אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מאיר בעל הנס"
(איבערגעארבעט) |
(הגהה) צייכנס: וויזועלע רעדאגירונג רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דרעפט|אייר}} | {{דרעפט|אייר}} | ||
'''רבי מאיר בעל הנס''' איז א נאמען וואס איז באקאנט | '''רבי מאיר בעל הנס''' איז א נאמען וואס איז באקאנט אין צוזאמענהאנג מיט די צדקה-קאסעס פאר ארעמע אידן אין [[רוי:ארץ ישראל|ארץ ישראל]]. געבן צדקה לעילוי נשמתו און דערמאנען "אלקא דמאיר עננו", איז אן אנגענומענער סגולה צו געהאלפן ווערן מיט א ישועה. זיין קבר געפינט זיך אין [[רוי:טבריה|טבריה]] און איז א צוצואינגס פונקט פאר תפילות, און בעיקר אין י"ד אייר - [[רוי:פסח שני|פסח שני]], ווען ס'איז אנגענומען אלס זיין יארצייט. | ||
==אידענטיטעט== | ==אידענטיטעט== | ||
דער | דער אנגענומענער שטעלונג איז, אים צו אידענטיפיצירן מיט דעם תנא [[רוי:רבי מאיר|רבי מאיר]]. אזוי ווערט ער שוין אויך געברענגט אין ספר כתר שם טוב (תקנ"ד){{הערה|כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) [https://chabadlibrary.org/books/300010467 חלק ב, סימן שפח]}}. | ||
לויט דער [[רוי:אר"י הקדוש|אר"י הקדוש]]<ref>[https://www.sefaria.org/Sha%27ar_HaGilgulim.37.52?lang=bi&with=all&lang2=en שער הגלגולים], הקדמה ל"ז</ref>, ליגט דער תנא רבי מאיר אין טבריה<ref>און ער לייגט אויך צו אז ער איז באַגראָבן געווארן שטייענדיג.</ref>. ווייזט אויס אז דער קבר פון "רבי מאיר בעל הנס" איז טאקע פונעם תנא רבי מאיר. אבער געוויסע צייגן אן אויף דעם וואס אין די רשימות פון די קברים אין ארץ ישראל ווערט באַצייכנט דער קבר פונעם תנא רבי מאיר אין [[רוי:טבריה|טבריה]], און דעם קבר פון רבי מאיר בעל הנס אין [[רוי:גוש חלב|גוש חלב]]. ווייזט אויס אַז ער איז נישט דער זעלבער ווי דער תנא רבי מאיר, און דער קבר אין טבריה איז טאקע נישט פון רבי מאיר בעל הנס.<ref>זע ישעיה אשר זעליג מיללער, אין קובץ [https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=56124#p=233&fitMode=fitwidth&hlts=&ocr= אור ישראל], עמ' רלג-רלו</ref> | לויט דער [[רוי:אר"י הקדוש|אר"י הקדוש]]<ref>[https://www.sefaria.org/Sha%27ar_HaGilgulim.37.52?lang=bi&with=all&lang2=en שער הגלגולים], הקדמה ל"ז</ref>, ליגט דער תנא רבי מאיר אין טבריה<ref>און ער לייגט אויך צו אז ער איז באַגראָבן געווארן שטייענדיג.</ref>. ווייזט אויס פון דעם אז דער קבר אין טבריה פון "רבי מאיר בעל הנס" איז טאקע פונעם תנא רבי מאיר. אבער געוויסע צייגן אן אויף דעם וואס אין די רשימות פון די קברים אין ארץ ישראל ווערט באַצייכנט דער קבר פונעם תנא רבי מאיר אין [[רוי:טבריה|טבריה]], און דעם קבר פון רבי מאיר בעל הנס אין [[רוי:גוש חלב|גוש חלב]]. ווייזט אויס אַז ער איז נישט דער זעלבער ווי דער תנא רבי מאיר, און דער קבר אין טבריה איז טאקע נישט פון רבי מאיר בעל הנס.<ref>זע ישעיה אשר זעליג מיללער, אין קובץ [https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=56124#p=233&fitMode=fitwidth&hlts=&ocr= אור ישראל], עמ' רלג-רלו</ref> | ||
