אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער:יצחק/ויכוח הרמב"ן"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
(4 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 7: שורה 7:

==הינטערגרונד==
==הינטערגרונד==
צו יענער צייט פלעגט דער אידישער משומד פּאולוס קריסטיאנוס ארומפארן איבער די אידישע שטעט אין דרום־פראנקרייך כדי צו כאפן נפשות פאר דער דאמיניקאנער קירך, און געפּרעדיגט צו אויפווייזן די ריכטיגקייט פון די קריסטליכע דאָגמעס מיט ראיות גענומען פון תנ"ך און אפילו פון תלמוד. ער האט אבער מיט די אלע דרשות נישט געהאט קיין ערפאלג. דאן האט דער דאמיניקאנער גייסטליכער רעימאָנד דע פּעניאַפאָרטע באשלאסן צו אראנזשירן אן עפנטליכן וויכוח צווישן אידן און קריסטן אין דער געגנווארט פון קעניג יאקאב פון אראגאן. עס האט געהייסן אז פון דעם קריסטליכן צד וועט רעדן דער משומד פאולוס קריסטיאנוס, און פון דעם אידישן צד – דער רמב"ן.
אין כיימע דער ערשטער'ס צייט איז אַראַגאָניע געווען איינע פון די הויפּטנעסטער פון דעם מאָנאַכן־אָרדן דאָמיניקאַנער. דער ראש פון דעם אָרדן ריימונד דע־פּעניאַפאָרטע איז געווען דעם קעניג'ס גייסטליכער. דורך די באמיאונגען פון די מאָנאַכן, וואס זענען שטענדיג געווען פארבונדן מיט'ן רוימישן פּויפּסט, איז אין אַראַגאָניע איינגעפירט געווארן די אינקוויזיציע אויף צו רודפ'ן די קאַטאַרן און אנדערע כופרים פון די קריסטן; אין-איין-וועגס האבן די מאָנאַכן געשטרעבט צו אנטוויקלען א ברייטע מיסיאנערישע טעטיגקייט צווישן אידן און מאַוורען. די גייסטליכקייט האט מיט אומרואיגקייט געקוקט אויפן וואוקס פון די אידישע קהילות אין אַראַגאָניע און אויפן שוץ וואס דער קעניג גיט זיי; זי איז געווען אויפגערעגט דערויף, וואס דער קעניג איז עובר אויף די קאַנאָנען פון דער קירך, וואס ער לאזט צו אידן צו די הויכע אמטן פון "באַיולוסן" (שטאָט-פארוואלטער) און פינאנץ־אגענטן. זיין גייסטליכער פּעניאַפאָרטע און איינפלוסרייכע בישאפּן האבן געפּרואווט ווירקן אויפן קעניג, ער זאל אננעמען א שטרענגערע קריסטליכער שטאנד; אבער כיימע 1, וואס האט געבויט א נייע מלוכה, האט מורא געהאט איר צו צעשאקלען.

קריסטיאנוס האט זיך פארלאזט אויף די איינגעהאלטנקייט וואס זיינע קעגנער וועלן מוזן ארויסווייזן אויס מורא פונעם צארן פון די קריסטליכע אדללייט, און האט פארזיכערט דעם קעניג אז ער קען אויפווייזן די ווארהייט פון קריסטנטום פון די גמרא און אנדערע חז"ל שריפטן.
נאר אינגאנצן פרוכטלאז איז די אַגיטאַציע פון די קלעריקאַלן ביים אַראַגאָנישן הויף נישט געבליבן. צום סוף פון זיין לעבן האט דער אלטער קעניג, הגם ער האט נישט אויפגעהערט צו זיין גוט צו אידן אין פינאנציעלן הינזיכט, זיך פארגענומען אויסצוקויפן זיין "זינד" מיט אייניגע הנחות לטובת די הייליגע פאטערס. ער האט ערלויבט "די ברידער די פּרעדיגער" צו פירן א רעליגיעזע פּראפּאגאנדע צווישן אידן, נישט אפּשטעלנדיג זיך אויך פאר שטערן די רעליגיעזע פרייהייט וואס איז געווען גאראנטירט די קהילות.
 
