַנטאַ[18]. יוסף בן מתתיהו שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט אריוך, זענען געווען אשור'ישער גענערעלער[19].

נמרוד

אין חז"ל ווערט געברענגט אז אמרפל און נמרוד זענען דער זעלבער מאן, ביידע זענען געווען קעניגן אין שנער, און ביידע זענען געווען קריגס העלדן[20]. די אמוראים רב און שמואל דינגען זיך וועלכע פון די צוויי נעמען זענען דער אריגינעלער: איינער זאגט אז נמרוד איז זיין עיקר נאמען, און אזוי נעמען אן רש"י און תרגום יונתן, און ער ווערט גערופן אמרפל "שאמר והפיל", ער האט געהייסן און געווארפן לאברהם אבינו אין קאלך-אויוון אריין; און איינער זאגט אז אמרפל איז דער עיקר נאמען, און ער ווערט גערופן נמרוד "שהמריד", ער האט געמאכט די גאנצע וועלט ווידערשפעניגן אין באשעפער[21]. אין ספר הישר ווערט ערקלערט אז דער צונאמען "אמרפל" האט ער באקומען נאכן דורכפאל ביים בויען דעם מגדל בבל, וואס ווערט אין דעם ספר אויך צוגעשריבן צו נמרוד. אין מדרש רבה שטייט אז כוש, נמרוד, און אמרפל זענען אלע איין מענטש[22].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. אין תרגום השבעים: Ἀμαρφάλ "אַמַרְפַל"
  2. בראשית א, ד: שְׁתֵּים עֶשְׂרֵה שָׁנָה עָבְדוּ אֶת כְּדָרְלָעֹמֶר וגו', ד: וּבְאַרְבַּע עֶשְׂרֵה שָׁנָה בָּא כְדָרְלָעֹמֶר וְהַמְּלָכִים אֲשֶׁר אִתּוֹ וגו'
  3. בראשית א, ט: אֵת כְּדָרְלָעֹמֶר מֶלֶךְ עֵילָם וְתִדְעָל מֶלֶךְ גּוֹיִם וְאַמְרָפֶל מֶלֶךְ שִׁנְעָר וְאַרְיוֹךְ מֶלֶךְ אֶלָּסָר וגו'
  4. ספורנו, בראשית יד, א.
  5. גור אריה, בראשית יד, ה.
  6. רד"ק, בראשית יד, ד.
  7. פענח רזא און טור על התורה, בראשית יד, א.
  8. העמק דבר, בראשית יד, א.
  9. Cuneiform Inscriptions and the Old Testament, vol II (1888), pp 299ff.
  10. בראשית י, י.
  11. בראשית יא, ב–ט.
  12. פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 103.
  13. מייזלר, אמרפל.
  14. פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 103.
  15. מייזלר, אמרפל.
  16. Micael Roaf, Cambridge Atlas of Archaeology - king lists p.111 and pp.108-123.
  17. Rohl, David (2010). The Lords of Avaris. Random House. p. 294.
  18. Dalley, Stephanie (2021). The City of Babylon: A History, c. 2000 BC – AD 116. Cambridge University Press. p. 320. ISBN 978-1-107-13627-4.
  19. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך א, קאפּיטל ט.
  20. רא"ם אויף רש"י; מהרש"א אויף עירובין נג, א.
  21. עירובין נג, א.
  22. בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ד'.