טייל טענה'ן אַז עס האט בכלל נישט עקזיסטירט איינער מיט דעם נאמען. געוויסע שפעקולירן | טייל טענה'ן אַז עס האט בכלל נישט עקזיסטירט איינער מיט דעם נאמען. געוויסע שפעקולירן אז דער מקור איז, צוליב וואס די צדקה קאסעס זענען געווען אויפן נאָמען פונעם [[רוי:רמב"ן|רמב"ן]], צו שטיצן דעם ישוב אין ארץ ישראל, און שפּעטער האָט מען אומריכטיג פאַרשטאַנען די ראשי תיבות "רמב"ן" אַלס "רבי מאיר בעל [ה]נס"<ref>ראובן מרגליות, [https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=33639#p=24&fitMode=fitwidth&hlts=&ocr= לחקר שמות וכינויים בתלמוד], עמוד כ"ה</ref>. | ||
אנדערע ווילן זאגן אז דער רבי מאיר | אנדערע ווילן זאגן אז דער רבי מאיר וואס ליגט אין גוש חלב איז רבי מאיר קצין, פון די [[רוי:תוספות|בעלי התוספות]] פון [[רוי:פראנקרייך|פראַנקרייך]]. | ||
=="אלקא דמאיר ענני"== | =="אלקא דמאיר ענני"== | ||
עס איז אן אנגענומענער מנהג, אז אין א צרה אדער ווען מען דארף א ישועה, געט מען צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס און מען זאגט דריי מאל "אלקא דמאיר ענני" (ג-ט פון מאיר, ענטפער מיר), און די צדקה גייט פאר ארעמעלייט אין ארץ ישראל. דער מנהג ווערט שוין געברענגט אין ספר "כתר שם טוב" (פון [[רוי:בעל שם טוב|בעל שם טוב)]] | עס איז אן אנגענומענער מנהג, אז אין א צרה אדער ווען מען דארף א ישועה, געט מען צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס און מען זאגט דריי מאל "אלקא דמאיר ענני" (ג-ט פון מאיר, ענטפער מיר), און די צדקה גייט פאר ארעמעלייט אין ארץ ישראל. דער מנהג ווערט שוין געברענגט אין ספר "כתר שם טוב" (פון [[רוי:בעל שם טוב|בעל שם טוב)]].<ref>כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) [https://chabadlibrary.org/books/300010467 חלק ב, סימן שפח]</ref> | ||
טייל זאגן אז [[רבי משה אלשיך]] און דער [[רוי:רבי יוסף קארו|בית יוסף]] האבן ארויסגעגעבן א תקנה, אז געלט וואס איז געגעבן אויפן נאמען פון רבי מאיר זאל גיין בלויז פאַר די ארעמע אין ארץ ישראל, אבער עס איז נישט באקאנט קיין שריפטליכער מקור דערפאַר. | טייל זאגן אז [[רבי משה אלשיך]] און דער [[רוי:רבי יוסף קארו|בית יוסף]] האבן ארויסגעגעבן א תקנה, אז געלט וואס איז געגעבן אויפן נאמען פון רבי מאיר זאל גיין בלויז פאַר די ארעמע אין ארץ ישראל, אבער עס איז נישט באקאנט קיין שריפטליכער מקור דערפאַר. | ||
