אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לאנגסאם און פעלדמאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאין תקציר עריכה
ק (רעדאגירונגען דורך דער פארשער (שמועס) צוריקגעשטעלט צו דער לעצטער ווערסיע פון י'הושע)
צייכן: צוריקדריי
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|חסידישע קאמעדיאנטן פּאָר}}
{{דעסקריפציע|חסידישע קאמעדיאנטן פּאָר}}
[[טעקע:פעלדמאן לאנגסאם.jpg|קליין|וועלוול פעלדמאן (ר) און יעקב יוסף לאנגסאם (ל)]]
[[טעקע:פעלדמאן לאנגסאם.jpg|קליין|וועלוול פעלדמאן (ר) און יעקב יוסף לאנגסאם (ל)]]
'''יעקב יוסף לאנגזאם''' און '''וועלוול פעלדמאן''' (אויך באקאנט אלס '''סענדער''' און '''משה איטשע)''' זענען צוויי פאפולערע חסיד'ישע [[קאמעדיע|קאמעדיאנטן]] אין [[ניו יארק]]. די צוויי, [[סקווירא (חסידות)|סקווירער]] חסידים, ווערן באטראכט ווי פּיאנערן אין דער פעלד פון סאטירע-פארשטעלונג פאר די חרדי'שער עולם אויף [[אידיש]].
'''יעקב יוסף לאנגסאם''' און '''וועלוול פעלדמאן''' (אויך באקאנט אלס '''סענדער''' און '''משה איטשע)''' זענען צוויי פאפולערע חסיד'ישע [[קאמעדיע|קאמעדיאנטן]] אין [[ניו יארק]]. די צוויי, [[סקווירא (חסידות)|סקווירער]] חסידים, ווערן באטראכט ווי פּיאנערן אין דער פעלד פון סאטירע-פארשטעלונג פאר די חרדי'שער עולם אויף [[אידיש]].


==הונטערגרונד און כאראקטער==
==הונטערגרונד און כאראקטער==
שורה 13: שורה 13:
==פאפולערע אויפטריטן==
==פאפולערע אויפטריטן==
[[טעקע:סענדער און משה איטשע.jpg|קליין|טעקסט=סענדער און משה איטשע|אין זייערע כאראקטערס סענדער און משה איטשע]]
[[טעקע:סענדער און משה איטשע.jpg|קליין|טעקסט=סענדער און משה איטשע|אין זייערע כאראקטערס סענדער און משה איטשע]]
===אין די "אונטער'ן" שפילן===
=== אין די "אונטער'ן" שפילן ===
דער צוויי טרעטן אויף אין די סעריע "[[אונטערן]]" שפילן אונטער די [[טריבונע נאמען|בינע-נעמען]] "סענדער" (לאנגסאם) און "משה איטשע" (פעלדמאן). זיי האבן אנגעהויבן צוזאמען שפילן אין די "אונטערן" אנגעהויבן פון "[[אונטערן שריפט]]", און זינט דאן שפילן זיי אין יעדע "אונטערן" פראדוקציע, אויך אין די אנדערע פארשטעלונגען פראדוצירט דורך "שטיינהויז פראדאקשן" - "איבער'ן בילד" און "א קהילה פארכאפט".
דער צוויי טרעטן אויף אין די סעריע "[[אונטערן]]" שפילן אונטער די [[טריבונע נאמען|בינע-נעמען]] "סענדער" (לאנגסאם) און "משה איטשע" (פעלדמאן). זיי האבן אנגעהויבן צוזאמען שפילן אין די "אונטערן" אנגעהויבן פון "[[אונטערן שריפט]]", און זינט דאן שפילן זיי אין יעדע "אונטערן" פראדוקציע, אויך אין די אנדערע פארשטעלונגען פראדוצירט דורך "שטיינהויז פראדאקשן" - "איבער'ן בילד" און "א קהילה פארכאפט".