די דאָמיניקאַנער האבן אין זייערע שולעס צוגעגרייט מאָנאַכן, וואס זענען געווען באהאוונט אין דער העברעאישער ליטעראטור און געניט אין פירן רעליגיעזע וויכוחים. באזונדערס האבן ביי זיי געהאט א ווערט גע'שמד'טע אידן, וואס האבן געקענט אויפדעקן די "בלאָנדזשענישן" פון דעם תלמוד און די "פאלשקייטן" פון די רבנים. אזא אַגיטאַטאָר האט זיך באוויזן אין דרום־פראנקרייך און אַראַגאָניע, קורץ נאכדעם ווי די דאָמיניקאַנער האבן אויסגע'פּועל'ט די פארברענונג פונעם תלמוד אין פּאריז מיט דער הילף פון דעם משומד [[ניקאלאי דאנין|ניקאלאי דאָנין]]. דאס איז געווען דער משומד פּוילוס כריסטיאַני אדער "ברודער פּאַבלאָ" (פראַי פּאול), א מאָנאַך פון דעם דאָמיניקאַנער אָרדן. דער דאזיגער משומד, וואס האט געהאט אנגענומען דעם נאמען פון דעם [[שאול התרסי|פארצייטישן אַפּאָסטאָל]], איז ארום 1260 ארומגעפארן איבער [[פראוואנס|פּראָוואַנס]] און [[קאטאלאניע|קאַטאַלאָניע]] און האט געפּרואווט ארויסרופן רבנים אויף רעליגיעזע וויכוחים, און האט זיך געפלייסט צו אויפווייזן די ריכטיגקייט פון די קריסטליכע דאָגמעס מיט ראיות גענומען פון תנ"ך און אפילו פון תלמוד, אבער אָן קיין ערפאלג.
 
דאן האט דע פּעניאַפאָרטע באשלאסן צו אראנזשירן אַן עפנטליכן וויכוח צווישן אידן און קריסטן אין דער געגנווארט פון קעניג יאקאב. קריסטיאני האט אויסגעוועלט דעם רמב"ן, רבי משה בן נחמן פון [[געראנע]], פאר א קעגנער אין דעם ויכוח. דאס איז נישט געווען דער רמב"ן'ס ערשטע באגעגעניש מיט יענעם משומד, דער רמב"ן האט שוין געהאט א דיספּוט מיט אים אין זיין היימשטאט געראנע.
קריסטיאני האט זיך פארלאזט אויף די איינגעהאלטנקייט וואס זיינע קעגנער וועלן מוזן ארויסווייזן אויס מורא פונעם צארן פון די קריסטליכע אדללייט, און האט פארזיכערט דעם קעניג אז ער קען אויפווייזן די ווארהייט פון קריסטנטום פון די גמרא און אנדערע חז"ל שריפטן.

==דער ויכוח==
==דער ויכוח==
שורה 50: שורה 55:

==צום שלוס==
==צום שלוס==
די ויכוח האט זיך קיינמאל פארמאל געשלאסן, נאר האט אונטערגעבראכן. לויטן לאטיינישן פראטאקאל פון די פארהאנדלונגען, האט זיך די ויכוח געענדיגט, ווייל דער רמב"ן איז פריצייטיג אנטלאפן פון שטאט. אין פאקט, אבער, איז ער געבליבן אין בארצעלאנע פאר איבער א וואך נאך די ויכוח איז געבראכן געווארן צו זיין אנוועזנד אין שול אויף דעם קומענדיגן שבת ווען א דער קעניג און די גלחים האבן געפלאנט צו קומען באזוכן אין שול{{הערה|ויכוח הרמב"ן, סיום}}. דער קעניג איז טאקע געקומען באזוכן די אידישע געמיינדע אין דער "סינאגאגע מאַיאָר" פון בארצעלאנא {{העב|בית הכנסת מאיור (ברצלונה)}}, איינע פון ​​די עלטסטע שולן אין אייראפּע, וואו ער האט געהאלטן א דרשה, אַן אומדערהערטע זאך אין די מיטלאלטער<ref name="Wein">{{cite book |url=|page=171 |last=Wein |first=Berel |title=Herald of Destiny: The story of the Jews in the Medieval Era 750–1650 |year=1993 |publisher=Shaar Press|isbn=9781422615096 }}</ref>. ער האט דאן געפרעדיגט אז יאשקע איז משיח, ווערטער וואס דער רמב"ן האט שארף אפגעוואנדן{{ביאור|עס זענען דא וואס זאגן אז דער רמב"ן האט דעמאלט געזאגט דרשה, באקאנט אלס "תורת ה' תמימה"{{הערה|[עודד ישראלי, "מדרשת 'תורת ה' תמימה' לפירוש התורה: אבני דרך ביצירתו של הרמב"ן", '''תרביץ''' – רבעון למדעי היהדות, שנה פג, חוברת א-ב (תשע"ה)}}.}}.

