אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יום שבת קודש הוא"

469 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 5 חדשים
ק (וואדיר? (diffedit))
שורה 103: שורה 103:

==דער ניינטער סטראף==
==דער ניינטער סטראף==
דער לעצטער סטראף איז א פערזענליכער אויסדרוק פונעם דיכטער. עס רימט אויס דעם ליד, זאגנדיג אז אנדערע קולות וועלן אויפהערן ווען די רים פון זיין פאעזיע וועט וואקסן, ווייל זיינע פאעזיעס פליסן ארויס ווי טוי. ער פירט אויס מיט א ווארנונג אז מען זאל אים נישט משיג גבול זיין און זיך נישט בא,נוצן מיט די קרוין פון פאעזיע, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן און איז בלויז פּאסיג פאר אים. די לעצטע שורה פון "התקוששו" חזר'ט מען איבער צוויי מאל.  
דער לעצטער סטראף איז א פערזענליכער אויסדרוק פונעם דיכטער. עס רימט אויס דעם ליד, זאגנדיג אז אנדערע קולות וועלן אויפהערן ווען די רים פון זיין פאעזיע וועט וואקסן, ווייל זיינע פאעזיעס פליסן ארויס ווי טוי, און מען וועט אים נישט משיג גבול זיין. ער פירט אויס מיט א ווארנונג אז מען זאל און זיך נישט באנוצן מיט די קרוין פון פאעזיע, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן און איז בלויז פּאסיג פאר אים. די לעצטע שורה פון "התקוששו" חזר'ט מען איבער צוויי מאל.  

איבער דעם פשט פון דעם אויסערארנטליכן געדיכט, ווערט דערציילט אין נאמען פון [[רבי שלום רוקח]] פון בעלזא, אז דער מחבר פון דעם שיר האט דאס אפגעשריבן אויף א צעטל, און נאך איידער ער האט באוויזן צו ערגענצן דעם לעצטן בית איז דאס פארלוירן געווארן. א צווייטער איד האט דאס געפינען און איז ארומגעגאנגען אין שטעט דאס אפזינגען, און ער האט זיך בארימט מיט דעם שיינעם פיוט וואס ער האט אנגעבליך פארפאסט, ביז ער איז אנגעקומען צום שטאט פון רבי יהונתן, דער אמת'ער מחבר, וואס איז ערשטוינט געווארן צו הערן זיין פארלוירענעם ליד. ער האט באלד גענומען שרייען אז דאס איז זיינס און יענער איז א שווינדלער, און עס האט אויסגעבראכן א קריגעריי ווער עס איז גערעכט, ביז רבי יהונתן האט אים געפרעגט אויף וואס איז די אקראסטיך באזירט, און יענער האט נישט געוואוסט צו ענטפערן ווייל ס'איז נאכנישט געווען ערגענצט, האט רבי יהונתן ערקלערט אז דאס איז זיין נאמען "יהונתן חזק" און יעדער האט אים גערעכט געגעבן דערויף{{הערה|שם=מטנ}}.

שורה 109: שורה 109:
אנדערע פארציילן די מעשה אז די פארזאמלטע האבן געזאגט, אז מען וועט אויספרובירן און זען ווער עס וועט קענען ערגענצן דעם פעלנדן סטראף, אז עס זאל פאסן לויטן געבוי פון פיוט, דאס איז א ראי' אז ער האט דאס געמאכט, און רבי יהונתן האט דאס שיין און פאסיג צוגעענדיגט, אריינגעבנדיג פאר יענעם. דאס שטימט מיט א גירסא פון כתב יד "בבית שירי יגדלון" - ווען איך וועל פארגרעסערן דעם לעצטן בית פאר מיין שיר{{הערה| נתן פערלמאן, קובץ '''בית אהרן וישראל''' [https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=13057&st=&pgnum=138 גליון קי (כסלו טבת תשס"ד)] זז' קלח–קמ, און גליון קיג זייט קנב{{מקור|נישט געפונען דארט}}.}}. געוויסע מפרשים טייטשן "יגדלון" א לשון פון פלעכטן די גראמען פאר'ן שיר{{הערה|סידור בית יעקב; עץ יוסף}}.

געוויסע מפרשים לערנען אנדערע פשטים אז ס'זאל אריינפאסן מיטן גאנצן פיוט. איין מקור פארשטייט דעם סטראף אויך אלס א תפילה פון דעם פייטן צום אייבערשטן, אז אין זיין צייט זאל די אידישע גלויבן, וועלכע איז איידל ווי טוי, איבערקומען די קולות פון אלע קעגנער וועלכע זוכן צו פארניכטן עס{{הערה|חברוני, הפיוט והתפילה.}}.
געוויסע מפרשים לערנען אנדערע פשטים אז ס'זאל אריינפאסן מיטן גאנצן פיוט. אז עס גייט ארויף אויף ביאת המשיח, ווען די קולות פון די גוים וועלן פארשטומט ווערן, און די אידן וועלן זינגען שירה, אדער אז עס גייט ארויף אויפ'ן סמבטיון וואס לאזט נאך פון זיינע קולות אום שבת אין די צייט וואס מען זינגט שירה{{הערה, סידור בית יעקב; לחם רב}}. איין מקור פארשטייט דעם סטראף אויך אלס א תפילה פון דעם פייטן צום אייבערשטן, אז אין זיין צייט זאל די אידישע גלויבן, וועלכע איז איידל ווי טוי, איבערקומען די קולות פון אלע קעגנער וועלכע זוכן צו פארניכטן עס{{הערה|חברוני, הפיוט והתפילה.}}.

==אין אידיש==
==אין אידיש==