בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,367
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
|||
| (3 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
| שורה 7: | שורה 7: | ||
==הינטערגרונד== | ==הינטערגרונד== | ||
אין כיימע דער ערשטער'ס צייט איז אַראַגאָניע געווען איינע פון די הויפּטנעסטער פון דעם מאָנאַכן־אָרדן דאָמיניקאַנער. דער ראש פון דעם אָרדן ריימונד דע־פּעניאַפאָרטע איז געווען דעם קעניג'ס גייסטליכער. דורך די באמיאונגען פון די מאָנאַכן, וואס זענען שטענדיג געווען פארבונדן מיט'ן רוימישן פּויפּסט, איז אין אַראַגאָניע איינגעפירט געווארן די אינקוויזיציע אויף צו רודפ'ן די קאַטאַרן און אנדערע כופרים פון די קריסטן; אין-איין-וועגס האבן די מאָנאַכן געשטרעבט צו אנטוויקלען א ברייטע מיסיאנערישע טעטיגקייט צווישן אידן און מאַוורען. די גייסטליכקייט האט מיט אומרואיגקייט געקוקט אויפן וואוקס פון די אידישע קהילות אין אַראַגאָניע און אויפן שוץ וואס דער קעניג גיט זיי; זי איז געווען אויפגערעגט דערויף, וואס דער קעניג איז עובר אויף די קאַנאָנען פון דער קירך, וואס ער לאזט צו אידן צו די הויכע אמטן פון "באַיולוסן" (שטאָט-פארוואלטער) און פינאנץ־אגענטן. זיין גייסטליכער פּעניאַפאָרטע און איינפלוסרייכע בישאפּן האבן געפּרואווט ווירקן אויפן קעניג, ער זאל אננעמען א שטרענגערע קריסטליכער שטאנד; אבער כיימע 1, וואס האט געבויט א נייע מלוכה, האט מורא געהאט איר צו צעשאקלען. | |||
נאר אינגאנצן פרוכטלאז איז די אַגיטאַציע פון די קלעריקאַלן ביים אַראַגאָנישן הויף נישט געבליבן. צום סוף פון זיין לעבן האט דער אלטער קעניג, הגם ער האט נישט אויפגעהערט צו זיין גוט צו אידן אין פינאנציעלן הינזיכט, זיך פארגענומען אויסצוקויפן זיין "זינד" מיט אייניגע הנחות לטובת די הייליגע פאטערס. ער האט ערלויבט "די ברידער די פּרעדיגער" צו פירן א רעליגיעזע פּראפּאגאנדע צווישן אידן, נישט אפּשטעלנדיג זיך אויך פאר שטערן די רעליגיעזע פרייהייט וואס איז געווען גאראנטירט די קהילות. | |||
די דאָמיניקאַנער האבן אין זייערע שולעס צוגעגרייט מאָנאַכן, וואס זענען געווען באהאוונט אין דער העברעאישער ליטעראטור און געניט אין פירן רעליגיעזע וויכוחים. באזונדערס האבן ביי זיי געהאט א ווערט גע'שמד'טע אידן, וואס האבן געקענט אויפדעקן די "בלאָנדזשענישן" פון דעם תלמוד און די "פאלשקייטן" פון די רבנים. אזא אַגיטאַטאָר האט זיך באוויזן אין דרום־פראנקרייך און אַראַגאָניע, קורץ נאכדעם ווי די דאָמיניקאַנער האבן אויסגע'פּועל'ט די פארברענונג פונעם תלמוד אין פּאריז מיט דער הילף פון דעם משומד [[ניקאלאי דאנין|ניקאלאי דאָנין]]. דאס איז געווען דער משומד פּוילוס כריסטיאַני אדער "ברודער פּאַבלאָ" (פראַי פּאול), א מאָנאַך פון דעם דאָמיניקאַנער אָרדן. דער דאזיגער משומד, וואס האט געהאט אנגענומען דעם נאמען פון דעם [[שאול התרסי|פארצייטישן אַפּאָסטאָל]], איז ארום 1260 ארומגעפארן איבער [[פראוואנס|פּראָוואַנס]] און [[קאטאלאניע|קאַטאַלאָניע]] און האט געפּרואווט ארויסרופן רבנים אויף רעליגיעזע וויכוחים, און האט זיך געפלייסט צו אויפווייזן די ריכטיגקייט פון די קריסטליכע דאָגמעס מיט ראיות גענומען פון תנ"ך און אפילו פון תלמוד, אבער אָן קיין ערפאלג. | |||