דזשעימס דער ערשטער האט באלוינט דעם רמב"ן מיט 300 גאלדענע דינרים און דערקלערט אז ער האט נאכנישט געהערט "אַן אומגערעכטע צוועק אזוי איידל פארטיידיגט". דעם פאלגנדן טאג האט דער רמב"ן פארלאזט אראגאן און קיינמאל זיך צוריקגעקערט.

שורה 57: שורה 62:
דער גרויסער דיספוט איבער'ן קריסטנטום, אויף וועלכן פאולוס קריסטיאנוס און די קאטוילישע גייסטליכע האבן געלייגט פיל האפענונגען, האט זיך געענדיגט מיט'ן נצחון פון רמב"ן. דער קעניג איז געבליבן טאלעראנט און פריינדליך צו אידן. פאולוס האט זיך געפילט שטארק נידערגעשלאגן, אבער ער האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן. פארקערט, די דאזיגע מפלה, אין דער נעגענווארט פון אלע גלחים, קעניג און אדעללייט, האט נאך פארשטארקט אין אים זיין עקשנות ווייטער אנצופירן אזעלכע דיספוטן, כדי צו ברענגען אידישע נפשות אונטער די פליגלען פון דער קריסטליכער קירך. ער האט ביי זיך גערעכנט, אז אויב אים איז נישט געלונגען צו באזיגן אזא גאון ווי דער רמב"ן, וועלכער האט אויף יעדער שאלה געהאט תיכף א גוטן תירוץ, וועט אים אבער געלונגען צו באזיגן די אנדערע.

פאולוס האט דעריבער אונטערגענומען א רייזע איבער אידישע שטעט און שטעטלעך, וואו ער האט געהאט איינגעארדענט ויכוחים מיט די רעליגיעזע פארשטייער פון די אידישע קהלות. עס איז אים אבער נישט געגאנגען אזוי ווי ער האט געהאט ערווארט. נישט בלויז דעם רמב"ן האט ער נישט געקענט באזיגןף נאר ער האט אויך נישט געקענט באזיגן קלענערע רבנים.
פאולוס האט דעריבער אונטערגענומען א רייזע איבער אידישע שטעט און שטעטלעך, וואו ער האט געהאט איינגעארדענט ויכוחים מיט די רעליגיעזע פארשטייער פון די אידישע קהלות. עס איז אים אבער נישט געגאנגען אזוי ווי ער האט געהאט ערווארט. נישט בלויז דעם רמב"ן האט ער נישט געקענט באזיגן, נאר ער האט אויך נישט געקענט באזיגן קלענערע רבנים.

