אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רמב"ם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע. פראבע אנצוהייבן אלס דרעפט)
 
ק (החלפת טקסט – "גרויס" ב־"גרויס")
 
(16 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
משה בן מימון (רמב"ם) איינער
{{דעסקריפציע|ראשון און פילאזאף (ד'תתצ"ח–ד'תתקס"ה)}}
פון די באַדייטנדסטע פּערזעגלעכקייטן
{{אישיות רבנית
אין דער יידישער געשיכטע, פון גרעסטן
| נאמען = רבי משה בן מימון
איינפלוס אין רעליגיעזן יידנטום, בא-
| בילד = קובץ:maimonides-2.jpg
קאַנט אויך אין דער אַלגעמײנער געשים- |  
| כיתוב = דער באקאנטער בילד פונעם הרמב"ם, וואס איז באזירט אויף א בילד, ווארשיינליך פיקטיוו, פון דער [[18'טע י"ה]]
טע פון פילאָזאָפּיע אַלס , מײימאַנידעס"
| כינוי = הרמב"ם, הר"מ, הנשר הגדול
-- דער רמב"ם (,רבנו משה בן מימון")
| געבורט דאטום = [[1138]]
איז געבוירן געװאָרן אין קארדאווא אין
| געבורט ארט = [[קובץ:Flag of Morocco 1073 1147.svg|קישור=מוראביטון|גבול|22x16pxpx|דער אל־מאראביטישע אימפעריע]] [[קארדאווא]], [[דער אל־מאראביטישע אימפעריע]]
שפּאַניע ערב פּסח ד' אלפים תתצ"ה
| פטירה דאטום = [[13'טן דעצעמבער]] [[1204]]
(1135) און איז געשטאָרבן אין פאסטאט
| פטירה ארט = [[קובץ:Flag of Ayyubid Dynasty.svg|קישור=דער פאטימישע כאליפאט|גבול|22x16pxpx|דער פאטימישע כאליפאט]] [[פאסטאט]], [[דער פאטימישע כאליפאט]]
אין מצרים, כ' טבת ד' אלפים תתקס"ה  
| מקום קבורה = [[קבר הרמב]], [[טבריה]]
(1204), אין דער יגנט האָט דער
| וואוין ארט = [[קאירא]],[[פאסטאט]]
רמב"ם געלערנט ביי זיין פאָטער רבי  
| מדינה = [[אל־אנדאלוס]], [[מאראקא]], [[מצרים]]
מימון ניט נאָר יידישער לימודים נאָר אויך
| תאריך לידה עברי = [[ד'תתצ"ח]]
וועלטלעכע לימודים, אין יאָר 1148 איז
| תאריך פטירה עברי = [[כ' בטבת]] [[ד'תתקס"ה]]
מימון געווען געצואונגען צו אַנט-  
| תפקידים נוספים = ראטגעבער און פערזענליכע דאקטער פון דער פאטימישע סולטאן
לויפן מיט זיין פאמיליע פון שפּאַניע
| רביס = זיי פאטער [[רבי מימון הדיין]], [[רבי יוסף אבן מיגאש]], [[רבי יהודה הכהן אבן סוסאן]].
צוליב די פאַרפאָלגונגען אויף יידן דורך
| תלמידיו = זיין זון [[רבי אברהם בן הרמב]], [[רבי יוסף בן יהודה אבן עקנין]], [[רבי חננאל בן שמואל]] און פיל אנדערע
דער פאַנאַטישער מאַכמעדאנער סעקטע
| ספרים = [[מילות ההגיון]], [[פירוש המשנה לרמב|פירוש המשנה]], [[משנה תורה]], [[אגרות הרמב|אגרות]], [[תשובות הרמב]], [[מורה הנבוכים]], מעדיצינישער ווערק און פארלוירענע אדער טיילווייז פארלוירענע ווערק.
די אַלמוהאדן; ער האָט מיטגענומען מיט
}}
זיך זיינע צוויי זין, דוד און משה. אין
{{פילוסוף
נאָך פיל וואנדערונגען באַזעצט זיך אין
| תאריך לידה =
פעץ (פעס) אין צפון-אַפריקע, אין יאָר
| מקום לידה =
0 אָבער אויך דאָרט איז פאָרגעקומען
| תאריך פטירה =
אַ גזרת שמד אויף יידן דורך די מאכ"
| מקום פטירה =
מעדאנער און נאָכדעם וי רבי מימון און
|שם=רמב"ם
זיינע קינדער האָבן געלעכט עטלעכע יאָר
|תמונה=
אין געהיים אַלס יידן זענען זיי פון דאָרט
|כיתוב=
אַנטלאָפן איבער ארץ-ישראל קיין מצרים
|זרם={{קישור שפה|אנגלית|Aristotelianism|אריסטאטעליאניזם}}, [[רבנים אידישקייט]]
(לערך 1168), און זיי האָבן זיך באַזעצט
|תחומי עניין=[[הלכה]], [[טעאלאגיע]], [[מעטאפיזיק]], [[לאגיק]], [[עטיק]], [[דאקטעריי]], [[אסטראנאמיע]]
צוערשט אין אַלעקסאַנדריע און דערנאָך
|משפיעים=[[אריסטו]], [[אל־פאראבי]], [[אבן באדזשא]], [[אבן סינא]]
אין פאַסטאָט לעבן קאחהיר. דער רמב"ם  
|מושפעים=
האָט דאָ געליטן פיל פאמיליע-ליידן, זיין
|מדינה=
פּאָטער איז געשטאָרבן, און זיין ברודער
}}
רבי דוד, וועלכער האָט געהאַנדלט מיט
משה בן מימון (רמב"ם) איז איינער פון די באדייטנדסטע פערזענליכקייטן אין דער אידישער געשיכטע, פון גרעסטן איינפלוס אין [[רעליגיעזן אידנטום]], באקאנט אויך אין דער אלגעמיינער געשיכטע פון [[פילאזאפיע]] אלס "מיימאנידעס". דער רמב"ם ("רבינו משה בן מימון") איז געבוירן געווארן אין [[קארדאווא]] אין [[שפאניע]] שבת ערב פסח ד' אלפים תתצ"ח (1138) און איז געשטארבן אין פאסטאט אין [[מצרים]], [[כ' טבת]] ד' אלפים תתקס"ה (1204).
בריליאנטן און דערמיט אויסגעהאלטן די
גאַנצע פאַמיליע, איז דערטרונקען גע-
װאָרן פאָרנדיק אויף אַ שיף. דער רמב"ם
האָט אין פאַסטאט לעבן קאירא, ואו
עס איז געווען דער הערשנדער הויף פון
| עגיפּטישן סולטאַן, גענומען לערך דעם
יאָר 1170 פּראַקטיצירן אַלס דאָקטאָר מע-
דיצין און ער האָט שנעל זיך דערװאָרבן
אַ נאָמעןן אַלס באַרימטער דאָקטאָר. ער
איז געווען לייב-דאָקטאָר צוערשט פון  
גרויס-וויזיר און דערנאָך פון סולטאן סא"  
לאדין און הויף. דורך דער גאַנצער
צייט, (אין צפון-אַפריקע און מצרים)
האָט ער אויך פאַרעפנטלעכט ספרים, און
ער איז געווען באַרימט אלס גרויסער
למדן און דענקער, די יידן אין מצרים
האָבן אים באַשטימט צוערשט אַלס זייער
פירער מיטן טיטל נגיד (אַזאַ מיינונג איז
פאַראַן ביי טייל היסטאָריקער). ער האָט
פאַר זיינע דאָזיקע יידישע אָמטן ניט גע-
| נומען קיינע געלט-באַלױנונג, גאָר פאַר-
קערט, פון זיינע געלט געבויט שולן, ישי-
בות, צעטיילט פיל צדקה. זיין נאָמען
אי געװאָרן באַרימט ניט נאָר אין מצרים
נאָר אויך אין אַלע וייטע לענדער, וואו
עס האָבן געוואוינט יידן. מען האָט זיך
געװענדעט צו אים איבעראל מִיט שאלות
ותשובות. דער רמכאיו געשטאָרבן
אין עלטער פון 70 יאָר, און װי עס ווערט
דערציילט האָט מען אים געפירט פון
מצרים קיין ארץיישואל און קובר געווען
אין טבריה, וואו מען ווייזט אָן ביז הייג"  
טיקן טאָג אויף דעם קבר פון רמב"ם,  
אין יאָר 1928 האָט מען אין דער גנאג"
צער יידישער וועלט געפייערט דעם 800
יאָריקן יובל פון רמב"מס געבורט; עס
זענען דערשינען פיל ספרים אין פאַרשי-
דענע שפּראַכן וועגן רמב"ם. -- דער  
רמב"ם האָט געהאַט אַן איינפלוס אויף
דעם גאַנצן יידישן רעליגיעזן לעבן אין
פאַרלויף פון הונדערטער יאָרן דורך זיי-
נע פיל ספרים, וועלכע זענען געווען אַ
וועגווייזער אין אַלע געביטן, אין הלכה,
אין פילאָזאָפיע, אין עטיק און אין טייל
װיסענשאַפטלעכע געביטן, די צוויי הויפּט-
ספרים פון רמב"ם זענען דער משנה
תורה?" אָדער װי מען האָט עס אויך גע"
רופן ,יד החזקה", און דער ,,מורה נבו"
כים".
אויף דעם ,משנה תורה" (;יד החז-
קה" הייסט עס וייל י"ד איז 14 און
דאָס ספר באַשטײט פון 14 אָפּטײלונגען,
ספרים) האָט דער רמב"ם געאַרבעט 10
יאָר און האָט אים געענדיקט אין יאָר
0, דאָס איז די זאמלונג פון אַלע
הלכות װאָס זענען פאַראַן צעשפּרײט אי"
בער דעם תלמוד, סיי בבלי און סיי ירו"
שלמי, וי אויך אַנדערע ספרים פון
תנאים און אמוראים, װי ספרא, ספרי.
תוספתא און אַנדעדע. זיי זענען דורכן
רמב"ם געװאָרן קלאסיפיצירט, איינגע-
טיילט לויט זייער שייכות, װוי הלכות
שבת באזונדער, החלכות קרבנות באַזונ-
דער און אַזױ כסדו: דער רמב"ם האָט
אויסגעמיטן די אַלע קשיות און תירוצים
און שקלא וטריאס װאָס זענען פאַראַן
אין תלמוד און ער האָט געגעבן נאָר דעם
תמצית פון דער הלכה; דאָס ספר ,,משנח
תורה" איז געשריבן אין אַ קלאָרן הע-
ברעאישן משנה-סטיל, אַזױ אַז יעדער
זאָל עס קאָנען פאַרשטיין. אין אָנהויב
פון משנה תורה גיט דער רמב"ם אויך
אַלס ,,הלכה" געוויסע פילאָזאָפישירעלי-
גיעזע עקרים און לימודים וװעגן דער  
געטלעכקייט, גוטער אויפירונג פון
מענטש, הנחגות אין עסן, קליידונג, הי"
גיענע וכדומה; דאָס האָט דער רמב"ם
אָנגערופן ספר המדע. דער רמב"ם  
שרייבט אין זיין הקדמה, אַז ער האָט
דעם משנה תורה מחבר געווען, ווייל די
צרות זענען געװאָרן גרויס און קיינער
האָט ניט קיין צייט און עס איז שװוער
צו לערנען די גמרא און די פּירושים פון
די גאונים, און ער האָט דעריבער גע"
געבן פאַר דעם פאָלק דאָס ספר, כדי נאָב-
דעם װי מען האָט געלערנט תורה װועט
מען אַדורכלערנען דאָס ספר און ויסן
אַלע הלכות, אויף דעם משנה תורה זע"  
נען געשריבן געװאָרן פיל השגות (קרי-
טיק) און פּירושים. די וויכטיקסטע פון
זיי זענען די ,,השגות" פון רבי אברהם
בן דוד (ראב"ד), און פון די פּירושים
דער ,כסף משנה" פון רבי יוסף קאר
דער משנה תורה פון רמב"ם אין נאָך
ביים רמב"מס לעבן אָנגענומען געװאָרן
ביי אַלע יידן, און הגם עס זענען געווען
טייל װאָס האָבן אים קריטיקירט, וייל
זי האָבן מורא געהאַט אַז דאָס װעט
אינגאַנצן מבטל מאַכן דאָס לערנען גמרא,
איז אָבער דאָס ספר אָנגענומען געװאָרן
אַפילו דורך די קעגנער. מען רופט דאָס
ספר אין דער לומדים:וועלט מיטן סתם-
נאָמען ,דער רמב"ם?, למשל, ,דער
רמב"ם פּסקנט" וכדומה, |  
דאָס צווייט גוויס און װויכטיק ספר
פון רמב"ם, װאָס האָט אָבער אַרױסגע-
רופן אויך גרויסע קעגנערשאפט, איז דער  
,,מורה נבוכים", װעלכן דער רמב"ם
האָט געשריכן אין דער אַראַבישער
שפּראך און ער איז איבערזעצט געװאָרן
אין העברעאיש דורך רבי שמואל אבן  
תבון (פאַראַן נאָך אַן אַנדערע איבער-
זעצונג פון רבי יהודה אל חריזי); דער
טייטש פון ,,מורה נבוכים? אי: ,וועג-
ווייזער פאַר די בלאָנדזשענדע". כדי צו
פאַרשטיין די באַדײיטונג און דעם איג-
