אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ספעציעלע פורימ'ס"
(פיעטרושקא) צייכן: רויע רעדאגירונג |
(פורים ענציקלאפעדיע) צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 2: | שורה 2: | ||
אין פארשידענע אידישע ספרים ווערן געבראכט וועגן פּורימס, וואס מען האט איינגעפירט אין פארשידענע קהלות און אויך אין פּריוואטע פאמיליעס צום אָנדענק פון געשעענישן, אין וועלכע די באטרעפנדע קהלה אדער פאמיליע אדער פאמיליע־פאָטער זענען געראטעוועט געווארן פון א גרויסער געפאר. אזא פּורים איז למשל דער [[פורים פראנקפורט|פּורים־פראנקפורט]] אין 20טן טאג אין אדר צום אָנדענק פון דער ישועה, וואָס איז געקומען אויף די פראנקפורטער אידן אין יאָר 1616, ווען זיי זענען ניצול געווערן פון דעם אידן־פיינט ווינץ פעטמילך. א פּורים איז אויך דער "פּורים פון תוספות יום־טוב", אין ערשטן טאג פון אדר צום אנדענק פון דער רעטונג פון רבי יום־טוב ליפּמאן־העלער, מחבר פון תוספות יום־טוב אין מיטן פון 17טן יאָרהונדערט. | אין פארשידענע אידישע ספרים ווערן געבראכט וועגן פּורימס, וואס מען האט איינגעפירט אין פארשידענע קהלות און אויך אין פּריוואטע פאמיליעס צום אָנדענק פון געשעענישן, אין וועלכע די באטרעפנדע קהלה אדער פאמיליע אדער פאמיליע־פאָטער זענען געראטעוועט געווארן פון א גרויסער געפאר. אזא פּורים איז למשל דער [[פורים פראנקפורט|פּורים־פראנקפורט]] אין 20טן טאג אין אדר צום אָנדענק פון דער ישועה, וואָס איז געקומען אויף די פראנקפורטער אידן אין יאָר 1616, ווען זיי זענען ניצול געווערן פון דעם אידן־פיינט ווינץ פעטמילך. א פּורים איז אויך דער "פּורים פון תוספות יום־טוב", אין ערשטן טאג פון אדר צום אנדענק פון דער רעטונג פון רבי יום־טוב ליפּמאן־העלער, מחבר פון תוספות יום־טוב אין מיטן פון 17טן יאָרהונדערט. | ||
אַזעלכע פּורימס זענען בּאַקאַנט 26, און זיי זענען פאַרצייכנט אין "אוצר ישראל" זוכווארט "פּורים". | אַזעלכע פּורימס זענען בּאַקאַנט 26, און זיי זענען פאַרצייכנט אין "אוצר ישראל" זוכווארט "פּורים". | ||
---- | |||
כמעט יעדער איד ווייס, אַז אונטער דער הערשאַפט פון דעם נאַרישן קעניג אַחשורוש, האָט זיין הויפּט־מיניסטער המן הרשע געוואָלט אומברענגען אַלע אידן און ס'איז אים אויך געלונגען אַרויסצובאַקומען פונ'ם קעניג אַזאַ באַפעהל. דורך אַ נס, אָבער, זענען די אידן געראַטעוועט געוואָרן פון אַ זיכערן טויט, און המן זעלבסט מיט זיינע קינדער זענען אויפגעהאנגען געוואָרן. אַלס אנדענק פון אָט דעם נס, פייערן די אידן איבער דער גאַנצער וועלט דעם יום טוב פּורים, וועלכער איז געוואָרן אַ נאַציאָנאַלער יום טוב, ווייל די גזרה האָט אָנגערירט דאָס גאַנצע אידישע פאָלק, אָדער, ווייניגסטענס, אַ גרויסן טייל פונ'ם אידישן פאָלק. אָט אַזוי איז ענטשטאַנען דער אידישער נאַציאָנאַלער פּורים איבער גאָר דער וועלט, מיט {{#חשב:abs(3406-{{#זמןמ:xjY}})}} יאָר צוריק. | |||