איינזעענדיג אז דער דאזיגער וועג איז נישט קיין געלונגענער, האט פאולוס פלוצלינג נעביטן דעם פראנט. אנשטאט וואס ער האט ביז-איצט פרובירט אנווענדן זיינע כוחות צו ברענגען ראיות פון תלמוד אויף צו שטארקן די קריסטליכע אמונה, האט ער זיך איצט אוועקגעלאזט אין די וועגן פון משומד [[ניקאלאי דאנין|ניקאָלאי דאָנין]] אין צפון-פראנקרייך. ער איז אוועק צום פויפסט קלעמענטי דעם פערטן און האט אים דערציילט, אז דער תלמוד איז פול מיט זלזולים אויפ'ן קריסטנטום און אז ס'מוז געטאן ווערן עפעס אזוינס, וואס זאל מאכן א סוף צו די דאזיגע קריסטליך-באליידיגנדע ווערק. דער פויפסט האט דעריבער – אין יאר 1264 – פארארדנט דעם בישאף פון אראגאניען אז מען זאל תיכף צונויפזאמלען אלע ש"ס'ן וואס געפינען זיך, און איבערגעבן צו דער צענזור פון די דאמיניקאנער און פראנציסקאנער גלחים, און אויב זיי וועלן געפינען אז דארט געפינען זיך באמת באליידיגנדע זאכן קעגן קריסטנטום, זאל מען זיי פארברענען אינמיטן גאס. אויך דער קעניג יאקאב האט ארויסגעלאזט א פארארדנונג אז מען זאל דעם תלמוד צענזורירן און אויסמעקן די ערטער וואס זענען קעגן דער קריסטליכער קירך.

שורה 63: שורה 68:
חוץ דעם האבן די דאמיניקאנישע גלחים נישט אויפגעהערט צו פארשפרייטן צווישן פאלק מעשיות, אז פאולוס האט באזיגט אלע גרויסע רבנים אין שפאניען און אפילו דעם גרעסטן פון אלע רבנים – דעם רמב"ן. דער רמב"ן האט נישט געקענט פארשווייגן אזעלכע שקרים, מיט וועלכע די קריסטליכע גלחים האבן פרובירט אפשוואכן די אידישע אמונה צווישן די אידישע מאסן. מחמת-דעם האט דער רמב"ן געפונען פאר נויטיג אנצושרייבן די גאנצע געשיכטע פון דעם וויכוח פון אנהויב ביזן סוף אין זיין ספר מלחמת חובה. ווען דער ספר איז פארטיג געווארן האט ער איין קאפיע אוועקגעשיקט צום בישאף פון געראנא און פיל קאפיעס האט ער פונאנדערגעשיקט אין די אידישע קהלות, זיי זאלן וויסן דעם אינהאלט פון וויכוח און ווער עס איז באמת באזיגט געווארן.

ווען ריימאנד דע פעניאפארפע און פאולוס קריסטיאנוס האבן זיך דערפון דערוואוסט זענען  
ווען ריימאנד דע פעניאפארפע און פאולוס קריסטיאנוס האבן זיך דערפון דערוואוסט, זענען זיי געווען העכסט אויפגעבראכט, און אנגעקלאגט דעם רמב"ן ביים קעניג, אנווייזנדיג אז ער האט אנגעשריבן א ספר פול מיט באליידיגונגען אויפ'ן קריסטנטום. דער קעניג איז, נאטירליך, געווען געצוואונגען צו ערפילן די פאדערונג פון די גלחים, אבער אזוי ווי ער האט זיך אויף דעם יושר פון די דאמיניקאנער נישט געוואלט פארלאזן, האט ער באשטימט א טריבונאל פון אנדערע גלחים און שופטים, צווישן וועלכע ס'איז אויך געווען דער בישאף פון בארצעלאנא, און מען האט גערופן דעם רמב"ן צום טריבונאל זיך צו פארטיידיגן קעגן די אנקלאגעס פון די דאמיניקאנער.
 
דער רמב"ן האט, ווי שטענדיג, פארטיידיגט דעם כבוד פון דער אידישער תורה מיט מוט און מיט ווירדע. דער רמב"ן האט ערקלערט פאר'ן טריבונאל, אז ס'איז אומזיסט צו מאכן פון דעם א געפילדער, ווייל אין זיין ספר איז נישטא קיין איין ווארט מער ווי דאס וואס ער האט געזאגט בעת דעם עפנטליכן דיספוט מיט'ן משומד פאולוס קריסטיאנוס אין דער געגנווארט פון קעניג, און דאן איז דאך אים פון קעניג, ווי אויך פון אלעמען, געגעבן געווארן די ערלויבעניש צו רעדן וועגן קריסטנטום וואס ער וויל.
 