פלוס פון /,מורה נבוכים? דאַרף מען
ווייסן, אַז דעמאָלט איז געווען אַ צייט
פון אויפלעבונג פון פילאָזאָפיע און ווי"
סנשאַפטן אין די אַראַבישע לענדער.
וועלכע האָבן זיך געצויגן פון שפּאַניע
(אוֹן אין אַ געוויסער מאָס אויך פון
דרום-פראנקרייך) איבער אַלע לענדער
פון צפון-אַפריקע ביז מיטל-אַזיע. דאָס
איז געווען די גלאַנץ עפּאַָכע פון דער
אַראַבישער קולטור; די ווערק פון די אֵל-
טע גריכישע פילאָזאָפן, באַזונדערס פון
אַריסטאָטעלס, זענען געווען גרינטלעך
שטודירט סיי דורך די אַראַבישע דעג-
קער, סיי אויך דורך די יידישע געביל-
דעטע פּערזענלעכקייטן אין יענער צייט,
עס זענען אַנשטאַנען פּראָבלעמען, וועל-
כע האָבן אָנגערירט די יסודות פון יעדער
אמונה בכלל, אַזעלכע פראגן, וי דאָס
זוכן באווייזן אַז עס אין פאַראַן אַ גאָט,
װאָס האָט די װעלט באַשאַפן און פירט
די װעלט (,מציאות השם'), דאָס פּראָ-
בלעם פוֹן ,ידיעה ובחירה? (זע זוב"
װאָרט ,,ידיעה ובחירה"), דאָס פּראָבלעם
וי קאָן מען גאָט,. װאָס איו אַ גייסטי"
קייט, צושרייבן אַזעלכע אינשאַפטן װי
גוט, רחמן וכדומה, די דאָזיקע פּראָבלע-
מען, וועלכע זענען אייגנטלעךף דער רע
זולטאט פון ניט פאַרלאָזן זיך אויף טרא"
דיציע אַלײן אין אמונה-זאַכן, נאָר דאָס
וועלן פאָרשן די אַלע גלויבונגען אין ליכט
פון וויסנשאפט װאָבן אַ סך געבילדעטע
יידן אין יענער צייט אַראָפּגעפירט פון
וועג פון אמונה. עס איז אַנטשטאַנען די
הויפּט-פראגע: צי קאָן מען איסגלייכן
רעליגיע מיט ויסנשאַפט. דעם דאָזיקן
ציל האָט געהאַט פאַר זיך דער רמב"ם,  
ווען ער האָט געשריבן דעם ,,מורה נבו-
כים", דעם ,וועגווייזער פאַר די בלאָ:-
דזשענדע". ער האָט אים געשריבן פאַר
זיינס אַ תלמיד רבי יוסף אבן עקנין. און  
ער האָט אים געשריבן מיט אַ כוונה אין
דער אַראַבישער שפּראַך, כדי ער זאָל זיין
צוגענגלעך פאַר די דעמאָלטיקע יידישע
משכילים. וװעלכע הװאָבן העברעאיש
שװאַך פאַרשטאַנען אָבער די גרעסטע
ווירקונג האָט דאָס ספר געהאַט אין זיין
העברעאישער איבערזעצונג אויף פיל  
דורות יידישע פאָרשער און דענקער, דער
,,מורה נבוכים" באַשטײט פון עטלעכע
טיילן. דער 1טער באַהאַנדלט די גנע"
מען און די תארים, אַטריבוטן, פון גאָט,
װאָס ווערן געבראַכט אין תנ"ך, װוי, למשל
גאָט איז גוט, באַרמהאַרציק וכדומה; דער
רמבדערקלערט דאָס אַלץ אין אַלעגא-
רישן זין (זֹע זוכװאָרט ,אַלעגאריע)
און ער האַלט, אַז איבֿערהויפּט קאָן מען
די תארים, די ,, מעלות", פון דער געט"
לעכקייט נאָר נעמען אין געגאַטיון זין,
דאָס הייסט, אַז ווען מיר זאָגן ,גאָט איז
גוט", מיינען מיר דערמיט, אַז וועגן גאָט
קאָן מען ניט זאָגן אַז ער איז שלעכט,
דער צווייטער טייל באַהאַנדלט די באַ-
ווייזן וועגן דער עקזיסטענץ פון גאָט און
דער שאַפונג פון דער װועלט, וי אויך
דעם ועזן פוֹן דער נבואה דערשיינונג,
דער דריטער טייל באַהאַנדלט די באַצי-
אונג פון גאָט צו מענטש, די פראבלע-
מען פון גוט און שלעכט, שכר ועוגש,
ידיעה ובחירה, דער געטלעכער השגחה,  
וי אויך די טעמים פון די מצוות פון דער
תורה. אין דעם פילאָזאָפישן טייל פון
ספר גייט דער רמבאין דער שיטה
פון אַלט-גריכישן פילאָזאָף אַריסטאָטל,  
מיטן אויסנאם פון פּראָכלעם וועגן דער
וועלט-שאַפונג, אין וועלכער אַריסטאָטל
(אַריסטו) האַלט פון ,קדמות העולם,
אַז די װועלט עקזיסטירט פון אײביק אָן
און דער רמבהאַלט פון ,,חידוש העו"
לם", אַז די וועלט איז באַשאַפן געװאָרן
;יש מאין", פון גאָרנישט. דער ,מורה  
נבוכים? האָט שוין ביים רמב"מס לעבן
אַרויסגערופן אַ שטורם פון קעגנערשאַפט
ביי אַ סך פרומע יידישע גדולים, וועלכע
האָבן געהאַלטן, אַז פיל מיינונגען זענען
קעגן דער אמונה. באונדערס דעם
רמב"מס מיינונג וועגן דער עקזיסטענץ
פון גוף און נשמה נאָכן טויט, זיי האָבן
חושד געווען, אַז דער דמב"ם לייקנט אין
תחיית המתים: דערויף האָט דער רמב"ם
אָנגעשריבן זיין , מאמר תחיית המתים",
אָבער דאָס האָט ניט געהאָלפן. די קעג-
נער האָבן געהאַלטן, אַז איבערהויפּט איז
דער גאַנצער דרך צו פארנעמען זיך מיט
פילאָזאָפיע און פּרואװון אויסטייטשן
אמונה-זאַכן מיט דער הילף פון חקירה
אַ פאַלשער, און ער ברענגט דערצו, אַז
מען גייט אַװעק פון דער אמונה בכלל.
נאָכן טויט פון רמב"ם האָט אין דרום-
פראנקרייך און שפּאַניע זיך צעפלאַקערט
דאָס פייער פון מחלוקה אַרום דעם
רמב"מס ,,מורה נבוכים"; אַזעלכע גרוי"
סע לומדים ווי רבי שלמה מן ההר, רבנו
יונה (זע ,יונה פון געראנדי") און אַנ"
דערע האָבן מחרים געווען דאָס ספר און
אויך דעם טייל ,,ספר המדע" פון ,,מש-
נה תורה". מען האָט דערפירט דערצו
אַז גלחים האָבן פאַרברענט דעם ,מורה
נבוכים". דער דאָזיקער קאַמף איז גע-
פירט געװאָרן דורך פיל דורות ביז דער
לעצטער צייט. גאָר פרומע יידן, באַזונ"
דערס לעצטנס אין די קרייזן פון חסידים,  
הנם זיי האָבן ניט געוואגט צו רעדן קעגן
רמב"ם, וועגן וועלכן זיי האָבן גערעדט
מיט דרך ארץ און גערופן ,דער רמב"ם
זיל", האָבן אָבער ניט געלאָזט לערנען
אין מורה נבוכים. דער מורה נבוכים
האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דעם
רעליגיעז-פילאָזאָפישן געדאנקענגאנג ניט
נאָר אין דער יידישער נאָר אויך אין דער
ניט-יידישער ועלט, אויף אַזאַ קריסט-
לעכן סכאָלאסטיקער וי אַלבערט מאַג"
נוס, און אויך אויף אַלגעמײנע פילאָ-
זאָפן וי שפּינאזא און אַנדערע. ער איז
איבערזעצט געװאָרן אין פיל אײראָפּע-
אישע שפּראַכן (לאַטײן, דייטש,. פראנ"
צויזיש, ענגליש און אַנדערע). צום מורה
נבוכים זענען געשריבן געװאָרן פיל פּירו-
שים פון אפודי, אברבנאל, שלמה מימון  
(,גבעת המורה") און אַנדערע. לעצ-
טנס איז ער דערשינען אין תל:אביב
מנוקד מיט אַ פּירוש און איינלייטונג פון
דר. יהודה קויפמאַן.
אחוץ די דאָזיקע צוויי הויפּט-ספרים
האָט דער רמב"ם מחבר געווען אויך אַנ-
דערע ויכטיקע ספרים: 1) ,ספר
המצוות? (אין אַראַביש, איבערזעצט אין
העברעאיש), 2) פּירוש אויף משניות
(אין אַראַביש, איבערזעצט אין העברע-
איש, געדרוקט צום סוף פון די גמרות)
צו וועלכן עס זענען צוגעגעבן צום פּירוש
אויף אבות אויך די , שמונה פּרקים"
איבער עטיק און היגיענע: 3) שאלות
ותשובות ,,פּאַר הדור"; 4) ,,אגרת תימן"
(וועגן משיה און פאַלשׂע משיחים;
6) ,אגרת השמד" (גרינגער צו מאַכן די
לאגע פון די אנוסים, וועלכע זענען גע"
ווען געצוואונגען עפנטלעך צו אַנערקע-
נען די מאַכמעדאַנישער רעליגיע און אין  
געהחיים זענען זיי געבליבן יידן)+ 8)
,,מלות הגיון? איבער לאָגיק און פילאָ-
זאָפישע באַגריפן; 6) ,פּרקי משה" אי-
בער מעדיצינישע פראגן, אויך אַנדערע
ספרים, װאָס וועגן טייל פון זיי איז אַ
צווייפל צי זיי שטאַמען פון רמב"ם
(,,פּרקי ההצלחה" און אַנדערע), אין זיין
פּירוש המשניות צום פּרק חלק אין סג-
הדרין באַהאַנדלט דער רמב"ם אויך די
פראגע, װאָס זענען די עקרים, די הויפּט-
יסודות פון דער ידישער אמונה, און
ער רעכנט דאָרט אויס די עקרים, פון
וועלכע עס זענען סטיליזירט געװאָרן די
8 ;אני מאַמין", װאָס זענען אַרײן-
גענומען געװאָרן אין סידור צו זאָגן יעדן
טאָג נאָכן דאַװענען.
עס איז אויך צו פאַרצייכענען די מיי"
נונג-פאַרשידענקייט, װאָס איז אַנשטאַ-
נען צווישן די היסטאָריקער אין דער  
פראגע, צי האָט דער רמב"ם ווען ער איז
געווען אין פעץ אין צפון-אַפריקע, בעת
דער שמד:גזרה, אַנגענומען לפּנים די
מאַכמעדאַנישער רעליגיע. אַזאַ באַשולדי-
קונג איז געבראַכט געװאָרן קעגן רמב"ם
דורך זיינס אַ שונא, אַן אַראַבישן דאָק-
טאָר, וועלכער האָט וועגן דעם פארמטרט
דעם רמב"ם צום עגיפּטישן סולטאַן און
דעם רמב"מס לעבן איז געווען דאַדורך
אין געפאַר,. טייל היסטאָריקער (גייגער
און אַנדערע) האָבן געהאַלטן די באַשול-
דיקונג פאַר אַ ריכטיקע, אָבער אַ גאַנצע
ריי אַנדערע היסטאָריקער (מונק און אַג-
דערע) האָבן באַװויזן, אַז די באַשולדיקונג
איז אַ פאַלשע,
דער כבוד און די השפּעה פון רמב"ם
ביי אַלע יידן איז געווען גרויס סיי ביי
זיין לעבן און סיי נאָכן טויט. וען מען
איז אין ירושלים געוואויר געװאָרן פון
רמב"מס פּטירה האָט מען אין דער הפ-
טרה געזאָגט דעם ספּור פון עלי אין ספר
שמואל מיט די ווערטער ,כי נלקח ארון
אלהים". מען האָט געשריבן אויף אים
,,ממשה ועד משה לא קם כמשה", ,פון
משה רבנו איז ניט געוען אַזױ װוי דער  
רמב"ם". אין תימן האָט מען אין קדיש
געזאָגט ,,בחיי דמרנא ורבנא רבנו משה  
בן מימון". ועגן רמב"ם זענען גע-
שריבן געװאָרן זייער פיל ספרים און בי"
כער און אָפּהאַנדלונגען. אין דוד יעלינס
;רבי משה בן מימון? (ווארשע 1808)  
איז פאַראַן אַ ביבליאָגראפיע פון די אלע
אױיטגאַבן; אָבער זינט דעמאָלט זענען צו"
געקומען נאָך פיל אַנדערע אַױבעטן, באַ-
זונדערס אין יאָר 1988 ווען מען האָט
געפייערט דעם 800 געבורט-יאָר פון
רמב"ם. עס איז אויך פאַראַן אַ בילך
פון רמב"ם, אָבער דאָס בילד שטאַמט
פון זייער אַ שפּעטער צייט און איז וואף-
שיינלעך אַ פאַלסיפיקאט; דאקעגן איז
פאַראַן די אייגענע האַנטשריפט פון
רמב"ם און זיין אונטערשריפט. -- זע
אויך גרעץ ,דברי ימי ישראל; דעם
מבוא פון קויפמאן (אבן שמואל) צום .
,מורה נבוכים'; אחדר העם
השכל" (אין על פּרשת דרמים.