דער מקור פון דער תפילה "אלקא דמאיר ענני" קומט פון | דער מקור פון דער תפילה "אלקא דמאיר ענני" קומט פון א געשיכטע אין גמרא<ref>עבודה זרה י"ח ע"א-ע"ב</ref>. ווען די רוימער האבן גע'הרג'עט [[רבי חנינא בן תרדיון]] און פאראורטיילט זיין טאכטער צו א בית זונות, האט איר שוועסטער, ברוריא, געבעטן איר מאן, רבי מאיר, איר צו ראטעווען. רבי מאיר איז געגאנגען געקליידעט ווי א רוימישער סאלדאט, מיט געלט. ער האט פארגעשלאגן פארן שומר געלט איר צו באפרייען. דער שומר האט זיך געזארגט וואס וועט זיין ווען דאס געלט ענדיגט זיך, האט אים רבי מאיר געהייסן זאגן "אלקא דמאיר ענני" אויב ער וועט זיין אין צרה. רבי מאיר האט אים באוויזן די כח פון די ווערטער, זאגנדיג די פראזע צו הינט וואס האבן אים אטאקירט, און זיי האבן אים אפגעלאזט. | ||
דער [[רוי:רבי חיים יוסף דוד אזולאי|חיד"א]] | דער [[רוי:רבי חיים יוסף דוד אזולאי|חיד"א]] צייכנט צו אז די געשיכטע איז דער מקור פארן מנהג צו זאגן "אלקא דמאיר ענני" אין א צרה, און צוזאגן אויל אדער צדקה פאר די נשמה פון רבי מאיר.<ref>חיד"א, [https://www.sefaria.org.il/Petach_Einayim_on_Avodah_Zarah.18b.7 פתח עינים, על מסכת עבודה זרה] דף י"ח ע"ב: "מזה נשתרבב המנהג בכל גלילותנו דעל כל צרה שמתפלל האדם אומר אלהא דר"מ ענני, ונודרים שמן או צדקה לנשמתו של ר"מ".</ref> | ||
דאס צייגט אז רבי מאיר בעל הנס איז טאקע פארבינדן מיטן תנא רבי מאיר.. | דאס צייגט אז רבי מאיר בעל הנס איז טאקע פארבינדן מיטן תנא רבי מאיר.. | ||
| שורה 41: | שורה 41: | ||
==קבר רבי מאיר בעל הנס== | ==קבר רבי מאיר בעל הנס== | ||
דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס געפינט זיך אין טבריה, ביי דער דרומ'דיגער | דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס געפינט זיך אין טבריה, ביי דער דרומ'דיגער אריינגאנג פון שטאט. דער קבר איז א צענטער פון עליה לרגל און תפילה טאג-טעגליך. דאס ארט איז באזוכט פון הונדערטער טויזנטער מענטשן א יאר. | ||
אויפן ארט פונעם קבר זענען דא באַזונדערע אפטיילונגען פאַר אשכנזים און ספרדים. די ספרדים האָבן געבויט זייער חלק צוערשט, | אויפן ארט פונעם קבר זענען דא באַזונדערע אפטיילונגען פאַר אשכנזים און ספרדים. די ספרדים האָבן געבויט זייער חלק צוערשט, אבער די אשכנזים האבן נאר געקענט געפינען פינאנצירונג נאך שנת תר"ע. שפּעטער האט די משפחה ספרא שטארק איבערגעבויט דעם ספרד'ישן חלק. | ||
עס זענען דא געשיכטעס פון נסים בעת דעם בוי פון קבר אין טבריה. צוויי שווערע זיילן (עמודים), וואָס האָבן באצייכנט דעם קבר, האבן זיך אליין גערוקט ווען מען האָט געבויט און זיי האבן נישט געהאַט קיין כח זיי צו רירן. דער נס איז באשריבן אויך אין אַ טאגבוך פון יאר תרכ"ז. | עס זענען דא געשיכטעס פון נסים בעת דעם בוי פון קבר אין טבריה. צוויי שווערע זיילן (עמודים), וואָס האָבן באצייכנט דעם קבר, האבן זיך אליין גערוקט ווען מען האָט געבויט און זיי האבן נישט געהאַט קיין כח זיי צו רירן. דער נס איז באשריבן אויך אין אַ טאגבוך פון יאר תרכ"ז. | ||
| שורה 49: | שורה 49: | ||
