אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רבי משה סופר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(ראזמארין)
 
אין תקציר עריכה
 
שורה 15: שורה 15:


נאכן "חתם סופר'ס" פּטירה האט זיין זון [[רבי אברהם שמואל בנימין סופר|רבי אברהם שמואל בנימין]] איבערגענומען זיין פאטער'ס רבנות אין פּרעסבורג. ער איז דער מחבר פון א פּירוש אויף תורה מיטן נאמען "כתב סופר", און ער איז באקאנט אונטער דעם דאזיגן נאמען.
נאכן "חתם סופר'ס" פּטירה האט זיין זון [[רבי אברהם שמואל בנימין סופר|רבי אברהם שמואל בנימין]] איבערגענומען זיין פאטער'ס רבנות אין פּרעסבורג. ער איז דער מחבר פון א פּירוש אויף תורה מיטן נאמען "כתב סופר", און ער איז באקאנט אונטער דעם דאזיגן נאמען.
דעם "חתם סופר'ס" זון [[רבי שמעון סופר|רבי שמעון]] איז געבוירן געווארן אין פּרעסבורג אין דעם יאר 1821, און ער איז נפטר געווארן אין [[קראקא]] זעכצן טעג אין אדר ב', תרמ"ג, 1883. אין דעם יאר 1842 איז ער געווארן רב אין מאטערסדארף. אינעם יאר 1860 איז ער געווארן רב און אב בית דין אין קראקא. ער איז געווען גוט באקאנט אין דער הלכה וועלט. ער איז געווען גוט באהאוונט אין וועלטליכע ענינים. אין 1879 איז ער געווארן ערוויילט אלס מיטגליד אין דעם [[פארלאמענט|פּאַרלאַמענט]] אין [[וויען]], עסטרייך. ער איז געווען זייער אקטיוו און טיכטיג אין קהל'שע אַנגעלעגנהייטן. און ער האָט פיל בייגעטראגן צום פארשטארקן רעליגיעז אידישקייט און אידנטום. אין דעם יאָר 1840 האָט ער געגרינדעט אַ וואכן [[צייטונג]] מיטן נאמען "מחזיקי הדת", א פּלאטפארמע פאר דעם רעליגיעזן אידנטום אין [[גאליציע]]. אין 1912 איז די צייטונג נאך ערשינען אין [[לעמבערג]].
אגב'דיגס: פאַר זיין פּטירה האט ר' שמעון געזאגט צו די ראשי הקהל: יעדער פּאַסטוך איז זיכער געטריי זיינע שאָף, און ער גיט גוט אכטונג אויף זיי. אבער מיר ווייסן דאך אז מיט זיין געטריישאפט איז ער אויסן בלויז זיך. ער מיינט עס נישט לטובת די שאף, נאר זיין אייגענער טובה, ווייל עס איז דאך זיין פארמעגן.
ווען דער פּאסטוך איז א געדונגענער, גיט אויך ער גוט אכטונג אויף דער {{טערמין|טשערעדע|סטאדע}}, כדי ער זאל נישט פארלירן זיין שטעלע. אנדערש, אבער, דארף זיין דער פּאסטוך פון דער אידישער קהילה. ער מוז אין זינען האבן בלויז דעם וואוילזיין פון זיין געמיינדע, און קיין שום אייגן־נוצן.
און אט דאס מיינט דער פּסוק "ולא תהיה עדת ה' כצאן אשר אין להם רועה"{{הערה|במדבר כז, יז.}}. די קהילה זאל נישט זיין געגליכן צו שאף וואס דער פּאסטוך איז "אין להם" נישט פאר זייער וועגן, נאר ער איז פאר זיך. ער האט נישט אין זינען דעם וואוילזיין און דאס גליק פון דער געמיינדע, נאר ער איז אויסן בלויז זיין אייגענע פּרנסה און זיין אייגענעם כבוד.
ווען מען האט אים געפרעגט, ווי קומט עס וואס ער האט געוואלט ווערן א מיטגליד אין פּארלאמענט, האט ער געענטפערט: נישט ווייל איך האב געוואלט זיין א מיטגליד, נאר ווייל איך האב געוואלט אז יענער צד זאל האבן איין מיטגליד ווייניגער.