שורה 27: שורה 27:
צומאל טרעטן זיי אויף באזונדער אלס [[בדחנות|בדחנים]] ביי פארשידענע געשעענישן. פעלדמאן, וועלכער איז אויך א גראמער, און פארמאכט אן אייגן פראגראם אויף קול מבשר "שבת פעקל", טוט שוין פאר לאנגע יארן אננעמען זעלבסטשטענדיגע באשטעלונג. יעקב יוסף האט לעצטנס געמאלדן אז ער גייט אויך אנהייבן צו אויפטרעטן אליינס אויף שמחות{{הערה|{{אידיש24|אלגעמיינע אינטערוויו|119174|צום ערשטן ליכטל, די נומער איינס, א שמועס מיט דער משמח ר' יעקב יוסף לאנגסאם וועלכער הייבט אן אליינס אויפטרעטן}}}}.
צומאל טרעטן זיי אויף באזונדער אלס [[בדחנות|בדחנים]] ביי פארשידענע געשעענישן. פעלדמאן, וועלכער איז אויך א גראמער, און פארמאכט אן אייגן פראגראם אויף קול מבשר "שבת פעקל", טוט שוין פאר לאנגע יארן אננעמען זעלבסטשטענדיגע באשטעלונג. יעקב יוסף האט לעצטנס געמאלדן אז ער גייט אויך אנהייבן צו אויפטרעטן אליינס אויף שמחות{{הערה|{{אידיש24|אלגעמיינע אינטערוויו|119174|צום ערשטן ליכטל, די נומער איינס, א שמועס מיט דער משמח ר' יעקב יוסף לאנגסאם וועלכער הייבט אן אליינס אויפטרעטן}}}}.


==דרויסנדיגע לינקס==
== דרויסנדיגע לינקס ==
*אליעזר ראזען, "צוויי בדחנים פון שטעטל", '''מאמענט''' ויקרא תשע"ו; "[https://anyflip.com/ouyk/whrn/ געקליבענע ארטיקלעך פון מאמענט"] זייטן 158-171.
* אליעזר ראזען, "צוויי בדחנים פון שטעטל", '''מאמענט''' ויקרא תשע"ו; "[https://anyflip.com/ouyk/whrn/ געקליבענע ארטיקלעך פון מאמענט"] זייטן 158-171.
*{{יוטיוב|_3QtFXdNtZ0|שם=שמילי קעסט מיט וועלוול פעלדמאן}}
* {{יוטיוב|_3QtFXdNtZ0|שם=שמילי קעסט מיט וועלוול פעלדמאן}}
*{{אייוועלט|45729|ר' יעקב יוסף לאנגסאם}}
* {{אייוועלט|45729|ר' יעקב יוסף לאנגסאם}}
*{{אייוועלט|33650|בדחן וועלוול פעלדמאן}}
* {{אייוועלט|33650|בדחן וועלוול פעלדמאן}}
*{{אייוועלט|68126|לאנגסאם פעלדמאן קריעטיוועטי}}
* {{אייוועלט|68126|לאנגסאם פעלדמאן קריעטיוועטי}}
*{{לינק|אדרעס=https://www.prog.co.il/threads/לאנגזאם-פעלדמאן.435240/|קעפל=לאנגסאם פעלדמאן|זייטל=פרוג|מידע נוסף=אשכול}}
*{{לינק|אדרעס=https://www.prog.co.il/threads/לאנגזאם-פעלדמאן.435240/|קעפל=לאנגסאם פעלדמאן|זייטל=פרוג|מידע נוסף=אשכול}}


===פארשטעלונג ווידעאוס===
=== פארשטעלונג ווידעאוס ===
*[https://www.youtube.com/channel/UCdxaYp868xIvktk9abUlSkA לאנגזאם פלדמן], טשענעל אויף יוטיוב
* [https://www.youtube.com/channel/UCdxaYp868xIvktk9abUlSkA לאנגזאם פלדמן], טשענעל אויף יוטיוב
*{{יוטיוב|llTePvEIcbY|שם=וויאזוי זאגט מען א וויץ?}}
* {{יוטיוב|llTePvEIcbY|שם=וויאזוי זאגט מען א וויץ?}}
*{{יוטיוב|SVvdWddSSpw|שם=אן אויפטריט אין חסד ויליאמסבורג}}
* {{יוטיוב|SVvdWddSSpw|שם=אן אויפטריט אין חסד ויליאמסבורג}}
*{{יוטיוב|ySIZPnh0RxU|שם=שפיל איבער קאראנע}}
* {{יוטיוב|ySIZPnh0RxU|שם=שפיל איבער קאראנע}}


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==

רעוויזיע פון 02:44, 10 יאנואר 2025

וועלוול פעלדמאן (ר) און יעקב יוסף לאנגסאם (ל)

יעקב יוסף לאנגסאם און וועלוול פעלדמאן (אויך באקאנט אלס סענדער און משה איטשע) זענען צוויי פאפולערע חסיד'ישע קאמעדיאנטן אין ניו יארק. די צוויי, סקווירער חסידים, ווערן באטראכט ווי פּיאנערן אין דער פעלד פון סאטירע-פארשטעלונג פאר די חרדי'שער עולם אויף אידיש.