דער קעניג בהסכם מיטץ טריבונאל האט ארויסגעגעבן א פסק-דין, וואס זאל צופרידנשטעלן ביידע צדדים. פון איין זייט האט דער טריבונאל געגעבן גערעכט דעם רמב"ן, אנווייזנדיג אז ער האט געהאט דאס פולע רעכט אנצושרייבן דאס וואס ער האט געהאט געזאגט עפנטליך פאר א גרויסן עולם. פון דער אנדערער זייט אבער האט דער טריבונאל פרובירט באפרידיגן די בלוטדורשטיגע אפעטיטן פון די הייליגע דאמיניקאנער און פאולוס קריסטיאנוס. מחמת דעם איז באשלאסן געווארן, אז דער רמב"ן מוז פארלאזן דאס לאנד אויף צוויי יאר צייט און זיין ספר זאל פארברענט ווערן. עס האט געהייסן, אז הגם דער רמב"ן איז אין פרינציפ געווען בארעכטיגט צו דערציילן די אידן וואס אזוינס ער האט געזאגט בעת זיין וויכוח, איז אבער דער ספר דאך א שטיק באליידיגונג פאר די געפילן פון טרייע קריסטן.

דער רמב"ן האט שפעטער געהערט אז די קירכע גייט ארום פארקויפן אז זיי האבן געזיגט אינעם ויכוח, האט ער בלית ברירה אפגעשריבן א טראנסקריפט פונעם ויכוח און עס פארשפרייט.
די דאמיניקאנער זענען פון דעם פסק נישט געווען צופרידן. עס איז געווען פאר זיי צו מילד. זיי האבן דעריבער זיך געקליבן צו משפט'ן דעם רמב"ן נאכאמאל דורך זייער אייגענעם טריבונאל וועלכער האט אים געקענט פאר'משפט'ן צום טויט. דער קעניג יאקאב האט זיך אבער אנטקעגנגעשטעלט זייער שארף קעגן אט דעם דאזיגן פראיעקט. ער האט דעריבער געגעבן דעם רמב"ן אזא מין דאקומענט אין וועלכן עס איז געזאגט געווארן אז ער קען פראצעסירט און באשולדיגט ווערן בנוגע דעם ענין פון זיין ספר בלויז אין דער אנוועזנהייט פון קעניג. דאס האט די דאמיניקאנער שטארק פארדראסן, און זיי האבן דעריבער אפעלירט צום פויפסט קלעמענטי דעם 4-טן, זיך באקלאגענדיג דערויף וואס דער קעניג האט געלאזט אומבאשטראפט דעם רמב"ן. דער פויפסט, וועלכער איז בכלל נישט געווען אין גוטע באציאונגען מיט'ן קעניג, האט אים אנגעשריבן זייער א שארפן בריוו, אין וועלכן ער האט אויסגערעכנט אלע זיינע שרעקליכע חטאים וואס ער איז באגאנגען מיט זיינע מילדע באציאונגען צו אידן, און אים אנגעוויזן, אז פון איצט-אן זאל ער זיך נעמען צו די אידן אביסל שטרענגער. צי דער קעניג האט אויסגעפירט אלע געבאטן פון פויפסט איז נישט באקאנט, אבער איינס ווייסט מען אז דער רמב"ן האט געמוזט פארלאזן דאס לאנד.
 
דער רמב"ן האט דאן באשלאסן צו פארן קיין ארץ-ישראל, אין דעם לאנד צו וועלכן ער האט סיי ווי אזוי שטארק געבענקט. סוף זומער 1267 האט ער זיך אוועקגעלאזט אויף זיין נסיעה און איז אנגעקומען קיין עכו, וועלכע איז נאך דאן געלעגן אין די הענט פון די קריסטן, און פון דארט איז ער ניין טעג אין חודש אלול אוועק קיין ירושלים .