יאר יערליך ווערט געפייערט א "הילולא" לכבוד רבי מאיר בעל הנס אין י"ד אייר, פּסח שני. דאס איז איינגעפירט געוואָרן הערשט אין יאר תרכ"ז, ווען די ספרדישע קהילה פון טבריה האָט באנייט א בית מדרש אויפן אָרט פונעם זיין קבר. די הילולא ווערט געפייערט מיט מוזיק און טענץ, ענליך צו די הילולא פון [[רוי:רבי שמעון בר יוחאי|רבי שמעון בר יוחאי]] אין [[רוי:מירון|מירון]]. | יאר יערליך ווערט געפייערט א "הילולא" לכבוד רבי מאיר בעל הנס אין י"ד אייר, פּסח שני. דאס איז איינגעפירט געוואָרן הערשט אין יאר תרכ"ז, ווען די ספרדישע קהילה פון טבריה האָט באנייט א בית מדרש אויפן אָרט פונעם זיין קבר. די הילולא ווערט געפייערט מיט מוזיק און טענץ, ענליך צו די הילולא פון [[רוי:רבי שמעון בר יוחאי|רבי שמעון בר יוחאי]] אין [[רוי:מירון|מירון]]. | ||
ווי דערמאנט, כאטש דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס איז באוואוסט צו זיין אין טבריה, זענען | ווי דערמאנט, כאטש דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס איז באוואוסט צו זיין אין טבריה, זענען דא מקורות וואס צייכענען אן א קבר אויף זיין נאמען אין גוש חלב. | ||
== לינקס == | |||
* [https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=33674 רבי מאיר בעל הנס - פסח שני], אשכול אין אייוועלט | |||
* [https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=11510 תולדות הכוללים לצדקת רמבעה"נ והמסתעף], אשכול אין אייוועלט | |||
[[he:רבי מאיר בעל הנס]] | [[he:רבי מאיר בעל הנס]] | ||
<references /> | <references /> | ||
רעוויזיע פון 10:51, 13 מאי 2025
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי מאיר בעל הנס איז א נאמען וואס איז באקאנט אין צוזאמענהאנג מיט די צדקה-קאסעס פאר ארעמע אידן אין ארץ ישראל. געבן צדקה לעילוי נשמתו און דערמאנען "אלקא דמאיר עננו", איז אן אנגענומענער סגולה צו געהאלפן ווערן מיט א ישועה. זיין קבר געפינט זיך אין טבריה און איז א צוצואינגס פונקט פאר תפילות, און בעיקר אין י"ד אייר - פסח שני, ווען ס'איז אנגענומען אלס זיין יארצייט.
אידענטיטעט
דער אנגענומענער שטעלונג איז, אים צו אידענטיפיצירן מיט דעם תנא רבי מאיר. אזוי ווערט ער שוין אויך געברענגט אין ספר כתר שם טוב (תקנ"ד)[1].
לויט דער אר"י הקדוש[2], ליגט דער תנא רבי מאיר אין טבריה[3]. ווייזט אויס פון דעם אז דער קבר אין טבריה פון "רבי מאיר בעל הנס" איז טאקע פונעם תנא רבי מאיר. אבער געוויסע צייגן אן אויף דעם וואס אין די רשימות פון די קברים אין ארץ ישראל ווערט באַצייכנט דער קבר פונעם תנא רבי מאיר אין טבריה, און דעם קבר פון רבי מאיר בעל הנס אין גוש חלב. ווייזט אויס אַז ער איז נישט דער זעלבער ווי דער תנא רבי מאיר, און דער קבר אין טבריה איז טאקע נישט פון רבי מאיר בעל הנס.[4]
טייל טענה'ן אַז עס האט בכלל נישט עקזיסטירט איינער מיט דעם נאמען. געוויסע שפעקולירן אז דער מקור איז, צוליב וואס די צדקה קאסעס זענען געווען אויפן נאָמען פונעם רמב"ן, צו שטיצן דעם ישוב אין ארץ ישראל, און שפּעטער האָט מען אומריכטיג פאַרשטאַנען די ראשי תיבות "רמב"ן" אַלס "רבי מאיר בעל [ה]נס"[5].
