אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער:תנא קמא/יום שבת קודש הוא"
(געשאַפן בלאַט מיט '{{דעסקריפציע|פיוט פאר פרייטאג צונאכטס}} '''יוֹם שַׁבָּת קֹדֶשׁ הוּא''' איז א פיוט וואס מען זינגט ביי די קהילות פון אשכנז צווישן די זמירות שבת פון פרייטאג צונאכטס, דער נאמען פונעם מחבר איז "יהונתן". ==מחבר און צייט== דער אידענטיטעט פונעם מחבר און זיין ציי...') |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
{| class="" | {| class="" | ||
|+ | |+ | ||
| שורה 165: | שורה 154: | ||
==דער ניינטער סטראף== | ==דער ניינטער סטראף== | ||
דער לעצטער סטראף איז א פערזענליכער אויסדרוק פונעם דיכטער. עס רימט אויס דעם ליד, זאגנדיג אז אנדערע קולות וועלן אויפהערן ווען די רים פון זיין פאעזיע וועט וואקסן, ווייל זיינע פאעזיעס פליסן ארויס ווי טוי, און מען וועט אים נישט משיג גבול זיין. ער פירט אויס מיט א ווארנונג אז מען זאל און זיך נישט באנוצן מיט די קרוין פון פאעזיע, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן און איז בלויז פּאסיג פאר אים. די לעצטע שורה פון "התקוששו" חזר'ט מען איבער צוויי מאל. | דער לעצטער סטראף איז א פערזענליכער אויסדרוק פונעם דיכטער. עס רימט אויס דעם ליד, זאגנדיג אז אנדערע קולות וועלן אויפהערן ווען די רים פון זיין פאעזיע וועט וואקסן, ווייל זיינע פאעזיעס פליסן ארויס ווי טוי, און מען וועט אים נישט משיג גבול זיין. ער פירט אויס מיט א ווארנונג אז מען זאל און זיך נישט באנוצן מיט די קרוין פון פאעזיע, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן און איז בלויז פּאסיג פאר אים. די לעצטע שורה פון "התקוששו" חזר'ט מען איבער צוויי מאל. | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 18:03, 4 יולי 2025
| טעקסט | אין אידיש, דורך מענדעלע מוכר ספרים אין זיין זמירות ישראל (זשיטאמיר 1875)[1] |
מאמר חז"ל | נאטיצן | |
|---|---|---|---|---|
| 1 | יוֹם שַׁבָּת קוֹדֶשׁ הוּא |
דער טאג פוּן שבּת הײליג איז ער, |
גמרא אין מסכת ביצה "לוו עלי ואני פורע" (ביצה טו, ב). | ביישפיל |
| 2 | הַבָּשָׂר יַיִן וְדָגִים |
פלײש, װײן אוּן פיש װעט איהם ניט פעהלען, |
די געשיכטע פון יוסף מוקיר שבת (שבת קיט, א). | ביישפיל |
| 3 | וְאִם שֻׁלְחָן כַּדָת עָרוּךְ |
איז דער טיש געגרײט אָרענטליך־פײן, |
ברייתא אין מסכת שבת, "רבי יוסי בר יהודה זאגט, צוויי מלאכים באגלייטן א מענטש ערב שבת פון בית הכנסת צו זיין שטוב, איינער א גוטער און איינס א שלעכטער, און ווען מען קומט אין שטוב, און מען געפינט די ליכט ברענט, דער טיש אנגעגרייט, און די בעט אויסגעשפרייט, זאגט דער גוטע מלאך 'יהי רצון אז אויף דעם קומענדיגן שבת זאל זיין אזוי' און דער שלעכטער מלאך ענטפערט אמן געצווינגענערהייט" (שבת קיט, ב). | ביישפיל |
| 4 | נָשִׁים נֵרוֹת תַּדְלִיקֶנָּה |
װײבּער אַזעלכע װאס ליכט בּענשען, |
די משנה[2] אז צוליב'ן נישט זיין נזהר אין די דריי זאכן שטארבן פרויען בשעת א געבורט. | ביישפיל |
| 5 | תְנוּ שֶׁבַח וְשִׁירָה |
גיט צוּ גאט אַ שבח אַ פײנעם, |
ביישפיל | ביישפיל |
| 6 | נֶפֶשׁ כִּי נֶאֱנָחָה |
אַז דאס הארץ װײנט, צרות טרעטען צוּ, |
ביישפיל | ביישפיל |
| 7 | חֻקּוֹתֶיהָ בְּמָרָה |
היט מען פוּן שבּת די פיל געבּאט, |
ביישפיל | ביישפיל |
| 8 | זֶּה הָאוֹת אֲשֶׁר שָׂם אֵל |
דאס איז דער צײכען פוּן גאט דעם הער, |
ביישפיל | ביישפיל |
| 9 | קוֹלֵי קוֹלוֹת יֶחְדָּלוּן |
עס הערען אױף די קולות זײנע, |
ביישפיל | ביישפיל |
- דער ערשטע סטראף הייבט אן מיט א לויב פאר דעם וואס היט שבת. עס זאגט אן אז מען זאל זיך נישט זארגן אויב דער קעשענע איז ליידיג און מען האט נישט פאר הוצאות השבת, נאר מען זאל בארגן און זיך פרייען און טרינקען ווייל דער באשעפער וועט שוין באצאלן דעם חוב. דאס איז באזירט אויפ'ן גמרא אין מסכת ביצה "לוו עלי ואני פורע"[4].