== ביאגראפיע ==
אין דער יוגנט האט דער רמב"ם געלערנט ביי זיין פאטער רבי מימון נישט נאר אידישער לימודים נאר אויך וועלטליכע לימודים, אין יאר 1148 איז מימון געווען געצוואונגען צו אנטלויפן מיט זיין פאמיליע פון שפאניע צוליב די פארפאלגונגען אויף אידן דורך דער פאנאטישער מאכמעדאנער סעקטע, די אל־מוהאדן; ער האט מיטגענומען מיט זיך זיינע [[צוויי]] זין, דוד און משה. אין נאך פיל וואנדערונגען באזעצט זיך אין פעץ (פעס) אין צפון־[[אפריקע]], אין יאר 0 אבער אויך דארט איז פארגעקומען א גזירת שמד אויף אידן דורך די מאכמעדאנער און נאכדעם ווי רבי מימון און זיינע קינדער האבן געלעבט עטליכע יאר אין געהיים אלס אידן זענען זיי פון דארט אנטלאפן איבער ארץ־ישראל קיין [[מצרים]] (בערך 1168), און זיי האבן זיך באזעצט צוערשט אין [[אלעקסאנדריע]] און דערנאך אין פאסטאט לעבן קאירא.
דער רמב"ם האט דא געליטן פיל פאמיליע־ליידן, זיין [[פאטער]] איז געשטארבן, און זיין ברודער רבי דוד, וועלכער האט געהאנדלט מיט בריליאנטן און דערמיט אויסגעהאלטן די גאנצע פאמיליע, איז דערטרונקען געווארן פארנדיג אויף א שיף. דער רמב"ם האט אין פאסטאט לעבן [[קאירא]], וואו עס איז געווען דער הערשנדער הויף פון עגיפטישן [[סולטאן]], גענומען לערך דעם יאר 1170 פראקטיצירן אלס [[דאקטאר]] מעדיצין און ער האט שנעל זיך ערווארבן א [[נאמען]] אלס בארימטער [[דאקטאר]]. ער איז געווען לייב־[[דאקטאר]] צוערשט פון גרויס־וויזיר און דערנאך פון [[סולטאן]] צאלאך א־דין אין הויף.
דורך דער גאנצער צייט, (אין צפון־[[אפריקע]] און [[מצרים]]) האט ער אויך פארעפנטליכט [[ספרים]], און ער איז געווען בארימט אלס גרויסער למדן און [[דענקער]], די אידן אין [[מצרים]] האבן אים באשטימט צוערשט אלס זייער פירער מיטן טיטל נגיד (אזא [[מיינונג]] איז פארהאן ביי טייל [[היסטאריקער]]). ער האט פאר זיינע דאזיגע אידישע אמטן נישט גענומען קיינע געלט־באלוינונג, גאר פארקערט, פון זיינע געלט געבויט שולן, ישיבות, צעטיילט פיל צדקה. זיין [[נאמען]] איז געווארן בארימט נישט נאר אין [[מצרים]] נאר אויך אין אלע ווייטע [[לענדער]], וואו עס האבן געוואוינט אידן. מען האט זיך געוואנדן צו אים איבעראל מיט שאלות ותשובות.
דער רמב"ם איז [[געשטארבן]] אין עלטער פון 70 יאר, און ווי עס ווערט דערציילט האט מען אים געפירט פון [[מצרים]] קיין [[ארץ ישראל]] און קובר געווען אין [[טבריה]], וואו מען ווייזט אן ביז היינטיגן טאג אויף דעם קבר פון רמב"ם, אין יאר 1928 האט מען אין דער גאנצער אידישער וועלט געפייערט דעם 800 יאריגן יובל פון רמב"מ'ס געבורט; עס זענען ערשינען פיל [[ספרים]] אין פארשידענע שפראכן וועגן רמב"ם.
לויט דער [[הלכה]] טאר נישט א גרויסער טייל אידן זיך באזעצן אין מצרים עס איז דא א [[לאו]] דערויף, דער רמב"ם האט אבער נישט געהאט קיין ברירה וויבאלד ער האט געמוזט אהין אנטלויפן פאר זיין לעבן, אזוי ווי דער קעניג האט אים גענומען פאר א דאקטער דארט, האט ער שוין נישט געקענט פון דארט אוועקגיין, ער פלעגט זיך אונטערשרייבן הכותב העובר בכל יום ג' לאוין. זיין היתר איז געווען אזוי ווי די גמרא פארציילט אויף [[אבטולמס בן ראובן]] <ref>כפתור ופרח פ"ה ע' 12</ref>
איינמאל ווען ער איז געפארן אויפן ים מיט זיין משפחה איז געווען א שטורעם ווינט ער איז שיער דערטרונקען געווארן, האט דער רמב"ם געמאכט א נדר אויב ער וועט ניצול ווערן וועט ער יעדן יאר פאסטן דעם טאג, ווען ער איז ניצול געווארן און אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער גאמאכט א נדר אז די צוויי טאג וואס ער איז אנגעקומען וועט ער מאכן א יום טוב ושמחה, אזוי פלעגט ער זיך פירן <ref>ספר חרדים פס"ה</ref>
== ווערק און איינפלוס ==
דער רמב"ם האט געהאט אן איינפלוס אויף דעם גאנצן אידישן רעליגיעזן לעבן אין פארלויף פון הונדערטער יארן דורך זיינע פיל ספרים, וועלכע זענען געווען א וועגווייזער אין אלע געביטן, אין הלכה, אין [[פילאזאפיע]], אין עטיק און אין טייל וויסנשאפטליכע געביטן, די צוויי הויפט־ספרים פון רמב"ם זענען דער "[[משנה תורה]]", אדער ווי מען האט עס אויך גערופן "יד החזקה", און דער "מורה נבוכים".
===משנה תורה===
אויף דעם "[[משנה תורה]]" ("יד החזקה" הייסט עס ווייל י"ד איז 14 און דאס ספר באשטייט פון 14 אפטיילונגען, [[ספרים]]) האט דער רמב"ם געארבעט 10 יאר און האט אים געענדיגט אין יאר [[ד'תתקל"ז]]. דאס איז די זאמלונג פון אלע [[הלכות]] וואס זענען פארהאן צעשפרייט איבער דעם תלמוד, סיי [[בבלי]] און סיי [[ירושלמי]], ווי אויך אנדערע ספרים פון [[תנאים]] און [[אמוראים]], ווי ספרא, ספרי, [[תוספתא]], און אנדערע. זיי זענען דורכ'ן רמב"ם געווארן קלאסיפיצירט, איינגעטיילט לויט זייער שייכות, וואו [[הלכות]] שבת באזונדער, הלכות [[קרבנות]] באזונדער, און אזוי כסדר.
דער רמב"ם האט אויסגעמיטן די אלע קשיות און תירוצים און שקלא וטריא'ס וואס זענען פארהאן אין גמרא און ער האט געגעבן נאר דעם תמצית פון דער הלכה; דאס ספר "משנה תורה" איז געשריבן אין א קלארן העברעאישן משנה־סטיל, אזוי אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין.
אין אנהייב פון [[משנה תורה]] גיבט דער רמב"ם אויך אלס "הלכה" געוויסע פילאזאפיש־רעליגיעזע עיקרים און לימודים וועגן דער געטליכקייט, גוטער אויפפירונג פון מענטש, הנהגות אין עסן, קליידונג, היגיענע וכדומה; דאס האט דער רמב"ם אנגערופן ספר המדע. דער רמב"ם שרייבט אין זיין הקדמה, אז ער האט דעם [[משנה תורה]] מחבר געווען, ווייל די צרות זענען געווארן גרויס און קיינער האט נישט קיין צייט און עס איז שווער צו לערנען די גמרא און די פירושים פון די [[גאונים]], און ער האט דעריבער געגעבן פאר דעם פאלק דאס ספר, כדי נאכדעם ווי מען האט געלערנט תורה וועט מען דורכלערנען דאס ספר און וויסן אלע הלכות.
אויף דעם משנה תורה זענען געשריבן געווארן פיל השגות (קריטיק) און פירושים. די וויכטיגסטע פון זיי זענען די "השגות" פון רבי אברהם בן דוד ([[ראב"ד]]), און פון די פירושים דער "כסף משנה" פון רבי יוסף קארו. דער [[משנה תורה]] פון רמב"ם אין נאך ביים רמב"מ'ס לעבן אנגענומען געווארן ביי אלע אידן, און הגם עס זענען געווען טייל וואס האבן אים קריטיקירט, ווייל זי האבן מורא געהאט אז דאס וועט אינגאנצן מבטל מאכן דאס לערנען גמרא, איז אבער דאס ספר אנגענומען געווארן אפילו דורך די קעגנער.
מען רופט דאס ספר אין דער לומדים־וועלט מיטן צונאמען, "דער רמב"ם", למשל, "דער רמב"ם פסק'נט" וכדומה.
===מורה נבוכים===
דאס צווייטער גרויסער און וויכטיגער ספר פון רמב"ם, וואס האט אבער ארויסגערופן אויך גרויסע קעגנערשאפט, איז דער "[[מורה נבוכים]]", וועלכן דער רמב"ם האט געשריבן אין דער [[אראבישער שפראך]] און ער איז איבערגעזעצט געווארן אין [[העברעאיש]] דורך רבי [[שמואל]] אבן תבון (פארהאן נאך אן אנדערע איבערזעצונג פון [[רבי יהודה]] אל חריזי). דער טייטש פון "[[מורה נבוכים]]" איז "וועג־ווייזער פאר די בלאנדזשענדע".
כדי צו פארשטיין די באדייטונג און דעם איינפלוס פון "[[מורה נבוכים]]" דארף מען ווייסן, אז דעמאלט איז געווען א צייט פון אויפלעבונג פון [[פילאזאפיע]] און וויסנשאפטן אין די [[אראבישע לענדער]] וועלכע האבן זיך געצויגן פון [[שפאניע]] (און אין א געוויסער מאס אויך פון דרום־[[פראנקרייך]]) איבער אלע לענדער פון [[צפון־אפריקע]] ביז מיטל־אזיע. דאס איז געווען די גלאנץ עפאכע פון דער [[אראבישער קולטור]]; די [[ווערק]] פון די אלטע [[גריכישע]] פילאזאפן, באזונדער פון [[אריסטאטעלס]], זענען געווען גרונטליך שטודירט סיי דורך די אראבישע דענקער, סיי אויך דורך די אידישע געבילדעטע פערזענליכקייטן אין יענער צייט. עס זענען אנטשטאנען [[פראבלעמען]], וועלכע האבן אנגערירט די [[יסודות]] פון יעדער [[אמונה]] בכלל. אזעלכע פראגעס, ווי דאס זוכן באווייזן אז עס אין פארהאן א גאט, וואס האט די וועלט [[באשאפן]] און פירט די וועלט ('מציאות השם'), דאס פראבלעם פון, [[ידיעה]] ו[[בחירה]], דאס [[פראבלעם]] ווי קען מען גאט, וואס איז א גייסטיגקייט, צושרייבן אזעלכע אייגנשאפטן ווי גוט, רחמן וכדומה. די דאזיגע פראבלעמען, וועלכע זענען אייגנטליך דער רעזולטאט פון נישט פארלאזן זיך אויף טראדיציע אליין אין [[אמונה]] זאכן, נאר דאס וועלן פארשן די אלע גלויבונגען אין ליכט פון וויסנשאפט, האבן א סך געבילדעטע אידן אין יענער צייט אראפגעפירט פון וועג פון אמונה. עס איז אנטשטאנען די הויפט־פראגע: צי קען מען אויסגלייכן רעליגיע מיט וויסנשאפט.