אנדערע ווילן זאגן אז דער רבי מאיר וואס ליגט אין גוש חלב איז רבי מאיר קצין, פון די בעלי התוספות פון פראַנקרייך.
"אלקא דמאיר ענני"
עס איז אן אנגענומענער מנהג, אז אין א צרה אדער ווען מען דארף א ישועה, געט מען צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס און מען זאגט דריי מאל "אלקא דמאיר ענני" (ג-ט פון מאיר, ענטפער מיר), און די צדקה גייט פאר ארעמעלייט אין ארץ ישראל. דער מנהג ווערט שוין געברענגט אין ספר "כתר שם טוב" (פון בעל שם טוב).[6]
טייל זאגן אז רבי משה אלשיך און דער בית יוסף האבן ארויסגעגעבן א תקנה, אז געלט וואס איז געגעבן אויפן נאמען פון רבי מאיר זאל גיין בלויז פאַר די ארעמע אין ארץ ישראל, אבער עס איז נישט באקאנט קיין שריפטליכער מקור דערפאַר.
דער מקור פון דער תפילה "אלקא דמאיר ענני" קומט פון א געשיכטע אין גמרא[7]. ווען די רוימער האבן גע'הרג'עט רבי חנינא בן תרדיון און פאראורטיילט זיין טאכטער צו א בית זונות, האט איר שוועסטער, ברוריא, געבעטן איר מאן, רבי מאיר, איר צו ראטעווען. רבי מאיר איז געגאנגען געקליידעט ווי א רוימישער סאלדאט, מיט געלט. ער האט פארגעשלאגן פארן שומר געלט איר צו באפרייען. דער שומר האט זיך געזארגט וואס וועט זיין ווען דאס געלט ענדיגט זיך, האט אים רבי מאיר געהייסן זאגן "אלקא דמאיר ענני" אויב ער וועט זיין אין צרה. רבי מאיר האט אים באוויזן די כח פון די ווערטער, זאגנדיג די פראזע צו הינט וואס האבן אים אטאקירט, און זיי האבן אים אפגעלאזט.
דער חיד"א צייכנט צו אז די געשיכטע איז דער מקור פארן מנהג צו זאגן "אלקא דמאיר ענני" אין א צרה, און צוזאגן אויל אדער צדקה פאר די נשמה פון רבי מאיר.[8]
דאס צייגט אז רבי מאיר בעל הנס איז טאקע פארבינדן מיטן תנא רבי מאיר..
איין ערקלערונג פאר דעם מנהג צו געבן צדקה אויף נאמען פון רבי מאיר, איז לויט דער דעה פון רבי מאיר[9] אז אידן ווערן אלעמאל באטראכט ווי ג-ט'ס קינדער, אומאפהענגיג פון זייערע מעשים. באַזירט אויף דעם, גיבן מיר צדקה אינעם נאָמען פון רבי מאיר, לויט וועם מיר זענען ראוי צו געהאלפן ווערן אלס דעם אויבערשטנ'ס קינדער.
דער מונקאטשער רב געט אן א הסבר, פאַרוואָס מען דערמאנט רבי מאיר אין א סכנה. צוליב וואס רבי מאיר איז "חושש למיעוטא", ער פאַרלאָזט זיך נישט נאר אויפן רוב, נאר נעמט אויך ערנסט דעם מיעוט. דערפאַר, אין שווערע סיטואציעס ווען די די אויסזיכטן זענען שמאל, דערמאנט מען דעם זכות פון רבי מאיר וואס לשיטתו איז נאך פארהאן האפנונג.
געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר איז אויך א סגולה ספעציעל צו געפינען פאַרלוירענע חפצים.