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{ביאורים}}
{{ביאורים}}
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 18:57, 12 פעברואר 2025

ר' משה ב"ר שמואל סופר (שרייבער) באקאנט אלס "חתם סופר" (ראשי תיבות פון זיין ספר חדושי תורת משה סופר), וועמענס פארגענגער האבן געהייסן צערביס[אויסקלארונג פארלאנגט], איז געבוירן געווארן אין פראַנקפורט אַם מיין, דייטשלאנד, זיבן טעג אין תשרי, תקכ"ג, 1762, און ער איז נפטר געווארן פינף און צוואנציג טעג אין תשרי, אינעם יאר ת"ר, אקטאבער 3, 1839, אינעם עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר. זיין מוטער האט געהייסן רייזל. ער האט געשטאמט פונעם מחבר פונעם "ילקוט שמעוני" וועלכער האט אפּגעשטאמט פון רש"י. ער איז געווען א תלמיד פון רבי נתן אדלער און פון ר' פּנחס הורביץ, דער בעל "הפלאה". ער איז געווען ראש הישיבה אין פּרוסניץ. ווען ער האט געגעסן קעסט ביי זיין שוואגער, האט ער איין שבת באמערקט אז זיין שוועגערין טראגט נישט די גאלדענע קייט. ווי נאר ער איז געוואר געווארן אז מען האט עס "פאַרזעצט", האט ער באשלאסן צו לערנען א מלאכה. ער איז אבער געצוואונגען געווארן צו ווערן רב, צוערשט אין דרעזניץ, דערנאך אין מאטערסדארף און שפּעטער אין פּרעסבורג, וואו ער האט אנגעהאלטן דעם כסא הרבנות דריי און דרייסיג יאר.

ער האט געגרינדעט די בארימטע פּרעסבורגער ישיבה וועלכע איז געווען פאַרן מערב-אייראפעאיש אידנטום דאס וואס די וואלאזשינער ישיבה, וועלכע ר' חיים וואלאזשינער, דעם ווילנער גאון'ס תלמיד, האט געגרינדעט, איז געווען פאר דעם מזרח-אייראפעאיש אידנטום.

ער איז געווען א געוואלדיגער חובב ציון, און ער האט ממש געלעכצט זיך צו באזעצן אינעם הייליגן לאנד. ער האט עס אבער נישט געקענט פארווירקליכן צוליב דער ישיבה. ער האט באוואויגן מאנכע פון זיינע תלמידים זיך צו באזעצן דארט, און די אנדערע האבן געארבעט אין גלות לטובת אונזער לאנד.

אינעם יאר 1813 איז ער געווארן רבי עקיבא אייגער'ס איידעם, די צווייטע פרוי. ווען די רעפארם באוועגונג האט זיך אנגעהויבן אין דעם יאר 1819 אין האמבורג, האט דער "חתם סופר" געקעמפט זיין גאנץ לעבן מיט אלע כוחות קעגן יעדער ענדערונג און נייע זאך וועלכע די רעפארמער האבן געוואלט איינפירן אין דעם רעליגיעזן לעבן. ער האט געזאגט "חדש אסור מן התורה בכל מקום". פון אומעטום האט מען זיך געווענדעט צו אים מיט שאלות, און מען האט אים געהאלטן פאר א פּוסק אחרון.

דער "חתם סופר" איז דער מחבר פון מערערע וויכטיגע ספרים:

תורת משה[א] אויף חומש, חידושים אויף ש"ס, שאלות ותשובות, "שירת משה", שירים און פּיוטים, "ספר זכרון", די צרות וועלכע ער האט דורך-געמאכט, א פּירוש אויף דער פּסח הגדה, און נאך.

אגב'דיגס, ער האט געזאגט: עס איז גאר קיין חידוש וואס משה רבינו איז געווען משה רבינו. ווען איך וואלט האבן אזא רבי'ן (דעם אויבערשטן) ווי ער האט געהאט, וואלט אויך איך אזוי געווען. איי, פארוואס'זשע טאקע האב איך נישט אזא רבי'ן ווי ער האט געהאט? ווייל איך בין נישט משה רבינו.

נאכן "חתם סופר'ס" פּטירה האט זיין זון רבי אברהם שמואל בנימין איבערגענומען זיין פאטער'ס רבנות אין פּרעסבורג. ער איז דער מחבר פון א פּירוש אויף תורה מיטן נאמען "כתב סופר", און ער איז באקאנט אונטער דעם דאזיגן נאמען.

רעפערענצן

  1. עס זענען פארהאן פיר ספרים וועלכע מען רופט נישט ביי די נעמען וועלכע די מחברים האבן זיי געגעבן: "משנה תורה", "שני לוחות הברית", און "תורת משה". נאר מען רופט זיי : "דער רמב"ם", "דער של"ה", "דער אלשיך", "דער חתם סופר". דאס נעמט זיך מסתמא דערפון וואס אידן האלטן נישט פון א צווייטער תורה, פון צווייטע לוחות. מיר אידן זענען גאנץ צופרידן מיט דער תורה וואס משה רבינו האט אונז געגעבן. אפילו דעם חומש דברים, וועלכער ווערט באצייכנט אויך מיט "משנה תורה", רופט מען נישט ביי דעם דאזיגן נאמען, נאר פּשוט ספר דברים, אדער "חומש דברים".