אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ברוך האלבערשטאם"
ק (החלפת טקסט – "קאסאוו" ב־"קאסוב") |
ק (החלפת טקסט – "סיגעט" ב־"סיגוט") |
||
שורה 17: | שורה 17: | ||
==פאמיליע== | ==פאמיליע== | ||
ווינטער [[ה'תר"ט]] האט '''רבי ברוך'ל''' געהייראט מרת '''פעסיל''' א טאכטער פון | ווינטער [[ה'תר"ט]] האט '''רבי ברוך'ל''' געהייראט מרת '''פעסיל''' א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב [[יקותיאל יהודה טייטלבוים]], דער ייטב לב. זייערע קינדער. | ||
* הרב '''[[רבי משה האלבערשטאם (בארדיוב)|משה האלבערשטאם]]''' ([[ה'תר"ט]] <small>(אומגעפער)</small> - [[כ' תשרי]] [[ה'תרס"ד]]),, רב אין [[בארדיאוו]] <small>([[בארטפעלד]])</small>. | * הרב '''[[רבי משה האלבערשטאם (בארדיוב)|משה האלבערשטאם]]''' ([[ה'תר"ט]] <small>(אומגעפער)</small> - [[כ' תשרי]] [[ה'תרס"ד]]),, רב אין [[בארדיאוו]] <small>([[בארטפעלד]])</small>. |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 12:44, 7 יולי 2024
רבי ברוך האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקפ"ט – א' אדר ה'תרס"ו), דער גארליצער רב, דער פינפטער זון פון "דברי חיים".
אפשטאם
רבי ברוך'ל איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ט אין דער שטאט רודניק, גאליציע,[1] צו זיין פאטער הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא די טאכטער פון הרב רבי ברוך תאומים-פרענקל, דער ברוך טעם.
רבנות
נאך אלס יונגערמאן אין יאר ה'תרט"ז איז שוין רבי ברוך'ל געווען רב אין גארליץ, ווען די שטאט הענדלער'ס האבן זיך באקלאגט אז זיי דארפן א רב מיט ערפארונג, האט רבי ברוך'לס פאטער אים געהייסען אנטרעטן דאס רבנות פאר הרב שמואל טייטלבוים. אומגעפער אין יאר ה'תר"כ איז רבי ברוך'ל אויפגענומן געווארן רב אין רודניק, ער איז געווען דארט רב דרייסיג יאר ביז ה'תר"ן, ווען ער איז צוריק געקומען קיין גארליץ.
הסתלקות
רבי ברוך'ל איז נפטר געווארן ב' דר"ח אדר ה'תרס"ו, און עלטער פון זעקס און זיבעציג יאהר.
פאמיליע
ווינטער ה'תר"ט האט רבי ברוך'ל געהייראט מרת פעסיל א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב. זייערע קינדער.
- הרב רבי צבי הירש האלבערשטאם (ה'תר"י - ט"ו מנחם אב ה'תרע"ח), רב אין רודניק.
- הרב שלום האלבערשטאם (ה'תרט"ו - ה'תש"ב), רב אין ניסקא.
- הרב רבי אלישע האלבערשטאם (ה'תר"כ - י"ט תשרי ה'תש"א), רב אין גארליץ.
- הרב רבי סיני האלבערשטאם (ה'תר"ל - כ"ו תמוז ה'תש"א), רב אין זשמיגראד.
- מרת חנה, (ה'תרי"ג (אומגעפער), - כ"ט טבת ה'תרצ"ב). זי האט געהייראט הרב רבי משה יהודה ליב שפירא (ה'תרי"ג - ב' חשוון ה'תרע"ז), רב אין בייאטש, סאסוב, און סטריזשעוו.
- מרת יוכבד רבקה, זי האט געהייראט הרב אריה לייביש טייטלבוים (ה'ת"ר - י"ז אלול ה'תרפ"ג), רב אין קרעשוב און רודניק.
- מרת רייזל ( - ה'תרצ"ו), זי האט געהייראט בזיווג ראשון אין יאר ה'תרל"ח אין רודניק, מיט הרב משה אייכנשטיין, א זון פון הרב סענדיר ליפא אייכנשטיין רב אין זידיטשוב. בזיווג שני האט זי געהייראט הרב פנחס חודרוב, רב אין זעביא, א זון פון יהושע אלעזר חודרוב, אן איידעם פון הרב חיים האגער פון קאסוב. רבי פנחס איז נפטר געווארן כ"ח שבט, און ליגט אין גארליץ. בזיווג שלישי האט זי געהייראט הרב רבי יהודה אריה לייב אלטער דער שפת אמת.
זיינע ספרים
- דברי ברוך - ברוך שאמר, תורות און סיפורים צוזאמען געקליבן דורך רבי ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
זעט אויך
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ רבינו הקדוש מצאנז חלק ב' עמוד של"ב
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!