כוללי רבי מאיר בעל הנס
עס זענען פארהאן פילע צדקה ארגאניזאציעס וואס טראגן דעם נאמען "צדקת רבי מאיר בעל הנס". די דאזיגע קאסעס זענען הויפּטזעכליך באשטימט צו שטיצן די ארעמע בני תורה אין ארץ ישראל. עטליכע פון די באקאנטע כוללים זענען:
- כולל חבת ירושלים - דער גאליציאנער כולל
- כולל שומרי החומות - דער אונגארישער כולל
- כולל חב"ד
- כולל פּוילן
- כולל וואָהלין
- כולל אהבת ציון - דער זיבנבערגן כולל
- כולל סלאנט
- כולל מונקאטש ועשרה גלילות - דער בעצירקן כולל
היסטאריש זענען געווען פילע מחלוקות צווישן די כוללים, בעיקר וועגן די געגנטער וואו זיי פארמאגן די רעכטן צו איינקאסירן צדקת רמבעה"ן. יעדער געגנט האָט געהאַט זיין כולל, און מען האט שטארק מקפיד געווען נישט צו מישן די כוללים.
קבר רבי מאיר בעל הנס
דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס געפינט זיך אין טבריה, ביי דער דרומ'דיגער אריינגאנג פון שטאט. דער קבר איז א צענטער פון עליה לרגל און תפילה טאג-טעגליך. דאס ארט איז באזוכט פון הונדערטער טויזנטער מענטשן א יאר.
אויפן ארט פונעם קבר זענען דא באַזונדערע אפטיילונגען פאַר אשכנזים און ספרדים. די ספרדים האָבן געבויט זייער חלק צוערשט, אבער די אשכנזים האבן נאר געקענט געפינען פינאנצירונג נאך שנת תר"ע. שפּעטער האט די משפחה ספרא שטארק איבערגעבויט דעם ספרד'ישן חלק.
עס זענען דא געשיכטעס פון נסים בעת דעם בוי פון קבר אין טבריה. צוויי שווערע זיילן (עמודים), וואָס האָבן באצייכנט דעם קבר, האבן זיך אליין גערוקט ווען מען האָט געבויט און זיי האבן נישט געהאַט קיין כח זיי צו רירן. דער נס איז באשריבן אויך אין אַ טאגבוך פון יאר תרכ"ז.
יאר יערליך ווערט געפייערט א "הילולא" לכבוד רבי מאיר בעל הנס אין י"ד אייר, פּסח שני. דאס איז איינגעפירט געוואָרן הערשט אין יאר תרכ"ז, ווען די ספרדישע קהילה פון טבריה האָט באנייט א בית מדרש אויפן אָרט פונעם זיין קבר. די הילולא ווערט געפייערט מיט מוזיק און טענץ, ענליך צו די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון.
ווי דערמאנט, כאטש דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס איז באוואוסט צו זיין אין טבריה, זענען דא מקורות וואס צייכענען אן א קבר אויף זיין נאמען אין גוש חלב.
לינקס
- רבי מאיר בעל הנס - פסח שני, אשכול אין אייוועלט
- תולדות הכוללים לצדקת רמבעה"נ והמסתעף, אשכול אין אייוועלט
- ↑ כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) חלק ב, סימן שפח.
- ↑ שער הגלגולים, הקדמה ל"ז
- ↑ און ער לייגט אויך צו אז ער איז באַגראָבן געווארן שטייענדיג.
- ↑ זע ישעיה אשר זעליג מיללער, אין קובץ אור ישראל, עמ' רלג-רלו
- ↑ ראובן מרגליות, לחקר שמות וכינויים בתלמוד, עמוד כ"ה
- ↑ כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) חלק ב, סימן שפח
- ↑ עבודה זרה י"ח ע"א-ע"ב
- ↑ חיד"א, פתח עינים, על מסכת עבודה זרה דף י"ח ע"ב: "מזה נשתרבב המנהג בכל גלילותנו דעל כל צרה שמתפלל האדם אומר אלהא דר"מ ענני, ונודרים שמן או צדקה לנשמתו של ר"מ".
- ↑ קידושין ל"ו ע"א