זייט דאַן, איז די אידישע געשיכטע באַרייכערט געוואָרן מיט עטליכע צענדליג פּורימ'ס. אַ טייל פון דיזע פּורימ'ס ווערן געפייערט פון גאַנצע געמיינדעס, ווייל די פּאַסירונג האָט אָנגערירט די גאַנצע באַטרעפענדיגע געמיינדע; אַנדערע, ווידער, ווערן געפייערט בלויז פון געוויסע משפּחות, ווייל די פּאַסירונג האָט אָנגערירט בלויז די באַטרעפענדיגע משפּחות. | |||
מיר וועלן דאָ באַשרייבן יעדן פּורים און ווי אַזוי דער פּורים איז ענטשטאַנען. | |||
===1) פּורים שיראַז=== | |||
אין שיראַז, פּערסיע, איז ענטשטאַנען אַ פּורים פון דער פאָלגענדער פּאַסירונג: די אידן האָבן באַשטראָפט אַ דאָרטיגן שוחט און קצב, אבו אַלחאַזאַן, פאַר פאַרקויפן טריפה פלייש ערב ראש השנה. אויס נקמה האָט ער אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן און גע'מסר'ט די אידן. אַלס רעזולטאַט האָבן די מאַכמעדאַנער גוזר געווען אויף די אידן טויט אָדער שמד, און כמעט אַלע אידן האָבן זיך גע'שמד'ט. פאַר'ן טויט האָט אַלחאַזאַן מודה געווען אין זאָגן ליגן, און מ'האָט ערלויבט די אידן אָנצונעהמען צוריק זייער גלויבן. אַלס אַנדענק פון דיזן נס, פייערן זיי דעם צווייטן טאָג מרחשון "פּורים שיראַז". | |||
===2) פּורים נאַרבאָן=== | |||
אין נאַרבאָן, פראַנקרייך, פייערן די אידן יעדן צוואנציגסטען אדר אַ "פּורים־נאַרבאָן". ענטשטאַנען איז דער פּורים פונ'ם פאָלגענדן צופאַל: אין דעם יאָר 1236 האָט אַ איד אין נאַרבאָן דער'הרג'עט אַ קריסטליכן פישער און פאַר דעם האָט מען געוואָלט אומבריינגען אַלע דאָרטיגע אידן; אָבער דער גובערנאַטאָר האָט זיי געראַטעוועט. אַלס אנדענק פון אָט דעם נס פייערן די דאָרטיגע אדן דעם "פּורים". | |||
===3) פּורים סאַראַגאָסאַ=== | |||
אין סאַראַגאָסאַ, שפּאַניע, פייערן די אידן אַ "פּורים סאַראַגאָסאַ", דעם זיבעצענטן און אַכצענטן שבט, ווייל אַ געוויסער משומד מאַרקוס האָט זיי גע'מסר'ט צום קיסר, און זיי זענען ניצול געוואָרן דורך אַ נס. | |||
===4) פּורים דע לאַ סעניאָראַ=== | |||
די אידן פון כיאָס, קליין אַזיע, פייערן יעדן יאָר אַ "פּורים דע לאַ סעניאָראַ" (פּורים פון דער גוטער פרוי), וועלכער איז ענטשטאַנען פונ'ם פאָלגענדן צופאַל: לויט אַ געוויסער טראַדיציאָן, זענען אַ פינף הונדערט סאָלדאַטן פון פערדינאַנד דעם ערשטן, הערצאג פון טוסקאַן, איטאַליע, געלאַנדעט אויפ'ן אינזעל כיאָס און געוואָלט אים פאַרנעמען, און דאָס האָט געזאָלט געשעהן אינ'ם יאָר 1820, ווען כיאָס האָט רעוואָלטירט אַנטקעגן די טערקן אין דער צייט פון דער