הונטערגרונד און כאראקטער

יעקב יוסף און וועלוול זענען צוויי סקווירער חסידים; לאנגסאם וואוינט אין שיכון סקווירא, און פעלדמאן וואוינט אין מאנסי. זיי האבן אנגעהויבן אלס טייל פון די אקטיארן ביי די פארשטעלונגען ביים סקווירער רבינ'ס טיש יעדעס יאר פורים, א פאזיציע וואס לאנגסאם האלט נאך אן. היינט-צו-טאג שטעלן זיי פאָר צוזאמען קאמעדיע שטיקלעך ביי פריוואטע מסיבות אדער עפנטליכע מעמדים, ווי דער "בוני עולם" אויפטרייבונג אוונט[1] אד"ג. אין צוגאב, טוען די צוויי מאכן ווידעא רעקלאמעס פאר ארגאניזאציעס און צדקה צוועקן, ווי RCCS[2], לב לילד[3] און נאך[4], ווי אויך פאר געשעפטן[5].

לאנגסאם שטעלט געווענליך פאָר דעם כאראקטער פונעם שלימזל'דיגן, אומבאלומפערטן און נארישן מענטש, געווענליך גערופן מיט'ן צונאמען "סענדער", און איז על-פי-רוב אנגעטון אין זיין אייגנארטיגע פארשטעלעכץ, דאס זעלבע אדער ענליך צו וואס ער נוצט ביי די "אונטער'ן" שפילן; א צעריסענע געלע ציצית, אן אלטער צעריסענעם היטל, א צעקנייטשטער אנצוג אָן קנעפלעך, און א נאכגעלאזטע בארד און פאות. פעלדמאן, באטיטלט אלס "משה איטשע", שטעלט געווענליך פאר דעם ערנסטן אחריות'דיגן ערוואקסענעם. און איז געווענליך מינימאל פארשטעלט, ווי א דאקטער אדער רב, וכדומה ווי עס פאדערט זיך, און אמאל אויך אן קיין שום פארשטעלעכץ.

רוב פון זייערע קאמעדיעס זענען געווענליך דיאלאגן, צב"ש צווישן דאקטער-פאציענט, שווער-איידעם, אינטערוויוער-אפליקאנט אד"ג, ווען דער ערנסטער פעלדמאן ברענגט ארויס די קאנטראסט פון לאנגסאם'ס מאדנע אויפפירונג. א טייל שטיקלעך ענדיגן זיך מיט גראמען. דאס שרייבן די סקריפטס ווערט געטון דורך יקותיאל פנחס ("פיני") גליק פון שיכון סקווירא, צוזאמען מיט לאנגסאם און פעלדמאן. אין דער צייט וואס לאנגסאם איז דער עיקר קאמעדיאנט, איז פעלדמאן דער ארגאניזירער און דער וואס פירט אָן מיט די פארשטעלונגען[6].

פאפולערע אויפטריטן

סענדער און משה איטשע
אין זייערע כאראקטערס סענדער און משה איטשע

אין די "אונטער'ן" שפילן

דער צוויי טרעטן אויף אין די סעריע "אונטערן" שפילן אונטער די בינע-נעמען "סענדער" (לאנגסאם) און "משה איטשע" (פעלדמאן). זיי האבן אנגעהויבן צוזאמען שפילן אין די "אונטערן" אנגעהויבן פון "אונטערן שריפט", און זינט דאן שפילן זיי אין יעדע "אונטערן" פראדוקציע, אויך אין די אנדערע פארשטעלונגען פראדוצירט דורך "שטיינהויז פראדאקשן" - "איבער'ן בילד" און "א קהילה פארכאפט".

אין דער 'איבערן שטעטל' שפיל האבן לאנגסאם און פעלדמאן נישט געשפילט אלס קאמעדיאנטן, נאר פארגעשטעלט אַן ערנסטע ראלע, אונטער די נעמען: הערש מיילעך (לאנגסאם) און קלמיש (פעלדמאן).

זעלבסטשטענדיגע אויפטריטן

אין יאר תשע"ט האבן זיי אויפגעטרעטן ביי אן אווענט פון "מרכז ההצלה" פאר די עדה החרדית קרייזן וואס וואלענטירן אקעגן גיוס חרדים. די מדינת ישראל "משטרה" פאליציי האט זיך געגרייט צו שטורעמען דעם פארזאמלונג מיט אויסרייד אז דער שפיל טוט טרייבן ליצנות פונעם געזעץ, א שריט וואס האט געצווינגען די אנפירער צו טוישן דעם סקריפט און צענזורירן געוויסע חלקים דערפון[7][8].

חול המועד סוכות תשפ"ד האבן זיי זעלבסטשטענדיג פארגעשטעלט א קאמעדיע פארשטעלונג "דראמאדי", אריינגעפלאכטן מיט זינג-שטיקלעך[9].