- דער צווייטער סטראף באשרייבט די אידעאלע שבת סעודה מיט די "דאזיגע דריי": פלייש, וויין און פיש, און אז מען זאל נישט פעלן אין תענוגים. עס דערמאנט די געשיכטע פון יוסף מוקיר שבת[5] אלס א ביישפיל פון דעם שכר פון מכבד זיין שבת.
- אינעם דריטן סטראף ווערט דערמאנט אז אויב דער טיש איז געדעקט כדת, וועט א ג-ט'ס מלאך ענטפערן "ברוך". דאס וועט זיין א לאנגע צייט פאר אים, און זיינע שונאים וועלן ווערן צו מיסט, און אפילו דער שלעכטער מלאך וועט אומווילנדיג מוזן לויבן דעם מענטשנ'ס נאמען וועלכע וועט געהויבן ווערן ווי א גוטע אויל.
- ביים פערטער סטראף ווערט דעמאנט די דריי מצוות פון פרויען: צינדן שבת ליכט, היטן די הלכות פון נדה, און באקן חלות. די אלע זאכן וועלן זיין זייער זכות ווען די צייט פון געבורט קומט, און אויב זיי היטן זיי און זענען פארזיכטיג, וועלן זיי געבוירן געשווינד.
- דער פינפטער סטראף לויבט ג-ט וואס האט באשאפן שבת און אויף שבת האט אונז געגעבן די תורה (ווי עס שטייט אין מסכת שבת[6]). עס באזירט זיך אויף דער גמרא וואס זאגט אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה: "איך האב א גוטע מתנה אין מיין קאמער, און איר נאמען איז שבת, און איך וויל דאס געבן פאר די אידן"[7].
- אין זעקסטער סטראף ווערט דערמאנט די רואיגקייט, פרייד און פרייליכקייט וואס קומט מיט שבת. עס איז באזירט אויפן פסוק[8] "וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ" אויף וואס דער מדרש[9] זאגט "ברכו במן, וקדשו במן" – אז די מן איז נישט אראפגעקומען שבת, און פרייטאג איז געקומען דאפלט.
- דער זיבעטער סטראף זאגט אז אז די געזעצן פון שבת זענען געגעבן געווארן אין מרה[10]. דערנאך זאגט עס אז די הלכות פון שבת זענען ווי בערג וואס הענגען אויף א האר, ווי עס שטייט אין מסכת חגיגה[11], ווייל ס'איז דא ווייניג פסוקים און אסאך הלכות. די וואס היטן די מצוות וועלן ירש'ען א טאג וואס איז אינגאנצן שבת מיט אירע מחנות.
- דער אכטער סטראף רעדט וועגן שבת אלס א סימן וואס ג-ט האט געשטעלט צווישן אים און די קינדער פון ישראל. עס דערמאנט דעם טייך סמבטיון וואס רוט אום שבת, אלס א באווייז פאר א כופר וואס פארלאנגט א ראי' אויף שמירת שבת. אזוי ווי די גמרא פארציילט אין סנהדרין[12] אויף טורנוסרופוס הרשע און רבי עקיבא.
דער ניינטער סטראף
דער לעצטער סטראף איז א פערזענליכער אויסדרוק פונעם דיכטער. עס רימט אויס דעם ליד, זאגנדיג אז אנדערע קולות וועלן אויפהערן ווען די רים פון זיין פאעזיע וועט וואקסן, ווייל זיינע פאעזיעס פליסן ארויס ווי טוי, און מען וועט אים נישט משיג גבול זיין. ער פירט אויס מיט א ווארנונג אז מען זאל און זיך נישט באנוצן מיט די קרוין פון פאעזיע, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן און איז בלויז פּאסיג פאר אים. די לעצטע שורה פון "התקוששו" חזר'ט מען איבער צוויי מאל.
- ↑ אלע ווערק, אכטער באנד, זז' 29–33.
- ↑ שבת לא, ב.
- ↑ פארהאן וואס זענען גורס אנדערש, כדי עס זאל שטימען מיט די גראם פון די אנדערע בתים.
- ↑ ביצה טו, ב.
- ↑ שבת קיט, א.
- ↑ שבת פו, ב.
- ↑ ביצה טז, א.
- ↑ בראשית ב, ג.
- ↑ בראשית רבה, פרשה י"א; אויך געברענגט אין רש"י, שמות כ, י.
- ↑ רש"י, שמות טו, כה.
- ↑ חגיגה י, א.
- ↑ סנהדרין סה, ב; בראשית רבה, פרשה י"א.