אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "10 (נומער)"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
(געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} {{גאנצע צאל |דעצימאל=10 |אין ווערטער=צען |סדרדיגע צאל=צענטער/טע/ר |גימטריא=י |פאקטאריזאציע=<math>\ 2\cdot5 </math> |רוימישע צאל=<math>\ X </math> |ביינערי=1010 |העקס=A }} '''10''' (אין ווערטער: '''צען''') איז די נאטירליכע צאל וואס קומט נאך 9 און בעפאר 11. דער...') |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 16:35, 6 יאנואר 2025
| דעצימאל | 10 |
|---|---|
| אין ווערטער | צען |
| סדר'דיגע צאל | צענטער/טע/ר |
| גימטריא | י |
| פאַקטאָריזאַציע | |
| רוימישע צאל | |
| בינארישע צאל | 1010 |
| העקס | A |
10 (אין ווערטער: צען) איז די נאטירליכע צאל וואס קומט נאך 9 און בעפאר 11. דער נומער האט א וויכטיגע ראלע אין פארשידענע קולטורן.
אין מאטעמאטיק
- 10 איז דער באזיס פון דער דעצימאל סיסטעם, וועלכע איז די מערסט פארשפרייטע רעכן-סיסטעם היינט צו טאג. דאס איז ווארשיינליך צוליב דעם וואס מענטשן האבן צען פינגער.
- א גאנצע צאל טיילט זיך מיט 10 נאר ווען זיין לעצטע ציפער איז 0.
- 10 איז א צוזאמענגעזעצטע צאל, וואס טיילט זיך אויף 1, 2, 5, און 10.
- 10 איז א דרייעקיגע צאל, ווייל מען קען עס אויסשטעלן ווי א דרייעק פון פונקטן: 1 + 2 + 3 + 4 = 10.
- 10 איז א הארשאד נומער, וואס צעטיילט זיך מיט'ן סך-הכל פון זיינע ציפערן: 10 ÷ (1+0) = 10.
- 10 איז די סומע פון די ערשטע דריי פרימצאלן: 2 + 3 + 5 = 10.
אין וויסנשאפט
- 10 איז דער אטאם נומער פון נעאן.
אין אידישקייט
- עס זענען דא צען דיברות וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר די אידן ביי מתן תורה.
- עס זענען דא צען מכות וואס דער אויבערשטער האט געברענגט אויף מצרים.
- די וועלט איז באשאפן געווארן מיט צען מאמרות.
- מען דארף האבן צען אידן צו הייסן א מנין וואס פעלט אויס פאר דברים שבקדושה.
- עס זענען דא צען טעג פון תשובה צווישן ראש השנה און יום כיפור.
- די קבלה רעדט פון צען ספירות.
- עס זענען געווען צען הרוגי מלכות.
- עס זענען דא צען צדיקים וואס זענען אריין אין גן עדן לעבעדיגערהייט.
- עס זענען געווען צען נסיונות מיט וועלכע די אידן האבן פרובירט דעם אויבערשטן אין מדבר.
- עס זענען געווען צען דורות פון אדם הראשון ביז נח, און נאך צען דורות פון נח ביז אברהם אבינו.
- די עשרת השבטים האבן זיך אפגעטיילט פון מלכות יהודה, און שפעטער פארטריבן געווארן אין באזונדערן גלות.
- המן איז געהאנגען געווארן מיט זיינע צען קינדער.
פארשידנס
- צען יאר ווערט אנגערופן א יארצענדלינג.
רעפערענצן
| נאטירליכע נומערן | ||||||||||||||||||||||||
| 0 | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | |||||||||||||||
| 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | |||||||||||||||
| 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | |||||||||||||||
| 30 | 31 | 32 | 33 | 34 | 35 | 36 | 37 | 38 | 39 | |||||||||||||||
| 40 | 41 | 42 | 43 | 44 | 45 | 46 | 47 | 48 | 49 | |||||||||||||||
| 50 | 51 | 52 | 53 | 54 | ||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||
| אנדערע | ||||||||||||||||||||||||
| נעמען פון נומערן | ...0.999 | 666 | 1089 | 1729 | קאפרעקאר'ס צאל | גוגאָל | גוגאלפלעקס | גראהאם'ס נומער | ||||||||||||||||||||||||