גריכישער מלחמה פאַר זעלבסטשטענדיגקייט. אַ אידישע פרוי וואָס האָט געוואוינט נעבען דער פעסטונג האָט, דורך אַ צופאַל, אָנגערירט אַ האַרמאַט מיט אַנ'אָנגעגליטע לאפּעטע, וועלכע זי האָט באַנוצט ביים באַקן ברויט. די קאַנאָנע האָט אויסגעשאָסן, און רער שונא וואָס האָט דאַמאָלט באַלאַגערט רעם אינול, איז פון די טערקן פאַרניכטעט געוואָרן. די פרוי איז פון די טערקן גוט באַלוינט געוואָרן און צו אידן זענען געגעבן געוואָרן פילע פּריווילעגיעס. | |||
===5) פּורים ווינצענז פעטמילך=== | |||
רעוויזיע פון 21:56, 5 מערץ 2025
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
אין פארשידענע אידישע ספרים ווערן געבראכט וועגן פּורימס, וואס מען האט איינגעפירט אין פארשידענע קהלות און אויך אין פּריוואטע פאמיליעס צום אָנדענק פון געשעענישן, אין וועלכע די באטרעפנדע קהלה אדער פאמיליע אדער פאמיליע־פאָטער זענען געראטעוועט געווארן פון א גרויסער געפאר. אזא פּורים איז למשל דער פּורים־פראנקפורט אין 20טן טאג אין אדר צום אָנדענק פון דער ישועה, וואָס איז געקומען אויף די פראנקפורטער אידן אין יאָר 1616, ווען זיי זענען ניצול געווערן פון דעם אידן־פיינט ווינץ פעטמילך. א פּורים איז אויך דער "פּורים פון תוספות יום־טוב", אין ערשטן טאג פון אדר צום אנדענק פון דער רעטונג פון רבי יום־טוב ליפּמאן־העלער, מחבר פון תוספות יום־טוב אין מיטן פון 17טן יאָרהונדערט. אַזעלכע פּורימס זענען בּאַקאַנט 26, און זיי זענען פאַרצייכנט אין "אוצר ישראל" זוכווארט "פּורים".
כמעט יעדער איד ווייס, אַז אונטער דער הערשאַפט פון דעם נאַרישן קעניג אַחשורוש, האָט זיין הויפּט־מיניסטער המן הרשע געוואָלט אומברענגען אַלע אידן און ס'איז אים אויך געלונגען אַרויסצובאַקומען פונ'ם קעניג אַזאַ באַפעהל. דורך אַ נס, אָבער, זענען די אידן געראַטעוועט געוואָרן פון אַ זיכערן טויט, און המן זעלבסט מיט זיינע קינדער זענען אויפגעהאנגען געוואָרן. אַלס אנדענק פון אָט דעם נס, פייערן די אידן איבער דער גאַנצער וועלט דעם יום טוב פּורים, וועלכער איז געוואָרן אַ נאַציאָנאַלער יום טוב, ווייל די גזרה האָט אָנגערירט דאָס גאַנצע אידישע פאָלק, אָדער, ווייניגסטענס, אַ גרויסן טייל פונ'ם אידישן פאָלק. אָט אַזוי איז ענטשטאַנען דער אידישער נאַציאָנאַלער פּורים איבער גאָר דער וועלט, מיט 2380 יאָר צוריק.
זייט דאַן, איז די אידישע געשיכטע באַרייכערט געוואָרן מיט עטליכע צענדליג פּורימ'ס. אַ טייל פון דיזע פּורימ'ס ווערן געפייערט פון גאַנצע געמיינדעס, ווייל די פּאַסירונג האָט אָנגערירט די גאַנצע באַטרעפענדיגע געמיינדע; אַנדערע, ווידער, ווערן געפייערט בלויז פון געוויסע משפּחות, ווייל די פּאַסירונג האָט אָנגערירט בלויז די באַטרעפענדיגע משפּחות.