דעם דאזיגן ציל האט געהאט פאר זיך דער רמב"ם, ווען ער האט געשריבן דעם "מורה נבוכים", דעם "וועגווייזער פאר די בלאנדזשענדע". ער האט אים געשריבן פאר זיינס א תלמיד רבי יוסף אבן עקנין. און ער האט אים געשריבן מיט א כוונה אין דער אראבישער שפראך, כדי ער זאל זיין צוגענגליך פאר די דעמאלסדיגע אידישע [[משכילים]] וועלכע האבן [[העברעאיש]] שוואך פארשטאנען. אבער די גרעסטע ווירקונג האט דאס ספר געהאט אין זיין העברעאישער איבערזעצונג אויף פיל דורות אידישע [[פארשער]] און [[דענקער]].
דער "[[מורה נבוכים]]" באשטייט פון עטליכע טיילן. דער ערשטער באהאנדלט די נעמען און די תארים, אטריבוטן, פון גאט, וואס ווערן געבראכט אין תנ"ך, וואו למשל גאט איז גוט, בארימהארציג וכדומה. דער רמב"ם ערקלערט דאס אלץ אין אלעגארישן זין, און ער האלט, אז איבערהויפט קען מען די תארים, די "מעלות", פון דער געטליכקייט נאר נעמען אין נעגאטיוון זין, דאס הייסט, אז ווען מיר זאגן "גאט איז גוט", מיינען מיר דערמיט, אז וועגן גאט קען מען נישט זאגן אז ער איז [[שלעכט]]. דער צווייטער טייל באהאנדלט די באווייזן וועגן דער עקזיסטענץ פון גאט און דער [[שאפונג]] פון דער וועלט, ווי אויך דעם וועזן פון דער נבואה ערשיינונג. דער דריטער טייל באהאנדלט די באציאונג פון גאט צו [[מענטש]], די פראבלעמען פון גוט און [[שלעכט]], שכר ועונש, [[ידיעה]] ו[[בחירה]], דער געטליכער [[השגחה]], ווי אויך די טעמים פון די [[מצוות]] פון דער תורה.
אין דעם פילאזאפישן טייל פון ספר גייט דער רמב"ם אין דער שיטה פון [[אלט־גריכיש]]ן [[פילאזאף]] [[אריסטאטעלס]], מיטן אויסנאם פון פראבלעם וועגן דער וועלט־שאפונג, אין וועלכער [[אריסטאטעלס]] ([[אריסטו]]) האלט פון קדמות העולם, אז די וועלט עקזיסטירט פון אייביג אן און דער רמב"ם האלט פון "חידוש העולם", אז די וועלט איז [[באשאפן]] געווארן "יש מאין", פון גארנישט.
דער [[מורה נבוכים]] האט שוין ביים רמב"מ'ס לעבן ארויסגערופן א שטורעם פון קעגנערשאפט ביי א סך [[פרומע]] אידישע גדולים, וועלכע האבן געהאלטן, אז פיל מיינונגען זענען קעגן דער [[אמונה]]. באונדער דעם רמב"מ'ס [[מיינונג]] וועגן דער עקזיסטענץ פון גוף און נשמה נאכ'ן טויט, זיי האבן חושד געווען, אז דער רמב"ם לייקנט אין תחיית המתים. דערויף האט דער רמב"ם אנגעשריבן זיין "מאמר תחיית המתים", אבער דאס האט נישט געהאלפן. די קעגנער האבן געהאלטן, אז איבערהויפט איז דער גאנצער דרך צו פארנעמען זיך מיט [[פילאזאפיע]] און פרואוון אויסטייטשן אמונה זאכן מיט דער הילף פון [[חקירה]] א פאלשער, און ער ברענגט דערצו, אז מען גייט אוועק פון דער [[אמונה]] בכלל.
נאכ'ן טויט פון רמב"ם האט אין דרום־[[פראנקרייך]] און [[שפאניע]] זיך צעפלאקערט דאס פייער פון מחלוקת ארום דעם רמב"מ'ס [[מורה נבוכים]]; אזעלכע גרויסע לומדים ווי רבי שלמה מן ההר, [[רבינו יונה]] און אנדערע האבן מחרים געווען דאס ספר און אויך דעם טייל "ספר המדע" פון "משנה תורה". מען האט דערפירט דערצו אז גלחים האבן [[פארברענט]] דעם [[מורה נבוכים]].
דער דאזיגער קאמף איז געפירט געווארן דורך פיל דורות ביז דער לעצטער צייט. גאר [[פרומע אידן]], באזונדער אין די מאדערנע עפאכע אין די קרייזן פון [[חסידים]], הגם זיי האבן נישט געוואגט צו רעדן קעגן רמב"ם, וועגן וועלכן זיי האבן גערעדט מיט דרך ארץ און גערופן, דער רמב"ם ז"ל, האבן אבער נישט געלאזט [[לערנען]] אין [[מורה נבוכים]].
דער [[מורה נבוכים]] האט געהאט א גרויסע השפעה אויף דעם [[רעליגיעז]]־פילאזאפישן געדאנקענגאנג נישט נאר אין דער אידישער נאר אויך אין דער נישט־אידישער וועלט, אויף אזא קריסטליכן סכאלאסטיקער ווי אלבערט מאגנוס, און אויך אויף אלגעמיינע פילאזאפן ווי [[שפינאזא]] און אנדערע. ער איז איבערגעזעצט געווארן אין פיל אייראפעאישע שפראכן ([[לאטייניש]], [[דייטש]], פראנצויזיש, [[ענגליש]] און אנדערע).
צום [[מורה נבוכים]] זענען געשריבן געווארן פיל פירושים פון אפודי, אברבנאל, שלמה מימון ("גבעת המורה") און אנדערע. לעצטנס איז ער ערשינען אין תל־אביב מנוקד מיט א פירוש און הקדמה פון דר. [[יהודה]] קויפמאן.
===אנדערע ווערק===
אחוץ די דאזיגע צוויי הויפט־ספרים האט דער רמב"ם מחבר געווען אויך אנדערע וויכטיגע [[ספרים]]: 1) ,ספר ה[[מצוות]] (אין [[אראביש]], איבערגעזעצט אין [[העברעאיש]]), 2) פירוש אויף [[משניות]] (אין [[אראביש]], איבערגעזעצט אין העברעאיש, געדרוקט צום סוף פון די גמרות) צו וועלכן עס זענען צוגעגעבן צום פירוש אויף אבות אויך די "שמונה פרקים" איבער עטיק און היגיענע;  3) שאלות ותשובות "פאר הדור"; 4) "אגרת תימן" (וועגן משיח און פאלשע משיחים; 6) "אגרת השמד" (גרינגער צו מאכן די לאגע פון די אנוסים, וועלכע זענען געווען געצוואונגען עפנטליך צו אנערקענען די מאכמעדאנישער [[רעליגיע]] און אין געהיים זענען זיי געבליבן אידן); 8) "מלות הגיון" איבער [[לאגיק]] און פילאזאפישע [[באגריפן]]; 6) "פרקי משה" איבער מעדיצינישע פראגעס; אויך אנדערע [[ספרים]], וואס וועגן טייל פון זיי איז א צווייפל צי זיי שטאמען פון רמב"ם ("פרקי ההצלחה" און אנדערע).
אין זיין [[פירוש המשניות]] צום פרק חלק אין סנהדרין באהאנדלט דער רמב"ם אויך די פראגע, וואס זענען די עיקרים, די הויפט־יסודות פון דער אידישער [[אמונה]], און ער רעכנט דארט אויס די עקרים, פון וועלכע עס זענען סטיליזירט געווארן די 13 "[[אני מאמין]]", וואס זענען אריינגענומען געווארן אין [[סידור]] צו זאגן יעדן טאג נאכ'ן [[דאוונען]].
עס איז דא א תפלות הרופא מיוחס צום רמב"ם, אנדערע זאגן אז קומט נישט פון אים.
==קאנטרעוועסיע איבער מוסלאמענער אנוס==
עס איז אויך צו פארצייכענען די מיינונגס־פארשידנהייט, וואס איז אנטשטאנען צווישן די [[היסטאריקער]] אין דער פראגע, צי האט דער רמב"ם ווען ער איז געווען אין פעץ אין צפון־[[אפריקע]], בעת דער שמד־גזירה, אנגענומען לפנים די מאכמעדאנישער [[רעליגיע]]. אזא באשולדיגונג איז געבראכט געווארן קעגן רמב"ם דורך זיינס א שונא, אן אראבישן דאקטאר, וועלכער האט וועגן דעם פאר'מסר'ט דעם רמב"ם צום עגיפטישן [[סולטאן]] און דעם רמב"מ'ס לעבן איז געווען דורך דעם אין געפאר. טייל [[היסטאריקער]] (גייגער און אנדערע) האבן געהאלטן די באשולדיגונג פאר א ריכטיגע, אבער א גאנצע רייע אנדערע [[היסטאריקער]] (מונק און אנדערע) האבן באוויזן, אז די באשולדיגונג איז א פאלשע, דער כבוד און די השפעה פון רמב"ם ביי אלע אידן איז געווען גרויס סיי ביי זיין לעבן און סיי נאכ'ן טויט.
==שבחים==
ווען מען איז אין [[ירושלים]] געוואויר געווארן פון רמב"מ'ס [[פטירה]] האט מען אין דער הפטורה געזאגט דעם סיפור פון עלי אין [[ספר שמואל]] מיט די [[ווערטער]] "כי נלקח ארון אלהים". מען האט געשריבן אויף אים "ממשה ועד משה לא קם כמשה", "פון [[משה רבינו]] איז נישט געווען אזוי ווי דער רמב"ם". אין תימן האט מען אין קדיש געזאגט "בחיי דמרנא ורבנא רבינו משה בן מימון".
==ביבליאגראפיע==
וועגן רמב"ם זענען געשריבן געווארן זייער פיל [[ספרים]] און ביכער און אפהאנדלונגען. אין דוד יעלינ'ס "רבי משה בן מימון" ([[ווארשע]] 1808) איז פארהאן א [[ביבליאגראפיע]] פון די אלע אויסגאבן; אבער זינט דעמאלט זענען צוגעקומען נאך פיל אנדערע אויסגאבן, באזונדער אין יאר 1988 ווען מען האט געפייערט דעם 800 [[געבורט]]־יאר פון רמב"ם.
==די בילד==
עס איז אויך פארהאן א בילד פון רמב"ם, אבער דאס בילד שטאמט פון זייער א שפעטער צייט און איז ווארשיינליך א פאלציפיקאט; דאקעגן איז פארהאן די אייגענע האנטשריפט פון רמב"ם און זיין אונטער[[שריפט]].
[[he:רמב"ם]]
{{קרד/פאלקס-ענצ}}
{{קרד/פאלקס-ענצ}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 15:20, 30 יוני 2024