די פּאָר טרעט אויך אויף יערליך ביים שושן פורים טיש פון רבי אייזיק ספינקער אין וויליאמסבורג. עטליכע יאר האבן זיי אויך אויך געהאט א פראגראם אויף די קול מבשר פורים אפטיילונג[10][11]. אין די וואונדערקינד טעקע איז פארגעשטעלט געווארן א קאמעדיע אויפטריט דורך די צוויי, אין די אויסגאבע פון אדר ב' תשפ"ד[12]. ליפא שמעלצער האט ארויפגעברענגט די פּאָר פאר'ן ניגון "הני תרי בדחני", אויף זיין אלבום "בבליפא", וואו די צוויי שטעלן פאר קאמעדיע שטיקלעך אין הונטערגרונט.

צומאל טרעטן זיי אויף באזונדער אלס בדחנים ביי פארשידענע געשעענישן. פעלדמאן, וועלכער איז אויך א גראמער, און פארמאכט אן אייגן פראגראם אויף קול מבשר "שבת פעקל", טוט שוין פאר לאנגע יארן אננעמען זעלבסטשטענדיגע באשטעלונג. יעקב יוסף האט לעצטנס געמאלדן אז ער גייט אויך אנהייבן צו אויפטרעטן אליינס אויף שמחות[13].

דרויסנדיגע לינקס

פארשטעלונג ווידעאוס

רעפערענצן

  1. YouTube Play Button.png לאנגסאם פעלדמאן "קוואטער" פארשטעלונג, ווידעא אויף יוטיוב, תשע"ח;
    YouTube Play Button.png די פיין פון אליין, ווידעא אויף יוטיוב, פענסילוועניע תשפ"א (אידיש ווידעאס);
    א דור פון האפענונג, תשפ"ב;
    YouTube Play Button.png אונטערן שמייכל - בוני עולם 2023, ווידעא אויף יוטיוב (אידיש ווידעאס);
    YouTube Play Button.png בוני עולם 2024, ווידעא אויף יוטיוב (2024 אידיש ווידעאס)
  2. YouTube Play Button.png דיין געזונט איז קיין וויץ, RCCS - צאהלער, ווידעא אויף יוטיוב (אידיש ווידיאוס)
  3. לב לילד - קינדער פון צעטיילטע שטיבער, אידיש ווידעאס.
  4. YouTube Play Button.png די פרייז פאר א קינד, ווידעא אויף יוטיוב, 6 ביולי 2020 (אידיש ווידעאס) פאר בוני עולם;
    YouTube Play Button.png רעקארדירונג אין שטיצע פון צדקת ישעיה, ווידעא אויף יוטיוב (אידיש ווידעאס)
  5. YouTube Play Button.png אן אנאנס פאר די מפואר פירמע, ווידעא אויף יוטיוב (אידיש ווידעאס);
    YouTube Play Button.png לי עוועניו פאטא - קאראנע, ווידעא אויף יוטיוב (אידיש ווידעאס);
    YouTube Play Button.png Langsam Touring Israel With Ari Ungar, video on YouTube;
    Sponsored by Norman’s Dairy – ג’ דחול המועד פסח תש”פ, אידיש ווידעאס;
     העריטעדזש סילווער חנוכה ווידעא, אויף אידיש ווידעאס.
  6. זעט צום ביישפיל אויף די "הונטער די קוליסן" ווידעאס פון די "אונטערן" שפילן וואו פעלדמאן ווערט געזען צייגן פאר לאנגסאם ווי אזוי אויסצופירן די קאמעדיע.
  7. הצגת ההסתה של הקיצונים נחשפת • צפו, אויף כיכר השבת.
  8. ההצגה - בכינוס "ועד הצלה" - המלא, אויף prog.
  9. "א שמועס איבער די לאנגסאם-פעלדמאן "דראמאדי" פארשטעלונג", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24; "דראמאדי - לאנגסאם & פעלדמאן חוה"מ סוכות פ"ד", אשכול אויף אייוועלט.
  10. "על אחת כמה וכמה, לאנגסאם - פעלדמאן", פורים אפטיילונג, אויף אידיש24.
  11. "די וואזשנע פלאן (חלק א'), לאנגסאם - פעלדמאן", פורים אפטיילונג, אויף אידיש24 "חלק ב', לאנגסאם - פעלדמאן", פורים אפטיילונג, אויף אידיש24.
  12. וואנדערקינד.
  13. "צום ערשטן ליכטל, די נומער איינס, א שמועס מיט דער משמח ר' יעקב יוסף לאנגסאם וועלכער הייבט אן אליינס אויפטרעטן", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24.