דער ויכוח האט געהאט ווייטגרייכנדע קאנסעקווענסן. צווישן דעם 26טן און 29טן אויגוסט 1263, האט דזשעימס דער ערשטער באפוילן ארויסצונעמען פון דער גמרא די שטיקלעך וואס זענען געווארן באטראכט אלס באליידיגנד. דאס נישט צו טון איז געווארן באשטראפט מיט א קנס, און ספרים וואס זענען נישט געווארן צענזורירט ווי פארלאנגט זענען געווארן פארברענט. אויך די משנה תורה פון רמב"ם איז פאר'משפט געווארן צו ווערן פארברענט צוליב די רעפערענצן צום אותו האיש אין הלכות מלכים{{הערה|שם=יודאיקה}}.

שורה 76: שורה 87:

==רמב"ן'ס שיטה אויף אגדה==
==רמב"ן'ס שיטה אויף אגדה==
באדייטנדע געלערנטע, ווי יצחק בער, ח"ה בן ששון און מארטין כהן האבן געהאלטן, אז דער רמב"ן'ס ראציאנאליסטישע באהויפּטונג איבער אגדה איז געווען ריין פּאליטיש, פארגעלייגט אין א ויכוח וואס איז אויף אים ארויפגעצווינגען געווארן, אזוי אז ער האט אפילו געמוזט ניצן ארגומענטן אין וואס ער האט נישט געגלויבט, צו בייקומען די קריסטליכע אטאקעס{{הערה|הרב מרדכי עליאשבערג, '''שביל הזהב''' עמ' 27; [[יצחק בער]] להלן; חיים הלל בן ששון, '''מולד'''}}. אנדערע געלערנטע, ווי סעסיל ראטה און ראבערט חזן, האבן אויסגעדריקט א מער מעסיגע מיינונג. שאַוועל, ה' מאַקאָבי און ב' סעפטימוס האבן פארגעשלאגן, אז דער רמב"ן'ס מיינונג איז אינגאנצן פעליג מיט א גוט־באגרינדעטער טראדיציע פון די גאונים{{הערה|זעט {{דעת|יהושע הורוביץ|daat/kitveyet/mahanaim/yahas-2.htm|יחס הגאונים לאגדה|'''מחניים''', סיוון תשנ"ד, עמ' 122-129}}}}. מארווין פאקס טענה'ט, אַז דער דאזיגער שטעלונג איז באזירט אויף א גאנצער אומפארשטענדעניש פון רמב"ן'ס מיינונגען און גלויבן, ווי זיי געפינען זיך אזוי קלאר דורכאויס זיין פירוש אויף דער תורה, און אז דער רמב"ן'ס מיינונג גייט נאך א אידישע טראדיציע וואס, כאטש ער גיט פולן רעספּעקט צו די מדרשים, אנערקענט ער זיי נישט אלס אונבאדינגט בינדנד, און ערקלערט אז דער הויפּט שטרייט-פּונקט צווישן אידנטום און קריסטנטום איז נישט אפהענגיג אויף גלייבן אין משיח.
איינע פון ​​די אפּענטפערס פונעם רמב"ן אויף די מדרשים און אגדות וואס קריסטיאני האט געברענגט, איז געווען צו שטעלן אין פראגע דעם עצם יסוד אויף וואס פאולוס שטייט, און זאגן אז ער גלייבט נישט אין די ווערטער פון אגדות חז"ל, און זעט נישט אין דעם קיין חסרון. אזא דעה, וועלכע מאכט אוועק דאס פארפליכטונג צו די אגדות חז"ל, געפינט זיך שוין אין די גאונים, אין רמב"ם און אנדערע, אבער לויט די ווערטער פון רמב"ן אין פילע ערטער, איז אביסל שווער צו זאגן אז דאס איז טאקע זיין מיינונג.
 