רבי משה בן מימון
דער באקאנטער בילד פונעם הרמב"ם, וואס איז באזירט אויף א בילד, ווארשיינליך פיקטיוו, פון דער 18'טע י"ה
דער באקאנטער בילד פונעם הרמב"ם, וואס איז באזירט אויף א בילד, ווארשיינליך פיקטיוו, פון דער 18'טע י"ה
געבורט 1138
ד'תתצ"ח
דער אל־מאראביטישע אימפעריע קארדאווא, דער אל־מאראביטישע אימפעריע
פטירה כ' בטבת ד'תתקס"ה
דער פאטימישע כאליפאט פאסטאט, דער פאטימישע כאליפאט
כינוי הרמב"ם, הר"מ, הנשר הגדול
מקום קבורה קבר הרמב"ם, טבריה
מדינה אל־אנדאלוס, מאראקא, מצרים
וואוין אָרט קאירא,פאסטאט
תפקידים נוספים ראטגעבער און פערזענליכע דאקטער פון דער פאטימישע סולטאן
רבי'ס זיי פאטער רבי מימון הדיין, רבי יוסף אבן מיגאש, רבי יהודה הכהן אבן סוסאן.
תלמידים זיין זון רבי אברהם בן הרמב"ם, רבי יוסף בן יהודה אבן עקנין, רבי חננאל בן שמואל און פיל אנדערע
ספרים מילות ההגיון, פירוש המשנה, משנה תורה, אגרות, תשובות הרמב"ם, מורה הנבוכים, מעדיצינישער ווערק און פארלוירענע אדער טיילווייז פארלוירענע ווערק.
רמב"ם
זרם אריסטאטעליאניזם (אנ'), רבנים אידישקייט
תחומי עניין הלכה, טעאלאגיע, מעטאפיזיק, לאגיק, עטיק, דאקטעריי, אסטראנאמיע
הושפע מ אריסטו, אל־פאראבי, אבן באדזשא, אבן סינא