מיר וועלן דאָ באַשרייבן יעדן פּורים און ווי אַזוי דער פּורים איז ענטשטאַנען.
1) פּורים שיראַז
אין שיראַז, פּערסיע, איז ענטשטאַנען אַ פּורים פון דער פאָלגענדער פּאַסירונג: די אידן האָבן באַשטראָפט אַ דאָרטיגן שוחט און קצב, אבו אַלחאַזאַן, פאַר פאַרקויפן טריפה פלייש ערב ראש השנה. אויס נקמה האָט ער אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן און גע'מסר'ט די אידן. אַלס רעזולטאַט האָבן די מאַכמעדאַנער גוזר געווען אויף די אידן טויט אָדער שמד, און כמעט אַלע אידן האָבן זיך גע'שמד'ט. פאַר'ן טויט האָט אַלחאַזאַן מודה געווען אין זאָגן ליגן, און מ'האָט ערלויבט די אידן אָנצונעהמען צוריק זייער גלויבן. אַלס אַנדענק פון דיזן נס, פייערן זיי דעם צווייטן טאָג מרחשון "פּורים שיראַז".
2) פּורים נאַרבאָן
אין נאַרבאָן, פראַנקרייך, פייערן די אידן יעדן צוואנציגסטען אדר אַ "פּורים־נאַרבאָן". ענטשטאַנען איז דער פּורים פונ'ם פאָלגענדן צופאַל: אין דעם יאָר 1236 האָט אַ איד אין נאַרבאָן דער'הרג'עט אַ קריסטליכן פישער און פאַר דעם האָט מען געוואָלט אומבריינגען אַלע דאָרטיגע אידן; אָבער דער גובערנאַטאָר האָט זיי געראַטעוועט. אַלס אנדענק פון אָט דעם נס פייערן די דאָרטיגע אדן דעם "פּורים".
3) פּורים סאַראַגאָסאַ
אין סאַראַגאָסאַ, שפּאַניע, פייערן די אידן אַ "פּורים סאַראַגאָסאַ", דעם זיבעצענטן און אַכצענטן שבט, ווייל אַ געוויסער משומד מאַרקוס האָט זיי גע'מסר'ט צום קיסר, און זיי זענען ניצול געוואָרן דורך אַ נס.
4) פּורים דע לאַ סעניאָראַ
די אידן פון כיאָס, קליין אַזיע, פייערן יעדן יאָר אַ "פּורים דע לאַ סעניאָראַ" (פּורים פון דער גוטער פרוי), וועלכער איז ענטשטאַנען פונ'ם פאָלגענדן צופאַל: לויט אַ געוויסער טראַדיציאָן, זענען אַ פינף הונדערט סאָלדאַטן פון פערדינאַנד דעם ערשטן, הערצאג פון טוסקאַן, איטאַליע, געלאַנדעט אויפ'ן אינזעל כיאָס און געוואָלט אים פאַרנעמען, און דאָס האָט געזאָלט געשעהן אינ'ם יאָר 1820, ווען כיאָס האָט רעוואָלטירט אַנטקעגן די טערקן אין דער צייט פון דער גריכישער מלחמה פאַר זעלבסטשטענדיגקייט. אַ אידישע פרוי וואָס האָט געוואוינט נעבען דער פעסטונג האָט, דורך אַ צופאַל, אָנגערירט אַ האַרמאַט מיט אַנ'אָנגעגליטע לאפּעטע, וועלכע זי האָט באַנוצט ביים באַקן ברויט. די קאַנאָנע האָט אויסגעשאָסן, און רער שונא וואָס האָט דאַמאָלט באַלאַגערט רעם אינול, איז פון די טערקן פאַרניכטעט געוואָרן. די פרוי איז פון די טערקן גוט באַלוינט געוואָרן און צו אידן זענען געגעבן געוואָרן פילע פּריווילעגיעס.