דאן האט דע פּעניאַפאָרטע באשלאסן צו אראנזשירן אַן עפנטליכן וויכוח צווישן אידן און קריסטן אין דער געגנווארט פון קעניג יאקאב. קריסטיאני האט אויסגעוועלט דעם רמב"ן, רבי משה בן נחמן פון [[געראנע]], פאר א קעגנער אין דעם ויכוח. דאס איז נישט געווען דער רמב"ן'ס ערשטע באגעגעניש מיט יענעם משומד, דער רמב"ן האט שוין געהאט א דיספּוט מיט אים אין זיין היימשטאט געראנע. | |||
קריסטיאני האט זיך פארלאזט אויף די איינגעהאלטנקייט וואס זיינע קעגנער וועלן מוזן ארויסווייזן אויס מורא פונעם צארן פון די קריסטליכע אדללייט, און האט פארזיכערט דעם קעניג אז ער קען אויפווייזן די ווארהייט פון קריסטנטום פון די גמרא און אנדערע חז"ל שריפטן. | |||
==דער ויכוח== | ==דער ויכוח== | ||
| שורה 50: | שורה 55: | ||
==צום שלוס== | ==צום שלוס== | ||
די ויכוח האט זיך קיינמאל פארמאל געשלאסן, נאר האט אונטערגעבראכן. לויטן לאטיינישן פראטאקאל פון די פארהאנדלונגען, האט זיך די ויכוח געענדיגט, ווייל דער רמב"ן איז פריצייטיג אנטלאפן פון שטאט. אין פאקט, אבער, איז ער געבליבן אין בארצעלאנע פאר איבער א וואך נאך די ויכוח איז געבראכן געווארן צו זיין אנוועזנד אין שול אויף דעם קומענדיגן שבת ווען א דער קעניג און די גלחים האבן געפלאנט צו קומען באזוכן אין שול{{הערה|ויכוח הרמב"ן, סיום}}. | די ויכוח האט זיך קיינמאל פארמאל געשלאסן, נאר האט אונטערגעבראכן. לויטן לאטיינישן פראטאקאל פון די פארהאנדלונגען, האט זיך די ויכוח געענדיגט, ווייל דער רמב"ן איז פריצייטיג אנטלאפן פון שטאט. אין פאקט, אבער, איז ער געבליבן אין בארצעלאנע פאר איבער א וואך נאך די ויכוח איז געבראכן געווארן צו זיין אנוועזנד אין שול אויף דעם קומענדיגן שבת ווען א דער קעניג און די גלחים האבן געפלאנט צו קומען באזוכן אין שול{{הערה|ויכוח הרמב"ן, סיום}}. דער קעניג איז טאקע געקומען באזוכן די אידישע געמיינדע אין דער "סינאגאגע מאַיאָר" פון בארצעלאנא {{העב|בית הכנסת מאיור (ברצלונה)}}, איינע פון די עלטסטע שולן אין אייראפּע, וואו ער האט געהאלטן א דרשה, אַן אומדערהערטע זאך אין די מיטלאלטער<ref name="Wein">{{cite book |url=|page=171 |last=Wein |first=Berel |title=Herald of Destiny: The story of the Jews in the Medieval Era 750–1650 |year=1993 |publisher=Shaar Press|isbn=9781422615096 }}</ref>. ער האט דאן געפרעדיגט אז יאשקע איז משיח, ווערטער וואס דער רמב"ן האט שארף אפגעוואנדן{{ביאור|עס זענען דא וואס זאגן אז דער רמב"ן האט דעמאלט געזאגט דרשה, באקאנט אלס "תורת ה' תמימה"{{הערה|[עודד ישראלי, "מדרשת 'תורת ה' תמימה' לפירוש התורה: אבני דרך ביצירתו של הרמב"ן", '''תרביץ''' – רבעון למדעי היהדות, שנה פג, חוברת א-ב (תשע"ה)}}.}}. | ||
דזשעימס דער ערשטער האט באלוינט דעם רמב"ן מיט 300 גאלדענע דינרים און דערקלערט אז ער האט נאכנישט געהערט "אַן אומגערעכטע צוועק אזוי איידל פארטיידיגט". דעם פאלגנדן טאג האט דער רמב"ן פארלאזט אראגאן און קיינמאל זיך צוריקגעקערט. | דזשעימס דער ערשטער האט באלוינט דעם רמב"ן מיט 300 גאלדענע דינרים און דערקלערט אז ער האט נאכנישט געהערט "אַן אומגערעכטע צוועק אזוי איידל פארטיידיגט". דעם פאלגנדן טאג האט דער רמב"ן פארלאזט אראגאן און קיינמאל זיך צוריקגעקערט. | ||
| שורה 82: | שורה 87: | ||
==רמב"ן'ס שיטה אויף אגדה== | ==רמב"ן'ס שיטה אויף אגדה== | ||