משה בן מימון (רמב"ם) איז איינער פון די באדייטנדסטע פערזענליכקייטן אין דער אידישער געשיכטע, פון גרעסטן איינפלוס אין רעליגיעזן אידנטום, באקאנט אויך אין דער אלגעמיינער געשיכטע פון פילאזאפיע אלס "מיימאנידעס". דער רמב"ם ("רבינו משה בן מימון") איז געבוירן געווארן אין קארדאווא אין שפאניע שבת ערב פסח ד' אלפים תתצ"ח (1138) און איז געשטארבן אין פאסטאט אין מצרים, כ' טבת ד' אלפים תתקס"ה (1204).


ביאגראפיע

אין דער יוגנט האט דער רמב"ם געלערנט ביי זיין פאטער רבי מימון נישט נאר אידישער לימודים נאר אויך וועלטליכע לימודים, אין יאר 1148 איז מימון געווען געצוואונגען צו אנטלויפן מיט זיין פאמיליע פון שפאניע צוליב די פארפאלגונגען אויף אידן דורך דער פאנאטישער מאכמעדאנער סעקטע, די אל־מוהאדן; ער האט מיטגענומען מיט זיך זיינע צוויי זין, דוד און משה. אין נאך פיל וואנדערונגען באזעצט זיך אין פעץ (פעס) אין צפון־אפריקע, אין יאר 0 אבער אויך דארט איז פארגעקומען א גזירת שמד אויף אידן דורך די מאכמעדאנער און נאכדעם ווי רבי מימון און זיינע קינדער האבן געלעבט עטליכע יאר אין געהיים אלס אידן זענען זיי פון דארט אנטלאפן איבער ארץ־ישראל קיין מצרים (בערך 1168), און זיי האבן זיך באזעצט צוערשט אין אלעקסאנדריע און דערנאך אין פאסטאט לעבן קאירא.

דער רמב"ם האט דא געליטן פיל פאמיליע־ליידן, זיין פאטער איז געשטארבן, און זיין ברודער רבי דוד, וועלכער האט געהאנדלט מיט בריליאנטן און דערמיט אויסגעהאלטן די גאנצע פאמיליע, איז דערטרונקען געווארן פארנדיג אויף א שיף. דער רמב"ם האט אין פאסטאט לעבן קאירא, וואו עס איז געווען דער הערשנדער הויף פון עגיפטישן סולטאן, גענומען לערך דעם יאר 1170 פראקטיצירן אלס דאקטאר מעדיצין און ער האט שנעל זיך ערווארבן א נאמען אלס בארימטער דאקטאר. ער איז געווען לייב־דאקטאר צוערשט פון גרויס־וויזיר און דערנאך פון סולטאן צאלאך א־דין אין הויף.

דורך דער גאנצער צייט, (אין צפון־אפריקע און מצרים) האט ער אויך פארעפנטליכט ספרים, און ער איז געווען בארימט אלס גרויסער למדן און דענקער, די אידן אין מצרים האבן אים באשטימט צוערשט אלס זייער פירער מיטן טיטל נגיד (אזא מיינונג איז פארהאן ביי טייל היסטאריקער). ער האט פאר זיינע דאזיגע אידישע אמטן נישט גענומען קיינע געלט־באלוינונג, גאר פארקערט, פון זיינע געלט געבויט שולן, ישיבות, צעטיילט פיל צדקה. זיין נאמען איז געווארן בארימט נישט נאר אין מצרים נאר אויך אין אלע ווייטע לענדער, וואו עס האבן געוואוינט אידן. מען האט זיך געוואנדן צו אים איבעראל מיט שאלות ותשובות.