געוויסע געלערנטע האבן געהאלטן, אז דער רמב"ן'ס באהויפּטונג איז געווען ריין פּאליטיש, פארגעלייגט אין א ויכוח וואס איז אויף אים ארויפגעצווינגען געווארן, אזוי אז ער האט אפילו געמוזט ניצן ארגומענטן אין וואס ער האט נישט געגלויבט, צו בייקומען די קריסטליכע אטאקעס{{הערה|הרב מרדכי עליאשבערג, '''שביל הזהב''' עמ' 27; [[יצחק בער]] להלן; חיים הלל בן ששון, '''מולד'''}}. אנדערע געלערנטע, ווי סעסיל ראטה און ראבערט חזן, האבן אויסגעדריקט א מער מעסיגע מיינונג. שאַוועל, ה' מאַקאָבי און ב' סעפטימוס האבן פארגעשלאגן, אז דער רמב"ן'ס מיינונג איז אינגאנצן פעליג מיט א גוט־באגרינדעטער טראדיציע פון די גאונים{{הערה|זעט {{דעת|יהושע הורוביץ|daat/kitveyet/mahanaim/yahas-2.htm|יחס הגאונים לאגדה|'''מחניים''', סיוון תשנ"ד, עמ' 122-129}}}}. מארווין פאקס טענה'ט, אז דער דאזיגער שטעלונג איז באזירט אויף א גאנצער אומפארשטענדעניש פון רמב"ן'ס מיינונגען און גלויבן, ווי זיי געפינען זיך אזוי קלאר דורכאויס זיין פירוש אויף דער תורה, און אז דער רמב"ן'ס מיינונג גייט נאך א אידישע טראדיציע וואס, כאטש ער גיט פולן רעספּעקט צו די מדרשים, אנערקענט ער זיי נישט אלס אונבאדינגט בינדנד, און ערקלערט אז דער הויפּט שטרייט-פּונקט צווישן אידנטום און קריסטנטום איז נישט אפהענגיג אויף גלייבן אין משיח{{הערה|זעט: {{דעת|ארי יצחק שבט|daat/mahshevt/vikuah/tokpam-2.htm|תוקפם המחייב של מדרשי חז"ל: גישתו של הרמב"ן לאור הוויכוח בברצלונה|'''צוהר''' יא (קיץ, תשס"ב), עמ' 49-68}}; ירמיהו מלחי [https://www.shaanan.ac.il/wp-content/uploads/2018/08/Laor/Ktav_Et/Shnaton/K-13/13-6%20malchi.pdf היבטיו ההיסטוריים והתאולוגיים של ויכוח הרמב"ן בברצלונה והיחס המשתקף ממנו על תוקפם של מדרשי חז"ל] '''שאנן''' שנתון המכללה הדתית לחינוך, חיפה, 13, 2008, עמ' 127–135; שלם יהלום, [https://www.jstor.org/stable/23565067 ויכוח ברצלונה ומעמד האגדה במשנת רמב"ן], '''ציון''' 69 (1) 25-43;
{{פעמים|אורה לימור|בארמון בברצלונה ובשוק במיורקה – לקראת טיפולוגיה חדשה של ויכוחי הדת בימי הביניים|94-95/Article_94-5.6|חורף-אביב תשס"ג}}}}.

==ביבליאגראפיע==
==ביבליאגראפיע==
שורה 87: שורה 101:

== דרויסנדיגע לינקס ==
== דרויסנדיגע לינקס ==
* [https://docs.google.com/document/d/1FofW6cgb4OK-7oE6BUJvkt3_dn8Q5AKaYjuDWiiWGVg/pub דער רמב"ן'ס באריכט, און די לאטיינישע באריכט, ביידע איבערגעזעצט אין ענגליש]
*{{אידיש24|שמואל פוקס|97897|וויכוח הרמב"ן}}
*{{אידיש24|שמואל פוקס|97897|וויכוח הרמב"ן}}
* [https://dailyminyan.com/2014/02/12/video-the-disputation-between-rabbi-nachmanides-and-jewish-christian-pablo-christiani/ The Disputation], א שפּיל
* [https://dailyminyan.com/2014/02/12/video-the-disputation-between-rabbi-nachmanides-and-jewish-christian-pablo-christiani/ The Disputation], א שפּיל

נאוויגאציע מעניו