איינע פון די אפּענטפערס פונעם רמב"ן אויף די מדרשים און אגדות וואס קריסטיאני האט געברענגט, איז געווען צו שטעלן אין פראגע דעם עצם יסוד אויף וואס פאולוס שטייט, און זאגן אז ער גלייבט נישט אין די ווערטער פון אגדות חז"ל, און זעט נישט אין דעם קיין חסרון. אזא דעה, וועלכע מאכט אוועק דאס פארפליכטונג צו די אגדות חז"ל, געפינט זיך שוין אין די גאונים, אין רמב"ם און אנדערע, אבער לויט די ווערטער פון רמב"ן אין פילע ערטער, איז אביסל שווער צו זאגן אז דאס איז טאקע זיין מיינונג. | |||
געוויסע געלערנטע האבן געהאלטן, אז דער רמב"ן'ס באהויפּטונג איז געווען ריין פּאליטיש, פארגעלייגט אין א ויכוח וואס איז אויף אים ארויפגעצווינגען געווארן, אזוי אז ער האט אפילו געמוזט ניצן ארגומענטן אין וואס ער האט נישט געגלויבט, צו בייקומען די קריסטליכע אטאקעס{{הערה|הרב מרדכי עליאשבערג, '''שביל הזהב''' עמ' 27; [[יצחק בער]] להלן; חיים הלל בן ששון, '''מולד'''}}. אנדערע געלערנטע, ווי סעסיל ראטה און ראבערט חזן, האבן אויסגעדריקט א מער מעסיגע מיינונג. שאַוועל, ה' מאַקאָבי און ב' סעפטימוס האבן פארגעשלאגן, אז דער רמב"ן'ס מיינונג איז אינגאנצן פעליג מיט א גוט־באגרינדעטער טראדיציע פון די גאונים{{הערה|זעט {{דעת|יהושע הורוביץ|daat/kitveyet/mahanaim/yahas-2.htm|יחס הגאונים לאגדה|'''מחניים''', סיוון תשנ"ד, עמ' 122-129}}}}. מארווין פאקס טענה'ט, אז דער דאזיגער שטעלונג איז באזירט אויף א גאנצער אומפארשטענדעניש פון רמב"ן'ס מיינונגען און גלויבן, ווי זיי געפינען זיך אזוי קלאר דורכאויס זיין פירוש אויף דער תורה, און אז דער רמב"ן'ס מיינונג גייט נאך א אידישע טראדיציע וואס, כאטש ער גיט פולן רעספּעקט צו די מדרשים, אנערקענט ער זיי נישט אלס אונבאדינגט בינדנד, און ערקלערט אז דער הויפּט שטרייט-פּונקט צווישן אידנטום און קריסטנטום איז נישט אפהענגיג אויף גלייבן אין משיח{{הערה|זעט: {{דעת|ארי יצחק שבט|daat/mahshevt/vikuah/tokpam-2.htm|תוקפם המחייב של מדרשי חז"ל: גישתו של הרמב"ן לאור הוויכוח בברצלונה|'''צוהר''' יא (קיץ, תשס"ב), עמ' 49-68}}; ירמיהו מלחי [https://www.shaanan.ac.il/wp-content/uploads/2018/08/Laor/Ktav_Et/Shnaton/K-13/13-6%20malchi.pdf היבטיו ההיסטוריים והתאולוגיים של ויכוח הרמב"ן בברצלונה והיחס המשתקף ממנו על תוקפם של מדרשי חז"ל] '''שאנן''' שנתון המכללה הדתית לחינוך, חיפה, 13, 2008, עמ' 127–135; שלם יהלום, [https://www.jstor.org/stable/23565067 ויכוח ברצלונה ומעמד האגדה במשנת רמב"ן], '''ציון''' 69 (1) 25-43; | |||
{{פעמים|אורה לימור|בארמון בברצלונה ובשוק במיורקה – לקראת טיפולוגיה חדשה של ויכוחי הדת בימי הביניים|94-95/Article_94-5.6|חורף-אביב תשס"ג}}}}. | |||
==ביבליאגראפיע== | ==ביבליאגראפיע== | ||
| שורה 93: | שורה 101: | ||
== דרויסנדיגע לינקס == | == דרויסנדיגע לינקס == | ||
* [https://docs.google.com/document/d/1FofW6cgb4OK-7oE6BUJvkt3_dn8Q5AKaYjuDWiiWGVg/pub דער רמב"ן'ס באריכט, און די לאטיינישע באריכט, ביידע איבערגעזעצט אין ענגליש] | |||
*{{אידיש24|שמואל פוקס|97897|וויכוח הרמב"ן}} | *{{אידיש24|שמואל פוקס|97897|וויכוח הרמב"ן}} | ||
* [https://dailyminyan.com/2014/02/12/video-the-disputation-between-rabbi-nachmanides-and-jewish-christian-pablo-christiani/ The Disputation], א שפּיל | * [https://dailyminyan.com/2014/02/12/video-the-disputation-between-rabbi-nachmanides-and-jewish-christian-pablo-christiani/ The Disputation], א שפּיל | ||
רעדאגירונגען