דער רמב"ם איז געשטארבן אין עלטער פון 70 יאר, און ווי עס ווערט דערציילט האט מען אים געפירט פון מצרים קיין ארץ ישראל און קובר געווען אין טבריה, וואו מען ווייזט אן ביז היינטיגן טאג אויף דעם קבר פון רמב"ם, אין יאר 1928 האט מען אין דער גאנצער אידישער וועלט געפייערט דעם 800 יאריגן יובל פון רמב"מ'ס געבורט; עס זענען ערשינען פיל ספרים אין פארשידענע שפראכן וועגן רמב"ם.

לויט דער הלכה טאר נישט א גרויסער טייל אידן זיך באזעצן אין מצרים עס איז דא א לאו דערויף, דער רמב"ם האט אבער נישט געהאט קיין ברירה וויבאלד ער האט געמוזט אהין אנטלויפן פאר זיין לעבן, אזוי ווי דער קעניג האט אים גענומען פאר א דאקטער דארט, האט ער שוין נישט געקענט פון דארט אוועקגיין, ער פלעגט זיך אונטערשרייבן הכותב העובר בכל יום ג' לאוין. זיין היתר איז געווען אזוי ווי די גמרא פארציילט אויף אבטולמס בן ראובן [1] איינמאל ווען ער איז געפארן אויפן ים מיט זיין משפחה איז געווען א שטורעם ווינט ער איז שיער דערטרונקען געווארן, האט דער רמב"ם געמאכט א נדר אויב ער וועט ניצול ווערן וועט ער יעדן יאר פאסטן דעם טאג, ווען ער איז ניצול געווארן און אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער גאמאכט א נדר אז די צוויי טאג וואס ער איז אנגעקומען וועט ער מאכן א יום טוב ושמחה, אזוי פלעגט ער זיך פירן [2]

ווערק און איינפלוס

דער רמב"ם האט געהאט אן איינפלוס אויף דעם גאנצן אידישן רעליגיעזן לעבן אין פארלויף פון הונדערטער יארן דורך זיינע פיל ספרים, וועלכע זענען געווען א וועגווייזער אין אלע געביטן, אין הלכה, אין פילאזאפיע, אין עטיק און אין טייל וויסנשאפטליכע געביטן, די צוויי הויפט־ספרים פון רמב"ם זענען דער "משנה תורה", אדער ווי מען האט עס אויך גערופן "יד החזקה", און דער "מורה נבוכים".

משנה תורה

אויף דעם "משנה תורה" ("יד החזקה" הייסט עס ווייל י"ד איז 14 און דאס ספר באשטייט פון 14 אפטיילונגען, ספרים) האט דער רמב"ם געארבעט 10 יאר און האט אים געענדיגט אין יאר ד'תתקל"ז. דאס איז די זאמלונג פון אלע הלכות וואס זענען פארהאן צעשפרייט איבער דעם תלמוד, סיי בבלי און סיי ירושלמי, ווי אויך אנדערע ספרים פון תנאים און אמוראים, ווי ספרא, ספרי, תוספתא, און אנדערע. זיי זענען דורכ'ן רמב"ם געווארן קלאסיפיצירט, איינגעטיילט לויט זייער שייכות, וואו הלכות שבת באזונדער, הלכות קרבנות באזונדער, און אזוי כסדר.

דער רמב"ם האט אויסגעמיטן די אלע קשיות און תירוצים און שקלא וטריא'ס וואס זענען פארהאן אין גמרא און ער האט געגעבן נאר דעם תמצית פון דער הלכה; דאס ספר "משנה תורה" איז געשריבן אין א קלארן העברעאישן משנה־סטיל, אזוי אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין.

אין אנהייב פון משנה תורה גיבט דער רמב"ם אויך אלס "הלכה" געוויסע פילאזאפיש־רעליגיעזע עיקרים און לימודים וועגן דער געטליכקייט, גוטער אויפפירונג פון מענטש, הנהגות אין עסן, קליידונג, היגיענע וכדומה; דאס האט דער רמב"ם אנגערופן ספר המדע. דער רמב"ם שרייבט אין זיין הקדמה, אז ער האט דעם משנה תורה מחבר געווען, ווייל די צרות זענען געווארן גרויס און קיינער האט נישט קיין צייט און עס איז שווער צו לערנען די גמרא און די פירושים פון די גאונים, און ער האט דעריבער געגעבן פאר דעם פאלק דאס ספר, כדי נאכדעם ווי מען האט געלערנט תורה וועט מען דורכלערנען דאס ספר און וויסן אלע הלכות.

אויף דעם משנה תורה זענען געשריבן געווארן פיל השגות (קריטיק) און פירושים. די וויכטיגסטע פון זיי זענען די "השגות" פון רבי אברהם בן דוד (ראב"ד), און פון די פירושים דער "כסף משנה" פון רבי יוסף קארו. דער משנה תורה פון רמב"ם אין נאך ביים רמב"מ'ס לעבן אנגענומען געווארן ביי אלע אידן, און הגם עס זענען געווען טייל וואס האבן אים קריטיקירט, ווייל זי האבן מורא געהאט אז דאס וועט אינגאנצן מבטל מאכן דאס לערנען גמרא, איז אבער דאס ספר אנגענומען געווארן אפילו דורך די קעגנער.

מען רופט דאס ספר אין דער לומדים־וועלט מיטן צונאמען, "דער רמב"ם", למשל, "דער רמב"ם פסק'נט" וכדומה.

מורה נבוכים

דאס צווייטער גרויסער און וויכטיגער ספר פון רמב"ם, וואס האט אבער ארויסגערופן אויך גרויסע קעגנערשאפט, איז דער "מורה נבוכים", וועלכן דער רמב"ם האט געשריבן אין דער אראבישער שפראך און ער איז איבערגעזעצט געווארן אין העברעאיש דורך רבי שמואל אבן תבון (פארהאן נאך אן אנדערע איבערזעצונג פון רבי יהודה אל חריזי). דער טייטש פון "מורה נבוכים" איז "וועג־ווייזער פאר די בלאנדזשענדע".

כדי צו פארשטיין די באדייטונג און דעם איינפלוס פון "מורה נבוכים" דארף מען ווייסן, אז דעמאלט איז געווען א צייט פון אויפלעבונג פון פילאזאפיע און וויסנשאפטן אין די אראבישע לענדער וועלכע האבן זיך געצויגן פון שפאניע (און אין א געוויסער מאס אויך פון דרום־פראנקרייך) איבער אלע לענדער פון צפון־אפריקע ביז מיטל־אזיע. דאס איז געווען די גלאנץ עפאכע פון דער אראבישער קולטור; די ווערק פון די אלטע גריכישע פילאזאפן, באזונדער פון אריסטאטעלס, זענען געווען גרונטליך שטודירט סיי דורך די אראבישע דענקער, סיי אויך דורך די אידישע געבילדעטע פערזענליכקייטן אין יענער צייט. עס זענען אנטשטאנען פראבלעמען, וועלכע האבן אנגערירט די יסודות פון יעדער אמונה בכלל. אזעלכע פראגעס, ווי דאס זוכן באווייזן אז עס אין פארהאן א גאט, וואס האט די וועלט באשאפן און פירט די וועלט ('מציאות השם'), דאס פראבלעם פון, ידיעה ובחירה, דאס פראבלעם ווי קען מען גאט, וואס איז א גייסטיגקייט, צושרייבן אזעלכע אייגנשאפטן ווי גוט, רחמן וכדומה. די דאזיגע פראבלעמען, וועלכע זענען אייגנטליך דער רעזולטאט פון נישט פארלאזן זיך אויף טראדיציע אליין אין אמונה זאכן, נאר דאס וועלן פארשן די אלע גלויבונגען אין ליכט פון וויסנשאפט, האבן א סך געבילדעטע אידן אין יענער צייט אראפגעפירט פון וועג פון אמונה. עס איז אנטשטאנען די הויפט־פראגע: צי קען מען אויסגלייכן רעליגיע מיט וויסנשאפט.

דעם דאזיגן ציל האט געהאט פאר זיך דער רמב"ם, ווען ער האט געשריבן דעם "מורה נבוכים", דעם "וועגווייזער פאר די בלאנדזשענדע". ער האט אים געשריבן פאר זיינס א תלמיד רבי יוסף אבן עקנין. און ער האט אים געשריבן מיט א כוונה אין דער אראבישער שפראך, כדי ער זאל זיין צוגענגליך פאר די דעמאלסדיגע אידישע משכילים וועלכע האבן העברעאיש שוואך פארשטאנען. אבער די גרעסטע ווירקונג האט דאס ספר געהאט אין זיין העברעאישער איבערזעצונג אויף פיל דורות אידישע פארשער און דענקער.

דער "מורה נבוכים" באשטייט פון עטליכע טיילן. דער ערשטער באהאנדלט די נעמען און די תארים, אטריבוטן, פון גאט, וואס ווערן געבראכט אין תנ"ך, וואו למשל גאט איז גוט, בארימהארציג וכדומה. דער רמב"ם ערקלערט דאס אלץ אין אלעגארישן זין, און ער האלט, אז איבערהויפט קען מען די תארים, די "מעלות", פון דער געטליכקייט נאר נעמען אין נעגאטיוון זין, דאס הייסט, אז ווען מיר זאגן "גאט איז גוט", מיינען מיר דערמיט, אז וועגן גאט קען מען נישט זאגן אז ער איז שלעכט. דער צווייטער טייל באהאנדלט די באווייזן וועגן דער עקזיסטענץ פון גאט און דער שאפונג פון דער וועלט, ווי אויך דעם וועזן פון דער נבואה ערשיינונג. דער דריטער טייל באהאנדלט די באציאונג פון גאט צו מענטש, די פראבלעמען פון גוט און שלעכט, שכר ועונש, ידיעה ובחירה, דער געטליכער השגחה, ווי אויך די טעמים פון די מצוות פון דער תורה.

אין דעם פילאזאפישן טייל פון ספר גייט דער רמב"ם אין דער שיטה פון אלט־גריכישן פילאזאף אריסטאטעלס, מיטן אויסנאם פון פראבלעם וועגן דער וועלט־שאפונג, אין וועלכער אריסטאטעלס (אריסטו) האלט פון קדמות העולם, אז די וועלט עקזיסטירט פון אייביג אן און דער רמב"ם האלט פון "חידוש העולם", אז די וועלט איז באשאפן געווארן "יש מאין", פון גארנישט.

דער מורה נבוכים האט שוין ביים רמב"מ'ס לעבן ארויסגערופן א שטורעם פון קעגנערשאפט ביי א סך פרומע אידישע גדולים, וועלכע האבן געהאלטן, אז פיל מיינונגען זענען קעגן דער אמונה. באונדער דעם רמב"מ'ס מיינונג וועגן דער עקזיסטענץ פון גוף און נשמה נאכ'ן טויט, זיי האבן חושד געווען, אז דער רמב"ם לייקנט אין תחיית המתים. דערויף האט דער רמב"ם אנגעשריבן זיין "מאמר תחיית המתים", אבער דאס האט נישט געהאלפן. די קעגנער האבן געהאלטן, אז איבערהויפט איז דער גאנצער דרך צו פארנעמען זיך מיט פילאזאפיע און פרואוון אויסטייטשן אמונה זאכן מיט דער הילף פון חקירה א פאלשער, און ער ברענגט דערצו, אז מען גייט אוועק פון דער אמונה בכלל.

נאכ'ן טויט פון רמב"ם האט אין דרום־פראנקרייך און שפאניע זיך צעפלאקערט דאס פייער פון מחלוקת ארום דעם רמב"מ'ס מורה נבוכים; אזעלכע גרויסע לומדים ווי רבי שלמה מן ההר, רבינו יונה און אנדערע האבן מחרים געווען דאס ספר און אויך דעם טייל "ספר המדע" פון "משנה תורה". מען האט דערפירט דערצו אז גלחים האבן פארברענט דעם מורה נבוכים.

דער דאזיגער קאמף איז געפירט געווארן דורך פיל דורות ביז דער לעצטער צייט. גאר פרומע אידן, באזונדער אין די מאדערנע עפאכע אין די קרייזן פון חסידים, הגם זיי האבן נישט געוואגט צו רעדן קעגן רמב"ם, וועגן וועלכן זיי האבן גערעדט מיט דרך ארץ און גערופן, דער רמב"ם ז"ל, האבן אבער נישט געלאזט לערנען אין מורה נבוכים.

דער מורה נבוכים האט געהאט א גרויסע השפעה אויף דעם רעליגיעז־פילאזאפישן געדאנקענגאנג נישט נאר אין דער אידישער נאר אויך אין דער נישט־אידישער וועלט, אויף אזא קריסטליכן סכאלאסטיקער ווי אלבערט מאגנוס, און אויך אויף אלגעמיינע פילאזאפן ווי שפינאזא און אנדערע. ער איז איבערגעזעצט געווארן אין פיל אייראפעאישע שפראכן (לאטייניש, דייטש, פראנצויזיש, ענגליש און אנדערע).

צום מורה נבוכים זענען געשריבן געווארן פיל פירושים פון אפודי, אברבנאל, שלמה מימון ("גבעת המורה") און אנדערע. לעצטנס איז ער ערשינען אין תל־אביב מנוקד מיט א פירוש און הקדמה פון דר. יהודה קויפמאן.

אנדערע ווערק

אחוץ די דאזיגע צוויי הויפט־ספרים האט דער רמב"ם מחבר געווען אויך אנדערע וויכטיגע ספרים: 1) ,ספר המצוות (אין אראביש, איבערגעזעצט אין העברעאיש), 2) פירוש אויף משניות (אין אראביש, איבערגעזעצט אין העברעאיש, געדרוקט צום סוף פון די גמרות) צו וועלכן עס זענען צוגעגעבן צום פירוש אויף אבות אויך די "שמונה פרקים" איבער עטיק און היגיענע; 3) שאלות ותשובות "פאר הדור"; 4) "אגרת תימן" (וועגן משיח און פאלשע משיחים; 6) "אגרת השמד" (גרינגער צו מאכן די לאגע פון די אנוסים, וועלכע זענען געווען געצוואונגען עפנטליך צו אנערקענען די מאכמעדאנישער רעליגיע און אין געהיים זענען זיי געבליבן אידן); 8) "מלות הגיון" איבער לאגיק און פילאזאפישע באגריפן; 6) "פרקי משה" איבער מעדיצינישע פראגעס; אויך אנדערע ספרים, וואס וועגן טייל פון זיי איז א צווייפל צי זיי שטאמען פון רמב"ם ("פרקי ההצלחה" און אנדערע).

אין זיין פירוש המשניות צום פרק חלק אין סנהדרין באהאנדלט דער רמב"ם אויך די פראגע, וואס זענען די עיקרים, די הויפט־יסודות פון דער אידישער אמונה, און ער רעכנט דארט אויס די עקרים, פון וועלכע עס זענען סטיליזירט געווארן די 13 "אני מאמין", וואס זענען אריינגענומען געווארן אין סידור צו זאגן יעדן טאג נאכ'ן דאוונען.

עס איז דא א תפלות הרופא מיוחס צום רמב"ם, אנדערע זאגן אז קומט נישט פון אים.

קאנטרעוועסיע איבער מוסלאמענער אנוס

עס איז אויך צו פארצייכענען די מיינונגס־פארשידנהייט, וואס איז אנטשטאנען צווישן די היסטאריקער אין דער פראגע, צי האט דער רמב"ם ווען ער איז געווען אין פעץ אין צפון־אפריקע, בעת דער שמד־גזירה, אנגענומען לפנים די מאכמעדאנישער רעליגיע. אזא באשולדיגונג איז געבראכט געווארן קעגן רמב"ם דורך זיינס א שונא, אן אראבישן דאקטאר, וועלכער האט וועגן דעם פאר'מסר'ט דעם רמב"ם צום עגיפטישן סולטאן און דעם רמב"מ'ס לעבן איז געווען דורך דעם אין געפאר. טייל היסטאריקער (גייגער און אנדערע) האבן געהאלטן די באשולדיגונג פאר א ריכטיגע, אבער א גאנצע רייע אנדערע היסטאריקער (מונק און אנדערע) האבן באוויזן, אז די באשולדיגונג איז א פאלשע, דער כבוד און די השפעה פון רמב"ם ביי אלע אידן איז געווען גרויס סיי ביי זיין לעבן און סיי נאכ'ן טויט.

שבחים

ווען מען איז אין ירושלים געוואויר געווארן פון רמב"מ'ס פטירה האט מען אין דער הפטורה געזאגט דעם סיפור פון עלי אין ספר שמואל מיט די ווערטער "כי נלקח ארון אלהים". מען האט געשריבן אויף אים "ממשה ועד משה לא קם כמשה", "פון משה רבינו איז נישט געווען אזוי ווי דער רמב"ם". אין תימן האט מען אין קדיש געזאגט "בחיי דמרנא ורבנא רבינו משה בן מימון".

ביבליאגראפיע

וועגן רמב"ם זענען געשריבן געווארן זייער פיל ספרים און ביכער און אפהאנדלונגען. אין דוד יעלינ'ס "רבי משה בן מימון" (ווארשע 1808) איז פארהאן א ביבליאגראפיע פון די אלע אויסגאבן; אבער זינט דעמאלט זענען צוגעקומען נאך פיל אנדערע אויסגאבן, באזונדער אין יאר 1988 ווען מען האט געפייערט דעם 800 געבורט־יאר פון רמב"ם.

די בילד

עס איז אויך פארהאן א בילד פון רמב"ם, אבער דאס בילד שטאמט פון זייער א שפעטער צייט און איז ווארשיינליך א פאלציפיקאט; דאקעגן איז פארהאן די אייגענע האנטשריפט פון רמב"ם און זיין אונטערשריפט.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!

  1. כפתור ופרח פ"ה ע' 12
  2. ספר חרדים פס"ה